עברית
Library

ר"ח סיון

218

ב"ה, ערב ראש­חודש סיון, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

צו די באַטייליגטע אין דעם יערלעכן

לאָנטשאָן פון נ.י. קאָמיטע פאַר דעם

סעמינאַר למורות ובתי ספר לנערות

אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

דער יערלעכער לאָנטשאָן, וואָס קומט היי­יאָר פאָר ביום ג' סיון הבע"ל, געציילטע טעג פאַר דעם יום­טוב פון מתן­תורה, און אין אַ יאָר פון הקהל, וועט זיכער שטיין אונטער דעם איינדרוק פון ביידע ענינים: די הכנות צו קבלת­התורה און די באַדייטונג פון הקהל.

סיי באַ קבלת­התורה (אַלע יאָר) און סיי באַ הקהל (איינמאָל אין זיבן יאָר) געפינען מיר אין תורה צוויי געמיינזאַמע הויפּט­שטריכן:

ערשטנס, איז אין ביידע פאַלן געקומען צום אויסדרוק דער צוזאַמענבונד און פאַראיינציקונג פון אידישן פאָלק. באַ מתן­תורה — ויחן שם ישראל (לשון יחיד) — דאָס אידיש פאָלק איז געווען פאַרזאַמלט ביים באַרג סיני, ווי רש"י באַמערקט אין נאָמען פון מכילתא — כאיש אחד בלב אחד — ווי איין מענטש מיט איין האַרץ. אַלע אידן, מענער פרויען און קינדער, זיינען געווען פאַראיינציקט מיט איין און דעם זעלבן געדאַנק צו מקבל זיין די תורה ומצוות. און באַ הקהל זאָגט די תורה — הקהל את העם, האנשים והנשים והטף — פאַרזאַמל דאָס פאָלק, מענער פרויען און קינדער, אויך מיט דעם צוועק למען ישמעו ולמען ילמדו. . ושמרו לעשות את כל דברי התורה הזאת — צו הערן און צו לערנען. . און היטן און טאָן אַלע מצוות פון דער תורה.

צווייטנס, ווערט אין ביידע פאַלן אונטערשטראָכן דער צענטראַלער אָרט פון דער אידישער פרוי: באַ מתן­תורה — כה תאמר לבית יעקב — אלו הנשים, און באַ הקהל — האנשים והנשים והטף.

דער צוזאַמענבונד און פאַראיינציקונג פון אידן צווישן זיך, און פון אידן מיט דעם אויבערשטן, איז מעגלעך נאָר מצד דעם וואָס אידן, אַלע אידן אָן אויסנאַם, האָבן אַ ג­טלעכע נשמה, חלק אלוקה ממעל ממש, און וואָס די תורה ומצוות — אלקות ממש — פאַראיינציקן אידן מיט דעם אויבערשטן.

און אין אָט דעם צוזאַמענבונד און פאַראיינציקונג פאַרנעמען די אידישע פרויען אַ צענטראַלן אָרט.

דעריבער דאַרף די היי­יאָרדיגע אונטערנעמונג — עטלעכע טעג פאַר קבלת התורה און אין דעם יאָר פון הקהל — ספּעציעל זיין דורכגעדרונגען מיט דעם אינהאַלט פון ביידע ענינים, בפרט אַז די אַרבעט פון דער קאָמיטע איז דאָך צו

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-qbychs6t

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources