English
ספרייה

לקוטי שיחות

האזינו ב

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

339האזינו ב

א. אין סיום הסדרהא ווערט דערציילט „וידבר ה' אל משה בעצם היום הזה לאמר עלה אל הר העברים הזה הר נבו גו' ומת בהר גו'". שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „וידבר ה' אל משה בעצם היום הזה" און איז מפרש „בג' מקומות נאמר בעצם היום הזה", און ער בריינגט אַראָפּ די אַנדערע צוויי ערטערב וואו דאָס ווערט געזאָגט: ביים אַריינגיין פון נח'ן וכו' אין דער תיבה („בעצם היום הזה בא נח וגו'"ג) און ביי יציאת מצרים („בעצם היום הזה הוציא ה'"ד) — וואָס כשם ווי דאָרטן מיינט עס, אַז בני דורו של נח און די מצרים האָבן געזאָגט „בכך וכך אם אנו מרגישין כו' ולא עוד אלא אנו נוטלין וכו'" (און זיי וועלן ניט דערלאָזן אַז נח זאָל אַריין אין דער תיבה, און ניט לאָזן אַרויסגיין אידן פון מצרים, ווי רש"י איז מאריך אין די פרטי הדברים), „אמר הקב"ה הריני כו' בחצי היום וכל מי שיש בוה כח למחות יבוא וימחה"; אַזוי איז עס אויך ביי פטירת משה אַז די אידן האָבן דאַן געזאָגט „אין אנו מניחים אותו (און רש"י בריינגט די כמה טובות וואָס משה האָט געטאָן פאַר אידן) אמר הקב"ה הריני מכניסו בחצי היום וכו'".

דאָס וואָס רש"י דאַרף בכלל זוכן אַ פירוש אויף „בעצם היום הזה" איז מובן אין פּשטות, ווייל די ווערטער זיינען לכאורה איבעריקו: עס שטייט שוין אין אָנהייב פון דעם ענין (בפ' וילךז) „בן מאה ועשרים שנה אנכי היום", און ער איז דאָך אין דעם טאָג נפטר געוואָרן, פאַרשטייט מען שוין אַז אַלץ וואָס האָט פּאַסירט נאָכדעם איז געווען „ב(עצם) היום הזה"; און אויב צוליב „בעצם" — מאי נפקא מיני' פון דעם?

דעריבער זאָגט רש"י אַז דאָס קומט מרמז זיין, אַז אידן האָבן דאָס (פטירת משה) ניט געוואָלט דערלאָזן, און אַלס ענטפער אויף דעם האָט דער אויבערשטער געזאָגט: „הריני מכניסו בחצי היום וכו'".

מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א) בשלמא בני דורו של נח, האָבן געקענט מיינען אַז זיי זיינען בכח אָפּצוהאַלטן נח'ס אַריינגיין אין דער תיבה;340אויך די מצרים האָבן זיך געקענט איינריידן אַז זיי וועלן ניט דערלאָזן די אידן אַרויסגיין פון מצרים, וויבאַלד אַז זיי זיינען געווען דער רוב — אָבער ווי איז עס שייך אַז אידן זאָלן מיינען אַז זיי זאָלן אָפּהאַלטן פטירתו של משה, אַ זאַך וואָס איז אינגאַנצן ניט בידי בשר ודםח?

ב) צוליב וואָס דאַרף רש"י מבאר זיין דאָ אַז „בג' מקומות נאמר בעצם היום הזה" (און נאָך בריינגען די גאַנצע אריכות בשייכות צו די אַנדערע ב' מקומות) — ער האָט געדאַרפט אָפּטייטשן פשוטו של מקרא — בלויז אונזער פסוק (אַז אידן האָבן ניט געוואָלט דערלאָזן די פטירה פון משה, „אמר הקב"ה וכו'"), ובפרט אַז ער טוט אַזוי בפירושו אויף די ווערטער בפ' נחג, וואו ער איז מפרש „למדך הכתוב שהיו בני דורו וכו'ט אמר הקב"ה אני מכניסו לעיני כולם וכו'", און בריינגט דערצו ניט קיין דוגמא ממקום אחר (אַז דאָס איז דער פירוש פון „בעצם היום הזה")?

נאָכמער: כל שכן וק"ו, מה דאָך דעם ערשטן מאָל אַז ער איז אַזוי מבאר די ווערטער דאַרף ער ניט האָבן קיין דוגמא וראי', על אחת כו"כ — דעם דריטן מאָל!

נאָכמער: אין פ' באַ איז רש"י גאָרניט מפרש אויפן פסוק „בעצם היום הזה הוציא ה'"י — בפשטות, איז דער טעם ווייל ער פאַרלאָזט זיך אויף זיין פירוש אין פ' נח; איז פאַרוואָס דאָ בפרשתנו, דאַרף ער יע מפרש זיין וואָס דער פסוק מיינט מיט „בעצם היום הזה" (און נאָך מיט דוגמאות וראיות און באריכות!)?

מוז מען זאָגן, אַז אין אונזער פסוק איז דער פירוש ניט גלאַטיק, נאָר היות מ'געפינט דעם פירוש אויף די זעלבע ווערטער אין אַנדערע מקומות, איז דאָס אַ הוכחה אַז אויך אין אונזער פסוק איז דער פירוש אַזוייא.

[וואָס דערפאַר איז רש"י מדייק צו זאָגן (נאָכן אַראָפּבריינגען די דוגמאות פון נח און מצרים) „אף כאן כו'" — ניט ווי אין ספרי, דער מקור פון דעם פרש"י, וואו עס שטייט (ווי ביי יציאת מצרים) „ומה ראה לומר כאן כו'" — צו מדגיש זיין אַז ערשט נאָכדעם ווי מ'געפינט אַז אַזוי איז דער פירוש ביי נח און מצרים, איז „אף כאן" דער פירוש אזוי].

341ב. אויך זיינען פאַראַן כמה דיוקים אין לשון רש"י — און אייניקע פון זיי:

א) ביי נח און מצרים איז רש"י ניט מפרש קיינע טעמים פאַרוואָס בני דורו של נח און די מצרים האָבן געזאָגט „אין אנו מניחים כו'" — ווייל ס'איז פאַרשטאַנדיק פון זיך אַליין — און באַ משה דאַרף רש"י יאָ מפרש זיין די טובות וואָס משה האָט געטאָן פאַר אידן וואָס צוליב דעם האָבן אידן געזאָגט „אין אנו מניחים אותו": פאַרוואָס איז אויך דאָ ניט מובן ופשוט, אַז אידן האָבן ניט געוואָלט מיתת משה?

ב) ביי נח און מצרים איז רש"י זיך ניט מסתפק מיט דעם וואָס זיי האָבן געזאָגט „אין אנו מניחים כו'" (כבנדו"ד), נאָר ער איז מוסיף: ביי נח — „ולא עוד אלא אנו נוטלין כשילין וקרדומות ומבקעין את התיבה", ביי מצרים — „ולא עוד אלא אנו נוטלין סייפות וכלי זיין והורגין בהם" — ד. ה. אַז ניט נאָר וועלן זיי ניט דערלאָזן די כניסה ויציאה כו', נאָר זיי וועלן אויך מבטל זיין די מעגליכקייט אויף דער כניסה ויציאה („מבקעין את התיבה", „הורגין בהם")?

ג) וואָס איז דער טעם וואָס אין דער הוספה גופא, „ולא עוד אלא אנו נוטלין כו'", דערמאָנט רש"י צוויי פרטים (סיי ביי נח סיי ביי מצרים): ביי נח — (א) כשילין (ב) וקרדומות; ביי מצרים — (א) סייפות (ב) וכלי זיין?

ד) ביי נח און מצרים ברענגט רש"י דעם גאַנצן סיום (פון „אמר הקב"ה וכו'") „וכל מי שיש בידו (בו) כח למחות יבוא וימחה", משא"כ אין אונזער פאַל שרייבט ער נאָר „אמר הקב"ה הריני מכניסו בחצי היום (און איז ממשיך) וכו'" — ולכאורה: וויבאַלד אַז ביי מצרים שרייבט רש"י דעם אויספיר בפירוש (ניט פאַרלאַזענדיק זיך אויף דעם וואָס ער האָט געזאָגט פריער ביי נח'ן), פאַרוואָס דאָ איז ער דאָס נאָר מרמז מיט „וכו'"? וממ"נ: אָדער אין ביידע שרייבן „וכו'", אָדער אין ביידע אויספירן בפירוש.

ה) ווען רש"י רעכנט אויס די טובות וואָס משה רבינו האָט געטאָן פאַר אידן — פאַרוואָס קלייבט אויס רש"י דוקא די טובותיב: „הוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים והוריד לנו את המן והגיז לנו את השלו והעלה לנו את הבאר ונתן לנו את התורה"יג? אין משך פון די אַרבעים שנה וואָס אידן זיינען געווען אין מדבר האָט משה רבינו געטאָן נאָך אַ סך טובות פאַר אידן (ולדוגמא: המתקת מים המרים אין מרה, כיבוש ארץ סיחון ועוגיד, וכו' וכו').

ו) נאָכמער: אין ספרי דאָ שטייט אויך „ועשה לנו ניסים וגבורות" — פאַרוואָס איז דאָס רש"י משמיטטו?

[ולבאר: הגם אַז דער לשון פון פרש"י — וואָס אין אים זיינען די דיוקים הנ"ל — איז גענומען פון ספרי — וויבאַלד אָבער רש"י איז מפרש לפי פשש"מ, ובפרט אַז רש"י איז דאָ ניט מציין אַז דער פירוש איז פון ספרי, מוז מען זאָגן אַז די אַלע דיוקים זיינען מסביר פשוטו של מקרא].

342ז) רש"י בפירושו איז מפרש בלויז די ווערטער „בעצם היום הזה" — פאַרוואָס איז ער מעתיק אין זיין דיבור המתחיל אויך די ווערטער „וידבר ה' אל משה"?

ג. דער ביאור אין דעם:

דער אונטערשייד, בפשטות, צווישן אונזער פאַל און די געבראַכטע דוגמאות פון נח און מצרים: דאָרטן זיינען זיי (די בני דורו של נח און די מצרים) געווען רשעים, און זיי זיינען געווען גרייט צו טאָן היפך פון דעם אויבערשטנס רצון, דעריבער איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס זיי האָבן ניט געוואָלט דערלאָזן כניסת נח אין דער תיבה און יציאת בנ"י פון מצרים (היפך רצון ה').

אָבער אין אונזער פאַל איז ניט מובן: ווי קען מען זאָגן אַז אידן זאָלן וועלן מורד זיין, ח"ו, אין דעם אויבערשטן און טאָן היפך רצונו? — דאָ רעדט זיך ניט וועגן דעם דור המדבר (ביי וועלכע מען געפינט כמה פעמים אַז זיי האָבן געטאָן היפך פון דעם רצון פון אויבערשטן), נאָר וועגן דעם דור שנכנסו לארץ, אויף וועלכן מען זאָגן ואתם הדבקים בה' אלקיכם *טו — איז שווער צו מפרש זיין אַז זיי האָבן זיך אַנטקעגן געשטעלט דעם רצון פון אויבערשטן אַז משה רבינו זאָל נפטר ווערן.

און דעריבער, ווען ניט די הוכחה אַז „בג' מקומות נאמר בעצם היום הזה וכו'", וואָלט מען דאַ מהאי טעמא ניט געלערנט דעם פירוש (אַז דאָס איז אַן ענטפער אויף „אין אנו מניחים כו'"); וויבאַלד אָבער „בג' מקומות נאמר וכו'" און די אַנדערע צוויי מקומות איז אָט דער פירוש מוכח (און אָן שום שוועריקייט) פון די ווערטער — איז עס אַ ראי' אַז „אף כאן" איז דער פירוש אַזוי.

ד. ווי אַזוי האָבן די אידן געמיינט ניט צו דערלאַזן פטירת משה? — אויך דאָס באַוואָרנט רש"י דורך זיין לשון (נאָכן אַראָפּבריינגען די אריכות וועגן נח און מצרים) „אף כאן כו'", וואָס דערמיט איז ער מדגיש אַז דער ענין פון „אין מניחים כו'" איז גלייך אין די אַלע דריי מקומות:

כשם ווי ביי בני דורו של נח און די מצרים האָבן זיי געוואָלט ניט דערלאָזן דעם איבערגיין פון איין אָרט צום צווייטן (די כניסה פון נח'ן און די יציאה פון אידן), אַזוי אויך בנדו"ד: אידן האָבן געוואָלט ניט דערלאַזן אַן איבערגיין — אַז משה רבינו זאָל עולה זיין להר; און וויבאַלד דער אויבערשטער האָט געזאָגט „ומת בהר גו'", וועט דער אָפּהאַלטן פון משה'ס עלי' להר בדרך ממילא גורם זיין אויך אַן אָפּהאַלט פון פטירת משהטז.

ה. דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס אין אונזער פאַל איז מספיק דער זאָגן „אין אנו מניחים אותו", און אין די אַנדערע צוויי פאַלן מוז רש"י מוסיף זיין „ולא עוד וכו'":

בני דורו של נח און די מצרים זייענדיג רשעים, איז ביי זיי ניט געווען זיכער אַז דעם אויבערשטנ'ס אָנזאָג וועגן דער כניסה אין תיבה „לימים עוד שבעה"יז און די יציאה פון מצרים „כחצות הלילה גו' ואחרי כן אצא"יח —343מוז דאָס זיין בדיוק ווי געזאָגט פון אויבערשטן, במילא איז ניט גענוג דער „אין אנו מניחים אותו" דעם באַשטימטן טאָג; זיי וועלן מוזן היטן טעג און וואָכן תמיד, יומם ולילה, אַז נח זאָל ניט אַריינגיין אין תיבה און די אידן זאָלן ניט אַרויסגיין פון מצרים — האָבן זיי דעריבער געמוזט טאָן אַ פעולה וואָס זאָל מבטל זיין די גאַנצע אפשריות לכניסה ויציאה — „מבקעין את התיבה", „הורגין בהם".

משא"כ אין אונזער פאַל, וואו עס רעדט זיך וועגן אידן צדיקים, האָבן זיי געוואוסט בפשטות אַז די גזירה פון אויבערשטן וואָס האָט געבראַכט אַז משה האָט זיי געזאָגט אַז היום מלאו ימי — ביום זה אמותיט איז בדיוק; האָבן זיי געטראַכט אַז אויב משה וועט ניט זיין אויפן הר אין דעם טאָג אויף וועלכע ס'איז נגזר געוואָרן מיתת משה, וועט די גזירה בטל ווערן [ע"ד ווי רש"י האָט פריערכ געבראַכט, אַז נאָכן כיבוש ארץ סיחון ועוג האָט משה רבינו געטראַכט אַז „הותר הנדר"].

און דעריבער איז „אין אנו מניחים אותו" (אַרויפצוגיין אויפן הר) ביום זה גענוג צו אַראָפּנעמען די גזירה פון פטירת משה.

ו. פאַרוואָס בריינגט רש"י צוויי פרטים (אין דעם ענין פון „ולא עוד אלא אנו נוטלין כו'"):

ביי נח — וויבאַלד בני דורו האָבן געזען אַז דער אויבערשטער וויל ראַטעווען נח'ן פון מבול דורך זיין כניסה אין דער תיבה, האָבן זיי גערעכנט, אַז ווען זיי וועלן צוברעכן די תיבה, דעם מקום מקלט פון נח'ן, וועט שוין דער אויבערשטער „ניט קענען" בריינגען דעם מבול.

און דעריבער פאַרשטייענדיק אַז נח וועט זיכער זיך משתדל זיין ניט צו דערלאָזן אַז זיי זאָלן צוברעכן די תיבה, האָבן זיי געמוזט זוכן אַ מיטל צו קענען צוברעכן די תיבה און צוזאַמען דערמיט פאַרהיטן אַז נח זאָל דורך דעם ניט דערהרגט ווערן — וואָרום אויב זיי וועלן אים הרג'נען, וועט דאָך שוין ווידער ניט זיין קיין מניעה אַז דער אויבערשטער זאָל בריינגען דעם מבולכא.

דערפאַר זאָגט רש"י אַז זיי האָבן גענומען (ניט נאָר „קרדומות" וואָס דערמיט איז מען „מבקעין התיבה", נאָר) אויך „כשילין":

רש"י האָט שוין געבראַכט אין פרשת שופטיםכב אַז די „שרי צבאות" האָבן געהאַט „כשילין של ברזל בידיהם וכל מי שרוצה לחזור הרשות בידו לקפח את שוקיו" — כשילין אָבער הרג'נען ניט, [דאָס איז אָנגעדייטעט אין דעם וואָרט „כשילין" — פון לשון כשלון: אַ שטרויכלונג, אַן אָפּהאַלט, אָבער ניט הרג'נעןכג].

344און אַזוי אויך בנדו"ד, האָבן זיי זיך געגרייט מיט „כשילין" אויף ניט דערלאָזן אַז נח זאָל זיי שטערן אין זייער צוברעכן די תיבה.

און עד"ז ביי מצרים: די מצרים האָבן געוואוסט, אַז ווי נאָר זיי וועלן נעמען הרג'נען די אידן ר"ל, וועט באַלד אויסברעכן אַ מלחמה מצד די אידן, דעריבער האָבן זיי זיך באַוואָפנט ניט נאָר מיט „סייפות" (־הריגה), נאָר אויך „כלי זיין"כד אין אַלגעמיין, כולל אויך כלי הגנהכה.

ז. עס בלייבט נאָך אָבער אַלץ שווער: ווי אַזוי האָבן אידן פאָרט געוואָלט טאָן אַ פעולה אויף אָפצוהאַלטן די פטירה פון משה — סוף סוף איז עס דאָך היפך רצון ה'?

איז רש"י ממשיך, אַז אידן האָבן געזאָגט „אדם שהוציאנו ממצרים וכו'": אין פ' תבואכו האָט מען געלערנט אַז בשעת דער אויבערשטער בענטשט אַ אידן מיט אַ שדה מיט פירות, טאָר ער ניט זיין אַ כפוי טובה און איז מחוייב צו בריינגען ביכורים און דאַנקען דעם אויבערשטן.

האָבן אידן גע'טענה'ט: וויבאַלד משה רבינו האָט זיי געטאָן אַזויפיל טובות, ליגט אויף זיי אַ חיוב ניט צו זיין קיין כפוי טובה, ובמילא טאָן אַלץ וואָס איז אין זייער יכולת ניט צו דערלאָזן זיין פטירה (אפילו ווען דאָס איז דוחה דעם ציווי ה'כז פון „עלה אל הר העברים גו'").

און דערפאַר איז רש"י זיך ניט מסתפק מיט בריינגען בלויז איינע פון די טובות און שרייבן „וכו'", נאָר ער איז זיי מפרט, ווייל וואָס גרעסער ס'איז די צאָל טובות וואָס אידן האָבן באַקומען פון משה'ן, אַלץ גרעסער און שטאַרקער איז זייער חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה, און אַלץ מער באַרעכטיקט עס זייער השתדלות צו מונע זיין דעם קיום פון ציווי ה' — „עלה אל הר גו'".

ח. עפ"ז איז מובן פאַרוואָס רש"י קלייבט אויס דוקא די אויבנדערמאָנטע טובות וואָס משה רבינו האָט זיי געטאָן און ניט די אַנדערע:

בנוגע די טובות וואָס משה רבינו האָט געטאָן די אידן במשך די אַלע יאָרן בעבר, האָבן זיי דאָך זיכער — ניט זייענדיק כפויי טובה — שוין אויסגעדריקט זייער דאַנקבאַרקייט.

דעריבער רעכנט רש"י נאָר די טובות וואָס אידן האָבן פון זיי נהנה געווען (אויך) „ביום הזה" אין דעם טאָג פון עליית משה להר, וואָס דערפאַר ליגט אויף זיי איצט אַ חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה.

און מען קען ניט פרעגן פאַרוואָס רש"י בריינגט אויך „הוציאנו ממצרים וקרע לנו את הים . . ונתן לנו את התורה"כח — הגם דאָס זיינען זאַכן וואָס345זיינען געטאָן געוואָרן בעבר (נאָכמער — בשייכות צום דור המדבר) — ווייל די טובות האָבן אַ המשך'דיקע שייכות (ע"ד ווי „פעולה נמשכת") צו אַלע אידן פון אַלע דורות און זמנים: וועגן יציאת מצרים (און קרי"ס וואָס איז דער גמר און אָפּשלוס פון יצי"מכט) האָט מען שוין געלערנט פריערל, אַז „כי ישאלך בנך מחר גו'" — וואָס מחר מיינט (כפרש"י) „מחר שהוא אחר זמן" (אָן קיין הגבלה) — „ואמרת לבנך גו' ואותנו הוציא משם גו'"; און עד"ז איז אויך נתינת התורה ניט געווען באַגרעניצט פאַר יענעם דור אַליין, נאָר פאַר אַלע אידן במשך כל הדורותלא.

[און דעריבער איז רש"י משמיט דאָס וואָס שטייט אין ספרי „ועשה לנו ניסים וגבורות" — ווייל, כנ"ל, רעכנט רש"י די טובות וואָס אידן האָבן פון זיי גענאָסן (אויך) אינעם טאָג פון עליית משה להר, משא"כ די סתם „ניסים וגבורות" וואָס זייער טובה איז געווען בעבר].

ט. לכאורה איז אָבער פאָרט ניט גלאַט: ססוף איז געווען אַ ציווי מפורש פון אויבערשטן „עלה אל הר גו'" — היינט ווי האָבן אידן געקענט טראַכטן אַז מצד דעם חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה מעגן זיי אָפּהאַלטן פטירת משה?

צו פאַרענטפערן די שאלה, איז רש"י מעתיק פון פסוק אויך די ווערטער „וידבר ה' אל משה" — אַז דער ציווי „עלה אל הר העברים גו'" איז געווען בלויז צו משה און ניט צו זיי.

און וויבאַלד אַז צו זיי גופא איז ניטאָ קיין ציווילב, און משה וואָלט ניט עולה געווען אַלס אנוס, וואָס אויף דערוף זאָגט מען לא תעשה דברלג, ס'איז נאָר אַ ענין פון גורם זיין אַז משה רבינו זאָל ניט מקיים זיין זיין ציווי ה' — האָבן זיי געהאַלטן, אַז זייער חיוב ניט צו זיין קיין כפויי טובה איז דוחה דעם ענין פון דעם גרםלד.

וע"פ כהנ"ל איז מובן וואָס רש"י איז ניט מסיים במפורש „(אמר הקב"ה וכו') וכל מי שיש בו כח למחות יבוא וימחה" נאָר בדרך רמז (וכו'): דאָ זיינען אידן ניט געווען אויסן צו מוחה זיין ח"ו אַנקעגן דעם אויבערשטן, נאָר, אדרבה, מקיים זיין (לדעתם) אַ תורה'דיקן חיוב ניט צו זיין אַ כפוי טובה; און דערפאַר ווען רש"י וואָלט געשריבן בפירוש „כל מי שיש בו כח למחות וכו'" וואָלט מען עס געקענט אויסטייטשן (אויפן זעלבן אופן ווי ביי בני דורו של נח און מצרים) ווי אַ מרידה („מוחה") פון אידן אין אויבערשטןלה. און דעריבער איז רש"י בלויז מרמז אויפן ענין מיט „וכו'".

346יו"ד. ולתוספת ביאור: סוף איז דאָך געווען אַ ציווי פון אויבערשטן (עכ"פ) צו משה'ן ער זאָל עולה זיין להר, היינט ווי האָבן די אידן געוואָלט אים ניט דערלאָזן מקיים זיין אַ ציווי ה'?

איז דער ביאור אין דעם: אידן האָבן געטייטשט אַז דאָס גופא וואָס וידבר הוי' אל משה (דוקא) און אויך געשטעלט אַ תנאי (נאָכדעם ווי „עלה אל הר") איז ניט נאָר אַז עס קען זיין נאָר „על כרחן"לו ווי באַ מלחמת מדין, נאָר „כאן פתח לו פתח והודיעו שהדבר תלוי בו"לז (מונע זיין דעם „עלה") — ובפרט אַז משה וועט זיין אַן אנוס — ווי באַ גזירת מעשה העגל.

יא. ובפנימיות הענינים י"ל: כאָטש ס'איז שוין געווען נאָכן גזר דין פון פטירת משה, וויבאַלד אָבער דאָס איז אַן ענין של צבור, קען דאָך תשובת הצבור מבטל זיין דעם גזר דין „אע"ג שנחתם"לח.

דאָס איז אויך אַ טעם פאַרוואָס רש"י פירט ניט אויס „כל מי שיש בו כח למחות וכו'" — ווייל באמת זיינען אידן יע בכח למחות כביכול און מבטל זיין דעם גזר דין שלמעלה [וע"ד ווי מען געפינט עס דריי מאָל דורך תפלת משה אַלייןלט און אַזוי ווי תפלתו של משה האָט געהאָלפןמ מבטל זיין מחצה פון „ובאהרן התאנף ה'" האָט געקענט העלפן תפלת ועשיית הציבור מבטל זיין דעם „גם בי התאנף הוי'" און „והוי' התאנף בי" — און ווי מען געפינט עס לגבי תורה, אַז דער אויבערשטער זאָגט „נצחוני בני נצחוני"מא].

פאַרוואָס האָבן דאָס אידן טאַקע ניט מבטל געווען? אויף דעם איז דער פסוק מרמז „בעצם היום הזה", אַז „היום הזה" (די פטירת משה אין דעם טאָג) רירט אָן „בעצם" — אין דעם עצם קיום פון אידן; ווייל ווען משה רבינו וואָלט אַריינגעפירט די אידן אין ארץ ישראל, און מעשה משה זיינען דאָך נצחייםמב, וואָלט שפּעטער ניט געקענט זיין דער ענין פון „גלינו מארצנו"מג, ובמילא וואָלט דער עונש ניט געווען אינעם אופן פון „שפך הקב"ה חמתו על העצים ועל האבנים"מד, נאָר אויף די אידן גופא ח"ו. דעריבער האָט געמוזט זיין דער ענין פון „עלה אל הר העברים גו'".

יב. די הוראה פון דעם בעבודה בכאו"א:

ביי יעדן אידן איז דאָ בנפשו פון דער בחי' פון משה רבינו, ווי דער אַלטער רבי איז מבאר בארוכה אין תניאמה. קען דאָך אַ איד טענה'ן: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער וויל אַז איך זאָל לערנען תורה און מקיים זיין מצות, טאָ פאַרוואָס האָט ער געמאַכט אַז די בחי' משה347שבנפשו זאָל זיין בהעלם, ביז מ'קען מיינען אַז עס איז בתכלית ההעלם ח"ו, און בגילוי פילט מען בלויז דעם נפש הבהמית?

איז אויף דעם דער ענטפער, אַז דאָס איז די טובה פון אַ אידן, ווייל דוקא דורכדעם ווערט „בעצם היום הזה": דוקא ווען ס'איז דאָ עבודה — אַ איד האָרעוועט אויף בייצוקומען דעם העלם והסתר וואָס איז דאָ אין אים און אַרום אים אין וועלט בכלל — קומט צום אויסדרוק דער „עצם" פון אַ אידןמו; און דעמאָלט זעט מען ווי דער גאַנצער העלם והסתר איז בלויז געווען אַ הכנה צו דער עלי' שלאח"ז: די גאולה ע"י בחי' משה שבנפשו, און פון גאולה פרטית צו דער גאולה כללית, וואָס משה הוא גואל ראשון הוא גואל אחרוןמז.

(משיחת ש"פ האזינו תשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-1q4pm216

עותקים

פעילות אחרונה

#192 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · אושרה
#135 Likkutei Sichos vol 19: machine reading · נסגרה

מקורות