עברית
Library

Likkutei Sichos

Va'eira 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

69וארא ג

א. בהמשך צו דער טענה פון משה רבינו צום אויבערשטן „הן אני ערל שפתים ואיך ישמע אלי פרעה"א, שטייט אין פּסוקב: „ויאמר ה' אל משה ראה נתתיך אלקים לפרעה ואהרן אחיך יהי' נביאך. אתה תדבר את כל אשר אצוך ואהרן אחיך ידבר אל פרעה גו'". איז רש"י מעתיק די התחלה, די ווערטערג „אתה תדבר" און איז מפרש: „פעם אחת כל שליחות ושליחות כפיד ששמעת מפי ואהרן אחיך ימליצנו ויטעימנו באזני פרעה".

ד. ה. רש"י לערנט אז „אתה תדבר גו' ואהרן אחיך ידבר אל פרעה גו'" מיינט ניט אַז משה זאָל ריידן (בלויז) צו אהרן און נאָר אהרן זאָל ריידן מיט פּרעה

— ע"ד ווי מ'האָט פריער געלערנט אין פ' שמות, אַז נאָכדעם וואָס משה האָט גע'טענה'ט צום אויבערשטן „כבד פה וכבד לשון אנכי"ה, „שלח נא ביד תשלח"ו, האָט אים דער אויבערשטער געזאָגט „ודברת אליו (צו אהרן) . . ודבר הוא לך אל העם גו'"ז —

נאָר אַז (אויך) משה זאָל ריידן צו פרעה; און דער חילוק צווישן משה'ס דיבור און אהרן'ס איז נאָר אין דעם, וואָס משה האָט געדאַרפט ריידן בלויז „פּעם אחת", און אהרן האָט עס געדאַרפט „ממליץ" זיין און „מטעים" זיין „באזני פּרעה", ביז צו ווירקן אויף אים אַז — „ושלח את בני ישראל מארצו".

[דערפאַר איז רש"י מוסיף דעם וואָרט „(ויטעימנו) באזני (פּרעה)" — הגם אַז אין פּסוק שטייט סתם „אל פּרעה" — וואָס דאָס מיינט ווי רש"י טייטשט אין אָנהויב פּ' ויגש: „דבר באזני אדוני — יכנסו דברי באזנך"].

דער הכרח צו לערנען אַז „אתה תדבר" (פון משה) מיינט צו פּרעה און ניט צו אהרן (אַנדערש ווי דער סדר אין פּ' שמות כנ"ל, און ווי כמה פּשטניםח לערנען איין אַזוי אויך דאָ)ט: א) עס שטייט דאָך שוין אין פריערדיקן פּסוק אַז „ואהרן אחיך יהי' נביאך" — איז וואָס דאַרף עס דער פּסוק דאָ איבערחזרן נאָכאַמאָל („אתה תדבר גו' ואהרן אחיך ידבר גו'")? ב) עס שטייט בפירוש אין פּסוק (פריערי) „הם המדברים אל70פּרעה גו'" — אַז אויך משה האָט גערעדט צו פּרעה;

דעריבער לערנט רש"י, אַז דער פּסוק „אתה תדבר גו'" קומט זאָגן, אַז אויך משה זאָל ריידן צו פּרעה, אָבער ער זאָל עס טאָן נאָר „פּעם אחת . . ואהרן אחיך ימליצנו ויטעימנו וכו'".

ב. מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין:

א) פריער, אין פּ' שמותיא ווערט דערציילט אַז נאָכדעם וואָס משה ואהרן האָבן צונויפגעקליבן די זקני ישראל וכו', „באו משה ואהרן ויאמרו אל פרעה גו' ויאמרו אלקי העברים גו'". און פון דעם וואָס (אויך) דאָרט שטייט אַ לשון רבים איז מוכח, אַז אויך דעמאָלט האָבן ביידע גערעדט צו פּרעהיב (ובפרט אַז דער פּסוק איז משנה פון פריער: בנוגע צו „כל זקני בני ישראל" שטייטיג „וידבר אהרן גו' אשר דבר ה' אל משה", און ביי פּרעה שטייט „ויאמרו")

— און בפּשטות איז מסתבר, אַז היות משה איז געווען אַ „כבד פּה וכבד לשון" — וואָס מהאי טעמא האָט דער אויבערשטער מסכים געווען אַז אהרן „יהי' לך לפה"יד — האָט ער ניט גערעדט באריכות ובפּרטיות וכמה פּעמים, נאָר ער האָט געזאָגט דעם עיקר והמוכרח און האָט זיך סומך געווען אויף אהרן'ען אַז ער וועט „מטעים" זיין זיינע רייד — ד. ה. ווי אָנגעזאָגט בפּרשתנו

וויבאַלד אַזוי, שטעלט זיך די שאלה: אויב ס'איז נויטיק צו באַוואָרענען דעם סדר פון „אתה תדבר גו' ואהרן אחיך ידבר גו'", אַז משה רעדט „פּעם אחת . . ואהרן כו' ימליצנו ויטעימנו כו'" — האָט עס דער פּסוק געדאַרפט זאָגן דאָרט וואו זיי האָבן צום ערשטן מאָל גערעדט צו פּרעה (אין פּ' שמות)טו; און אויב ס'איז אַ דבר המובן מעצמו (אַז ווען ביידע האָבן גערעדט, האָט משה גערעדט בקיצור, זייענדיק אַ „כבד פּה גו'", און אהרן האָט מטעים געווען זיינע רייד) — פאַרוואָס דאַרף עס דער פּסוק מפרט זיין דאָ? עס וואָלט געווען גענוג צו זאָגן בקיצור אַז משה זאָל מצרף זיין צו זיך אהרן'ען (ע"ד ווי (דער פּסוק און) רש"י זאָגט פריערטז אויף „וידבר ה' אל משה ואל אהרן" — „לפי שאמר משה ואני ערל שפתים צירף לו הקב"ה את אהרן כו'")?

71ב) אַ גרעסערע תמי'יז: וואָס איז בכלל געווען די טענה פון משה רבינו דאָ „הן אני ערל שפתים" — ער האָט דאָך שוין פריער געטענה'ט „כבד פּה וכבד לשון אנכי" און דערויף האָט דער אויבערשטער אים געענטפערט „הוא יהי' לך לפּה" — היינט פאַרוואָס איז ער איצט ווידער אַמאָל געקומען מיט (לכאורה) דער זעלבער טענה „הן אני ערל שפתים"?

ולאידך, אויב עס איז דאָ צוגעקומען אַ חידוש אין דער צווייטער טענה, וואָס דעריבער איז ניט מספּיק די עצה אַז אהרן „יהי' לך לפּה" — איז ווי ווערט זי פאַרענטפערט דערמיט וואָס „אהרן אחיך יהי' נביאך", וואָס איז לכאורה דער זעלבער ענטפער ווי אין פּ' שמות?

ג. מפרשיםיח ענטפערן (אויף דער צווייטער שאלה) אַז פריער רעדט זיך נאָר וועגן דעם דיבור „אל העם" (ווי דער פּסוק איז דאָרט מדגיש „ודבר הוא לך אל העם"), און דאָ איז נתחדש געוואָרן די שליחות הדיבור אויך צו פּרעה; און דערפאַר האָט משה דאָ ווידער געטענה'ט „אני ערל שפתים", און דער אויבערשטער האָט געענטפערט אַז אויך ביי דער שליחות צו פּרעה — „ואהרן אחיך יהי' נביאך".

אָבער עס איז שווער אַזוי צו זאָגן — ווייל:

א) באַלד אין המשך פון די ערשטע רייד וואו דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז משה זאָל ווערן דער שליח ה', ווערן שוין דערמאָנט ביידע שליחות'ן: „לך ואספת את זקני ישראל גו'"יט, און אויך „ואשלחך אל פּרעה גו'"כ — איז דערפון מובן, אַז די תשובה פון אויבערשטן „הוא יהי' לך לפּה" באַציט זיך אויף ביידע שליחות'ןכא.

ב) ועיקר: מיט עטלעכע פּסוקים ווייטער — נאָכן דערציילן אַז דער אויבערשטער האָט מסכים געווען „הוא יהי' לך לפּה" — דערציילט דער פּסוקכב אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה בפירוש „(בלכתך לשוב מצרימה ראה כל המופתים גו' ועשיתם לפני פּרעה גו') ואמרת אל פּרעה גו'", און מ'געפינט ניט אַז משה זאָל אויף דעם טענה'ן צום אויבערשטן „כבד פּה גו'" וכיו"בכג;

מוז מען זאָגן, אַז ער האָט אָנגענומען, אַז (כאָטש דאָ וועט (אויך) ער מוזן ריידן צו פּרעה („ואמרת")כד — ניט ווי ביים דיבור צו די בנ"י וואו אהרן אַליין האָט צו זיי גערעדט — פונדעסטוועגן) קען ער מיטנעמען אהרןכה „לפּה"כו.

72ד. נוסף על הנ"ל זיינען דאָ כמה דיוקים אין לשון רש"י, ומהם:

א) ס'איז מובן אַז משה האָט גערעדט בצמצום ובקיצור (און אהרן האָט אין דעם מאריך ומטעים געווען), אָבער וואָס איז דער הכרח צו זאָגן אַז משה האָט גערעדט דוקא „פעם אחת" און ניט מער?

ב) וואָס איז דער דיוק הלשון „(פעם אחת) כל שליחות ושליחות כו'" — לכאורה וואָלט דאָ מער מתאים געווען דער לשון „כל ציווי וציווי" — בהתאם צו לשון הכתוב „את כל אשר אצוך"?

ג) „(כל שליחות ושליחות) כפי ששמעת מפּי", וואָס איז לכאורה אַ יתור לשון — צי דען וועט משה זאָגן פּרעה'ן *) ניט ווי ער האָט עס געהערט פון אויבערשטן?!

ד) וואָס איז דער כפל הלשון „ימליצנו ויטעימנו"?

ה. דער ביאור אין דעם וועט זיין פאַרשטאַנדיק בהקדים להסביר וואָס משה האָט אין זיין טענה דאָ משנה געווען פון זיין פריערדיקער טענה: אין פּ' שמותה האָט ער געזאָגט „כבד פּה וכבד לשון אנכי", און דאָכז — „אני ערל שפתים", ובפרט אַז לויט פרש"י איז עס אַ שינוי ניט נאָר אין לשון, נאָר אויך אין תוכן העניןכח:

„כבד פּה וכבד לשון אנכי" איז רש"י מפרש: „בכבידות אני מדבר", ד. ה. אַז ער קען ריידן, נאָר דאָס קומט אים אָן „בכבידות"; משא"כ „ערל שפתים" טייטשט רש"יכט „אטום שפתים": זיינע ליפּן זיינען „פאַרשטאָפּט" — ס'איז אַ שטערונג צום ריידן.

און דאָס איז דער חידוש אין זיין צווייטער טענה: פריער האָט ער געמיינט אַז ער איז (בלויז) „כבד פּה וכבד לשון" — ער קען ריידן עכ"פּ „בכבידות", און דעריבער האָט דערצו מספּיק געווען מיטצונעמען אהרן'ען, וואָס וועט מאריך ו"מטעים" זיין דאָס וואָס משה וועט זאָגן בקיצור צו פּרעה;

אָבער איצט איז ער געקומען צו דער הכרה אַז „אני ערל שפתים": זיין ריידן איז ניט נאָר ניט „בקלות" נאָר אינגאַנצן ניט מעגלעך, כאילו ער וואָלט געווען „אטום" — ובמילא האָט דאָך ניט קיין אָרט זיין שליחות צו פּרעה [ואדרבה: זיין קומען צו פּרעה באופן אַז ער וועט דאָרט שווייגן וועט ניט בלויז ניט ברענגען קיין תועלת, נאָר פאַרקערט, גורם זיין אַ קלקולל: פּרעה קען דאָך אָננעמען זיין שתיקה אַלס הסכמה אַז עס דאַרף זיין „תכבד העבודה"לא וכיו"ב].

אויף דעם האָט אים דער אויבערשטער געענטפערט „אתה תדבר גו'": דאָס איז ניט נאָר אַ ציווי (דו זאָלסט ריידן), נאָר (צוזאַמען דערמיט) אַ הבטחה — דו וועסט ריידן; אַז כאָטש ער איז אַן „ערל שפתים" וועט דער אויבערשטער אים געבן די יכולת צו ריידןלב.

73און דעריבער איז רש"י מדייק „כל שליחות ושליחות וכו'", צו מדגיש זיין אַז דאָס וואָס משה האָט געקענט ריידן איז טאַקע געווען ניט מכח עצמו, נאָר דערפאַר וואָס ער איז געגאַנגען בשליחותו של הקב"ה, און דאָס האָט אים געגעבן כח ויכולת צו ריידן; און דאָס קומט בהמשך צו דעם וואָס רש"י איז מפרש מיט עטלעכע פּסוקים פריערלג: „אני ה', כדאי אני לשלחך ולקיים דברי שליחותי" — אַז ס'איז גענוג דאָס וואָס „אני" איז דער משלח בכדי צו קענען מקיים זיין „דברי שליחותי". — עד"ז בנוגע צום עצם איבערגעבן (זאָגן) דברי השליחות.

ו. עפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק די אריכות אין לשון רש"י — „פעם אחת כל שליחות ושליחות כפי ששמעת מפי": די כוונה פון משה'ס גיין ריידן צו פּרעה איז ניט געווען צו איינריידן פּרעה מיט הסברות וטעמים, נאָר צו איבערגעבן די שליחות פון אויבערשטן; משה איז געווען דער שליח ה' וואָס האָט גערעדט צו פּרעה במקום (ובכח) המשלח — הקב"ה. ובמילא האָט משה געדאַרפט איבערגעבן דעם גענויען לשון פון דעם משלחלד (אָן הכפּלה והסברה): ער האָט עס געדאַרפט זאָגן בלויז „פּעם אחת" (פּונקט ווי דער אויבערשטער האָט עס געזאָגט „פּעם אחת"), און „כפי ששמעת מפּי" — מיט דעם זעלבן לשון בדיוק ווי ער האָט עס געהערט פון אויבערשטןלה.

דערביי שטעלט זיך אָבער די שאלה: דער דיבור פון אויבערשטן צו משה'ן איז דאָך געווען בלשון הקודשלו, ובמילא איז אויך דיבורו של משה צו פּרעה געווען בלשון הקודשלז („כפי ששמעת מפּי") — איז ניט מובן: רש"י האָט שוין פריער מפרש געווען אין פּ' ויחילח אַז פּרעה האָט ניט „מכיר" געווען בלשון הקודשלט, היינט ווי אַזוי האָט ער74געקענט פאַרשטיין וואָס משה האָט געזאָגט בלה"ק?

דעריבער איז רש"י ממשיך: „ואהרן אחיך ימליצנו ויטעימנו וכו'", וואָס „ימליצנו" האָט אין זיך (אויךמ) דעם טייטש פון איבערזעצן פון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער, ווי רש"י האָט שוין פריער מפרש געווען (אין פּ' מקץמא) אויפן פּסוק „כי המליץ בינותם": „כשהיו מדברים עמו הי' המליץ ביניהם היודע לשון עברי ולשון מצרי והי' מליץ דבריהם".

ד.ה. אהרן וועט האָבן אַ צווייענדיקן תפקיד: א) „ימליצנו" — איבערזעצן פון דער שפּראַך פון דברי משה, ב) „ויטעימנו כו'" — מסביר ומטעים זיין דעם תוכן פון זיינע רייד, באופן אַז זיי זאָלן נתקבל ווערן „באזני פּרעה".

ז. לכאורה איז נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: וויבאַלד אַז פּרעה האָט סיי ווי ניט פאַרשטאַנען וואָס משה האָט מיט אים גערעדט, טאָ וואָס איז געווען די תועלת פון משה'ס דיבור? ועד כדי כך, אַז אויף דעם איז געווען אַ ספּעציעלע נתינת יכולת, כנ"ל.

איז דער ביאור: דאָס קומט בהמשך צו פּרש"י אין פריערדיקן פּסוק: „נתתיך אלקים לפרעה — שופט ורודה לרדותו במכות ויסורין". ד. ה. משה'ס ענין אין זיינע רייד צו פּרעה, איז ניט געווען אים אויפצוקלערן מיט דברי טעם וכו' (דאָס איז געווען אהרן'ס תפקיד — „ואהרן אחיך יהי' נביאך", כנ"ל), נאָר אים צו „שופט" זיין — אין אַן אופן ווי „ורודה" וואָס דאָס איז „לרדותו במכות ויסורין".

און עד"ז בעניננו: משה רבינו האָט געדאַרפט זאָגן צו פּרעה „שלח את עמי" מיט אַ שטרענגקייט און בייזערן זיך אויף אים, אַז פונעם אופן הדיבור (און פונעם אויסדרוק פון משה'ס פּנים בשעת מעשה וכו'מב) זאָל פּרעה פאַרשטיין אַז דאָס איז „קשות" — בדוגמא פון מכות ויסורין.

ח. פון יינה של תורה אין דעם פּרש"י:

אין דעם ענין פון „ראה נתתיך אלקים לפרעה" („שופט ורודה לרדותו במכות ויסורין"), איז חסידותמג מבאר: בשעת קליפּות זיינען בעוצם תקפן (וואָס דאָס איז דאָך מחמת יניקתן וכו'), האָט אפילומד אַ צדיק קיין כח ניט זיי אַראָפּצואוואַרפן און צעברעכן (ע"ד מחז"למה: „אם ראית רשע שהשעה משחקת לו אל תתגרה בו"); דאָס איז נאָר ב"יכלתו ית' שהוא כל יכול", אַז אפילו אַ רשע וואָס איז „כל גאה", זאָל זיין — „והשפילהו . . הכניעהו והדך רשעים תחתם"מו.

און דאָס מיינט „ראה (ל' חידוש75ופליאה) נתתיך אלקים לפרעה": הגם אַז פּרעה איז נאָך געווען בתקפו, ביז אפילו „לא הי' עבד יכול לברוח ממצרים"מז, האָט דער אויבערשטער געגעבן משה'ן „ממשלה זרוע כא־מח ממש על פרעה"מט, ביז צו רודה זיין אים „במכות ויסורין"נ.

און דער כח איז געגעבן געוואָרן דוקא צו משה'ןנא: וואָרום זייענדיק דער נשיא הדור, דער „אנכי עומד בין ה' וביניכם גו' להגיד לכם את דבר ה'"נב — אַ ממוצע דורך וועמען עס ווערט נמשך „דבר ה' ממש"נג — דעריבער ווערט דורך אים נתגלה כוחו ויכלתו ית' „לרדותו במכות ויסורין". [און דערמיט איז מובן פאַרוואָס ר' שמעון בן יוחי האַלט אַז „מותר להתגרות ברשעים"נד (אויך ווען „השעה משחקת להם"נה) — ווייל רשב"י איז אַ ניצוץ פון משה רבינו, כידוענו, וואָס האָט דעם כח צו „מכניע" זיין די רשעים — אויך ווען זיי זיינען בתקפםנז].

און דאָס איז דער טעם פּנימי פאַרוואָס משה רבינו האָט געמוזט ריידן צו פּרעה'ן (א) און ס'איז ניט געווען גענוג דיבורו של אהרן — (ב) כאָטש אַז דער דיבור איז געווען אין אַ שפּראַך וואָס פּרעה האָט ניט פאַרשטאַנען —

ווייל דאָ האָט זיך געמוזט אויפטאָן די שבירה פון פּרעה'ן ווען ער איז נאָך בתקפו, און דעריבער (א) איז עס נאָר בכחו של משה; (ב) עס איז ניט אַן ענין פון בירור, נאָר שבירהנח (לרדותו כו'), און ס'איז דערפאַר ניט נוגע אַז פּרעה זאָל פאַרשטיין דעם דיבור.

ט. עפּ"י הנ"ל איז אויך מובן דאָס וואָס רש"י זאָגט אַז משה האָט געמוזט איבערגעבן דברי הקב"ה „כפי ששמעת76מפּי" דוקא: אָט דעם כח, צו קענען צעברעכן קליפּות ווען זיי זיינען נאָך בתקפן, האָט משה רבינו געהאַט מצד דעם וואָס ער איז געווען דער שליח ה', דורך וועמען עס איז נתגלה געוואָרן כחו ית' („זרוע כא־"); און דעריבער איז דער דיבור געווען אין אַן אופן פון „אתה תדבר . . כפי ששמעת מפי": ע"ד „שכינה מדברת מתוך גרונו של משה"נט.

דערמיט קען מען אויך מבאר זיין וואָס דער סדר פון „אתה תדבר, פּעם אחת כל שליחות ושליחות כפי ששמעת מפּי כו'" האָט זיך אָנגעהויבן ערשט נאָך דעם ווי משה האָט געטענה'ט „אני ערל שפתים":

ס'איז מבואר אין חסידותס, אַז דאָס וואָס משה איז געווען „כבד פּה וכבד לשון" האָט זיך עס גענומען מצד זיין ביטול צו אלקות — אַז צוליב זיין גודל הביטול האָט ער ניט געקענט משפּיע זיין, ע"ד ווי „איידי דטריד למבלע לא פליט"סא.

דערפון איז מובן, אַז אויך דער ענין פון „ערל שפתים" ווייזט אויפן גודל הביטול פון משה רבינו; און נאָך אויף אַ גרעסערן ביטול ווי „כבד פּה וכבד לשון" — וואָרום „כבד פּה וכבד לשון" מיינט אַז עס איז נאָך געבליבן דיבור (השפּעה), נאָר ס'איז „בכבידות", נאָך ניט ביטול לגמרי; „ערל שפתים" אָבער ווייזט אויף ביטול בתכלית, וואָס דערפאַר קען ער אינגאַנצן ניט ריידן.

און דעריבער איז דוקא אָט דער ביטול פון „ערל שפתים" געווען די אתדל"ת, הכנה והקדמה צו „ראה נתתיך אלקים לפרעה גו'" — דורכן ביטול אין אַן אופן פון „בלי שום הרגש כלל"סב קען דערנאָך זיין (ע"ד פון „שכינה מדברת מתוך גרונו של משה") — „דבר ה' ממש"סג — וואָס פאָדערט זיך צו דער שבירה פון פּרעה'ן.

יו"ד. לכאורה קען מען נאָך אַלץ פרעגן: ווי קומט עס, וואָס דוקא פּרעה האָט געהערט די שליחות ה' (אויך) פון משה'ן אַליין, און בנ"י האָבן עס געהערט בלויז פון אהרן'ען („ודבר הוא לך אל העם")?

אמת טאַקע, אַז בנ"י האָבן ניט געדאַרפט אָנקומען צו דעם, משא"כ די שבירה פון פּרעה (קליפה בתקפה) האָט געמוזט זיין נאָר דורך כחו של משהסד

[און עד"ז איז עס אויך אין פּשטות הענין: אידן זיינען מאמינים בני מאמיניםסה, דעריבער איז פאַר זיי גענוג אַז אהרן גיט זיי איבער, אַלס שלוחו של משה, וואָס משה האָט געהערט פון אויבערשטן — איז „ויאמן העם גו'"סו; ביי פּרעה אָבער וואָלט דאָס ניט מספּיק77געווען און דעריבער האָט משה אַליין געמוזט ריידן];

פונדעסטוועגן איז עס ניט גאָר גלאַטיק: פאַרוואָס זאָל ביי אידן פעלן אָט דער ענין נעלה פון דיבורו של משה?

דער ביאור אין דעם: ווען אהרן גיט איבער דברי משה צו די אידן איז עס דאַן ביי אים נאָר בדרך „מעבר"סז, די אידן נעמען דעם דיבור של משה אָן קיין שינוי וירידה (במעלתו) מצד דעם ממוצע; ע"ד ווי „משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וכו'"סח, וואָס הגם אַז עס איז דורכגעגאַנגען כו"כ ממוצעים, פונדעסטוועגן איז עס אַלץ די „תורה מסיני", כמחז"לסט כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ניתן למשה מסיני.

דאַקעגן ביי פּרעה, אויב דיבורו של משה וואָלט צו אים געקומען (נאָר) דורך אהרן'ען, וואָלט עס געמוזט זיין אין אַן אופן פון התלבשות (ושינויים) וכו', ובמילא וואָלט אינעם דיבור געפעלט פון כחו של משה וואָס פאָדערט זיך לשבירת פּרעה כנ"ל.

דערמיט איז אויך מובן דער שינוי הלשון אין די פּסוקים — ביי בנ"י שטייט אַז אהרן „יהי' לך לפּה", און ביי פּרעה — „ואהרן אחיך יהי' נביאך": ביי אידן איז אהרן געווען פּיו של משה („לך לפּה")ע, אהרן'ס דיבור איז געווען אין דער זעלבער דרגא ווי ווען ער קומט פון פּה של משה — בדרך מעבר; משא"כ ביי פּרעה איז אהרן בלויז געווען „נביאך", וואָס דאָס מיינט (כפּרש"י) „מתורגמנך" — און ווען אַ דבר השפּעה ווערט איבערגעגעבן דורך אַ מתורגמן קומט זי אַראָפּ בדרך ירידה ושינוי לפ"ע המקבלים, כמבואר בכ"מעא.

יא. די הוראה פון דעם אין עבודה פּרטית פון כאו"א:

ס'איז דאָ אַמאָל אַז די נפש האלקית געפינט זיך אין גלות אין נפש הבהמית, ביז אין אַן אופן וואָס „השעה משחקת לה" — די קליפּה איז אין אַ מצב פון „גסות . . שמגבי' עצמה על אור קדושת נפש האלקית כו'"עב.

איז די עצה אויף דעם — „נתתיך אלקים לפרעה . . לרדותו במכות ויסורין": עס דאַרף זיין דער „ירגיז אדם יצ"ט על יצה"ר כו'"עג, „ירעים עלי' בקול רעש ורוגז להשפילה . . לומר לו אתה רע וכו'"עד, און דאָס גופא ברעכט די גסות הקליפּה פון נפש הבהמית, כמבואר בארוכה אין תניאעה.

וי"ל בדא"פ עכ"פ, אַז דעם כח אויף דעם האָט מען פון משה רבינו, וואָס אים האָט דער אויבערשטער געזאָגט „ראה נתתיך אלקים לפרעה, שופט ורודה לרדותו במכות ויסורין"; און דעריבער איז אָט דער כח פאַראַן ביי יעדן אידן,78וואָרום „כל נפש ונפש מבית ישראל יש בה מבחי' משרע"ה"עו.

און על אחת כמה וכמה אַז אַזוי איז עס ביי אידן אַלס כלל און באַם נשיא הכלל, וואָס הנשיא הוא הכלעז: כשם ווי משה רבינו אין זיין צייט האָט געהאַט דעם כח צו רודה זיין פּרעה „במכות ויסורין" אפילו ווען „השעה משחקת לו", אַזוי איז עס בכל דור ודור, אַז דער נשיא הדור, דער „אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא"עח, האָט דעם כח דורכצוברעכן אַלע העלמות והסתרים וואָס זיינען דאָ אויף קדושה, אויך ווען זיי זיינען בתקפם.

יב. דאָס איז אויך דער ענטפער צו די וואָס טענה'ן: וויבאַלד אַז מ'געפינט זיך אין דעם חושך כפול ומכופּל פון דרא דעקבתא דמשיחא מיט אַזויפיל גרויסע העלמות והסתרים וכו' וכו' — היינט ווי קען מען דורכפירן די תביעה פון רבותינו נשיאינו צו מפיץ זיין דעם לימוד תורת החסידות און די הליכה בדרכי החסידות בכל מקום ומקום, ובפרט אין די ערטער וואָס זייער מצב איז אַזוי נידעריק, אַז זיי זיינען גאָר מונע ומעכב וכו'?

דאַרף מען וויסן, אַז אתפּשטותא דמשה בכל דרא ודרא, אויך אין דרא דעקבתא דמשיחא

— ואדרבה: וויבאַלד די נשמות פון היינטיקן דור, דרא דעקבתא דמשיחא, זיינען בבחי' „גלגול" פון די נשמות פונעם דור המדבר כידועעט, איז זיכער, אַז די זעלבע ענינים וואָס זיינען געווען ביים דור המדבר זיינען פאַראַן אויך איצט —

און דורכדעם וואָס מ'פאַרבינד זיך מיטן נשיא הדור, כ"ק מו"ח אדמו"ר, האָט מען ניט וואָס צו נתפּעל ווערן פון די העלמות והסתרים, וואָרום מ'האָט דעם כח פון משה רבינו זיי צו צעברעכן — „לרדותו במכות ויסורין".

— אַוודאי דאַרף מען גיין בדרכי נועם ובדרכי שלום, אַזוי איז דער רצון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און ווי ער האָט געבעטן ביי זיין פאָטער כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב נ"ע אַז זיין נשיאות זאָל זיין בחסד וברחמיםפ;

אָבער וויסן דאַרף מען, אַז בשעת מען איז צוגעבונדן צום נשיא הדור — וואָס די התקשרות איז דורך לימוד תורתו, היטן זיינע תקנותפא והליכה באורחותיו נס"ופב — דעמאָלט האָט מען ניט וואָס צו נתפּעל ווערן פון קיינע העלמות והסתרים,

און אַזוי ווי דעמאָלט האָט משה רבינו צעבראָכן קליפּת פּרעה און אַרויסגעפירט אַלע אידן פון גלות מצרים „ביד רמה"פג, אַזוי וועט זיין אויך איצטער, אַז ניט קוקנדיק אויף קושי הגלות, וועט דער משה שבדורפד אַרויסנעמען אונז אַלעמען פונעם גלות צו דער גאולה האמיתית והשלימה „ביד רמה" ובקרוב ממש.

(משיחות ש"פ וארא תשכ"ט, תשט"ו)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ksk360ak

Copies

Recent activity

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · approved
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · closed

Sources