Likkutei Sichos
Yisro 2
203יתרו ב
א. אין דער היינטיקער סדרהא ווערט דערציילט, אַז ווען יתרו האָט געזען ווי משה רבינו זיצט „לשפוט את העם . . מן הבקר עד הערב", האָט ער צו אים גע'טענה'ט — „מדוע אתה יושב לבדך וכל העם נצב עליך מן בקר עד ערב . . נבול תבול גם אתה גם העם גו'"; און ער האָט אים געגעבן די עצה „ואתה תחזה גו'"ב, אַז משה זאָל אויסקלייבן שרי אלפים וגו' וואָס וועלן משפט'ן „בכל עת" און בלויז „הדבר הגדול יביאו אליך", און דורך אַזאַ הנהגה, איז — „ויכלת עמוד וגם כל העם הזה על מקומו יבוא בשלום".
איז ידוע די תמי' אין דעם*2: ווי קומט עס, אַז משה רבינו, רעיא מהימנא של ישראל, האָט אַליין ניט חושש געווען אַז זיין אופן הנהגה קען דערפירן צו „נבול גו' העם גו'", און עס איז אים ניט איינגעפאַלן די עצה הכי פשוטה צו ממנה זיין שופטים וואָס זאָלן אַרויסהעלפן „לשפוט את העם" — און דוקא יתרו כהן מדין, וואָס איז געקומען אויף אַ קורצן זמן, האָט דאָס פאַרשטאַנען און אויסגעפירט?
[עס איז דאָ אַ מאמר העולם ועמא דברג: „אַ גאַסט פאַר אַ ווייל, זעט אויף אַ מייל" (און דוקא איינער וואָס איז דאָ אויפן אָרט קען אַמאָל פאַרזען אפילו אַן איינפאַכע זאַך) — איז אָבער ח"ו צו זאָגן וועגן משה רבינו, וועמען דער אויבערשטער אַליין האָט אויסגעקליבן אַלס רועה ישראל מרגע הוולדוד — און ער איז שוין געווען דער רועה נאמן פון אידן בפועל אַ משך זמןה — אַז ער האָט דאָס ניט געוואוסט ביז יתרו איז געקומען און אים מעורר געווען וועגן דעם].
איז דערפון גופא פאַרשטאַנדיק, אַז ביי משה'ן איז אויסגעקומען — און מצד מדריגת משה איז עס אַזוי באמת — אַז ער אַליין קען (און נאָכמער — ער אַליין דאַרף) זיך פאַרנעמען מיט משפט'ן דעם עםו, סיי „דבר הגדול" און סיי „דבר הקטן", און פונדעסטוועגן וועט דאָס ניט שאַטן, ניט אים און ניט די בני ישראל, ביז אַז „ויכלת עמוד וגם כל העם הזה על מקומו יבא בשלום".
אַ הוכחה נוספת אויף דעם — אַז משה'ס הנהגה „לשפוט את העם . . מן הבקר עד הערב" איז אַ דרך אמיתי ע"פ תורה (ובמילא, וועט עס געוויס פאַרהיטן דעם „נבול תבול גו'") — קען מען אַרויסלערנען פון דעם מאמר חז"לז אַז דער נאָמען „יתר" (אָדער — „יתרו"ח)204איז „על שם שיתר פרשה אחת בתורה ואתה תחזה".
פון דעם וואָס חז"ל זיינען דאָ מדייק „שיתר פרשה אחת בתורה" — ניט אַז ער האָט זוכה געווען אַז די פרשה „נאמרה (אָדער „נכתבה") על ידו" (ווי דער לשון וואָס מ'געפינטט בנוגע אַנדערע פרשיות אין תורה) — איז פאַרשטאַנדיק, אַז ניט נאָר איז דורך יתרו נתגלה געוואָרן די פרשה פון „ואתה תחזה", נאָר נאָכמער: יתרו האָט אויפגעטאָן כביכול אַ יתרון (והוספה) אין תורה — דורך אים איז אין תורה צוגעקומען די פרשה פון „ואתה תחזה" (וואָס אין תורה מצד עצמה איז זי פריער ניט געווען)י.
ובמילא איז מובן, אַז איידער יתרו האָט אויפגעטאָן אַז אין תורה זאָל צוקומען אָט די פרשה, איז מצד תורת אמת גופא ניט געווען דער סדר הנהגה פון „ואתה תחזה", נאָר אַז משה אַליין דאַרף משפט'ן דעם עם בכל דבריא. און דאָס איז דער טעם וואָס משה רבינו — וואָס כל ענינו איז תורה — האָט זיך אַזוי געפירט דאַמאָלסט.
עפ"ז בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק לאידך גיסא: וויבאַלד אַז אויך דורך הנהגת משה איז „ויכלת עמוד וגם כל העם הזה על מקומו יבוא בשלום" — טאָ פון וואַנען איז נתחדש געוואָרן אַן אָרט אויף דעם חשש פון יתרו, אַז הנהגת משה קען דערפירן צו „נבול תבול גו'" און אַז ס'איז „כבד ממך הדבר"*11?
ב. אָט דער ענין בשייכות צו טענת יתרו — נאָך (די לוחות שניות פון) יום הכיפוריםיב — אַז משה רבינו האָט אָפּגעשאַצט (זיך און) די אידן ניט ווי דאָס קומט אויס מצד טענת יתרו, כנ"ל, אַז זיי קענען און דאַרפן גע'משפט ווערן פון אים אַליין און לערנען פון אים אַליין נאָר „חוקי האלקים ואת תורותיו"יג און משפט פון דבר הגדול —
איז ענלעך צו דעם וואָס מ'געפינט פריער — גלייך נאָך די עשרת הדברות (לוחות הראשונות), אין שייכות צו דעם וואָס אידן האָבן גע'טענה'ט אַז זיי קענען ניט אויסהאַלטן הערן נאָך „קול ה' אלקינו עוד"יד און האָבן געבעטן ביי משה'ן „ואת תדבר אלינו"טו — אַז משה האָט גע'טענה'ט (ווי רש"י איז מפרש), אַז („ואת" — לשון נקבה — מיינט)205„התשתם את כוחי כנקבה שנצטערתי עליכם ורפיתם את ידי . . וכי לא הי' יפה לכם ללמוד מפי הגבורה ולא ללמוד ממני".
דאָס הייסט: לויט ווי משה האָט אָפּגעשאַצט אידן, האָבן זיי געדאַרפט וועלן און זיי זיינען געווען ביכולת צו לערנען תורה „מפי הגבורה", אָבער דער אויבערשטער האָט אָנגענומען די טענה פון אידן — „היטיבו כל אשר דברו"טז [ע"ד ווי דאָ, אַז דער אויבערשטעריז האָט מסכים געווען צו עצת יתרו, ביז אַז דאָס איז געוואָרן אַ פרשה אין תורה].
איז אויך דאָ שווער צו פאַרשטיין: דער חילוק צווישן דער מדריגה פון אידן ווי משה האָט משער געווען (אַז זיי קענען לערנען מפי הגבורה) און דער דרגא פון זייער מצב בפועל (אַז זיי דאַרפן לערנען פון משה), איז דאָך מן הקצה אל הקצה
[ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם, וואָס די ידיעה וועגן זייער מצב האָט ביי משה'ן פועל געווען „התשתם את כוחי כנקבה"]
— ווי איז שייך צו זאָגן, אַז משה רבינו, דער רועה ומפרנס פון כלל ישראל, האָט כאילו ניט מכוון געווען (און — עד כדי כך) אין דער אָפּשאַצונג פון צאן מרעיתו?
ג. איינער פון די ביאורים וואָס מען קען זאָגן אין דעם:
עס איז ניט דער פשט, אַז משה רבינו האָט זיך טועה געווען ח"ו אין אָפּשאַצן דעם מצב פון אידן, נאָר די כוונה אין דעם איז — בשעת משה רבינו קוקט אויף אידן (בשעת זיי שטייען צוזאַמען מיט משה'ןיח), זיינען זיי טאַקע באמת אין אַ (העכערן) מעמד ומצב באופן אַז זיי קענען דאַן לערנען און מקבל זיין תורה מפי הגבורה, ווייל משה הויבט זיי אויף און איז זיי מקרב צו זיין מדריגהיט (און דעריבער, כשם ווי ער האָט געלערנט תורה מפי הגבורה, אַזוי איז ער אויך פועל אויף אידן אַז זיי זאָלן קענען לערנען מפי הגבורה).
אידן האָבן אָבער גע'טענה'ט: דאָס וואָס זיי קענען לערנען תורה מפי הגבורה איז עס דאָך דערפאַר וואָס משה הויבט זיי אויף צו אַזאַ דרגא — און דעריבער איז זייער מבוקש: זיי ווילן „נעמען" תורה מיט זייערע כלי השגה, מיט די אייגענע כחות*19 אין דעם מעמד ומצב ווי זיי זיינען מצד עצמם. און אויף דעם האָט דער אויבערשטער געזאָגט „היטיבו כל אשר דברו", ווייל אין דעם אופן וועט די תורה ביי זיי נתקבל און נקלט ווערן אין זייער פנימיותכ.
ד. דערמיט וועט ווערן פאַרשטאַנדיק דער דיוק הלשון „התשתם את כוחי כנקבה", וואָס (ווייזט ניט נאָר אויף אַ הרגש פון צער — „נצטערתי עליכם" — נאָר) איז בעיקר מדגיש דעם ענין פון חלישות („ורפיתם את ידי"). דלכאורה, ווי פּאַסט דאָ חלישות כחו של משה?
206די הסברה איז: כדי משה רבינו זאָל לערנען תורה מיט אידן כפי רצונם — „ואת תדבר אלינו" — האָט ער געמוזט זיך אַראָפּלאַזן פון זיין מדריגה*20. וואָרום אויב אַז דעמאָלט זאָל מאיר זיין „משה" בגילוי מיטן גאַנצן תוקף, ווערן אידן אויפגעהויבן צו אַזאַ מדריגה (דרגת משה) אַז זיי דאַרפן לערנען ניט „ממני", פון משה, נאָר „מפי הגבורה".
דעריבער האָט פריער געמוזט זיין תש כוחו של משה כנקבה — אַ חלישות וירידה אין מדריגת משה*20 — און דורך דעם האָט ער דערנאָך געקענט זיין אַ ממוצע צווישן דעם אויבערשטן מיט אידן איבערצוגעבן זיי דבר ה'.
ה. ווען עס איז געקומען דער זמן אַז משה זאָל אָנהויבן לערנען תורה מיט אידן — נאָך דעם ווי ער האָט מקבל געווען תורה מפי הגבורה בהר סיני און נאָך נתינת לוחות שניות ביום הכיפורים — האָט ער גערעכנט, אַז אַלע ענינים פון תורה דאַרפן אידן הערן באופן ישר פון אים אַלייןכא.
וואָרום וויבאַלד אַז משה איז דער וואָס האָט געלערנט תורה „מפי הגבורה" עצמו, קען דאָך קיינער אויסער אים ניט איבערגעבן דבר ה' מיט דעם גאַנצן אור וכו'כב; און נאָכמער: וויבאַלד אַז ער איז דער „אנכי עומד בין ה' וביניכם גו' להגיד לכם את דבר ה'"כג, ובפרט אַז ס'איז שכינה מדברת מתוך גרונו של משה*23 — קומט אויס, אַז ווען אידן הערן תורה מפי משה איז עס אַזוי ווי זיי הערן דאָס „מפי הגבורה"כד,
[וואָס דאָס איז דער דיוק הלשון אין דעם ענטפער פון משה אויף דער טענה פון יתרו (פאַרוואָס ער אַליין איז שופט דעם עם) — „כי יבא אלי העם לדרוש אלקים"כה, ווי רש"י טייטשט עס אָפּ „לשאול תלמוד מפי הגבורה", ד.ה. אַז דאָס וואָס זיי לערנען פון משה'ן איז עס ווי „תלמוד מפי הגבורה"כו].
זאת ועוד: וויבאַלד אַז משה הויבט אויף אידן און איז זיי מקרב צו זיין דרגא, וועלן זיי איבערנעמען די תורה פון אים ע"ד ווי ער האָט עס מקבל געווען מפי הגבורה.
בלשון החסידות: משה'ס דרגא איז „ראי'"כז — ער האָט מקבל געווען תורה מפי הגבורה אין אַן אופן פון ראי'כח. איז נוסף דערצו, וואָס מען קען ניט צו־207גלייכן דעם איבערנעמען אַ זאַך פון איינעם וואָס האָט עס אַליין געזען צו אַ זאַך וואָס מ'נעמט פון איינעם וואָס האָט עס בלויז געהערט (כמחז"ל*28 אינה דומה ראי' לשמיעה) — האָט משה פועל געווען, דורך אויפהויבן אידן, אַז אויך זייער אופן הקבלה (פון משה'ן)כט זאָל זיין אין אַ דרגא פון ראי'ל.
און מהאי טעמא, וואָס אידן נעמען די השפעת התורה פון משה אין אַן אופן פון ראי', קען (און דאַרף) נאָר משה אַליין לערנען תורה מיט אידן, ביז צו אַליין זיי משפט'ן אין אַלע זייערע ענינים, און — „ויכלת עמודלא וגם כל העם הזה על מקומו יבוא בשלום".
וא"ו. און דאָס איז דער אויפטו פון יתרו:
יתרו איז געקומען מארצו, ער איז געווען אַ גר וכו', האָט ער געזען אידן ווי זיי שטייען (ניט אין אַ מצב ווי משה הויבט זיי אויף צו זיין דרגא, נאָר ווי זיי שטייען) במצבם מצד עצמם; און דערפאַר האָט ער גע'טענה'ט אַז דער ענין פון משפט'ן אידן קען ניט זיין דורך' משה אַליין:
בענין פון לימוד התורה — דאָס וואָס אידן קומען לערנען „את החוקים ואת התורות גו' את הדרך ילכו בה ואת המעשה גו'"לב — איז שייך צו זאָגן, אַז דאָס גופא פועל'ט און דעמאָלט ווערן אידן אויפגעהויבן צו דרגת משה, און
דערפאַר „והזהרתה (משה) אתהם את החוקים גו'"לב.
בשעת אָבער זיי קומען וועגן אַ משפט בנוגע זייערע עסקים, ביז צו אויסגלייכן „דברי ריבותם"לג, זיינען זיי דאָך דאַן ניט אין „עולמו" של משה, ובמילא קענען זיי בשעת מעשה ניט אויפגעהויבן ווערן צו מקבל זיין און לערנעןלד דעם משפט התורה באופנו של משהלה.
דער מצב איז אָבער, אַז ווען די בעלי דינים שטייען פאַר משה רבינו, האָט דאָס גופא זיי אויפגעהויבן פון זייער התלבשות אין זייערע געשעפטן
[ווי עס פאַרשטייט אפילו אַ בן חמש למקרא, אַז ווען ער איז אין דעם זעלבן חדר ווי זיין מלמד, איז ער אַנדערש ווי ווען ער איז פאַר זיך און איז פאַרנומען מיט זיינע זאַכן]
ביז צו קענען פון אים נעמען און לערנעןלד דעם משפט התורה אין אַן אופן פון משה'ס דרגא.
פונדעסטוועגן האָט דער אויבערשטער מסכים געווען צו עצת יתרו, ווייל מען דאַרף באַוואָרענען (אויך) דעם208מצב פון אידן ווי זיי וועלן זיין נאָך דעם ווי זיי וועלן אַריינגיין אין ארץ ישראללו, ווען „הנך שוכב גו' וקם העם הזה גו'"לז — אַז כאָטש זיי וועלן ניט לערנען תורה מפי משה און דערהויבן ווערן דורך אים, זאָל תורה (וואָס זי איז שטענדיג דבר ה') אויך דעמאָלט אָנקומען צו זיי דורך די ראשי אלפי ישראל פון דעם דור.
און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס משה האָט ניט געהאַלטן אַז ער אַליין דאַרף דאָס טאָן, ווייל [נוסף לזה, אַז דער ענין — אַז אַ רועה ישראל זאָל משנה זיין סדר הנהגתו צו באַוואָרענען דעם מצב פון לאחר הסתלקותו — איז אַ דבר חידוש; איז דאָך דאַן ניט געווען קיין קס"ד אויף אַנ'אַנדער מצב, ווייל — לולא החטא שלאחר זה] משה האָט געדאַרפט אַריינפירן אידן אין ארץ ישראל און עס וואָלט געווען די גאולה שלימה שאין אחרי' גלותלח, וואָס דאַמאָלס לערנען אידן אין אַ דרגא פון ראי'לט.
ז. אָט דער ענין גופא דאַרף אָבער באַוואָרנט ווערן דורך משה רבינו. וואָרום אַלע ענינים פון תורה — אפילו די ענינים וועלכע זיינען נוגע צו די שפּעטערדיקע דורות — מוזן דורכגיין דורך משה'ן; וכמחז"למ „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש בתורה הכל ניתן למשה מסיני" — דאָס הייסט: אפילו דאָס וואָס אַ תלמיד ותיק אין אַ שפּעטערדיקן דור איז מחדש — דאָס איז אַ חידוש פון דעם תלמיד ותיק, איז אויך דאָס „ניתן למשה מסיני".
וואָרום וויבאַלד אַז דער חידוש פון תלמיד ותיק האָט ער אויסגעהאָרעוועט מיט זיין שכל — דעריבער קען דער חידוש ניט זיין קיין חלק פון תורת משה נאָר סיידן ער גייט דורך משה, וואָס דעמאָלט איז עס דבר ה' ממשמא.
און דאָס איז וואָס יתרו האָט געזאָגט צו משה רבינו „ואתה תחזה — ברוה"ק שעליך"מב: משה דאַרף אויסקלייבן און איינשטעלן, מיט זיין רוה"קמג, די שרי אלפים וגו' וואָס וועלן שופט זיין דעם עם, און דורך דעם ווערט באַוואָרנט לכל הדורות, אַז דאָס וואָס חכמי ישראל (סמוכין איש מפי איש עד משה רבנו) זיינען שופט אידן לויטן פסק דין וואָס זיי זיינען מסיק מיט זייער שכל — איז דאָס דער משפט פון תורת אמת (תורת משה).
ח. דערמיט וועט מען אויך פאַרשטיין דעם דיוק — „ואתה תחזה" (ניט „ואתה תראה"):
209אויב משה זאָל קוקן מיט זיין רוה"ק באופן של ראי' — דרגת משה במילואה ובתקפה — דאַרף מען דערצו (צו שרי אלפים וגו') ניט אָנקומען. אַלע ענינים גייען דורך משה באופן גלוי און ער אַליין איז שופט אַלעמען, דעם גאַנצן עם אין אַלע זייערע ענינים (סיי „דבר הגדול" און סיי „דבר הקטן");
דוקא דורך דעם וואָס ביי משה'ן איז דאָ אַ ירידה ממדריגתו (ע"ד ווי „התשתם את כוחי", כנ"ל סעיף ד) — אַז אַנשטאָט ראי' איז ביי אים (נאָר „תחזה", וואָס איז בלויז) דער תרגום פון ראי'מד, דאָס הייסט: ווי דער ענין פון ראי' (דרגת משה) ווערט „אָפּגעטייטשט" (און נמשך) אין תרגום־לשון (אין לשון ארמי, פון וועלטמה), ובלשון החסידותמו: „אחוריים של בחי' ראי'"מז — זעט ער אידן ווי זיי זיינען מצד עצמם, ובמילא דאַרף זיין דער ענין פון אויסקלייבן שרי אלפים וגו'מח.
און דערפאַר ווערט די פרשה אָנגערופן על שם יתרו — „על שם שיתר פרשה אחת בתורה": ווייל מצד דרגת משה איז אַן אַנדער סדרמט; און נאָכמער — אין תורה מצד עצמה, גילוי חכמתו ית' (וואָס ווערט נתגלה דורך משה) איז אַן אַנדער סדר; יתרו האָט אָבער אויפגעטאָן אַ יתרון אין תורה, אַז אויך דער סדר פון „ואתה תחזה" — ווערט אַ סדר הנהגה ע"פ תורהנ.
ט. עפ"ז קומט לכאורה אויס, אַז דער סדר פון „ואתה תחזה" איז בלויז אַן ענין פון ירידה, ח"ו — כדי צו באַוואָרענען אידן וואָס דאַרפן אָנקומען צו אַ ממוצע צווישן זיי און משה'ן (כשם ווי אידן האָבן געדאַרפט אָנקומען צו משה'ן אַלס אַ ממוצע צווישן זיי מיט „פי הגבורה");
בפנימיות הענינים אָבער איז — אדרבה: דוקא דורך דעם וואָס מ'באַוואָרנט און מ'הויבט אויף אַ איד וואָס געפינט זיך למטה מטה ביותר, „נעמט" מען דעם גבוה גבוה ביותרנא
[ע"ד ווי דער רבי איז מאריך אין די מאמרי ההילולא שלונב, אַז דוקא צוליב210דער עבודה דאָ למטה, וואו מען דאַרף אָנקומען צו אַ מלחמה עצומה מיטן גוף ונפש הבהמית, איז מען מבזבז די אוצרות הכי יקרים (וואָס ביז דער מלחמה באַווייזט מען זיי אפילו ניט), און דער עיקר מכוון פון דעם בזבוז האוצרות איז אַז זיי זאָלן אָנקומען (ניט נאָר צו די פקידי החיל, נאָר) צו די אנשי החיל, וואָס פירן דורך די מלחמה בפועל];
און דורך דעם פירט זיך אויס די כוונה עליונה פון „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים"נג, אין דעם עולם הזה התחתון, שאין תחתון למטה ממנונג, וואָס דאָס וועט זיין בשלימות ובגלוי בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק ט״ז
- Id
- rh-fm7vee05