עברית
Library

י"א ניסן

190

כפשוטו, תינוקות בשניםלה — וכידוע די שיחה (מאמר) בזה פון דעם רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע [וואָס איז געזאָגט געוואָרן בשמחת תורה]לו.

ז. ויה"ר אַז כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותלז בגאולה זו (העתידה לבוא), און פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט דעמולט אַרויסגענומען אַלע אידן פון מצרים (מצד זיין אהבה עצמית צו אידן), וועט ער אויך אַרויסנעמען אַלע אידן פון דעם גלות, "ובני ישראל יוצאים ביד רמה"לח,

און אין אַן אופן פון זריזות, חפזוןלט — לא עכבם אפילו כהרף עיןמ.

ובפרט אַז אידן טוען זייער עבודה איצטער (אין די לעצטע טעג פון גלות)מא אין אַן אופן פון זריזות וחפזון בכל עניני קדושה (וואָס זיינען אַלע אויך ענינים של שמחהמב), ביז אין אַן אופן פון לא עכבם אפילו כהרף עין,

כולל אין דעם ענין הנ"ל, אַז גלייך באַ דער התחלה פון "ביום עשתי עשר יום" (גלייך נאָך תפלת ערבית, שתיקן יעקב) באופן פון "לא עכבם" — גיט מען יעדער אידן, מאַן, פרוי און קינד, אַ דאָלאַר אויף אַריינברענגען "שובע" און שמחה צו אַן "עני ואביון" (כנ"ל).

וואָס דאָס וועט נאָכמער צואיילן די זריזות וחפזון פון דער גאולה העתידה, ובאופן פון פריצת גדר הזמן (וויבאַלד אַז דאָס קומט דורך דער עבודה פון "שמח"), און "נחלה בלי מצרים", נחלת יעקב (שתיקן תפלת ערבית רשות),

צוזאַמען מיטן בנין בית המקדש השלישי, וואָס ווערט אָנגערופן "בית"מג (ווייל ער וועט זיין אַ בית נצחימד), כנגד יעקב [דער "בחיר שבאבות"מה], כמאחז"למו "לא כאברהם שכתוב בו הר כו' ולא כיצחק שכתוב בו שדה כו', אלא כיעקב שקראו בית".

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-0dp9n61z

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources