ר"ח סיון
220
מען אָנהייבן צו באַגרייפן, ווי עס דאַרף זיין יעדע "הקהל" אונטערנעמונג פאַר אַ מוסד תורה און מוסד חינוך.
און ווי חכמינו ז"ל דריקן זיך אויס אין דעם קורצן אָבער העכסט טיפן וואָרט: ביום הזה (באו מדבר סיני) — שיהיו דברי תורה חדשים עליך כאילו היום ניתנו. דאָס מיינט, אַז דער צוגאַנג צו יעדע זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט תורה דאַרף זיין דורכגעדרונגען מיט דעם געפיל — פון פרייד, ציטער, אחריות — מעין און ענליך וואָס אידן האָבן געפילט בשעת מתןתורה און קבלתהתורה.
דעריבער וויל איך זיין זיכער, אַז די יערלעכע מסיבה פון מוסד חינוך אהלי תורה וועט דינען פאַר אַלע פריינד פון דעם מוסד, ניט ווייניגער ווי פאַר דער הנהלה, רביים, משפיעים און תלמידים, שיחיו, אַלס אַ וויכטיגער מאָמענט פון חשבון הנפש — והמעשה הוא העיקר — צו פאַרשטאַרקען דעם מוסד בגשמיות וברוחניות גם יחד, יעדערער אין זיין (און איר) געביט:
האנשים — די בעליבתים (תורה שטיצער) צוזאַמען מיט דער הנהלה און עלטערן, איש וביתו; והנשים — אם הבנים און עקרת הבית; והטף — די תלמידים, איצטיגע און צוקונפטיגע,
כדי אַלע צוזאַמען, אין דעם גייסט פון הקהל, צו דערפילן אין דער פולסטער מאָס די כוונה און די דערגרייכונגען וואָס דער מוסד דאַרף און קען דערגרייכן בעזר השי"ת.
בכבוד ובברכה להצלחה ולבשורות טובות
ב"ה, יומא תליתאיא דפ' בהעלותך את הנרות,
בירחא תליתאיב, ה'תשמ"ז.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לג
- Id
- rh-2c89sq3b
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.