עברית
Library

Likkutei Sichos

Bo-10 Shevat

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

129בא

— יו"ד שבט —

א. כ"ק מו"ח אדמו"ר בעל ההילולא (פון היינטיקן שבת)א האָט דערציילטב אַז ווען זיין פאָטער כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) נ"ע „האָט אָנגעהויבן גיין אין חדר האָט נאָך דער רבי „צמח צדק" געלעבט און האָט אים דאַן (ביים אַריינפירן אין חדר) צוגעוואָרפן צוקערקעס און דערביי געזאָגט, אַז מלאך מיכאל האָט אים דאָס געוואָרפן. איז דאָס ביי אים זייער נתקבל געוואָרן און ער האָט ניט געוואָלט אויפעסן די צוקערקעס, ווייל זיי זיינען ביי אים געווען זייער טייער. ערב פּסח איז געווען דער מנהגג בודק צו זיין די קעשענעס פון די קליינע קינדער, האָט דער „צמח צדק" גערופן דעם טאַטן און האָט אים געפרעגט וואו ער האָט די צוקערקעס, האָט ער זיי דעמאָלט געמוזט אויפעסן".

פון אָט דעם סיפּור — ווי פון אַלע סיפּורים פון רבותינו נשיאינו, ובפרט אַ סיפּור וועגן דעם וואָס ס'האָט פּאַסירט ביי זיי אַליין — קען מען אַרויסנעמען כמה הוראות; און ניט נאָר אין ענין החינוך (ווי ער איז דאָרט מסיים „אָט אַזאַ חינוך דאַרפן מיר האָבן"), וואָס איז מודגש בפּרשתינו (בנוגע לפסח) „והגדת לבנך גו'"ד, „והי' כי ישאלך בנך גו'"ה, נאָר אויך כמה עניני הלכות אין איסור חמץ (וכיו"ב) וואָס אויך וועגן דעם לערנט מען בפּרשתינוו.

ב. לכאורה דאַרף מען פאַרשטיין וויבאַלד די „צוקערקעס" זיינען ביי אים (כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע) געווען אַזוי טייער אַז ער האָט זיי ניט געוואָלט אויפעסן — און זיי זיינען דאָך טאַקע געווען אַ דבר יקר, וויבאַלד זיי זיינען געגעבן געוואָרן פון צמח צדק — פאַרוואָס האָט דער צמח צדק געוואָלט בדווקא אַז ער זאָל זיי אויפעסן פאַר פּסח, און ער האָט אים ניט געלאָזט זיי אָפּהיטן אויף ווייטער דורך פאַרקויפן זיי צוזאַמען מיט כל החמץ?

ובפרט, אַז מען געפינט אַזאַ הנהגה ביי גדולי ישראל בשייכות צו שיריים וואָס זיי פלעגן באַקומען פון אַ צדיק, אַז אויב עס איז געווען אַ זאַך וואָס האָט געהאַט חמץ, האָבן זיי דאָס פאַרקויפט במכירת חמץז.

וויבאַלד אַז דער „צמח צדק" האָט אים דאָס ניט געהייסן טאָן, וואָלט מען לכאורה געקענט מדייק זיין אַז ער האָט געהאַלטן אַז אין דעם פאַל: א) איז דאָס אסור היות ער וויל דאָך די זאַך צוריקבאַקומען לאחר הפּסח און ער איז רוצה בקיומו פון דעם חמץח, ב) עס העלפט130ניט קיין מכירה לעכו"ם וואָרום מכירת חמץ איז מותר כאָטש דאָס איז כהערמה [און מען האָט בדיעה צוריקבאַקומען דעם פאַרקויפטן חמץ לאחר הפּסח — און מען מעג לכתחילה פאַרקויפן „לנכרי המכירו ומיודעו . . אע"פ שהוא יודע בהנכרי שלא יגע בחמצו כלל אלא ישמרנו לו עד לאחר הפסח ואז יחזירנו לו"ט] ווייל דאָס איז מדרבנןי, בנדו"ד אָבער איז די מכירה אַן ענין פון הערמה ניכרתיא, ובמילא אין אַזאַ פאַל האָבן די חכמים ניט מתיר געווען ע"י מכירהיב.

באמת אָבער קען מען אַזוי ניט זאָגן, וואָרום א) דער אַלטער רבי דערמאָנט ניט אין שו"עיג דעם איסור „רוצה בקיומו" ביי חמץ בפסח, ב) לדעת רוב הפּוסקים ובפרט לדעת אדמו"ר הזקן איז מכירת חמץ אַ מכירה גמורה באופן אַז זי פאַרהיט אויך פון צו עובר זיין אויף ב"י וב"י (אויך) דאורייתא (וואָרום דעם חמץ וואָס מען פאַרקויפט איז ניט בכלל ביטול והפקר)יד.

ג. לכאורה וואָלט מען אינעם דערציילטן פאַל געקענט געפינען אַן אַנדער עצה ווי צו האַלטן גאַנץ דעם חמץ, ניט אָנקומענדיק צו מכירת חמץ לאינו יהודי: מפקיר זיין דעם חמץ (קודם זמן איסורו).

און כאָטש אַז (ביטול ו)הפקר ביי חמץ העלפט נאָר מה"ת אויף ניט צו עובר זיין בב"י וב"י, ווי מען לערנט עס אַרויס פון ולא יראה לך „שלך אי אתה רואה אבל131אתה רואה של אחרים ושל הפקר"טו, אָבער די חכמים האָבן גוזר געווען אַז (ביטול ו)הפקר איז ניט מספּיק און מ'דאַרף דעם חמץ מבער זייןטז בפּועל ממש — איז אָבער אויך אויף דעם פאַראַן אַן עצה:

מען קען דאָך מפקיר זיין דעם חמץ ניט נאָר בלב (און עס זאָל פאַרבלייבן אין זיין רשות) נאָר ביים מפקיר זיין דעם חמץ זאָל ער עס אַרויסנעמען פון זיין רשות און אַוועקלייגן ברה"ר במקום הפקר ממש, אין אַן אָרט וואו עס גייען ניט קיין מענטשן (און דערנאָך זוכה זיין דערין נאָך פּסח) —

וואָס לכאורה דערמיט איז מען באַוואָרנט לויט ביידע טעמים צוליב וועלכע די חכמים האָבן מתקן געווען אַז ביטול והפקר אַליין זאָל ניט זיין גענוג: א) ביטול והפקר איז „תלוי במחשבתו של האדם", איז מען חושש אַז ער וועט דאָס מפקיר זיין ניט „בלב שלם"יז, דעריבער דאַרף ער דאָס אַרויסראַמען פון זיין רשותיח; אָדער ב) מצד דעם טעם ווייל „האדם רגיל בכל השנה בחמץ ומחמת רגילותו קרוב הוא לשכחה שישכח את איסורו ו (אויב דאָס וועט זיין „בגבולו"יט) יאכל ממנו".

און מ'געפינט מפורש אַז מען קען אַזוי טאָן לכתחלה: אַרויסנעמען דעם חמץ מרשותו און אים מפקיר זיין, און אַוועקלייגן במקום הפקר לכל און לאחר הפּסח זוכה זיין אין דעםכ (וכמדומה132שנמצא בספּורי חיי כמה חסידים הנוהגים בקבלת שיריים (וכיו"ב) שנהגו כן).

דער טעם בפּשטות וואָס דער צ"צ האָט אַזוי ניט געהייסן טאָן: הגם מען געפינט אַז לויט כמה דיעותכ מעג מען מפקיר זיין פאַר זמן איסורו (ובפרט במקום הפקר) מיט דער דיעה צו זוכה זיין אין דעם לאחר הפּסח, אָבער מ"שאר הפּוסקים"כא איז משמע אַז דאָס העלפט ניטכב; און אַזוי פּסק'נט דער אַלטער רביכג „אפילו הניחו במקום המופקר לכל צריך שיפקירנו לגמרי בפיו ובלבו ולא יהי' בדעתו בשעת ההפקר לחזור ולזכות בו לאחר הפסח אם לא יקדמנו אחר שאם יש בדעתו כן אינו הפקר גמור והרי הוא כשלו ממש".

נאָכמער: „אפילו חמץ שנמצא מושלך במקום הפקר שהשליכו שם ישראל קודם שעה ששית בע"פ כדי שלא יעבור עליו בב"י וב"י בפסח . . שמותר לעשות כן לכתחלה מכל מקום לאחר הפסח אסור לכל אדם מישראל ליהנות ממנו"כד.

ד. ס'איז אָבער שווער צו זאָגן אַז דאָס איז דער טעם בנדו"ד: ראשית רעדט זיך דאָ וועגן „צוקערקעס" וואָס איז בכלל ניט ברור אויב ס'איז פאַראַן אין דעם חמץ; און אפילו אויב ס'איז דאָ,133איז דאָס נאָר תערובות חמץ פון קודם הפסח וואָס ווערט דאַן בטל ברוב (אָדער בס')כה און ס'איז ניטאָ אין דעם קיין ב"י וב"י (מדאורייתא עכ"פּ)כו.

ועוד: דאָס וואָס אַזאַ הפקר העלפט ניט איז דאָך צוליב'ן טעם וואָס יעדער מענטש וועט אַזוי טאָן כדי צו קענען הנאה האָבן פון דעם חמץ לאחר הפּסחכז; בנדו"ד אָבער, וויבאַלד ער האָט סיי ווי ניט בדיעה צו הנאה האָבן פון די „צוקערקעס" באיזה אופן שהוא, אפילו ניט דורך מכירה, ער האָט זיי נאָר געוואָלט האַלטן גאַנץכח — און בצירוף לזה וואָס דאָס איז נאָר אַ ספק דרבנן כנ"ל, צי דער (תערובות) חמץ דאַרף בכלל האָבן הפקר וביעורכט, ובפרט אַז ס'איז אַן ענין דלא שכיח — קען זיין אַז אין דעם פאַל האָבן די רבנן מלכתחלה ניט גוזר געוועןל אַז אָט דער הפקר זאָל ניט מספּיק זייןלא.

[און מ'קען ניט פרעגן אויף דער כללות השקו"ט הנ"ל, אַז דער גאַנצער ענין פון מכירה והפקר איז ניט שייך בנדו"ד, וויבאַלד אַז עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ חפץ פון אַ קטן וואָס קען נאָר קונה זיין (בדעת אחרת), אָבער ניט134מקנה זייןלב אָדער מפקיר זייןלג — וואָרום ביי אַ קטן „הסומך על שלחן אביו" איז דער דין אַז די (מציאה וואָס ער געפינט און) מתנה וואָס ער קריגט איז עס „של אביו"לד, ובמילא ליגט אויפן פאָטער דער חיוב צו פאַרקויפן עס צו אַ גוי אָדער מפקיר זיין.

מהאי טעמא איז מובן אַז פון דעם סיפּור הנ"ל קען מען ניט מדייק זיין אַז לויט דעת הצ"צ איז אַ קטן מוזהר אין ב"י וב"י און חייב להפרישו מזה, און חמץ של קטן שעבר עליו הפסח איז אסור בהנאהלה, וואָרום (נוסף אויף דעם וואָס דאָ איז ניט געווען וודאי חמץ) ע"פּ דין איז דאָס שייך צום טאַטן — אַ גדול].

ובכלל צ"ע צי מען קען פון תוכן סיפּור הנ"ל אַרויסלערנען הלכות אינעם דין ואיסור חמץ ובנוגע לכל אדם — היות אַז דאָ רעדט זיך וועגן חמץ דרבנן, אפשר — נאָר ספק חמץ, אַן ענין מיוחד דלא שכיח, וועגן אַ שטוב וואָס מ'האָט מהדר געווען בתכלית וכו'.

ה. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים אַז — ע"פּ השמועה מחסידיםלו — איז די הנהגה פון חסידי רבותינו נשיאינו געווען ע"ד הנ"ל: בשעת זיי האָבן געהאַט אַ דבר מאכל ומשקה וואָס מ'האָט באַקומען פון רבי'ן און מ'האָט דאָס ניט געקענט האַלטן בפּסח — האָט מען דאָס ניט פאַרקויפט אין חמץ, נאָר מ'האָט דאָס אויפגעגעסן, אָדער אויסגעטרונקען פאַר פּסח.

און דער טעם דערפון י"ל בפּשטות: ס'איז היפּך כבוד רבו צו נעמען זיינע שיריים וכיו"ב (ובפרט וואָס ער האָט אים געגעבן) און זיי אַוועקגעבן אָדער פאַרקויפן צו אַ אינו יהודי.

נאָכמער, אין פאַל ווען דער מאכל וכד' ווערט פאַרקויפט און גייט איבער אין רשות פון אינו יהודי, איז צ"ע: נאָכדעם ווען דער איד קויפט דאָס אָפּ צוריק, צי עס בלייבט דאַן אין דעם מאכל די פריערדיקע קדושה פון צדיק?

ו. לכאורה יש לומר אַז דער ענטפער אויף דער שאלה הנ"ל איז תלוי אין בירור מהות האיסור פון חמץ בפּסח. און בלשון פון ראָגאַטשאָווערלז: צי דער איסור חמץ איז אַ „תואר" (ד.ה. דאָס וואָס דער מאכל (וכיו"ב) איז חמץ'דיק), אָדער דער איסור איז „חל על העצם"; און ווי ער איז מבאר אַז דאָס איז תלוי אין דער מחלוקת פון ר"י ור"שלח אויב חמץ לאחר הפּסח אסור בהנאה „דמאן דס"ל אסור ס"ל דהאיסור חל על העצם ומאן דס"ל מותר ס"ל דלא הוה רק תואר וכשהלך הזמן בטל התואר".

און דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דער מחלוקת פון ר' יהודה מיט די חכמיםלט: „ר"י אומר אין ביעור חמץ אלא שריפה וחכ"א אף מפרר וזורה לרוח או מטיל135לים": די חכמים האַלטן אַז דער איסור חמץ איז ב"תואר" פון דער זאַך, איז דעריבער גענוג „מפרר וזורה לרוח או מטיל לים", וואָס דעמאָלט ווערט בטל דער „תואר" פון חמץ (און במילא דער ענין פון אכילה והנאה), הגם אַז עס פאַרבלייבט דער עצם החמץ; דאַקעגן ר"י האַלט אַז דער איסור חמץ איז „חל על העצם" און דעריבער דאַרף מען דעם חמץ פאַרברענען — עס זאָל בטל ווערן זיין עצם מציאותמ, ניט נאָר דער „תואר" און אפשריות פון אכילה און הנאהמא.

לפ"ז י"ל אַז מיט דעם איז אויך פאַרבונדן די שאלה הנ"ל: אויב מען האַלט אַז דער איסור איז „חל על העצם" און דערפאַר מוז די מכירה צום גוי כולל זיין אויך דעם עצם פון דעם חמץ, במילא בלייבט ניט אין דעם חפץ קיין מציאות וואו די קדושה הקודמת זאָל האָבן אַן אחיזה.

אויב מ'לערנט אָבער אַז דער איסור חמץ „הוה רק תואר" וואָס איז אַ דבר נוסף אויף עצם הדברמב, וואָס דעריבער איז דאָ אַ מקום צו זאָגן אַז ביי מכירת חמץ (כדי ניט עובר זיין אויף ב"י וב"ימג) ווערט פאַרקויפט נאָר דער דבר נוסף על העצם, וואָס איז געבונדן מיט'ן „תואר"מד ובמילא בלייבט אין דעם די קדושה הקודמת (די בעלות על העצםמה — פון דעם נותן) וואָס רירט אָן דעם עצם פון דער זאַך.

ולפ"ז וויבאַלד אַז די הלכה איז ווי ר"ש*45 אַז חמץ לאחר הפּסח איז מותר בהנאה, און דער איסור איז נאָר אַלס קנס, און אַזוי אויך בנוגע ביעור חמץ איז דאָך נאָר „המנהג לשורפו"מו, אָבער די הלכה איז דאָך ווי די חכמיםמז אַז ס'איז גענוג „מפרר וזורה לרוח או מטיל לים" — קומט במילא אויס אַז עס מאַכט ניט אויס צו פאַרקויפן די שיריים פון אַ צדיק (וכד') צום אינו יהודי, ווייל אויך136נאָכדעם קען פאַרבלייבן אין דעם די קדושת הצדיקמח.

ז. באמת קען מען אַזוי ניט זאָגן, וואָרום הגם אַז די מכירה איז בכדי ניט עובר זיין אויף ב"י וב"י, איז דאָך אָבער דעת רוב הפּוסקים אַז דאָס איז אַ מכירה גמורה, כנ"ל, ד. ה. אַז דער עצם החמץ איז קנוי צום גוי בקנין גמור ומדאורייתאמט (ובפרט לויט תקנת אדמו"ר הזקן אַז מ'מאַכט אַן ערב קבלן), ביז אַז דער נכרי קען דאָס פאַרקויפן צו אַ צווייטן לאחר הפּסחנ. ד. ה. אַז ער האָט ניט בלויז אַ זכות השתמשות אָדער אַ קנין בלויז אינעם „תואר" פון דער זאַך, נאָר די עצם זאַך באַלאַנגט צו איםנא.

ועפּ"ז איז מובן וואָס חסידים האָבן ניט געוואָלט פאַרקויפן אַ דבר מאכל וואָס מ'האָט מקבל געווען פון רבי'ן צו אַ אינו יהודי, וואָרום דאָס איז ניט נאָר אַן ענין פון היפּך כבוד רבו — אַז מ'זאָל די שיריים (וכיו"ב) וואָס מ'האָט באַקומען פון צדיק איבערגעבן אין רשות פון אַן אינו יהודי (וואָס איז מקבל חיות פון ג' קליפּות הטמאות)נב — דורך דעם איז מען בידים מפקיע ח"ו די בעלות הקדושה וואָס איז פריער געווען אויף דעםנג.

ח. לפי"ז קען מען מבאר זיין פאַרוואָס עס איז ניט געווען די הנהגה צו מפקיר זיין די שיריים וכו' פון אַ צדיק:

דער גדר פון הפקר, זאָגט דער ראָגאַטשאָווערנד, קען מען אויסטייטשן אויף צוויי אופנים: צי דער אויפטו פון הפקר איז אַז דער בעה"ב איז זיך מסלק פון דער זאַך וואָס ער איז מפקיר און עס געהערט ניט צו קיינעם, אָדער אַז דורך דעם מפקיר זיין „באַקומען" אַלע מענטשן אַ (זכות ו)קנין אין דבר הנפקר.

און דערמיט איז דער ראָגאַטשאָווער מבאר פלוגתת אמוראיםנה:

ווען איינער האָט אָנגעשעפּט וואַסער פון אַ בור של הפקרנו אום יו"ט צוליב זיין חבר, זאָגט ר' נחמן אַז דער תחום ווערט גערעכנט „כרגלי מי שנתמלאו לו", ד. ה. אַז די אלפים אמה (פון מקום שביתה) ווערט גערעכנט פון דעם אָרט וואו עס געפינט זיך דער פאַר וועמען ער האָט געשעפּט די וואַסער. רב ששת זאָגט אַז מ'רעכנט עס „כרגלי הממלא", אַז מ'רעכנט די אלפים אמה פון דעם137ממלא; און די גמרא זאָגט „במאי קא מיפלגי — מר סבר בירא דהפקרא הוא ומר סבר בירא דשותפי הוא". איז דער ראָגאַטשאָווער מבאר (אַז ביידע האַלטן אַז דער בור איז הפקר, נאָר): רב נחמן האַלט, אַז דער גדר פון הפקר איז אַז אַלע האָבן אין אים אַ זכות וחלק — אויך דער פאַר וועמען ער האָט געשעפּט די וואַסער, דערפאַר האָט ער דעם דין פון „בירא דשותפי הוא". רב ששת האַלט: הפקר מיינט אַז דאָס געהערט ניט צו קיינעם, ובמילא קען דער ממלא (זוכה זיין פאַר זיך — עיי"ש — אָבער) ניט זוכה זיין די וואַסער פאַרן צווייטן און דערפאַר קען מען ניט רעכענען די אלפּים אמה פונעם צווייטן, נאָר „כרגלי הממלא"נז.

און לויט ביידע סברות אין הפקר איז מובן בנדו"ד, כדלקמן.

ט. לויט דער סברא אַז הפקר פּועל'ט אַז דאָס געהערט צו אַלעמעןנח איז מובן בפּשטות פאַרוואָס מ'האָט ניט געוואָלט מפקיר זיין די שיריים הנ"ל — און מצד דעם זעלבן טעם ווי ביי מכירה צו אַ אינו יהודי — וואָרום דעמאָלט וואָלט דאָס באַלאַנגט צו אַלע גוים פון דער וועלט [ובפרט אַז בפּשטות זיינען זיך אידן, וואָס אין רצונם בחמץ בפּסח, מסלק פון באַקומען דעם זכות אין דעם הפקרנט] און דאָס איז היפּך כבוד רבו, כנ"ל.

און אין איין פּרט איז דאָס מפקיר זיין נאָך ערגער ווי פאַרקויפן עס צו אַן אינו יהודי: בשעת ער פאַרקויפט צו אַן אינו יהודי קען ער אויפזוכן אַזאַ גוי וועלכער איז מחסידי אומות העולם וואָס דער רמב"ם פּסק'נטס וועגן אים, אַז יש להם חלק לעוה"בסא ובפרט נאָך אַז דער גוי איז מציל דעם אידן פון עובר זיין אויף איסור חמץ בפּסח; משא"כ בשעת דאָס ווערט „הפקר לכל" — געהערט דאָס צו אַלע גוים, אויך ניט חסידי אומות העולם, און דערמיט אויך נאָך מער בסתירה צו כבוד רבו.

יו"ד. אויך לויט דער סברא אַז הפקר איז ניט אַ זאַך וואָס האָט אַ שייכות צו אַלעמען, איז מובן: נעמען אַ דבר יקר, אַ דבר שבקדושה וואָס מ'האָט עס באַקומען מרבו, און דאָס בלב שלם מבטל זיין און איבערלאָזן דאָס במקום הפקר, איז אויך אַן ענין פון היפּך הכבוד, ווייל דאָס ווייזט אויף היפּך החשיבותסב.

ומהאי טעמא האָט אויך דער „צמח צדק" זיך משתדל געווען אַז אַנשטאָט138דעם אַז די „צוקערקעס" זאָלן געהערן צו אַ אינו יהודי אָדער זיין הפקר זאָל זיי זיין אייניקל (כ"ק אדמו"ר מהורש"ב) אויפעסן און זיי זאָלן ווערן דם ובשר כבשרוסג.

יא. פון כהנ"ל קומט אַרויס נאָך מער בהפלאה די הוראה אין גודל ההשתדלות ואופן החינוך:

וויבאַלד אַז די „צוקערקעס" זיינען געווען ביים רבי'ן (מהורש"ב) נ"ע אַזוי טייער, אַז צוליב דעם האָט ער זיי געהאַלטן גאַנץ ביי זיך ברשותו — אפילו מוותר געווען אויף דעם עס זאָל ווערן דם ובשר כבשרו — און ס'איז דערביי ניט דאָ קיין איסור זיי צו מפקיר זיין אָדער פאַרקויפן וכו' — האָט מען דאָך לכאורה בעסער געדאַרפט אים צוליב טאָן וואָלט ער זיי געהאַט תמיד (אויך נאָך פּסח), דאָס וואָלט עם תמיד מזכיר און מעורר געווען אויף דער קדושה, כניסה לחדר וכו' — איי וואָס י"ל אַז — בפנימיותו — נעקרה הקדושה און לפי שעה איז דאָס געווען ברשות האינו יהודי וכו', איז ער דאָך געווען אַ קינד בן שלשסד און ניט געוואוסט דערפון וכו'.

נאָר דאָ זעט מען גודל ההשתדלות אין ענין החינוך, ניט נאָר אין עניני דאורייתא ודרבנן, אפילו אין אַ הידור מצוה, נאָר אויך אין מנהגים וענינים פון חסידים — און אַז יעדער זאַך זאָל זיין לאמתתו.

און דאָס דאַרף מען טאָן ניט נאָר דאַן ווען דאָס קומט אָן גרינג, נאָר אויך בשעת ס'איז פאַרבונדן מיט אַ תנועה וואָס לפי"ע המחונך איז עס אַן ענין פון מס"נ (מסירת הרצון). און ווי די כמה סיפּורים וואָס מ'געפינט אויך בנוגע דעם חינוך פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בעצמו.

וואָס דעמאָלט געוואוינט מען איין דעם קינד ניט נאָר „לשנות מדותיו הטבעיים", נאָר אויך „טבעי' מדותיו"סה.

און כאָטש דאָס איז אַ דרך אין חינוך וואָס מען דערציילט בנוגע יחידי סגולה — נשיאי ישראל, וויבאַלד מ'האָט דאָס מגלה געווען יעדן איינעם, איז דאָס אַ הוראה פאַר יעדערן, און ווי ער זאָגט אין דער שיחה „אָט אַזאַ חינוך דאַרפן מיר האָבן" —

און דעם כח אויף דערויף האָט מען פון רבותינו נשיאינו וואָס בתר רישא גופא אזילסו, צו גיין באורחותיהם ובדרכיהם אשר הורונו נס"ו.

(משיחת ש"פ בלק תשל"ג)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-kcvp78z7

Copies

Recent activity

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · approved
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · closed

Sources