Likkutei Sichos
Vayakhel 3
443ויקחל ג
א. פון פּסוקא „ומסך שער החצר גו' ועשרים אמה ארך וקומה ברחב חמש אמות לעמת קלעי החצר" איז רש"י מעתיק די ווערטער „לעמת קלעי החצר" און איז מפרש: „כמדת קלעי החצר".
זיינען מפרשיםב מסביר: רש"י קומט דאָ באַוואָרענען, אַז דער טייטש פון וואָרט „לעמת" איז ניט — ווי עס ווערט געטייטשט בכלל — „כנגד"ג, וואָרום דאָ קען מען אַזוי ניט טייטשן (וויבאַלד אַז דער „שער החצר" איז ניט געווען „כנגד" די קלעי החצר, נאָר ביי זייער זייט), נאָר דער וואָרט „לעמת" דאָ מיינט „כמדת".
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: אויב רש"י קומט נאָר אָפּטייטשן דעם וואָרט „לעמת", פאַרוואָס איז ער מעתיק פון פּסוק אויך די ווערטער „קלעי החצר" — ובפרט אַז ער חזר'ט זיי איבער בגוף פּירושו „(כמדת) קלעי החצר" — ער האָט געדאַרפט זאָגן בקיצור: „לעמת — כמדת"?
ס'זיינען פאַראַן אין חומש נאָך ערטער וואו מ'קען דעם וואָרט „לעמת" ניט טייטשן „כנגד" — (א) „לעמת מחברתו" (אין פּ' תצוהד), (ב) „לעמת העצה" (אין פּ' ויקראה) — און דאָרט איז רש"י מפרש: „סמוך . . למעלה", „למעלה";
ועפּ"ז האָט דאָך רש"י אויך דאָ געדאַרפט אַזוי מפרש זיין: „לעמת" — „סמוך . . למעלה" — און איינטייטשן אַז „וקומה ברוחב חמש אמות לעמת קלעי החצר" מיינט, אַז די הויך פון דעם „מסך שער החצר" איז געווען „חמש אמות" העכער („למעלה") פון די קלעי החצר; פאַרוואָס טייטשט ער „לעמת" — „כמדת", וואָס „אין לו חבר" אין חומשו?
נאָכמער: דער פּירוש איז לכאורה מער מתקבל אין המשך הכתוב — ווי דער פּירוש „כמדת". לויטן פּירוש „סמוך . . למעלה" איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס עס מוזן שטיין די ווערטער „לעמת קלעי החצר" — זיי קומען מודיע זיין וויפל ס'איז געווען די הויך פון דעם מסך שער החצר („חמש אמות" העכער פון די קלעים); אָבער לויטן פּירוש „כמדת", אַז דער מסך האָט געהאַט די זעלבע מאָס ווי די קלעי החצר, זיינען דאָך די ווערטער „לעמת קלעי החצר" איבעריק — עס שטייט דאָך שוין פריער בפירוש „וקומה ברוחב חמש אמות" — איז וואָס איז מוסיף אַז זיי זיינען „כמדת קלעי החצר"?
ג. די קשיא ווערט נאָך שטאַרקער לויט אַ פריערדיקן פּי' רש"י —444ובהקדים: עס איז פאַראַן אַ מחלוקתז צווישן ר' יהודה און ר' יוסי וועגן דער הויך פון דעם מזבח: ר' יהודה זאָגט אַז דאָס וואָס שטייטח „ושלש אמות קומתו" איז — „דברים ככתבן", און ר' יוסי לערנט אָפּ (דורך אַ גז"ש „רבוע" „רבוע") פון מזבח הפּנימיט — „מה להלן גובהו פּי שנים כארכו אף כאן פּי שנים כארכו" — אַז די הויך פון דעם מזבח איז געווען עשר אמות.
ברענגט די גמראי: „א"ל ר' יהודה . . אפשר כהן עומד ע"ג המזבח ועבודה בידו וכל העם רואין אותו מבחוץ" (וואָרום אויב דער מזבח איז עשר אמות הויך, איז עס דאָך העכער פון די קלעי החצר, וואָס זייער הויך איז געווען חמש אמות); האָט ר' יוסי אים געענטפערט אַז ער האַלט אַז די הויך פון די קלעים איז געווען ט"ו אמות.
די גמרא אין עירוביןיא זאָגט, אַז דער שיעור פון אַ פּתח (לדעת רבנן) איז „עשרים אמה (די הויך) ברוחב עשר". פרעגט די גמראיב: „לילפו מפּתח שער החצר . . מה להלן חמש ברוחב עשרים אף כאן חמש ברוחב עשרים", און די גמרא ענטפערט (אין צווייטן תירוץ) — לגירסת התוס'יג: „קלעים ט"ו אמה וכי כתיב וקומה ברוחב ה' אמות משפת קלעים ולמעלה". און תוס' איז מסביר, אַז די קושיית הגמרא איז אויף דעם שיעור כ' אמה פון גובה הפּתח (מ'זעט דאָך פון פּתח החצר אַז דער שיעור פון גובה הפּתח איז נאָר „חמש אמות"), און די גמרא טוט אויף אין דעם ענטפער, אַז אויך דער פּתח החצר איז געווען הויך כ' אמותיד, און דאָס וואָס שטייט „וקומה ברוחב חמש אמות" מיינט „משפת קלעים ולמעלה" (פינף אמות העכער פון די קלעים, וואָס לדעת ר' יוסי זיינען זיי געווען ט"ו אמות, כנ"ל).
קומט דאָך אויס, אַז לדעת ר' יוסי (לויטן פּירוש התוס') איז דער טייטש פון „לעמת קלעי החצר" — העכער פון די „קלעי החצר"טו;
און וויבאַלד מיר זעען, אַז (פריער) אין פּ' תרומהח ברענגט רש"י אַראָפּ ביידע דיעות, פון ר' יהודה און ר' יוסי, האָט ער דאָך לפי"ז אויך דאָ, בפּירושו אויף „לעמת קלעי החצר", געדאַרפט ברענגען דעם טייטש אין „לעמת קלעי החצר" — „סמוך . . למעלה" (ניט נאָר ווייל ס'איז מער מתאים אין לשון הכתוב כנ"ל, נאָר) ווייל ס'איז מתאים צו דעת ר' יוסי (וואָס רש"י ברענגט אַראָפּ)טז.
ד. אין אמת'ן אָבער איז דאָס קיין קשיא ניט, ווייל די גאַנצע שקו"ט האָט445קיין אָרט ניט לויט דעם ווי רש"י לערנט עפּ"י פשוטו של מקרא:
אין פּסוק (בסוף פּ' תרומהיז) „ארך החצר גו' וקומה חמש אמות" איז רש"י מפרש: „וקומה חמש אמות, גובה מחיצות החצר והוא רוחב הקלעים". ד. ה. הגם אַז ביים שיעור פון דעם מזבח ברענגט רש"י אויך די דיעה פון ר' יוסי („גבהו פּי שנים כארכו"), פונדעסטוועגן, בנוגע „גובה מחיצות החצר", זאָגט ער באופן סתמי, אַז עס איז „חמש אמות".
מוז מען זאָגן, אַז עפּ"י דרך הפּשט, איז אפילו לויט דעם פּירוש אַז די הויך פון מזבח איז געווען י' אמותיח, איז די „גובה מחיצות החצר" געווען (נאָר) „חמש אמות"יט — און דער טעם איז מובן בפּשטות: ס'איז ניטאָ קיין הכרח אין דרך הפּשט אַז מ'זאָל ניט טאָרן זען ווי דער כהן טוט די עבודה אויפן מזבח; און דעריבער טייטשט מען „וקומה חמש אמות" כפשוטו (ניט ווי ע"פּ דרך לימוד הגמרא — לדעת ר' יוסי — אַז עס מיינט „משפת המזבח ולמעלה").
ובמילא איז מובן, אַז אויך בנוגע דער הויך פון שער החצר קען מען זאָגן, אַז ע"ד הפּשט איז עס לכל הפּירושים געווען נאָר חמש אמותיט (אפילו לויט דעם פּירוש אַז די קומת המזבח איז י' אמות).
עס בלייבט אָבער שווער: הן אמת, אַז מצד תוכן הענין איז ע"ד הפּשט ניטאָ קיין הכרח צו זאָגן אַז לדעת ר' יוסי איז די גובה פון שער החצר געווען מער ווי „חמש אמות" — אָבער מצד לשון הכתוב („לעמת קלעי החצר") האָט מען געדאַרפט טייטשן אַז דער שער החצר איז געווען חמש אמות העכער פון די קלעי החצר, כנ"ל?
רש"י שטעלט זיך אויף די ווערטער „לעמת קלעי החצר", ווייל די דריי ווערטער זיינען לכאורה איבעריק: אפילו ווען מ'זאָל איינטייטשן, כנ"ל, אַז דאָס מיינט „חמש אמות" העכער פון די קלעים, איז נאָך אַלץ ניט מובן: פאַרוואָס דאַרף די תורה מודיע זיין דעם שיעור הקומה דורך אַ דיוק פון אַ לשון אריכתא („חמש אמות לעמת קלעי החצר"), בעת עס האָט געקענט שטיין בקיצור און קלאָר: „(קומה ברוחב) עשר אמות"?
דעריבער זאָגט רש"י, אַז דער פּסוק קומט דאָ זאָגן אַ טעם פאַרוואָס די הויך פון מסך שער החצר האָט געדאַרפט זיין „חמש אמות" (און ניט העכער — ווי דער „מסך פתח האהל"כ) — ווייל דער מסך האָט געמוזט זיין „כמדת קלעי החצר" — דער פּסוק איז מדגיש, אַז דער מסך איז אין זיין תוכן (זיין צוועק — דאָס זעלבע און) אַ טייל פון די קלעים און דעריבער דאַרף זיין הויך זיין פּונקט ווי זייער הויך.
446דערמיט ווערט בדרך אגב פאַרענטפערט די קשיא (ע"ד ההלכה) וואָס ווערט געבראַכט אין רבותינו בעלי התוספותכא: „אם לא היו גבוהים אלא חמש אמות א"כ לא הי' פתח השער גבוה כמו פּתח היכל של בית עולמים" (און דעריבער זיינען זיי דאָרט מפרש, אַז די קלעים פון צד המזרח (ובמילא אויך דער פּתח החצר) האָבן געהאַט די הויך פון כ' אמהכב).
ווי רש"י לערנט (עפּ"י פּשוטו של מקרא) איז עס מעיקרא קיין קשיא ניט, ווייל דער פּסוק גופא באַוואָרנט עס דורך מוסיף זיין „לעמת קלעי החצר": דער מסך שער החצר איז געווען אַ „טייל" פון די קלעי החצר — ניט אָנווייזענדיג פון וועלכער זייט, ד. ה. אַז אין גאַנצען חצר זיינען געווען די זעלבע (הויך פון די) קלעים
און במילא האָט אויך דער שער ניט געהאַט דעם גדר פון אַ פּתח ממש ווי פתח ההיכלכג.
ו. דער חידוש בענין הנ"ל — אַז דער „מסך שער החצר" איז בתוכנו אַ טייל פון די קלעים — וועט נאָך קלערער ווערן לויט אַ הסבר אין אַ מחלוקת הראשונים בנוגע צו חיוב מזוזה:
איינער פון די תנאים וואָס זיינען מחייב אַ בית אין קביעות מזוזה, רעכנט דער רמב"םכד: „ויהיו לו דלתות". דער ראב"דכה אָבער האַלט, און אַזוי איז די דיעה פון נאָך ראשוניםכו, אַז אויך אַ פּתח אָן אַ דלת איז מחוייב במזוזה.
קען מען מסביר זיין זייער מחלוקת אַז דאָס איז תלוי אין דעם ביאור הגדר פון דלת: (א) דלת איז אַ טייל פון דעם שער, וואָס ענינו איז פּתיחה — כניסה ויציאהכז (ב) דלת איז אַן ענין בפ"ע — סגירה (אָן דעם דלת וואָלט געווען אַ שטענדיג אָפענער חלל, און דער דלת איז סותם דעם חלל).
די נפק"מ לדינא צווישן די צוויי הגדרות איז לגבי חיוב מזוזה: אויב מ'נעמט אָן אַז דער דלת איז אַ טייל פון דעם שער און ענינו איז פּתיחה, איז מסתבר, אַז דער חיוב פון מזוזה (וואָס איז פאַרבונדן מיטן מקום הכניסהכח (והיציאהכט) פון בית) איז פאַראַן נאָר ווען דער פּתח איז באופנו הרגיל והשלם — ווען ער האָט אַ דלת — וויבאַלד אַז (פּתיחת ה)דלת גיט די אפשרות הכניסה צום בית;
447אָבער אויב מ'זאָל זאָגן, אַז דער גדר פון דלת איז צו סותם זיין דעם חלל הפּתח, האָט קיין אָרט ניט צו זאָגן אַז דער חיוב המזוזה בפתח ושער הבית (דער מקום הכניסה והיציאה) זאָל זיין פאַרבונדן מיטן דלת, וואָס זיין זאַך איז ניט צו דערלאָזן די כניסה ויציאה.
ז. און דאָ זעט מען ווי איז שיטת רש"י בפּי' עה"ת (ע"פּ פּשש"מ) אין דעם ענין: רש"י לערנט אַז דער „מסך שער החצר" האָט געמוזט זיין „כמדת קלעי החצר", וכנ"ל, ווייל במהותו איז ער אַ טייל פון די קלעים; ד. ה. אַז כשם ווי די קלעים איז ענינם סתימהל, אַזוי איז אויך דער „מסך שער החצר" ענינו (ניט אַ טייל פון דעם „פתח (שער) החצר"לא, נאָר) סתימה, וכשמו „מסך", וואָס איז „לשון מגין"לב.
דערפון איז אויך מובן בנוגע צום גדר פון דלת (וואָס דער „מסך שער החצר" איז במקום אַ דלת, כמבואר אין תשובת ר' אברהם בן הרמב"םלג), אַז לויט שיטת רש"י איז דלת ענינו סגירה (און ניט פתיחה)לד.
דאָס איז מתאים אויך מיט שיטת רש"י בפּירושו על הש"סלה, וואו ער האַלט אַז אויך אַ פּתח בלי דלת איז מחוייב אין מזוזה (און ווי אויבן גערעדט אין הסברת השיטה, אַז אַ דלת איז ניט קיין טייל פון דעם פּתח).
ח. די שאלה הנ"ל וועגן גדר פון אַ דלת אין חלק ההלכה שבתורה, איז אויך פאַראַן בנוגע צום ענין פון דלת ווי ער איז מבואר אין חלק הסוד שבתורה:
„דלת", בפּנימיות הענינים, איז ספירת המלכותלו — ווייל ספירת המלכות איז דער ממוצע צווישן עולם האצילות און די עולמות שלמטה מאצילות (ובכלל — צווישן איין עולם און עולם שלמטה ממנו) — און אין ספירת המלכות זיינען דאָ צוויי ענינים: א) מלכות איז מעלים אויף די ספירות וועלכע זיינען העכער פון איר (וואָס מצד דעם העלם פון מלכות ווערט זי אָנגערופן „ים"); און דורך דעם העלם איז (ב) מלכות טראָגט אַראָפּ און איז מגלה דעם אור פון אצילות צו די נידעריקע עולמות (און מצד דעם ווערט זי אָנגערופן „ארץ")לז.
און דאָ שטעלט זיך די שאלה: וואָס איז דער עיקר פון ספירת המלכות — דער ענין ההעלם אָדער דער ענין הגילוי וואָס איז אין און דורך אירלח.
דער ענטפער לויט פּי' רש"י: „לעמת קלעי החצר — כמדת קלעי החצר"*: מצד (דעם לימוד פון) עולם הפּשט — עולם העשי'לט — איז דער מסךמ448(ו"דלת" פון), ספירת המלכות ענינו ווי די קלעים — העלם וסתימה:
אין די עולמות בריאה ויצירה, הגם אַז אויך אין זיי פּועל'ט דער העלם פון ספירת המלכות — וואָס דעריבער איז אין זיי ניט מאיר דער אור אלקי אַזוי בגילוי ווי אין אצילות, עולם האחדות — פונדעסטוועגן, ווערט אין זיי נמשך אַן ענין פון גילוי אלקות; און דערפאַר איז בריאה אַן עולם וואָס איז רובו טוב, און יצירה איז עכ"פּ מחצה על מחצהמא.
אָבער אין עולם העשי' איז העלם לגמרי. ס'איז „עולם הקליפּות וסט"א"מב, „כל מעשה עוה"ז קשים ורעים והרשעים גוברים בו"מג — און דעריבער הערט זיך אין עולם העשי' (עולם הפּשט) בעיקר די פּעולת ההעלם פון מלכותמד.
ט. דער תכלית הכוונה איז דאָך אָבער, צו מבטל זיין דעם העלם, עס זאָל זיין גילוי אלקות למטה —
דעריבער שטייט ניט אין תורה בפירוש „כמדת קלעי החצר", נאָר „לעמת קלעי החצר" — וואָס „לעמת" מיינט ניט אַ פאַרגלייך וואָס איז דאָס זעלבע ממש, נאָר בלויז אַ מעין און דוגמא (ע"ד דער לשון בנוגע צו קדושה און קליפּות: „זה לעמת זה"מה);
ד.ה. אַז דער „מסך שער החצר" איז ניט דאָס זעלבע ממש ווי די קלעים, וועלכע זיינען אַ שטענדיגער (פולשטענדיקער) הפסק והעלם, נאָר תורה גיט כח צו איבערמאַכן דעם מסך, עס זאָל ווערן אַן ענין פון פּתיחה וגילוי;
ביז עס ווערט די פּתיחה ווי דער „פּתחו של אולם", וואָס „לא היו בו דלתותמו שתמיד הי' פּתוח"מז — אַז עס ווערט דער גילוי שטענדיג (בתכלית) אָן קיינע העלמות, „ונגלה כבוד הוי' וראו כל בשר יחדיו כי פּי הוי' דיבר"מח.
יו"ד. דאָ זעט מען ווידער די הפלאה אין פּירוש רש"י על התורה, אַז פון אַ קורצן פּירוש פון רש"י, וואָס בהשקפה ראשונה זעט עס אויס ווי אַן איינפאַכער אָפּטייטש, קען מען אַרויסנעמען
[ניט נאָר ווי אין אָט דעם פּירוש איז בולט דער כלל (וואָס רש"י אַליין גיט אַרויסמט) „ואני לא באתי אלא לפּשוטו של מקרא", נאָר צוזאַמען דערמיט אויך]
ווי אין דעם פּירש"י זיינען פאַראַן „ענינים מופלאים"נ אויך בשייכות צו פּסקי הלכה און ווי אָט דער פּירוש על התורה איז בהתאם צו שיטת רש"י בפּירושו על הש"ס; און אויך די התאמה צווישן די ענינים ווי זיי זיינען ע"ד הפּשט וההלכה און ווי זיי ווערן נתבאר אין קבלה וחסידות.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ז
- Id
- rh-mzmc7kr2