עברית
Library

Likkutei Sichos

Addenda - sichos and letters 10

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

602אדר

ב"ה, ראש־חודש אדר ב', ה'תשל"ו

ברוקלין, נ.י.

צו אַלע אַנטיילנעמער אין דער

יערלעכער מסיבה פון די „נציבי

הישיבה" תומכי־תמימים ליובאַוויטש אין

מאָנטרעאַל,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה:

די ספּעציעלע נקודה פון היינטיקן יאָר (ווי דאָס איז אויך צו באַמערקן פונם דאַטום פון דער מסיבה) איז דאָס וואָס עס איז אַן עיבור־יאָר, ווען עס ווערט צוגעגעבן אַ גאַנצער חודש, און עס ווערן איבערגעשטעלט אַלע דאַטען, ניט נאָר פון די איצטיגע חדשים, נאָר אויך פון די שפּעטערדיגע, אַזוי אַז פּסח פאַלט אויס מיט אַ חודש שפּעטער, אא"וו.

אַ מענטש אַ בעל־שכל, וואָס דאַרף זיך אָפּלערנען פון יעדער זאַך, דאַרף זיך זיכער אַריינטראַכטן אין דער באַדייטונג פון עיבור־יאָר און וואָס ער לערנט אונז.

די פּשוטע דערקלערונג פון דעם עיבור־יאָר איז צו דערגענצן דעם חסרון פון דעם לבנה־יאָר (דער יסוד פון אונזער לוח) לגבי דעם זן־אר (וואָס באַשטימט די פיר תקופות פון יאָר). וויבאַלד אַז דער לבנה־יאָר איז מיט 11 טעג הינטערשטעליג לגבי דעם זון־יאָר, פאָדערט די תורה צו דערגענצן דעם אונטערשייד, כדי אַז פּסח זאָל שטענדיג אויספאַלן אין פרילינג און די אַנדערע ימים־טובים אין זייער תקופה.

אין דעם איז אויך אַ דערמאַנונג, אַז עס פאָדערט זיך אויך פון אַ מענטשן צו דערגענצן וואָס ער איז הינטערשטעליג געבליבן אין זיינע פליכטן און דערגרייכונגען אפילו ווען ער איז אין דעם ניט שולדיג — ווי דאָס איז אין פאַל פון עיבור־יאר

אַ צווייטע נקודה אין דעם איז, אַז די דערגענצונג פון עיבור־יאָר איז מיט אַ גאַנצן חודש, כאָטש דער חסרון איז בלויז פון 11 טעג. דאָס לערנט, אַז ס'איז מעגלעך מיט איין מאָל ניט נאָר צו דערגענצן דאָס וואָס עס איז פאַרפּעלט געוואָרן אין דעם יאָר — נאָר אויך פון פריער, נאָך אפילו מיט „אַדרויף" אויף שפּעטער.

603אויב דאָס איז אַזוי אין אַלע ענינים, על אחת כמה וכמה אין דעם געביט פון חינוך, וואָס דאָס איז נוגע די תלמידים אויפן גאַנצן לעבן. וואָרום דער אמתער תורה־חינוך — אַזאַ חינוך ווי עס ווערט געגעבן אין דער ישיבה תומכי־תמימים — מיינט ניט נאָר צו באַרייכערן דעם תלמיד'ס ידיעות, נאָר ספּעציעל צו אַנטוויקלען און באַרייכערן זיין נשמה־לעבן אין די יאָרן ווען ער ווערט גייסטיג אויסגעפורמט אויפן גאַנצן לעבן.

דעריבער איז פאַרשטאַנדיג ווי גרויס עס איז דער זכות און די אחריות פון אַלע פריינד און שטיצער פון דער ישיבה אויסצונוצן די געלעגנהייט פון דער יערלעכער מסיבה צו דערגענצן דאָס וואָס מ'האָט פאַרפעלט, און מיט „אַדרויף" אויף להבא, אין גייסט פון עיבור־יאָר, ווי אויבנדערמאָנט, צו דערמעגלעכן דער ישיבה אָנצוגיין מיט איר חינוך אַרבעט אין דער פולסטער מאָס און אין אַ שטייגענדער מאָס. און השי"ת וועט זיכער ניט שולדיק בלייבן — און שיקן זיינע ברכות אין דער פולסטער מאָס בגו"ר גם יחד.

בכבוד ובברכה להצלחה

ולבשורות טובות

ולפשבשו"ע אדה"ז הושמט כל הענין (ודוחק גדול לומר שסמך להביאו בעיקר מקומו — הל' מגילה) וראה בקונ' השולחן.

ולהעיר מפי' פערלא לסהמ"צ לרס"ג מ"ע נו.

(ממכתב ז' אד"ר ה'תשכ"ז)

604אַזוי ווי די מסיבה קומט פאַר אור ליום ה', ז' אדר ב', ווערט דערמיט אונטערשטראָכן די פאַרבינדונג פון דער דאָזיגער וויכטיגער געשעעניש מיט דעם עיבור־אַר, וואָס דער ענין פון עיבור־יאָר איז צו דערגענצן און אויסגלייכן די לבנה־אָרן מיט די זון־יאָרן. וואָרום וויבאַלד אַז די צייטרעכנונג באַ אידן איז לויט דער לבנה, און דער לבנה־יאָר בלייבט הינטערשטעליג מיט אַרום עלף טעג לגבי דעם זון־יאָר, מוז דער דאזיגער חסרון דערגענצט ווערן דורך אַ צוגאַב־חודש אַלע צוויי אָדער דריי יאָר, כדי די ימים טובים זאָלן אויספאַלן אין זייער פּאַסנדע תקופה פון יאָר — פּסח אין חודש האביב (פרילינג), סוכות אין הערבסט, וכו' — לויט די פאָרשריפטן פון דער תורה.

אָבער אַזוי ווי אַלע ענינים אין תורה (מלשון הוראה, אָפּלערנונג) זיינען אָנווייזונגען ווי אַ איד דאַרף זיך פירן אין טָ־טעגלעכן לעבן כדי צו דערפילן זיינע פליכטן צו ג־ט און צו לייטן, איז אויך אין דעם עיבור־יאר פאַראַן אַ הוראה, אַז אויב מ'האָט עפּעס פאַרפעלט אין ענינים וואָס מ'האָט געדאַרפט דורכפירן, אָדער אין דער שלימות פון די ענינים — און דאָס איז דאָך זיכער, אַז אפילו די פריערדיגע שלימות איז ניט גענוג לגבי דעם איצטיגען מצב — דאַרף מען דאָס ממלא זיין אין דער פולסטער מאָס. און אין דעם איז מען דאָך ניט אָפּהענגיג ניט פון דער לבנה און ניט פון דער זון — פון טבע — נאָר פון זיך אַליין.

בפרט לויט דעם באַוואוסטן וואָרט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר: אַז ווען אַ איד מאַכט אַ פעסטן באַשלוס צו טאָן אַ גוטע זאַך, אפילו ווען דאָס שיינט צו זיין איבער זיינע כוחות אין יענעם מאָמענט, עפנט דער אויבערשטער פאַר עם נייע צנורות און מעגלעכקייטן דאָס דורכצופירן.

אויב דאָס איז אַזוי אין אַלע ענינים פון תורה און מצוות — על אחת כמה וכמה אין דעם געביט פון חינוך על טהרת הקודש, וואָס וויפל מ'זאָל טאָן אין דעם בלייבט נאָך אַלץ זייער פיל אויפצוטאָן. בפרט נעמענדיג אין אַכט דעם אייגנאַרטיקן כאַראַקטער פון דער באַרימטער ישיבה תומכיתמימים ליובאַוויטש אין מאָנטרעאַל, ווי פון אַלע ליובאַוויטשער ישיבות, וואו די תלמידים ווערן דערצויגן מיט דער טיפן באַוואוסטזיין, אַז זיי האָבן אַ ־טלעכע לעבנס שליחות צו פאַרשפּרייטן און פאַרשטאַרקן אידישקייט אומעטום, און טוען דאָס מיט מסירת־נפש.

דעריבער בין איך שטאַרק אין דער האָפענונג, אַז די „נציבי הישיבה" און אַלע אירע פריינד, אַ דאַנק וועמען די ישיבה קען שטאָלצירן מיט אירע גרויסע און מוסטערהאַפטע דערגרייכונגען, וועלן זיי — אין גייסט פון דעם עיבור־יאָר — פאַרגרעסערן נאָך מער זייער הילף און שטיצע, כדי ממלא צו זיין אויך דאָס וואָס מ'האָט געקענט אויפטאָן נאָך מער אין די לעצטע יאָרן ווען זי וואָלט געהאַט די נויטיגע געלט־מיטלען דערצ

605און השם יתברך זאָל העלפן, און וועט זיכער העלפן, אַז מ'זאָל דאָס טאָן און אויפטאָן בשמחה ובטוב לבב, בפרט אַז די מסיבה קומט פאַר אין דעם חודש פון „מרבין בשמחה", און עס זאָל מקויים ווערן באַ יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל, „ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר", סיי אין איינפאַכן זין און סיי אין דעם אינערלעכן זין פון „אורה — זו תורה" וכו'.

בכבוד ובברכה להצלחה

ולבשורות טובות

און אַ פריילעכן פּורים

נהניתי לשמוע מהטבת מצב בריאותו, ונצטערתי מההוספה בזה, אשר נחסר מתוקף הרוח שצ"ל אצל כל בנ"י, ובפרט באלו שזכו למאור שבתורה זוהי תורת החסידות, ולידיעת אחד מהיסודות שלה, והוא ענין השגחה פרטית, כמבואר מהבעש"ט ובכתבי דא"ח של נשיאינו רבוה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע באריכות,

ותקותי חזקה, אשר החסרון הנ"ל הוא אינו אלא מצב עובר ולרגע בעלמא, ותיכף ומיד הנה יעורר את האיתן שבנשמה, וימשיכו ג"כ בהכחות הגלוים, וכידוע פירוש איתן, שטאַרק, האַרט און אַלט, כי שרשו משם ע"ב, עתיק, כי איננו מחודש ח"ו, וכמבואר בקונטרס לימוד החסידות במאמר רבינו הזקן על הכתוב משכיל לאיתן האזרחי.

ובימי אדר האלו, שהוא החדש שמרבים בשמחה, ולא נתנו רז"ל בזה כל הגבלה, אשר לכן אף אם נמצאים במצב של שמחה, עכ"ז יש עוד מקום לריבוי, ויהי רצון אשר יקוים בו, כסיום מד"ר אסתר; מדות טובות של הקב"ה בהשפע בפירוי וריבוי, הטוב בריבוי החסד בריבוי הרחמים בריבוי הצדקה בריבוי האמונה בריבוי הפדות בריבוי הברכה בריבוי השבח בריבוי והשלום בריבוי — ומסיים ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום.

(ממכתב יום ו' עש"ק פ' כי תשא את ראש תשי"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-pej4psxr

Copies

Recent activity

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · approved
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · closed

Sources