Likkutei Sichos
Addenda - sichos and letters 11
606תרומה
ברוקלין, נ. י.
צו אַלע פריינט פון חינוך הכשר, און די
חגיגה פון „בית שרה" בפרט
ה' עליהם יחיו
די יערלעכע חגיגה פון די „בית־שרה" סקולס, וואָס דאַרף פאָרקומען בע"ה זונטאָג א' דראש־חדש אדר, קומט אויס אין דער וואָך פון דער סדרה תרומה, וואו עס ווערט דערציילט וועגן דעם בויען פון משכן און מקדש. דאָס דאַרף דערמאָנען און אונטערשטרייכן די וויכטיקייט פון דער אידישער פרוי און טאָכטער אין אַלע פרטים פונם אידישן לעבן — אַלס טאגעבערין און וו־ווייזערי.
וואָרום, ווי די תורה דערציילט, זיינען די פרויען געווען די ערשטע צו נעמען אַ חלק אין בויען דעם הייליקען אָרט פאַר דער ־טלעכער שכינה, און זיי האָבן זיך אַנטזאַגט צו נעמען אַ חלק אין דעם גאַלדענעם עגל, וואָס איז געווען דער היפך דערפון.
אַ אידישע טאָכטער, דורך דער ריכטיקער ערציאונג ברוח התורה, פילט מיט אַן אינערלעכן ג־ט געבענטשטן חוש, וואָס עס איז הייליק און דאַרף געשטיצט ווערן, און וואָס עס איז שעדלעך און דאַרף דערווייטערט ווערן פון אידישן לעבן.
און אין דער איצטיקער צייט, ווען גוט און שלעכטס, ליכט און פינסטערניש, ווערן אָפט פאַרטוישט, איז, נאָך מער ווי אַלעמאָל, אַ לעבנסנויטווענדיקייט, אַז די אידישע טאָכטער זאָל באַקומען אַ תור־חינוך עלטהרת־הקדש, כדי זי זאָל קענען פאַרנעמען איר ריכטיקן אָרט אַלס עקרתהבית, וואָס אין אירע הענט, אין אַ גרויסער מאָס, ליגט די צוקונפט פון בית ישראל.
אין די „בית שרה" סקולס ווערן אידישע טעכטער צוגעגרייט גאָר פון דער פריסטער יוגנט אָנצוהאַלטן די מסורה (טראַדיציע) פון אונזערע מוטערס שרה, רבקה, רחל און לאה, און די אַלע דורות פון טרייע אידישע מוטערס וועלכע האָבן געהיט און אָפּגעהיט די יסודות פון דער אידישער היים און דעם אידישען לעבן.
607איך ווענדע זיך דעריבער מיט אַ קריאה של התעוררות צו אַלעמען וועלכע האַלטן טייער אידן און אמת'ע אידישקייט — וואָס איינס אָן די צווייטע קען ניט עקזעסטירען — און שאַצן אָפּ די וויכטיקייט פון חינוך הבנות על־טהרת־הקדש, און צו אנ"ש בפרט, צו שטיצן די „בית שרה" סקולס, וועלכע זיינען געגרינדעט געוואָרן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און העלפן שאַפן די פינאַנציעלע מיטלען וועלכע זיינען נויטיק אויף אויפצוהאַלטן די דאָזיקע מוסדות און דערמעגלעכן זייער אויסברייטונג.
און דער זכות פון שטאַרקן דעם חינוך בנות ישראל ברוח ישראל סבא וועט זיכער ביישטיין די שטיצער און מיטהעלפער, אַז השם יתברך זאָל זיי העלפן אין אַלעם וואָס זיי נויטיקן זיך בגשמיות וברוחניות.
בברכת כל טוב
3
במענה על מכתבו, יקבל בצרוף לזה המחאה על הסכום של חמשים דאָלר, בתור הלואה לביה"ס . . . המתנהל על ידו, ובטח ישתדל כת"ר להעמיד בקרוב ובע"ה את המוסד על יסודות של חי נושא את עצמו. וע"ד הצחות יש להעיר מתוד"ה שהחי (שבת צד.) שבמשכן — ומיום שחרב ביהמ"ק כו' ד"א של הלכה (ברכות ח, א) — לא היו נושאין דבר חי.
(ממכתב ז' כסלו, תש"ג) ב"ה, ט' אדר ה'תש"כ
ברוקלין, נ. י.
ועד שכון חב"ד אשר בירושלים עיה"ק,
צדקנו
ה' עליהם יחיו
בנועם ושמחה קבלתי הידיעה ע"ד „הנחת אבן הפנה של שכון חב"ד שיוקם בע"ה פעיה"ק ירושלים ת"ו" — הבע"ל,
608ויהי רצון אשר תהי' ההנחה בשעה טובה ומוצלחת, ובחב"ד יבנה השכון ויתכונן ויוגמר וימלאו כל עניניו בקרוב, בשעה טובה ומוצלחת,
שיכון אשר — יהי רצון מבונה ירושלים, שכל בית בו יהי' בית גדול וכדעת כל חז"ל — בית שמגדלין בו תורה, שמגדלין בו תפלה, שהדר ומשתמש בו — גדול הוא כי לו גו' התורה הזאת שתחלתה גמ"ח וסופה גמ"ח,
בתים מיוסדים, נבנים ומתנהגים ע"פ תורת חסידות חב"ד, שהיא היא תורת הבעש"ט ז"ל (אשר השנה היא שנת המאתים להסתלקות הילולא שלו),
ובכל אחד מהם ובכללות כל השכון, יקוים הכתוב ושכנתי בתוכם, בתוך כל אחד ואחד, וע"ד פירוש רבנו הזקן, שוכן ומתלבש תוך כאו"א להחיותו ולקיימו כו' הוא וכל אשר לו.
ויהי רצון אשר, מתאים לרצון רבותינו נשיאינו, יהי' שכון חב"ד מקום ממנו יפוצו המעינות בכל הסביבה ומחוצה לה, באופן דהלוך והתפשט הלוך ואור,
עדי יקוים היעוד, שתתפשט ירושלים על כל ארץ ישראל כולה, וארץ ישראל — על העולם כולו.
בברכת הצלחה בכל האמור, ובפ"ש כל
המשתתפים שליט"א בהנחת אבן הפנה
של שכון חב"ד.
במ"ש אודות אופן הנחת אבן הפנה, הנה ציון הנחת היסוד — התחלת הבנין, יש לו יסוד בכ"מ בתורתנו תורת חיים, ולא עוד אלא שגם בהלל ובהודות להוי' כי טוב כי לעולם חסדו על ישראל. ובלשון הזהר (ח"ג נ, א): כד שארי למבני בעי לאדכרא בפומי דהא לפולחנא דקוב"ה הוא בני כו' וכדין סעייתא דשמיא שרי' עלי' וקוב"ה זמין עלי' קדושתא וקארי עלי' שלום.
609ע"פ מרז"ל והלכת בדרכיו מה הוא כו' וקוב"ה הרי אסתכל באורייתא וברא עלמא, שהתחלתו באבן שתי' שממנו הושתת וכו' — מובן וגם פשוט אשר קודם להנחת האבן ישמיעו דברי תורה, וע"פ האמור — ד"ת המדברים בעניני בית ושכון, אשר חלק חשוב מהם בדרושי חב"ד עה"כ מזמור שיר חנוכת הבית.
פעולת ההנחה — ע"פ מרז"ל, שאין העולם מתקיים אלא בהבל פיהם של תשב"ר הבל שאין בו חטא — מהנכון שתעשה ע"י תשב"ר (ראה הל' ת"ת לאדה"ז פ"א ס"ג).
כן ע"פ הכתוב כה אמר ה' אלקים הנני יסד בציון אבן אבן בוחן פנת יקרת מוסד מוסד — נכון שאבן הפנה תהי' בדוקא אבן אשר בידי שמים (אף שאחרי זה אפשר להוסיף עלי' גם מלט וכו' ענינים שבידי אדם). והרי מתאים זה גם להענין ברוחניות — שהתחלת ויסוד כל בנין ודבר הוא נתינת כח מלמעלה ואתדל"ע.
ועוד להעיר, אשר הגיעתני שמועה שישנם כאלה שבעת הנחת אבן פנה, כותבים הענין במגילה ויש מהדרין שיהי' כתוב בכתב אשורי וכו', ומניחים המגילה על יד לאבן הפנה — והנה נוסף על תשובת הרמב"ם הידועה בהנוגע לקדושת כתב אשורי וכו', הרי, איך שלא תהי' הכתיבה — יש להמנע ביותר ובפרט בדורנו זה מלהנהיג מנהגים חדשים — עד שימצא להם יסוד מוסד בתורתנו תורת חיים. ובסגנון חז"ל: כל המוסיף בזה — גורע בחביבות וחשיבות מנהגי ישראל המקובלים, אשר תורה הם.610ב"ה, ט"ז טבת תשי"ב
ברוקלין.
צום פּרעזידענט, גבאים און מתפללים פון
בית הכנסת נוסח האר"י פיין עוועניו,
מאָנטרעאַל,
ה' עליהם יחיו
איך בין געווען צופרידן צו הערן אַ גרוס פון אייער שול און מתפללים בכלל, און פון אייער באַטייליגונג אין די פאַרשידענע טעטיקייטן וואָס דער שווער דער רבי, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האָט געגרינדעט און אָנגעפירט. די דאָזיגע טעטיקייטן ווערן אויך ווייטער אַנגעפירט ב"ה, און ווי יעדע לעבעדיקע זאַך, האַלטן זיי אין וואַקסן און פאַרברייטערן זיך. דערפאַר בין איך אויך זיכער אַז פון צייט צו צייט וועט אויך אייער באַטייליגונג וואַקסן.
אַ שול, אַ בית הכנסת, איז ווי דער נאָמען ווייזט אָן, אַן אָרט וואָס זאַמלט צוזאַמען און פאַראייניקט כמה וכמה אידן, כן ירבו, זעלבסטפאַרשטענדליך, זיינען פאַראַן צווישן זיי פאַרשידענע קאַטעגאָריעס מענטשן, אָבער די זאַך פון דער שול פאַראייניקט זיי.
עס איז פאַראַן אַ פאַראייניגונג פון מענטשן מצד אַן אַנדער סיבה אויך, ווי אַ געשעפטליכע שותפות. ס'איז אָבער דאָ אַ גרונטליכער אונטערשייד צווישן דער פאַראייניקונג און דער אויבנדערמאָנטער.
בשעת מענטשן פאַראייניקן זיך געשעפטליך, איז דאָס ניט קיין אמת'ע פאַראייניקונג, דערפאַר וואָס איין שותף גייט מיט דעם צווייטן כדי ער זאָל דערפון האָבן זיין אייגענעם בענעפיט. אין אַנדערע ווערטער, ער זוכט אין יענעם דאָס וואָס ער אַליין קען האָבן נוצן, ער זוכט אין יענעם ניט יענעם נאָר זיך. דערפאַר פּאַסירט, אַז ווען איינער פון זיי רעכענט, אַז ער קען פון דעם צווייטן ניט האָבן דעם ריכטיקן פּערזענליכן ריוח, פאַלט זיך פאַנאַנדער די פאַראייניקונג.
גרינטליך אונטערשידן איז אַ פאַראייניקונג אויפן יסוד פון תורה ומצוות בכלל, און אַ שול בפרט. דאָ פאַראייניקן זיך אידן ניט צוליב פּערזענליכן, גשמיות'דיקן ריוח, נאָר כדי דורכצופירן אַן ענין פון תורה ומצוות, תפלה וצדקה. זי פאַראייניקט דעם אַלגעמיינער געדאַנק צו טאָן דעם אויבערשטנס רצון, וואָס בכללות דריקט עס זיך אויס אין אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל. אַזאַ פאַראייניקונג קען אויך אָנהאַלטן אויף אַלע מאָל, פּונקט ווי תורה ומצות זיינען נצחות'דיק.
611איך שיק אייך מיין ברכה, אַז אייער שול זאָל זיין אַ אמת'ער בית הכנסת, וואו אַלע חברים און מתפללים זיינען פאַראייניקט מיט דעם געדאַנק פון „ויעשו כלם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם". דאָס עפענט אויך דעם וועג מקבל צו זיין דעם אויבערשטנס ברכה, יעדער איינעם וואָס ער דאַרף בבני חיי ומזונא רויחא.
ברוקלין, נ.י.
צו די חשובע פּרעזידענטן, גבאים,
כנסיות „נוסח אר"י" „צמח צדק" ו"ליו־
באַוויטש", די בכל אתר ואתר,
ה' עליהם יחיו
צום נייעם יאָר הבא עלינו ועל כל בני ובנות ישראל לטובה ולברכה, שיק איך אייך מיין ברכה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.
אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאָגן, אַז אַ נאָמען האָט אַ וויכטיקע אינערליכע באַדייטונג. דער נאָמען „נוסח אר"י", אָדער „צמח צדק", אָדער „ליובאַוויטש" אד"ג וואָס אַ שול טראָגט, האָט אַ פנימיות'דיקע באַדייטונג און אויפגאַבע.
אייערע זיידעס און עלטער זיידעס האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף צו האַלטן הויך און טייער דעם חסידישן נאָמען, וואָס זיי האָבן געטראָגן מיט גרויס אחריות און שטאָלץ. איר, זייערע קינדער און אייניקלעך, וועט זיכער אויך וויסן ווי אָפּצושאַצן די גרויסע אחריות וואָס ליגט אויף אייך, צו היטן און פאַראייביקן די גרויסע מסורת אבות און ירושה וואָס זיי האָבן איבערגעלאָזן אין אייער הענט.
דעריבער ווענד איך זיך צו אייך אין די דאָזיקע טעג פון גייסטיקער אויפלעבונג און אויפוואַכונג: באַפעסטיקט די יסודות פון אייער שול, סיי אין כמות — צו פאַרגרעסערן די צאָל חברים און מתפללים, ספּעציעל צווישן דער יוגנט; סיי אין רוחניות — דורך שיעורים אין לערנען תורה און חסידות: חומש, משניות, גמרא, עין יעקב, שלחן ערוך, תניא, מאמרים, וכו', מיט אַ חסידישן פאַרברענגען פון צייט צו צייט, אַזוי אַז אייער שול זאָל זיין לעבעדיק, וואַרים און ליכטיק.
612זיכער וועט איר ניט דורכלאָזן די גוטע און פּאַסנדע צייט פון די קומענדיקע הייליקע טעג צו שאַפן אַן אויפלעבונג אין אייער שול אין די אויבנדערמאָנטע זאַכן. איך האָף, אַז איר וועט פאַררופן, אויב נויטיק, אַ ספּעציעלען מיטינג דורכצופירן עס בפועל ממש, און דער אויבערשטער וועט אייך זיכער מצליח זיין. עס וועט מיר פרייען צו הערן גוטע בשורות וועגן דעם. און לויט דעם וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע:
עס איז אַ חזקה, אַז אַן ערנסטע אַרבעט גייט ניט פאַרפאַלן.
בברכת כתיבה וחתימה טובה צו יעדן
איינעם פון די מתפללים וחברים, הוא
ואת ביתו, זרעו וזרע זרעו יחיו, בתוך
כלל אחינו בני ישראל, לשנה טובה
ומתוקה.
ברוקלין.
הנהלת בית המדרש נוסח האר"י ז"ל . . .
ד' עליהם יחיו
איך האָב באַקומען אייער בריף פון כ"ד אייר, געשריבן דורך דעם מזכיר . . . אין אויפטראַג — לויט ווי ער שרייבט — פון דער הנהלה, ובמענה אליו:
בכלל ווען עס זיינען פראַן חילוקי דיעות צווישען צוויי צדדים, און עס נעמט אָן אַ פאָרם פון מחלוקת עפענטליך און מיט שאַרפע אויסדריקען, איז כמעט שטענדיג זיינען שולדיג ביידע צדדים אויב אפילו אין פערשידענע מאָסן אויך איין צד אין אַ גאָר גרויסער מאָס, אָבער עפּעס שולד איז פראַן אין יעדער צד. זעלבסט פאַרשטענדליך אַז מיינונגס פערשידענהייט איז אַ נאָרמאַלע ערשיינונג וואָרום עס איז אין דיעותיהם שוות, אָבער ניט אַז דאָס זאָל צובריינגען צו מחלוקת און אין אַ שאַרפער פאָרם.
על אחת כמה וכמה ווען דאָס איז פאַרבונדן מיט אַ שול וועלכע איז אַ בית תפלה לו יתברך, וואו אידען קומען דאַוונען און אויסבעטען באַ השם613יתברך דאָס וואָס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות און הקב"ה וואָס ער איז דער עצם הטוב וויל ממלא זיין די בקשות און די תפלות, איז אָבער אַ באַדינג אַז אַלע מתפללים און אַלע דיעה זאָגער פון שול געדיינקען דעם פסק המשנה, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, וואָס אָט דער פסק המשנה מאַכט נאָך מער פאַרשטענדליך אויף וויפיל מוז הערשען שלום אין אַ בית הכנסת אַלס צוגאָב אויף דעם מוז פון שלום בכלל.
עס איז שווער אויסצוהערען טענות פון איין צד און בכלל זייענדיק פון דער ווייטענס, צו ארויסבריינגען החלטות אין אַזעלכע ענינים, אָבער איך בין זיכער אַז באַ אַ גוטען ווילען דאַרפמען ניט אָנקומען צו החלטות אין דעם פון אַ אַנדער אָרט, און עס איז גענוג אַז מען זאָל זיך צונויפריידין צווישן זיך און געדיינקענדיק דערביי לויטן אויסשפּראַך פון רבינו הזקן אין תניא פרק מ"א אַז הקב"ה מניח העליונים ותחתונים ונצב עליו ומביט עליו ובוחן כליות ולב, וואָס דאָס מיינט כפשוטו יעדער איינעם פון די פאַרזאַמעלטע אויך דענסטמאָל ווען זיי וועלן באַהאַנדלען דעם ענין וועגען וועלכען איר שרייבט אין בריף. אַלע דאַרף מען זיך אַריינטראַכטען אין דעם אמת פון דער זאַך און נעמען אין אַכט אין דער פולסטער מאָס אַז דאָס איז אַ מקום קדוש וואָס דאַרף ממשיך זיין קדושה ווען מען געפינט זיך דאָרטען און אין אַ געוויסער מאָס אויך מיטנעמען אַהיים פון אָט דער קדושה. און זיכער וועט מען געפינען וועגען אַז עס זאָל זיין שלום צווישען אַלעמען לאורך ימים ושנים טובות און אַז אַלע צוזאַמען בלבב שלם זאָלן אויסשפּרייטען די השפעה פון זייער בית המדרש — ווי עס פּאַסט פאַר אַ שול וועלכעס טראָגט אַזאַ נאָמען נוסח האר"י ז"ל, אין דער גאַנצער סביבה.
און ספּעציעל זיינען די טעג הכנה טעג צו מתן תורה צוגעפּאַסט צו דעם וואָס ווי דער פסוק דערציילט האָבען אידען באַקומען די תורה דורכדעם וואָס ויחן שם ישראל נגד ההר, ויחן לשון יחיד, כולם כאיש אחד.
האָפענדיג צו באַקומען בקרוב גוטע
בשורות אין דעם ענין ובברכה לקבלת
התורה בשמחה ובפנימיות
. . . איר באַשרייבט דעם מצב אין דעם בית הכנסת חב"ד . . . , און איך בין געווען צופרידען צו באַקומען צוגאָב ידיעות, אַז דער מצב בעסערט זיך, און איך האָף אַז עס וועט גיין מחיל אל חיל. זעלבסטפאַרשטענדליך אַז צו יעדער זאַך מאָנט הקב"ה אַז עס זאָל געטאָן ווערען אויך בדרך הטבע, וואָס אין די ענינים פון בית הכנסת ובית המדרש ווענדעט זיך דאָס אין די גבאים,614און ווען מען טוט איז מען דענסטמאָל זיכער, אַז עס וועט זיין די ברכה פון השם יתברך ווי עס איז זיין הבטחה, וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה, און בפרט ווען עס האַנדעלט זיך וועגן לזכות את הרבים און בפרטי פרטיות, ווען עס רעט זיך וועגן אַ בית הכנסת חב"ד, וואָס נשיאינו הק' האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף אנ"ש, אַז די בתי כנסיות חב"ד זאָלן האַלטען אין וואַקסען און גרעסער ווערען, און זאָלן דינען לויטן מאמר רז"ל, אַלעס אַ מקדש מעט, פון וועלכען עס זאָל זיך אויך אויסשפּרייטען ליכטיקייט און וואַרימקייט אין די הייזער פון די בית הכנסת באַזוכער. און עס איז גרויס דער זכות פון דעם וואָס מן שמיא קא ממנו לי' צו זיין אַ גבאי אין אַזאַ בית הכנסת, צו קענען ממלא זיין דעם רצון פון נשיאינו הק' אין דאָס אויבענדערמאָנטע, און איך האָף צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דעם.
און אין די טעג פון פאַר מתן תורה, וואָס דער מדרש זאָגט אַז עס האָבן געמוזט זיין אַלע ששים רבוא אידן, און ווען עס וואָלט געפעלט אפילו נאָר איינער וואָלט דאָס געווען אַן אָפּהאַלט צו געבען די תורה הק', זאָלט איר זיך שטאַרקן אין אַלע מינים פון השתדלות, צו מקרב זיין וועמען עס לאָזט זיך נאָר, צו מקרב זיין צו תורה ומצות, וואָס דורך דעם נעמט מען די תורה און אויך דעם נותן התורה, און לויט דעם מאמר רז"ל אַז די התחלה פון מתן תורה איז דאָך דער ציווי אנכי, וועלכע זיינען די ראשי תיבות: אנא נפשי כתבית יהבית (שבת ק"ה ע"א, תניא פרק מ"ז).
התורה בשמחה ובפנימיות, לו ולכל
מתפללי בית הכנסת חב"ד. — המחכה
לבשו"ט.
. בנוגע לתכנית לקרא „ועידה עולמית מבתי כנסיות" באה"ק תובב"א בשבועות הקרובים,
דעתי ברורה בזה, כמו שעניתי מכבר לכמה אשר שאלוני בנדון האמור, דעתי ברורה ובכל תוקף נגד תכנית האמורה. ואם חס ושלום תבא לפועל — נגד השתתפות בזה.
ומיוסדת דעתי על מה ששמעתי מכ"ק מו"ח אדמו"ר עמדת כל גדולי ישראל ומנהיגיו בדור הקודם שהתנגדו בכל התוקף לתכנית האמורה הזה ודומה לה.
615ואם בדור הקודם התנגדו לזה כל גדולי ישראל, על אחת כמה וכמה בדורנו זה, דור יתום אשר אכשיר דרא „בתמי'".
מובן ששמעתי טענת המחייבים אשר נשתנו העתים וכו', אבל כאמור, לדעתי ברור אשר השינוי, בעוה"ר, מדור הקודם לדורנו שולל עוד יותר תכנית האמורה, וד"ל.
. . . יישר כחו וגדול זכותו על שעלה בידו לעשות הנוזיכה את הרבים וזכות הרבים תלוי בו. ובודאי במשך הזמן בדברי נועם ובאופן של כבוד — יוסיפו על הנ"ל עד שיהי' למעלה מקומת אי**) ובזה הוא מהשיעורים שהן לפי מה שהוא אדם (כלים פי"ז מי"א), דזיל בתר טעמא דמילתא.
616. א) בעין* כניסת כלב לבית הכנסת.
אין להביא ראי' — מקס"ד דספרי, לאיסור בפועל. ואין ללמוד איסורים מעניני דרוש, אפילו אם ת"ל שמשמע איסור זה בספר כלי יקר. כי הסגנון אין נכון וכו' — רגיל במפרשים אפילו בפירוש טעמי איסורים.
ב) ועוד להעיר (ולפלא שלא מצאתי לע"ע מי שעמד ע"ז) שטעם הכלי יקר, וגם דספר החינוך, בהנוגע לכלב, מופרך ממ"ש (יומא כ"א ע"ב) אשר במקדש שני, אש שעל המזבח רבוצה ככלב. ואת"ל — הרי זוהי גם ראי' שאין איסור בהבאת כלב לביהכ"נ.
ולכאורה הי' מקום לפרש את הנ"ל (בדוחק עכ"פ) שאין הכוונה שהאש הייתה בצורת כלב (או ארי' — מקדש ראשון), אלא שאמרו זה על אופן רביצת האש, אשר במקדש ראשון הי' כמש"נ רבץ כארי וכלביא מי יקימנו, ז.א. בקביעות ולא קופץ ועולה, מה שאינו כן בכלב.
ואינו, כי גם צורת ארי וכלב היו שם, וכפירוש רש"י על אתר, ובזח"ג (ריא, א), בתקו"ז תקון כ"א (סב, ב) ועוד — דחמאן דיוקנא דארי' וכלב.
ג) בסוף השו"ת, דאין חיוב ללכת לביהכ"נ כו' — עיין שו"ע או"ח ס"צ ס"ט והלאה וש"נ — ומפורש בכ"מ — דישתדל ומצוה לרוץ וכו' וכו'. ומש"כ בשם מהרי"ל — במג"א בסי' תט"ו סק"ב דנסתפק למהרי"ל אבל לפי מ"ש כו' ודאי כו'. (בא"ח החדש שם — שבשו"ת חו"י סקי"ב ושו"ת ר"מ זיסקינד סוס"א דחו דברי המג"א, ואינם תח"י).
ובכגון דא — עוד נקודה מיוחדת בדבר, ע"פ הפס"ד בשו"ע או"ח סוף סי' פ"ה, כי הוא עצבון גדול שהכל מתאספים והם יעמדו חוץ (אף שבשו"ע הוא רק שבועים בחדש וגם זה לא לתמיד, משא"כ בסומא וכו'). מובן שאפשר לסדר הכניסה לביהכ"נ בעזר בן אדם, אבל המדובר כאן — אם יש ענין בכניסתו (שזהו או משום צער או — לגודל הענין דתפלה בביהכ"נ דוקא), שאז יש לחפש דרכים לאפשר הכניסה, וק"ל.
(ממכתב ט"ו תמוז תשי"ט)617גבאי בבית כנסת חסידותי, ואשר כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל אישר המינוי שלו. ויהי רצון שינצל הכחות שניתנו לו — לשפר את הבית הכנסת ובית המדרש ביותר וביותר, עד שיוכל לשמש דוגמא חי' ווי אַ חסידישע שול, אַ חסידישער גבאי און חסידישע בעלי בתים דאַרפען אויסזהען. וכיון שאמרו רז"ל אין הקב"ה מבקש אלא לפי כחן, הרי בודאי שניתנו לו כחות להנהגת בית הכנסת בפרט, ולכל הבע"ב של בית הכנסת — להביא ענין זה בפועל במילואו . . .
קבלתי הידיעה ע"ד המאורע ל"ע ול"ע שקרה בבנין הישן של הישיבה,
ויהי רצון שבקרוב ממש תקוים במילואה השמועה מפי קדושי עליון שבכתי"ק רבנו הזקן בעל התניא (פוסק בנסתר דתורה) והשו"ע (פוסק בנגלה דתורה) שאחרי השריפה מתעשרים, ומבאר בזה שזהו במדתו של יעקב נחלה בלי מצרים מבריח מן הקצה אל הקצה וכו'.
ובפרט ע"פ מה שיש להוסיף דיוק בזה, דלכאורה הוזכרו בהנ"ל שני הפכים, נחלה בלי מצרים, ומבריח מן הקצה וכו' שזהו מוגבל בשתי הקצוות.
וע"כ צ"ל שהכוונה איחוד שני הענינים האמורים, נחלה בלי מצרים במקום המוגבל, וכידוע הדוגמא בזה ע"ד דמקום ארון אינו מן המדה, שהוא אמתים וחצי ארכו ואמה וחצי רחבו בדוקא ובמקום זה דוקא נמשך הענין דאינו מן המדה.
ועד"ז — בכל הזמנים — בד' אמות של תורה, בתי מדרשים וישיבות, שבמקום המוגבל — הנה נוסף על שהגבול מתברך במדה הכי גדולה מן הקצה אל הקצה, הנה בו נמשך הענין דנחלה בלי מצרים. [ולכן זהו רק במדת התפארת, ובפנימיות המדה — שעולה בפנימיות הכתר ששם נמנעו הנמנעות], וק"ל.
בברכת הצלחה בעבודתם בקדש
ולבשו"ט בכל האמור.
כיון שבכהנ"ל צריך לפרט הדברים ולפרש, המורם בהנוגע לפועל — שבגשמיות הדברים מגבית כספים וכו' שבטבעם גבולים הם, הנה יהי' הגבול דהסכומים הכי גדול, ובזה יושפע הענין לניצולם באופן דהפלגה.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ז
- Id
- rh-rq86eqgb