י"א ניסן
189
און אין אַ יאָר ווען מ'הויבט אָן זאָגן דעם קאַפיטל "עני ואביון אני גו' שמח נפש עבדך",
און אין דעם טאָג גופא — גלייך ווי מ'טרעפט זיך צוזאַמען בתחלת היום, ד. ה. גלייך נאָך תפלת ערבית (רשות), ווען עס הויבט זיך אָן דער "ויהי ערב", וואָס דאָס איז די התחלהכח (און דאָס איילט) צו דעם "ויהי בוקר", ביז אַז עס ווערט אַ "יום אחד"כט (מיט אַלע פירושים שבדבר) —
זאָל מען געבן יעדערן אַ דאָלאַר, כדי מ'זאָל דאָס אָפּגעבן צו אַן "עני ואביון" בכדי אַז באַ דעם "עני ואביון" זאָל קענען זיין "נאכל על השובע" בכל הפרטים, און דורך דעם וועט ביי אים אויך זיין שמחה, "שמח נפש עבדך".
און אפילו אויב מ'האָט שוין יענעם פאַרזאָרגט — און זיכער האָט מען אים פאַרזאָרגט — אַז ביי אים זאָל זיין "שובע" אין אַלע פרטים, איז אין "שובע" קיין שיעור ניטאָל, ס'קען אַלעמאָל זיין מערער און מערער, ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגן דער געוויינהייט פון אַ אידן, אַ בן מלך, ובפרט אַ בן פון מלך מלכי המלכים הקב"ה.
און וויבאַלד אַז אַלע אידן זיינען מחוייב אין די מצוות פון פסחלא, כולל אויך די הכרזה פון "כל דכפין ייתי וייכול כל דצריך ייתי ויפסח" — איז דער ענין (פון געבן אַ דאָלאַר על מנת אַז מ'זאָל דאָס אָפּגעבן אַן "עני ואביון") שייך צו אַלע אידן, אנשים, נשים, ביז אויך תינוקות,
ואדרבה — תינוקות האָבן אַ שייכות מיוחדת מיט דעם "סדר של פסח"לב און פסח בכלל — כמבואר בכ"מלג אַז באַ יציאת מצרים זיינען אידן געשטאַנען אין אַ דרגא פון "נער", ווי אַ קטן, און צוליב דעם איז געווען יציאת מצרים — מצד דער אהבה עצמית פון דעם אויבערשטן (מלך מלכי המלכים הקב"ה) צו אידן ווי זיי זיינען בבחי' "נער" — "נער ישראל (און דערפאַר) ואוהבהו"לד,
בדוגמא ווי די אהבה גדולה ואהבה עצמית וואָס מ'האָט דוקא צו אַ "נער"
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לב
- Id
- rh-v1mb90x4
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.