Likkutei Sichos
Purim 2
365פורים ב
א. אויפן פסוקא „קימו וקבלו היהודים" זאָגן חז"לב: „קיימו מה שקיבלו כבר", אַז די „מודעא רבה לאורייתא" מצד דעם וואָס „כפה הקב"ה עליהם את ההר כגיגית וכו'", בשעת מ"ת, איז בטל געוואָרן בימי הפורים ווייל „הדר קבלוה בימי אחשורוש".
עס איז מובן אַז דאָס וואָס די אידן האָבן (דעמאָלט) מקבל געווען תורה מדעתם איז אַן ענין עקרי. איז ניט מובן לכאורה: פאַרוואָס מ'האָט ניט מתקן געווען צו טאָן בימי הפורים אַן ענין לזכר פון דעם „הדר קבלוה בימי אחשורוש"?
און אע"פ אַז דאָס וואָס זיי האָבן דעמאָלט מקבל געווען מדעתם איז געווען „מאהבת הנס שנעשה להם"ג, איז אָבער פאָרט שווער צו זאָגן אַז ס'זאָל ניט זיין אפילו אַ זכר צום ענין הכי עיקריד, וואָס דער נס האָט אַרויסגערופן — דער גמר און שלימות פון מתן תורה, קבלת התורה מדעתם.
ב. ויש לומר, אַז אדרבא, דאָס ווערט אַרויסגעבראַכט אין אַלע מצוות מיוחדות פון פורים: א) מקרא מגילה, ב) משלוח מנות, ג) מתנות לאביונים,
די מצוות וואָס אין זיי איז מודגש דער שינוי פון פורים לגבי אַנדערע חגים ויו"ט [משא"כ די אַנדערע מצות און ענינים שבפורים — קריאת התורה, אמירת ועל הנסים בתפלה ובברכת המזון, איסור הספד ותענית, סעודה — משתה ושמחה — וועלכע זיינען דאָ (דוגמתם) בשאר החגים ויו"טה].
ובהקדים דעם חילוק צווישן אַ מעשה וואָס אַ מענטש טוט דורך כפי' ואונס, און אַ מעשה וואָס ער טוט ברצון ודעת: ווען דאָס איז בעל כרחו ובכפי' טוט ער דאָס נאָר אויף וויפל ער מוז און עס פאָדערט זיך (צו יוצא זיין ידי חובתו); משא"כ ווען ער טוט עס מיט אַן אייגענעם חפץ ורצון, באַנוגנט ער זיך ניט מיט בלויז יוצא זיין ידי חובתו, נאָר ער איז זיך משתדל און זוכט צו מוסיף זיין ומהדר זיין אין דער פעולה, מער ווי עס פאָדערט זיך מצד דער פליכט וואָס ליגט אויף אים.
און דאָס דריקט זיך אויס אין דעם „קיימו וקבלו היהודים עליהם ועל זרעם" — דורך די מצוות (כתיבתו ו)קריאת המגילה, משלוח מנות און מתנות לאביונים.
והביאור: פון איין זייט זיינען די דריי ענינים ניט קיין דברים חדשים ממש, און לאידך, האָבן זיי אין זיך אַ הוספה לגבי דעם ווי זיי זיינען פאַראַן פון פריער:
דער ענין המגילה איז ניט קיין חידוש, (עס זיינען דאָ פון פריער די ספרי366קודש, תורה נביאים וכתובים — אעפ"כ איז מיט דער מגילה נתוסף געוואָרן נאָך אַ ספר צו די ספרי קודש — דורך אַ בקשה מיוחדת כתבוני לדורותז, אַז דאָס איז פון די נסים הכתוביםח עכ"פ דער סיום וסוף זייערערט; און עד"ז) קריאתהי — איז דאָך סיי דער ענין פון קריאה בתורה שוין געווען, ועד"ז דער ענין סיפור הנס דאָ (בכלל) אין יו"ט, אעפ"כ קומט דאָ צו די קריאה בלילהיא פון אַ מגילהיב מתוך הקלף פרסומי ניסא וכו'יג.
משלוח מנות: לויט ווי עס איז מבואר אין מנות הלוייד, איז ענינה צו מרבה זיין שלום וריעות צווישן איין אידן מיטן צווייטן, וואָס דאָס איז דאָך אַ מצוה וכללית בכל ימות השנה — אהבת ישראל, וועלכע איז אַ כלל גדול בתורהטו; אָבער מצד מצות אהבת ישראל איז ניטאָ קיין חיוב אַז מ'דאַרף זוכן אַ אידן צו מקיים זיין די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך". דער חידוש אין דער מצוה פון „משלוח מנות איש לרעהו": משתדל זיין זיך געפינען „רעהו" און דורך משלוח מנות צו אַרויסברענגען בפועל און אין אַן אופן אַז מ'זאָל עס קענען גלייך נוצן (ניט — געלטטז) דעם ואהבת לרעך כמוך.
מתנות לאביונים: דער ענין הצדקהיז — איז אַ מצוה בכל השנה כולה; אין פורים קומט צו דער יתרון, אַז ס'איז ניט גענוג דאָס וואָס בשעת ער טרעפט אַן עני איז ער מקיים די מצוה פון „פתוח תפתח" און „נתון תתן"יח, נאָר ער דאַרף עס זוכן און געפינען און — צוויי עניים און זיי געבן (באופן פון) „מתנות".
און דאָס איז מודגש אויך אין די ווערטער „קיימו מה שקבלו כבר": דאָס זיינען עניניםיט וואָס „קבלו כבר" — וואָס מ'איז אין זיי מחוייב און מ'טוט זיי בלאה"כ; בפורים אָבער קומט אין זיי צו דער ענין פון „קיימו" — דער אויפטו פון קיום וחיזוק — און אין ביידע קוין בין אדם לחבירו און בין אדם למקום: אַ קיום והוספה פון אַן ענין אין תורה כפשוטה, כתיבה וקריאת מגילה, און דורכדעם אויך אין שבחכ ושירה לה', מער ווי אין אַנדערע ימים טובים (בין אדם למקום),
און אַ הוספה פון פעולה און השתדלות מיוחדת אין דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך" און מצות הצדקה, דורך משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים (בין אדם לחברו).
367ג. מ'קען אָבער פרעגן: אויף משלוח מנות און מתנות לאביונים געפינט מען אַנדערע טעמים: באַ משלוח מנות „כדיכא שיהא לכל אחד די וספק לקיים הסעודה כדינא כמשמע בגמ' בפ"קכב דאביי בר אבין ורב חנינא בר אבין מחלפי סעודתייהו להדדי ונפקו בהכי משלוח מנות אלמא דטעמא משום סעודה היא"כג, ועד"ז בנוגע מתנות לאביונים איז משמע בכ"מ אַז דאָס איז כדי זיי זאָלן האָבן (גענוג) אויף סעודת פוריםכד —
ולפי דעות אלו, אַז תוכנן וענינן פון די מצות איז דער קיום פון סעודת פורים און צוליב דעם איז די השתדלות במצות אלו (כאָטש אַז בדרך ממילא איז מען דערמיט מקיים אויך מצות ואהבת לרעך כמוך און מצות צדקה) — איז אין זיי דאָך ניט ניכר ומודגש דער „קיימו מה שקבלו כבר"?
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין ובהקדים אַז אויך דעת הרמב"ם איז משמע כנ"ל — אַז די מצוה פון מתנות לאביונים איז ניט (נאָר) אַלס מצות צדקה (ועד"ז בנוגע משלוח מנות כדלקמן) — וז"ל הרמב"םכה: „מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו שאין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה שנאמרכו להחיות רוח שפלים ולהחיות לב נדכאים".
אויב דער רמב"ם האַלט, אַז דער תוכן המצוה פון מתנות לאביונים בפורים איז דער ענין הצדקה במילא איז דער ענין („במתנות לאביונים . . דומה לשכינה") אַ מעלה וואָס איז דאָ ביי דער מצוה פון צדקה פון כל ימות השנה — האָט ער דעם ענין (די מעלה „לשמח לב עניים . . דומה לשכינה") געדאַרפט אַריינשטעלן בעיקר במקומו, אין הל' מתנות ענייםכז, וואו ער רעדט וועגן דער מעלה פון נתינת הצדקה בכלל — וואָס איז די שייכות דערפון דוקא (צו פורים און) הל' מגילה?
און אַזוי אויך לאידך גיסא: די מעלות אין נתינת צדקה וואָס ער ברענגט אין הל' מת"ע (אין ישראל נגאלין אלא בצדקהכח וכיו"ב), דערמאָנט ער ניט דאָ אין הל' (פורים —) מגילהכט
מוז מען זאָגן לדעת הרמב"ם, אַז כאָטש מיט געבן „מתנות לאביונים" בפורים איז מען מקיים (אויך) די מצות הצדקה, איז אָבער תוכנה וענינה (פון מצות מתנות לאביונים בפורים) ניט (נאָר) דער ענין פון צדקה, צו ממלא זיין „די מחסורו" פון די צרכי העני כפשוטם, נאָר (בעיקר) דער קיום ענין השמחהל פון עני — „לשמח לב עניים".
368[ומהאי טעמא איז מובן וואָס דער רמב"ם איז דאָ כולל אין דער שמחה פון מתנות לאביונים אויך „יתומים ואלמנות וגרים" — דלכאורה: אויב זיי זיינען נצרכים, זיינען זיי דאָך אין כלל פון אביונים ועניים, פאַרוואָס טיילט ער זיי אויס באַזונדער? און אויב זיי זיינען ניט נצרכים און דאַרפן ניט אָנקומען צו צדקה — פאַרוואָס רעכנט זיי דער רמב"ם בשייכות צו דער מצוה פון מתנות לאביונים?
ע"פ הנ"ל אָבער, אַז דער גדר ותוכן המצוה פון מתנות לאביונים איז בעיקר „לשמח לב וכו'" האָט עס במילא אַ שייכות צו אַלע „אומללים האלו". וע"ד הצחות — אין דעם פרט פון שמחה זיינען זיי אַלע „עניים" ונצרכים].
נאָכמער: פון לשון הרמב"ם איז מובן אַז אַלע דריי ענינים סיי „סעודתו", סיי „שלוח מנות לרעיו" און סיי „מתנות לאביונים" איז ענינם ותוכנם — שמחה (ניט אַן אַנדער ענין), נאָר היות אַז „אין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים", דעריבער „מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים"
דאַרף מען פאַרשטיין: בנוגע צו דער סעודה איז מובן אַז ענינה איז שמחה — פון וואַנעט נעמט אָבער דער רמב"ם אַז דער תוכן וגדר פון משלוח מנות און מתנות לאביונים איז ענינם שמחה.
[אויך דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז טאַקע די שייכות פון דעם „שהמשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה" דוקא צום תוכן המצוה פון מתנות לאביונים? לכאורה איז דאָס שייך באַ יעדער נתינת צדקה, ווי ס'איז מובן אויך פון פסוק וואָס דער רמב"ם בריינגט, און פונדעסטוועגן דערמאָנט ניט דער רמב"ם די מעלה „דומה לשכינה" בנוגע צו צדקה בכלל, כנ"ל, כאָטש אַז ער ברענגט דאָרטןלא דעם פסוק „להחיות רוח שפלים גו'"].
ה. בנוגע צו משלוח מנות י"ל אַז דער רמב"ם לערנט אַז טעמו איז, כנ"ל, פאַרזאָרגן אַז אַ צווייטער זאָל האָבן אויף סעודת פורים וואָס דאָס איז אַ טייל פון דעם חיוב פון זיין אייגענער סעודה, ווי דער רמב"ם זאָגט: „כיצד חובת סעודה זו, שיאכל . . (און איז ממשיך אין דער זעלבערלב הלכהלג) וכן חייב אדם לשלוח שתי מנות כו', ואם אין לו מחליף עם חבירו זה שולח לזה סעודתו וזה שולח לזה סעודתו", וואָס סעודת פורים איז דאָך אַן ענין פון שמחת מצוה — משתה ושמחהלד,
ועד"ז י"ל איז אויך במתנות לאביונים אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט חיוב משתה ושמחה שעליו, זיין סעודת פוריםלה,
ווי דער רמב"ם האָט שוין געזאָגטלו בנוגע צו שמחה ביו"ט „וכשהוא אוכל ושותה חייב להאכיל לגר ליתום ולאלמנה עם שאר העניים האומללים, אבל מי שנועל דלתות חצירו ואוכל ושותה הוא ובניו אתו ואינו מאכיל369ומשקה לעניים ולמרי נפש אין זו שמחת מצוה אלא שמחת כריסו כו'", עיי"ש.
עס איז אָבער שווער אַזוי לערנען דאָ בנוגע צו מתנות לאביונים, היות דער רמב"ם טיילט אָפּ דעם דין פון „מתנות לאביונים" אין אַ באַזונדער הלכה: „וחייב לחלק לעניים ביום הפורים וכו'" ניט ווי דער דין פון משלוח מנות וועלכן ער שרייבט בהמשך אין איין הלכה מיט מצות הסעודהלז,
ובפרט אַז ער דערמאָנט ניט אין דער הלכה און אין דער הלכה שלאח"ז בנוגע צו מתנות לאביונים „וכשהוא אוכל ושותה וכו'" וכיו"ב, ווי אין הל' יו"ט.
פון דעם איז מובן אַז דאָס איז אַ באַזונדער ענין וואָס האָט ניט צו טאָן מיט חיוב סעודתו, משתה ושמחה שעליו.
נאָכמער — לפי הנ"ל קומט אויס, אַז משלוח מנות און מתנות לאביונים, זיינען ניט קיין באַזונדערע ענינים בפורים, נאָר — אַ חלק און אַ פרט פון דעם חיוב סעודה שלו, און בשעת ער איז ניט מקיים מצות משלוח מנות ומתנות לאביונים איז ער ניט יוצא כדבעי במצות סעודת פורים (משתה ושמחה) שעליו, ע"ד ווי בנוגע יו"ט,
וואָס דאָס איז היפך פשטות הכתוב והמבואר בכ"מ, אַז זיי זיינען דריי באַזונדערע מצות. און ווי ס'איז אויך מוכח פון לשון הרמב"ם בנוגע צו מתנות לאביונים אַז מוטב להרבות בזה, ווייל „אין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים כו'", ד. ה. אויך אָן דעם איז ער מקיים די מצות פון פורים, כולל אויך דעם ענין השמחה, נאָר עס איז ניט שמחה גדולה ומפוארה, עס קומט ניט צו דער שמחה פון מתנות לאביונים.
דער לשון אין מגילהלח (פון וואַנען מ'לערנט אַרויס די דריי מצות: משתה — סעודה, משלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים), איז: „לעשות אותם ימי משתה ושמחה ומשלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים". פון דעם וואָרט „ימי" איז משמע, אַז דער חיוב פון משתה ושמחה בפורים איז ניט אַ פעולה וואָס מ'דאַרף טאָן און זמנה איז אין דעם טאָג, נאָר דאָס איז דער גדר (— חובת) היוםלט, אַ תוצאה פון דעם וואָס דער יום („ימי") איז ענינו „(משתה ו)שמחה".
פון דעם איז מובן אַז אויך די אַנדערע ענינים וחיובים פון ימי הפורים, עכ"פ די וואָס שטייען בהמשך אין זעלבן פסוק „ומשלוח מנות איש לרעהו ומתנות לאביונים", קומען אויך אַלס תוצאה פון דעם וואָס די טעג גופא זיינעןמ ימי משתה ושמחהמא.
370דעם ענין אַז די „ימי" ווערן (ימי) משתה ושמחה, געפינט מען ניט אין אַנדערע יו"ט.
און דאָס איז די שייכות צו „קיימו מה שקבלו כבר", אין דעם ענין וואָס דאָס זיינען „ימי משתה ושמחה", דריקט זיך אויס דאָס וואָס „הדר קבלוה בימי אחשורוש"מב, (דער היפוך פון אונס), ווען זיי האָבן מקבל געווען די תורה „מדעתם" ומרצונםמג.
ז. וי"ל אַז דער ענין פון „קיימו מה שקבלו כבר", דריקט זיך אויס בעיקר אין דעם אופן המיוחד פון דער שמחה בפורים וואָס מען געפינט ניט ביי אַנדערע יו"ט וחיובי שמחה:
וועגן מצות הסעודה זאָגט דער רמב"םמד: „כיצד חובת סעודה זו שיאכל כו' ושותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו". דער מקור פון דער הלכה איז (ווי מפרשים זאָגןמה) מאמר רבאמו „חייבמז איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי".
לכאורה איז שכרות ניט קיין הנהגה רצוי', און ווי מפרשיםמח זיינען אין דעם מאריך בשייכות צו דעם דין, און ווי דער רמב"ם אַליין איז עס מסביר בשייכות צו (שאר) יו"טמט: „שהשכרות והשחוק כו' אינה שמחה אלא הוללות כו'"* — איז ווי קומט עס אַז דאָס איז גאָר „חובת סעודה זו . . שותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו".
ח. קען מען דאָס מסביר זיין ע"פ הנ"ל: וויבאַלד אַז בימי הפורים האָט זיך אויפגעטאָן (ווי די גמרא זאָגט) דער ענין פון „קיימו מה שקבלו כבר", די שלימות וגמר פון קבלת התורה, איז וויבאַלד די תורה איז דאָך גילוי רצונו וחכמתו של הקב"ה, חמדה גנוזהנ קען דאָס אַ נברא (אַ מוגבל אין זיין ידיעה והשגה און אין זיין מציאות) ניט אויפנעמען, און דעריבער איז ביי מ"ת על כל דבור ודבור פרחה נשמתןנא,
ועד"ז און ביתר שאת איז בנוגע „הדר קבלוה בימי אחשורוש", בכדי מקבל זיין תורתו של הקב"ה, האָט געדאַרפט זיין דער ביטול השגה ודעת ביז צו הפשטת הגשמיות, וע"ד ווי עס שטייט אין טור און שו"ע (ודאדה"ז)נב דער אופן התפלה פון חסידים ואנשי מעשה (וואָס „המתפללנג צריך שיראה עצמו כאילו שכינהנד כנגדו") „היו מתבודדים ומכוו־371נים בתפלתם עד שהיו מגיעים להתפשטות הגשמיות ולהתגברות רוחנה השכליות עד שהיו מגיעים קרוב למעלת הנבואה" —
און בימי הפורים זיינען אידן צו דעם צוגעקומען דורך זייער מסירת נפש במשך כל השנה כולהנו.
ט. ועפ"ז איז מובן אַז דער ענין (עקרי) פון פורים, דער „עיצומו של יום" זאָגט זיך אַרויס אין „ימי משתה ושמחה" — אין דער שמחת הסעודה באופן פון „שותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו" —
ווייל דער הדר „קבלוה בימי אחשורוש" און „קיימו מה שקבלו כבר" במ"ת, דריקט זיך אויס אין דעם וואָס ער איז מבטל דעתו והשגתו, ביז ער קומט צו „להתפשטות הגשמיות", וע"ד ווי מ'געפינט ביי נבואה — ווי דער רמב"ם זאָגטנז — „כולן אין רואין כו' אלא בחלום בחזיון לילה או ביום אחר שתפול עליהן תרדמה . . וכולן כשמתנבאים אבריהן מזדזעין וכח הגוף כשל ועשתנותיהם מתטרפות כו'".
און דעריבער איז אויך דער חיוב השמחה פון ימי משתה ושמחה אין אַזאַ ניט מוגבל'דיקן אופן „עד שישתכר וירדםנח בשכרותו" ווען עס ווערט נתבטלנט זיין ציור ועשתנותיהם.
יו"ד. און מהאי טעמא זאָגט דער רמב"ם „מוטב לאדם להרבות במתנות אביונים מלהרבות בסעודתו ובשלוח מנות לרעיו": כאָטש אַלע דריי מצות איז ענינן שמחה, איז אָבער „אין שם שמחה גדולה ומפוארה אלא לשמח לב עניים ויתומים כו'": ווען איז די שמחה אַן אמת'ע און שלימות'דיקע ביז ער גייט אַרויס פון זיין ציור ומציאות און קומט צו אַ מצב פון „לא ידעי" — וואָס דריקט אויס (קיום) קבלת תורתו של הקב"ה — בשעת ער איז מרבה במתנות לאביונים, וואָס דערמיט באַווייזט ער אַז דער ענין פון משמח זיין „לב עניים כו'" רופט באַ אים אַרויס מער שמחה ווי זיין אייגענע סעודה ושמחה, אָדער אפילו די סעודה מיט „רעיו" (אנשים כערכו)ס.
משא"כ בנוגע יו"ט, וואָס דער חיוב השמחה ביו"ט איז די מצות — „ושמחת בחגיך"סא; ס'איז אין דעם ניטאָ דער חיוב לבסומי עד דלא ידעי, „עד שישתכר" — ביז צו אַרויסגיין פון זיין מציאות, ואדרבה, ווי מובן פון רמב"ם דאָרטן, כנ"ל, אויב עס זיינען ניטאָ קיין עניים ומרי נפש, איז מספיק זיין שמחה פרטית און עס פעלט ניט אין זיין קיום מצות „ושמחת בחגיך", וואָס האָט אַ הגבלה.
דוקא ווען ער איז „נועל דלתות חצירו", ווען ער טוט אַ פעולה צו שולל זיין די שמחת יו"ט פון די עניים —372דעמאָלט איז דאָס ניט קיין שמחת מצוה נאָר שמחת כריסו.
יא. און אין דעם איז דער יתרון פון דער שמחה בחג הפורים, וואָס די שמחה דאַרף זיין עד דלא ידעי, העכער פון זיין ידיעה והגבלות — און אַזאַ שמחה גדולה ומפוארה זאָגט זיך אַרויס ווען ער איז משמח לב העניים כו'.
און אויף דעם איז דער רמב"ם מוסיף אַז ניט נאָר דאַרף ער דעמאָלט שטיין אין אַ שמחה בבחי' „לא ידע", ביז „ישתכר וירדם בשכרותו", וואָס דערמיט ווערט נתקיים „הדר קבלוהו כו'", כנ"ל;
נאָר נאָכמער: „המשמח לב האומללים האלו דומה לשכינה", ווייל אַזאַ ענין אַז די שמחה פון אַ צווייטן אידן וואָס איז אומלל, רופט ביי אים אַרויס אַ שמחה גדולה ומפוארה, איז ניט שייך באַ אַ נברא — וואָס איז אַ מציאות בפ"ע און קרוב אצל עצמוסב און דערפאַר מוז זיין מציאות און (במילא) זיין שמחה ביי אים זיין וויכטיקער ווי שמחתו פון אַ צווייטן ובפרט של (עני כו') הפחות ממנו — נאָר בלויז באַ שכינה; און דאָס וואָס אַ איד קען שטיין (און שטייט) אין אַזאַ תנועה, איז עס דערפאַר וואָס ער איז „דומה לשכינה".
און דורך אַזאַ הנהגה איז ער מקיים דעם ענין פון „ימי משתה ושמחה" בשלימות, וואָרום דעמאָלט ווערט אין זיין מעשה בפועל נתגלה במילואו דער גילוי פון „הדר קבלוה בימי אחשורוש" דער „קיימו מה שקבלו כבר".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ז
- Id
- rh-stxa2a3a