עברית
Library

Likkutei Sichos

Terumah 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

298תרומה ג

א. פון פּסוקא „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" לערנט אַרויס דער רמב"ם אין הלכות בית הבחירהב: „מצות עשה לעשות בית ליי' מוכן להיות מקריבים בו הקרבנות כו' שנאמר ועשו לי מקדש, וכבר נתפרש בתורה משכן שעשה משה רבינו, והי' לפי שעה שנאמר כי לא באתם עד עתה וגו'"ג.

אָבער אין הלכות מלכיםד לערנט עס אַרויס דער רמב"ם פון אַן אַנדער פּסוק: „שלש מצות נצטוו ישראל בשעת כניסתן לארץ וכו' ולבנות בית הבחירה שנאמרה לשכנו תדרשו ובאת שמה". איז ידועה די קושיא: פאַרוואָס בריינגט ער ניט דאָ דעם זעלבן פּסוק וואָס ער בריינגט אין אָנפאַנג הל' בית הבחירה?

דער לחם משנהו ענטפערט אויף דעם, אַז דער פּסוק „ועשו לי מקדש" רעדט וועגן „משכן המדבר", און דער פּסוק „לשכנו תדרשו" מיינט דעם „משכן שילה" (ווי רש"י טייטשטז), און „כי היכא דבשילה ובמדבר היא מצוה ודאי דבבית הבחירה היא מצוה"ח.

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז בנין „בית ליי'" רעכנט דער רמב"ם אין הלכות ביה"ב אַלס „מצות עשה" — און דאָס מיינט אַ מצוה הנוהגת לדורות — פאַרוואָס בריינגט ער אַ פּסוק וואו דער ציווי איז נאָר אויף בנין המשכן7

און ס'איז בכלל קשה להבין, אַז אין הלכות בית הבחירה, וואָס כשמן כן הן, אַז דער גאַנצער תוכן איז די מצות עשה לדורות פון (בנין) ביהמ"ק, זאָל ער בריינגען אַ פּסוק וואו דער ציווי איז אויפן משכן המדבר — און אין הלכות מלכים, וואָס כשמן כן הן, אַז עס רעדט זיך בעיקר וועגן מצות (מינוי) מלך, זאָל ער בריינגען דעם פּסוק „לשכנו תדרשו" וואָס רעדט וועגן משכן שילה (און בית עולמיםט).

ב. לכאורה קען מען פאַרענטפערן, אַז דער רמב"ם בריינגט אין הלכות ביה"ב דעם פּסוק „ועשו לי מקדש" (ניט אַלס ציווי אויפן משכן, נאָר) ווייל פון אים לערנט מען אָפּ די מצוה (כללית) פון בנין ביהמ"ק, ווי מען געפינט עס אין מדרשיםי. לפי"ז איז אָבער צוריק ניט פאַרשטאַנדיק, וואָס ביי מצות בנין בית הבחירה אין הלכות מלכים בריינגט ער אַן אַנדער פּסוק — „לשכנו תדרשו ובאת שמה".

וביותר יוקשה אַז ס'איז משמע מסגנון הלשון וכו', אַז דער מקור פון רמב"ם אין הלכות מלכים איז פון דעם מדרשיא299וואָס בריינגט דעם פּסוק „ועשו לי מקדש" אויפן בית המקדש. וז"ל:

„על שלשה דברים נצטוו ישראל בכניסתן לארץ למנות עליהם מלך ולבנות להם בית הבחירה ולהכרית זרעו של עמלק למנות עליהם מלך דכתיב שום תשים עליך מלך לבנות להם בית הבחירה דכתיב ועשו לי מקדש להכרית זרעו של עמלק דכתיב והי' בהניח ה"א גו' תמחה את זכר עמלק", זעט מען דאָך אַז ביים זעלבן ענין פון די דריי ציווים איז אין מדרש דער לימוד אויף מצות בנין בית הבחירה פון פּסוק „ועשו לי מקדש" — היינט פאַרוואָס איז דער רמב"ם אין הלכות מלכים משנה (פון מדרש און פון הלכות ביה"ב) און בריינגט דעם ציווי פון אַן אַנדער פּסוק?

ג. אויך דאַרף מען פאַרשטיין: אויף בנין ביהמ"ק איז דאָך פאַראַן אַ פּסוק און ציווי מפורש (ניט ווי „ועשו לי מקדש" וואָס בפּשטות רעדט ער וועגן משכן): „והי' המקום אשר יבחר ה"א בו לשכן שמו שם גו'"יב, ווי מ'געפינט עס אין גמראיג און אין ספרייד — איז פאַרוואָס בריינגט ניט דער רמב"ם, וואָס רעכנט די מצוה לדורות, אָט דעם פּסוק אין אָנהייבס הלכות בית הבחירה?

דער כסף משנהטו פאַרענטפערט עס, ווייל דער רמב"ם לערנט אַז דער פּסוק „והי' המקום וגו'" איז ניט געזאָגט געוואָרן אַלס ציווי צו בויען אַ בית המקדש, נאָר אַ „סיפּור בעלמא הוא" (— אַז מען זאָל בריינגען קרבנות למקום אשר יבחר ה'); און דאָס וואָס די גמרא (וספרי) בריינגט יע דעם פּסוק, איז דאָס בלויז אַלס ראי' אַז „הכרתת זרעו של עמלק קודמת לבנין בית הבחירה".

לפ"ז אָבער (איז נוסף אַף דער ניט גלאַטקייט מצד הכלל הידוע ברמב"םטז אַז ער בריינגט אַ דרשה הפּשוטה ביותר אע"פ שלא נמצאת בש"ס, ועד"ז דאַרף זיין בנדו"ד — און דאָ איז לא כן הוא) ווערט די שאלהיז פאַרוואָס בריינגט עס ניט אויך דער רמב"ם (אין הלכות מלכיםיח) אַלס ראי' אַז הכרתת זרעו של עמלק קודמת לבנין הבית?

ד. אויך פאָדערט זיך הסברה אין דברי הרמב"ם אין הלכות בית הבחירה, וואָס נאָכדעם וואָס ער איז מסיים אין הלכה א' „וכבר נתפרש בתורה משכן שעשה משה רבינו והי' לפי שעה שנאמר כי לא באתם עד עתה וגו'" — איז ער ממשיך אין הלכה ב': „כיון שנכנסו לארץ העמידו המשכן בגלגל ארבע עשרה שנה שכבשו ושחלקו ומשם באו לשילה ובנו שם בית של אבנים ופרשו יריעות המשכן עליו ולא היתה שם תקרה. ושס"ט שנה עמד משכן שילה וכשמת עלי חרב ובאו לנוב ובנו שם מקדש וכשמת שמואל חרב ובאו לגבעון ובנו שם מקדש ומגבעון באו לבית העולמים. וימי נוב וגבעון שבע וחמשים שנה".

איז שווער צו פאַרשטיין: דער רמב"ם איז דאָך אַ ספר פון הלכות — איז למאי נפק"מ, להלכה, אָט די אריכות, אַז מ'האָט אויפגעשטעלט דעם משכן בגלגל300און דערנאָך אין שילה נוב וגבעון — דאָס איז דאָך לכאורה נאָר אַ סיפּור פון דברי ימי ישראל?

הן אמת, אַז דער מקור פונעם סדר הבנינים וכו' פון דעם רמב"ם איז פון דער משנה במס' זבחיםיט — אָבער אין משניות זיינען דאָ כמה ענינים וואָס זיינען ניט הלכותכ, משא"כ דער ספר „היד" פון רמב"ם וואָס באַשטייט נאָר פון הלכות פּסוקותכא.

נאָכמער: אויך אין דער משנה ווערט ניט דערציילט סתם וועגן סדר הבנינים, נאָר בצירוף הלכות ודינים וואָס זיינען בזה, אַז „באו לגלגל הותרו הבמות ק"ק נאכלין כו' באו לשילה נאסרו הבמות כו' באו לנוב וגבעון הותרו הבמות (וואָס דאָס אַלץ איז אויך אַ הקדמה, אַז נאָר נאָכדעם וואָס) באו לירושלים נאסרו הבמות ולא הי' להן היתר והיא היתה נחלה".

דער רמב"ם אָבער דערמאָנט דאָס אַלעס ניט. און דער טעם איז מובן בפּשטות, ווייל „מאי דהוה הוה"; און צום דין אין רמב"ם (ה"ג) „כיון שנבנה המקדש בירושלים נאסרו כל המקומות כולן לבנות בהן בית ליי' ולהקריב בהן קרבן" זיינען ניט נוגע אַז „באו לגלגל הותרו הבמות" און „באו לשילה נאסרו וכו'" —

עפכ"ז ווערט די תמי' נאָך גרעסער, א) וואָס ער בריינגט דעם סדר פון „גלגל וכו' ומשם באו לשילה וכו'" און ב) איז נאָך מפרט דעם מספר פון די יאָרן וואָס יעדער פון זיי איז געשטאַנען, וואָס דאָס איז דאָך, אפילו בזמן גלגל וכו', ניט מער ווי אַן ענין פון דברי ימי ישראל, און ג) וואָס בריינגט זיך אויך ניט אין דער משנה.

ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר דעם טעם, וואָס אין הלכות מלכים וואו עס רעדט זיך וועגן דער מצוה פון (מינוי) מלך, ברענגט דער רמב"ם אויך די מצות פון בנין בית הבחירה (און אַלע „ג' מצות").

עד"ז געפינט מען אין ספר המצות: ווען ער רעכנט דאָרט די מצוה פון בנין בית המקדשכב — „שצונו לעשות בית עבודה כו'כג והוא אמרו יתעלה ועשו לי מקדש", איז ער מוסיף: „ולשון ספרי שלש מצות נצטוו ישראל בעת כניסתן לארץ למנות להם מלך ולבנות להם בית הבחירה ולהכרית זרעו של עמלק"כד. איז אויך אין דעם ניט מובן: וואָס זיינען די אַנדערע צוויי מצות נוגע באַ דעם בריינגען מצות בנין ביהמ"קכה?

אויך דאָס וואָס ער הויבט אָן (כל' הגמרא והספרי) „שלש מצות" איז לכאורה אַ יתור לשון: ער רעכנט דאָך גלייך אויס (ווי אין גמרא און ספרי) די דריי מצות בפרט — צוליב וואָס דאַרף ער פריער מקדים זיין זייער מספּר, ובלשון הש"סכו: „מנינא למה לי"?*26

301מען קען ניט זאָגן אַז דאָס ווערט פאַרענטפערט בפּרש"י שםכז: להכי נקט שלש הללו שהן תלויות זו בזו לעשותן כסדרן כו' מלך ואחרי' עמלק ואחרי' בית הבחירה,

וואָרום דאָס איז מבאר נאָר וואָס „נקט שלש הללו", אָבער ניט די הקדמה — ג' מצות.

ו. דער ביאור בזה: די דריי מצות זיינען (בל' רש"י) „תלויות זו בזו". ד. ה. הגם אַז זיי זיינען דריי באַזונדערע מצות, איז אָבער יעדער מצוה (אויך) אַ פּרט, בריינגט שלימות אין די אַנדערע צוויי: שלימות מצות מינוי מלך ווערט דערגרייכט ווען ס'ווערן אויך אויסגעפירט די מצוות פון להכרית זרעו של עמלק ובנין בית הבחירה*27, און עד"ז ביי די אַנדערע, ביז אַז שלימות קיום מצות בנין בית הבחירה איז פאַרבונדן מיטן קיום המצוות פון מינוי מלך ומלחמת עמלקכח.

און בהמשך לזה לערנט מען ווייטער אַרויס פון פּסוק, אַז די שייכות פון „זו בזו" איז אויך בנוגע דעם סדר: פריער מינוי מלך, דערנאָך להכרית זרעו של עמלק און נאָכדעם דער בנין ביהב"ח.

ד. ה. דאָ איז ניט נאָר אַ סדר אין זמני החיוב וקיום המצות מצד די אידן — „נצטוו ישראל" (מצד דעם גברא), נאָר דאָס איז אַ פּרט אין מינוי מלך: מצד דעם גדר פון מלך דאַרף זיין מלחמת עמלק*28 ובנין ביה"ב, און מצד דעם גדר פון בית המקדש, פאָדערט זיך אַז עס זאָל זיין מינוי מלךכט ומלחמת עמלק.

302[און דעריבער בריינגט דאָרט דער רמב"ם (אין הלכה ב') די פּסוקיםל „ויהי כי ישב המלך בביתו וה' הניח לו מסביב מכל אויביו ויאמר המלך אל נתן הנביא אנכי יושב בבית ארזים וגו'", די ראי' פון פּסוק איז ניט בלויז אויף דעם סדר פון זמן המצות — אויף דערויף וואָלט געווען גענוג די (ערשטע) פּסוקים וואָס די גמרא בריינגט „והניח לכם מכל אויביכם וגו' והי' המקום אשר יבחר ה' גו'" — נאָר (בעיקר) אַז דאָס איז אַן ענין וגדר אין (קיום מצות) „מלך" ומלחמת והכרתת עמלק: „ויהי כי ישב המלך בביתו וה' הניח לו מסביב גו' ויאמר המלך גו'"]לא.

דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק וואָס דער רמב"ם בריינגט אַלע „ג' מצות" אין הלכות מלכים און אויך אין דער מ"ע אויף בנין המקדש — ווייל זיי זיינען תלוי און געבונדן זב"זלב.

ז. לפי"ז איז אויך מבואר דער המשך פון די הלכות אין אָנפאַנג הלכות בית הבחירה: „מ"ע לעשות בית ליי' מוכן כו' שנאמר ועשו לי מקדש" און איז ממשיך „וכבר נתפרש בתורה משכן שעשה משה רבינו והי' לפי שעה כו'", ד. ה. אַז מצות בנין „בית ליי'" גייט (אויך) אויף דעם משכן וואָס משה רבינו האָט געמאַכטלג;

און וויבאַלד אַז מצות בנין בית המקדש איז פאַרבונדן מיט די אַנדערע צוויי מצות, אַז צום גדר (הקיום) פון בנין המקדש איז נוגע דער (פריערדיקער) קיום פון מינוי מלך און דער „בהניח" פון מלחמת עמלק — דאַרף מען זאָגן אַז אַזוי איז געווען באַ אַלע בתי־מקדש;

ד. ה. הגם אַז דאָס זיינען „ג' מצות" וואָס „נצטוו ישראל בשעת כניסתן לארץ", איז דאָס נאָר בנוגע דעם ציווי303פון אַלע דריי מצות, וויבאַלד אָבער אַז מצות בנין „בית ליי'" איז איין ציווי לכל הדורותלד — „ועשו לי מקדש" — וואָס איז כולל אַלע (אויך די פריערדיקע) בניניםלה, איז מובןלו, אַז אויך ביי יעדן פריערדיקן בנין המקדש (משכן) איז (דאָס געווען נאָכדעם ווי ס'איז געווען) אַ מלך און „הניח גו' מכל אויביך מסביב", וויבאַלד אַז „תלויות זו בזו".

[נאָר כשם ווי די שלימות אין ביהמ"ק עצמו לדורי דורותלז איז געווען דער בנין בית עולמים כ"שנבנה המקדש בירושלים", אַזוי אויך אין זיינע תנאים וגדרים (אַלס הקדמה לזה), מינוי מלך ומלחמת עמלק, אַז זייער שלימותלח האָט זיך אויפגעטאָן דורך דעם בנין המקדש בירושלים דוקא].

און מהאי טעמא בריינגט דער רמב"ם דעם פּסוק „ועשו לי מקדש" און איז גלייך ממשיך „וכבר נתפּרש בתורה משכן שעשה משה רבינו והי' לפי שעה": דער ציווי כפּשוטו איז דאָך געווען אויפן משכן שעשה משה, וואָס אויך דערמיט האָט מען מקיים געווען מצות בנין „בית ליי'" מיט אַלע גדרים שבו — וואָרום „משה רבינו מלך הי'", ווי דער רמב"ם שרייבטלט, און ס'איז געווען לאחר מנוחה פון מלחמת עמלק: „ויחלשמ יהושע את עמלק ואת עמו לפי חרב"מא; און פון דעמאָלט אָן איז דער חיוב הציווי פון „ועשו לי מקדש" — געבליבן אויף אַלעמאָל.

304ח. לויט דעם איז מובן וואָס דער רמב"ם איז מאריך, אָנהויבנדיק פון „משכן שעשה משה רבינו והי' לפי שעה" און איז ממשיך „כיון שנכנסו לארץ העמידו המשכן בגלגל ארבע עשרה שנה שכבשו ושחלקו" — וואָס דערמיט איז ער מבאר אַז דער ציווי פון „ועשו לי מקדש" ביי משכן משה איז געווען אַ ציווי לדורות און אַז מ'האָט אים מקיים געווען ווען „העמידו משכן וכו'"; דער חילוק איז געווען נאָר אין דעם אופן הקיום: דער מקדש שעשה משה, וויבאַלד ער איז געווען געבויט אין מדבר און אויפגעשטעלט „ממסע למסע", איז געווען אין אַן אופן פון „משכן" (אַן „אהל"מב) — נאָר „לפי שעה" — און במילא איז דער אופן החיוב והקיום נמשך געוואָרן אויך ווען „נכנסו לארץ" כל זמן זיי זיינען דאָרט געווען אין אַ סדר פון „לפי שעה" — איידער דעם גמר פון די „ארבע עשרה שנה שכבשו ושחלקו". און יהושע איז דאָך געווען אַ מלךמג.

„ומשם באו לשילה": וואָס דאָרט זיינען די אידן געווען אין אַ מצב פון מנוחה יותר אין ארץ ישראל — ס'איז דאָך געווען לאחר שכבשו ושחלקומד דעמאָלט האָט מען דאָרט געבויט בית של אבנים, ניט קיין אהל, (ווי ביז דאַמאָלס), נאָר „שס"ט שנה עמד משכן שילה"מה.

אָבער אויך נאָכדעם „וכשמת עלי חרב ובאו לנוב ובנו שם מקדש וכשמת שמואל חרב ובאו לגבעון . . וימי נוב וגבעון שבע וחמשים שנה". ד.ה. אַז אויך בנוגע נוב וגבעון זאָגט דער רמב"ם: „ובנו שם מקדש" (כאָטש דער ארון איז דאָרט ניט געווען און עס ווערט בכ"מ אָנגערופן „במה גדולה"מו), ווייל די מצות בנין המקדשמז איז אויך דעמאָלט געוועןמח; נאָר היות אַז ס'איז ניט געווען קיין מצב פון מנוחה בתכלית פון מלחמה, דעריבער איז ב"ימי נוב וגבעון" ניט „בית עולמים" — „ומגבעון באו לבית עולמים" (וואָס דעמאָלט איז געווען דער ענין פון „מלך" בשלימות, ביי דוד ושלמה, און אויך שלימות המנוחה פון מלחמת עמלק)מט.

305ט. ע"פּ הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק, וואָס אין אָנהייב הלכות מלכים רעדט דער רמב"ם וועגן אַלע „ג' מצות" און פאַרוואָס ער בריינגט דעם פּסוק „לשכנו תדרשו ובאת שמה", ניט דעם פּסוק „ועשו לי מקדש" און אויך ניט קיין פּסוק מפורש בנוגע בית עולמיםנ — היות אַז ער רעדט וועגן זמן „בשעת כניסתן לארץ" (נאָך כיבוש וחילוק), איז שוין דעמאָלט געווען דער קיום פון די אַלע ג' מצות שנצטוו וואָס זיינען „תלוין זב"ז" (הגם אַז זייער תכלית השלימות איז געווען בבנין ביהמ"ק בירושלים)נא:

ס'איז שוין געווען דער בנין פון אַ בית (ניט קיין אהל ווי לפנ"ז); נאָך די י"ד שנה פון כיבוש וחילוקנב איז געווען אַ מצב פון מנוחה אין ארץ ישראל; און ס'איז געווען דורך יהושע וואָס ער איז נתמנה געוואָרן למלך (ע"י משה רבינו ובית דינו, ווי די מצוה פון מינוי מלך דאַרף זיין לדורות) „ע"פּ ב"ד של שבעים זקנים ועל פּי נביא"נג [משא"כ דער משכן וואָס איז געווען לפי שעה אין מדבר (וממסע למסע), ניט אין אַ מצב פון מנוחה, און משה'ס מלוכה געפינט מען ניט אַז עס זאָל זיין ע"י מינוי, ווי די פּרטי מצות מינוי מלך]נד.

יו"ד. עפּ"ז קען מען אויך פאַרענטפערן די שאלה בנוגע דער הלכה הנ"ל אין הל' ביה"ב, און וואָס מען קען פון איר אַרויסלערנען להלכה בפּועל:

דער רמב"ם פּסק'נטנה „ואסור לאדם שיעשה בית תבנית היכל אכסדרא תבנית אולם חצר כנגד העזרה" — איז וויבאַלד אַז די אַלע אויסגערעכנטע בנינים האָבן געהאַט אַ דין מקדש און ביי יעדן האָט מען מקיים געווען די מצוה פון „ועשו לי מקדש"

306[ביז אַז אויך דער ביהמ"ק, הגם אַז זיין ציור און די פּרטים פון מדת ארכו ורחבו זיינען געווען אַנדערש ווי אין משכן, פונדעסטוועגן זיינען די ענינים העקריים שבו געווען בדוגמת המשכןנו; ווי דער רמב"ם שרייבטנז: „ועושין מחיצה אחרת סביב להיכל רחוקה ממנו כעין קלעי החצר שהיו במדבר וכל המוקף במחיצה זו שהוא כעין חצר אהל מועד הוא הנקרא עזרה"נח],

איז י"ל אַז דער איסור לעשות „בית תבנית כו'" איז חל אויך אויפן נאָכמאַכן דעם תבנית פון משכןנט, פון משכן שילהס און נוב וגבעוןסא.

307יא. דער ביאור בזה בפּנימיות הענינים:

אינעם תוכן און סדר פון די ג' מצות איז חסידותסב מבאר, אַז „שום תשים עליך מלך" איז די בחי' פון יראה, וואָרום „מלך" איז ענינו — ירא את הש"י ביתר שאת, ער איז בטל צום אויבערשטן, און דורך דעם מלך ווערט נמשך די יראה און ביטול צום גאַנצן עםסג.

און אַז מ'דערגרייכט שוין צו דער בחינה פון יראה, דער ענין פון אתכפיא, דאַרף דערנאָך זיין מחיית עמלק, דער ענין פון „ובערת הרע", וואָס דאָס איז דורך אתהפכא; און ערשט דערנאָך קען מען, און מען דאַרף, צוקומען צו דער מדריגה פון יראה עילאה, וואָס דאָס קומט דורך ביהמ"ק — „ומקדשי תיראו"סד, וואָס די מדרגה פון יראה קומט פון בחי' חכמה, דער ענין התורה. און אַזוי אויך בכל דור ודור, אויך בזמן הגלות משחרב ביהמ"ק — די ד"א של הלכהסה.

און עפּ"ז וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דער ציווי אויף בנין ביהמ"ק און אויך דער בנין פון (ערשטן מקדש —) משכן בפּועל, האָט געדאַרפט זיין דוקא דורך משה רבינו (און ווי דער רמב"ם איז מדייק „וכבר נתפרש בתורה משכן שעשה משה רבינו") — וואָרום די

המשכת הדעת צו יעדער אידן, וואָס

דורכדעם קומט מען צו צו יראה, איז

ע"* י משה66) (ווי מיר געפינען, אַז אויפן

פּסוק67) „ועתה ישראל מה ה"א שואל

מעמך כי אם ליראה" פרעגט די גמרא68): „אטו יראה69) מילתא זוטרתא היא?" און פאַרענטפערט: „אין לגבי משה מילתא זוטרתא היא"), און דעריבער האָט התחלת ענין המלוכה (יראה תתאה) ביז דעם בנין המשכן (יראה עילאה) לאח"ז געדאַרפט קומען ע"י משה רבינו.

[נאָכמער: דער ענין המשכן והמקדש איז דאָך כמרז"ל70) „בתוכו לא נאמר אלא בתוכם" בתוך כאו"א מישראל, אַז יעדער איד קען (און דאַרף) אויפטאָן צו זיין אַליין אַ משכן ומקדש — „ושכנתי בתוכם" — און דעם כח אויף דעם האָט ער פון בחי' משה וואָס איז דאָ ביי אים; און ווי דער אַלטער רבי66) איז עס מסביר, אַז לגבי כל אחד ואחד מישראל איז יראה אַ „מילתא זוטרתא", ווי עס שטייט אין פּסוק „שואל מעמך"].

אָבער לאידך, איז שלימות פון מצות בנין המקדש געווען בבית עולמים, וואָרום דער ענין המלכות בשלימות ובגלוי האָט זיך אויפגעטאָן דורך דוד המלך71), ביז צו דעם גילוי פון מלכות בתכלית השלימות, וואָס וועט זיין ווען „יעמוד72) מלך מבית דוד הוגה בתורה

66) תניא פמ"ב.

67) עקב י, יב.

68) ברכות לג, ב.

69) כ"ה בתניא. וכ"מ בע"י. וכ"ה בחדא"ג. עיון יעקב. ועוד. אבל בגמרא לפנינו: אטו יראת שמים. 70) ר"ח (שער האהבה פ"ו ד"ה ושני). של"ה (שער האותיות אות ל'). ובכ"מ.

71) ראה בארוכה דרמ"צ שם. אוה"ת שם ע' תרסו.

72) רמב"ם ספי"א מהל' מלכים.308ועוסק במצות כדוד אביו כו' ויכוף כל ישראל לילך בה ולחזק בדקה וילחום מלחמת ה'* וכו' ובנה מקדשעג במקומו",

וואָס דעמאָלט וועט זיין דער ענין פון מלך בשלימותעד, און הכרתת זרעו של עמלק בשלימות — עס וועט זיין „השם שלם והכסא שלם"עה, דער גילוי מלכותו של הקב"העו, און שלימות אין בנין ביהמ"קעז, אַ בנין נצחי וואָס „מקדשעח אדנ"י כוננו ידיך"עט, במהרה בימינו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ דברים תשל"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ay76wazz

Copies

Recent activity

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · approved
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · closed

Sources