Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
275משפטים ה
א.בסיום הסדרה, אויף די ווערטער „בתוך הענן" זאָגט רש"י „ענן זה כמיןא עשן הוא וכו'" (כדלקמן סעיף ב').
איז אין דעם ניט מובן:
ענן ווערט, בכלל, געטייטשט — וואָלקן, און עשן מיינט — רויך, וואָס דאָס זיינען צוויי באַזונדערע זאַכן, און נאָך מער, זיי זיינען פאַרקערט איינער פון צווייטן: „ענן" ווערט געשאַפן פון מיםב און „עשן" — פון אשג. היינט: א) פון וואַנעט נעמט רש"י טייטשן דאָ ענן אַנדערש ווי איבעראַל? ב) וואָס איז דאָ בכלל שווער אין פשוטו של מקרא, וואָס רש"י דאַרף עס מפרש זיין?
ב. ווייטער איז רש"י ממשיך „ועשה לו הקב"ה למשה שביל בתוכו".
דער מקור פון דעם ענין איז אין גמראד, אָבער דאָרט קומט עס אַלס אַ תירוץה אויף דער סתירה צווישן צוויי פסוקים — „כתיבו ולא יכול משה לבוא אל אהל מועד כי שכן עליו הענן וכתיב ויבא משה בתוך הענן כו' דבי רבי ישמעאל תנא נאמר כאן בתוך ונאמר להלןז בתוך ויבואו בני ישראל בתוך הים מה להלן שביל דכתיב והמים להם חומה אף כאן שביל".
אָבער אין פירוש רש"י דאָ קען מען ניט לערנען אַז ער איז אויסן דערמיט צו פאַרענטפערן די סתירה — ווייל די סתירה ווערט ערשט שפּעטער, אין פסוק „ולא יכול משה גו'" (אין פ' פקודי), האָט רש"י געדאַרפט פאַרענטפערן די סתירה ווען זי ווערט — דאָרטן.
מוז מען זאָגן, אַז דאָס וואָס רש"י דאַרף באַוואָרענען ווי אַזוי האָט משה געקענט אַריין אין דעם ענן („עשה לו הקב"ה למשה שביל כו'") איז ניט דערפאַר וואָס שפּעטער זאָגט דער פסוק „ולא יכול משה לבוא גו' כי שכן עליו הענן", נאָר ווייל מען פאַרשטייט דאָ אַז מען קען ניט אַריינקומען אינעם ענן — איז תמוה:
ד. דער הכרח פון רש"י'ן אַז „ענן זה כמין עשן" איז פון די פסוקים גופא:
צווישן „ויקרא אל משה גו'" און „ויבא משה בתוך הענן" איז דער פסוק „ומראה כבוד ה' כאש אוכלת בראש ההר גו'". איז ניט פאַרשטאַנדיק: דער פסוק האָט געדאַרפט שטיין פאַר „ויקרא אל משה" בהמשך צו „וישכון כבוד ה'", אָפּטייטשנדיק אַז דער מראה פון „כבוד ה'" איז געווען „כאש אוכלת" — פאַרוואָס שטייט עס ערשט נאָך „ויקרא אל משה ביום השביעי מתוך הענן"?
[לא מיבעי לויט דער דיעה אַז „ויקרא אל משה גו'" איז געווען ביום השביעי נאָך מ"ת, ווען דער אויבערשטער האָט גערופן משה'ן ער זאָל אַרויפגיין מקבל זיין די לוחות — און „ויבא משה וגו'" איז געווען דער ענטפער אויף דער278קריאה — האָט דאָך קיין אָרט ניטכא צו מפסיק זיין צווישן „ויקרא אל משה" און „ויבא משה" (זיין אויספאָלגן די קריאה) מיטן פסוק „ומראה כבוד ה'"כב.
נאָר אפילו לויט דער ערשטער דיעה, אַז „ויקרא אל משה" איז געווען „לומר עשרת הדברות ומשה וכל בני ישראל עומדים אלא שחלק וכו'" (ניט אַז דער אויבערשטער האָט גערופן משה'ן אַרויפצוגיין אויפן הר) און „ויבא משה בתוך הענן" איז אַן ענין ניט פאַרבונדן מיט „ויקרא אל משה גו' מתוך הענן" — פונדעסטוועגן איז אויך מער מתאים אַז דער תיאור ענין פון „ומראה כבוד ה' גו'" זאָל שטיין גלייך בהמשך צו „וישכון כבוד ה' על הר סיני"].
דעריבער לערנט רש"י, אַז דער פסוק „ומראה וגו'" איז אַ הקדמה צום פסוק „ויבא משה בתוך הענן גו'": ער איז מרמז מיט וואָס דער ענן איז אַנדערש פון דעם ענן וואָס שטייט פריער אין פסוק (וואָס דערפאַר דאַרף דער פסוק מדגיש זיין „ויבא משה בתוך הענן"): דער ענן איז אַ תוצאה פון דעם „אש אוכלת"; ער איז „כמין עשן" וואָס איז געקומען פון דעם „אש אוכלת" וואָס שטייט אין פריערדיקן פסוקכג.
ה. דערמיט ווערט אויך מובן דער דיוק הפסוק — „כאש אוכלת". דלכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: צו מתאר זיין די מראה פון כבוד ה' איז בלויז נוגע צו זאָגן אַז עס האָט אויסגעזען ווי פייער; צוליב וואָס דאַרף דערביי צוגעגעבן ווערן אַז דאָס איז געווען ווי אַן אש „אוכלת"כד?
וע"פ הנ"ל איז דאָס פאַרשטאַנדיק בפשטות: היות אַז דער מכוון אין דעם פסוק דאָ איז צו מסביר זיין דעם פירוש פון דעם פסוק שלאחריו „ויבא משה בתוך הענן" — אַז דער ענן איז געווען אַן עשן וואָס האָט זיך געשאַפן פון דעם וואָס „מראה כבוד ה'" איז געווען „כאש" — דעריבער איז דער פסוק מוסיף ומדגיש „(כאש) אוכלת", ווייל אַן עשן ווערט ניט פון אש אַליין, נאָר פון אַן אש וואָס איז „אוכלת" (מכלה, פאַרברענט) די זאַך אין וועלכער זי איז נאחז.
ו. ע"פ כל הנ"ל וועט ווערן פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס רש"י דאַרף באַוואָרענען „ועשה לו הקב"ה למשה שביל בתוכו" דוקא אין אונזער פסוק (און בהמשך צו זיין פירוש „ענן זה כמין עשן הוא"):
ווען דער ענן דאָ וואָלט געווען דער זעלבער ווי אין די פריערדיקע פסוקים, פאָדערט זיך ניט צו באַוואָרענען ווי אַזוי משה איז אַריין „בתוך הענן" (ואדרבה, ווי גערעדט פריער, איז משה „נגש (אפילו) אל הערפל" — „עב הענן")כז;
וויבאַלד אָבער אַז „ענן זה כמין עשן הוא", וואָס רויך האָט אין זיך די טבע (דורך דעם „פיח"כח אין אים פונעם דבר הנשרף) צו פאַררויכערן, שוואַרץ מאַכן דעם וואָס געפינט זיך אין אים און זיינע לבושים — ווערט די תמי': היתכן אַז אַזוי איז דאָס געווען ביי משה רבינו און אַזוי האָט ער אויסגעזען בעת ער איז אַרויף אויפ'ן הר צום אויבערשטן אויף צו מקבל זיין די לוחות — היפך הכבוד כו'כט!
דעריבער איז רש"י ממשיך „ועשהל לו הקב"ה שביל בתוכו", און משה איז געגאַנגען אין דעם שביל, באופן אַז דער עשן האָט אים ניט באַרירט.
איז דער ביאור בזה: דער הר סיני אין מדבר סיני, ובפרט דער „ראש ההר" (וואו עס איז געווען דער „מראה כבוד ה' כאש אוכלת"), איז דאָך ניט אַן אָרט וואו עס וואַקסן אילנות ודשאים ועשביםלב, נאָר אַ מקום פון אבנים ועפרלג; און סיבת עשן איז דוקא אַז דער פייער איז אוכל ומכלה אַ דבר הנשרףלד (ווי אילנות וכו'), וואָס דאָס איז ניט שייך ביי דומם (אבנים ועפר), דעריבער זאָגט280רש"י אַז דאָ איז ניט געווען עשן ממש, נאָר בלויז „כמין עשן", דער ענן פון אוכלת (שריפת) הדומם אויפן הר סיני איז געווען אַזוי ווי אַן עשן (סתם וואָס ווערט פון אַ צומח וואָס ווערט פאַרברענט פונ'ם אש).
און מהאי טעמא — ווייל דאָס איז ניט געווען אַן עשן טבעי — רופט עס אָן דער פסוק בשם „ענן".
ח. מיינה של תורה אין דעם פירוש רש"י:
דער ענין העשן בהר סיני ביי מ"ת שטייט מפורש אין דער תורה בפ' יתרולה, „והר סיני עשן כולו מפני אשר ירד עליו ה' באש".
משא"כ בפרשתנו שטייט דער לשון „ענן".
וי"ל הביאור בזה: אָןלו עשן כפשוטו נעמט זיך פון דעם דבר הנשרף — מצד דעם וואָס דער דבר הנשרף איז אַ חומר גשמי, און דער אש איז מכלה דעם גשם איז דער כליון גורם — זיינע תוצאות זיינען — עשן.
און דערפאַר זיינען אין עשן פאַראַן חילוקים וועלכע זיינען תלוי אין דעם מהות פון חומר הנשרף: ווען דער דבר הנשרף איז אַ חומר דק (ווערט ער פאַרברענט שנעלער און דאַן) איז אויך דער עשן „איידעלער" און שיטערער; משא"כ ווען דער דבר הנשרף איז אַ חומר עב וגס, איז דאַן דער עשן געדיכטער און גרעבער (און גרעסער) —
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם עשן פון יעדער זאַך איז ניכר (זאָגט זיך אַרויס) אויף וויפל דער חומר פון דער זאַך איז גס, דאָס קומט לידי גילוי בכליון הדבר.
אַזוי ווי דאָס איז בגשמיות, אַזוי איז דאָס אויך ברוחניות, אין דעם ביטול וכליון פון דברים דלמטה צו אלקותלז: דורך דעם גילוי אש שלמעלה ווערט „נאכל" ונכלה די ישות פון וועלט און עס ווערט אין איר אויפגעטאָן דער ביטול וכליון צו אלקות.
און דאָס איז (ברוחניות) דער ענין העשן, וואָס ווייזט אויף דעם כליון פון ישות און ביטול פון וועלט.
דער פסוק „והר סיני עשן כולו" רעדט זיך וועגן זמן מ"ת, און היות דער גילוי אלקות פון מ"ת איז געווען בדרך מלמעלה למטה, (ווי דער פסוק איז ממשיך „מפני אשר ירד עליו ה' באש" — דער גילוי איז געווען מצד למעלהלח) און דער עולם איז נאָך דאַן געווען אַ גשמי וחומרי וואָס איז ניט מזוכךלט — דעריבער האָט דער גילוי אלקות דאַן אויפגעטאָן דעם ביטול און כליון פון וועלט אין אַן אופן פון „והר סיני עשן כולו", וואָס דער ריבוי וגודל ה"עשן" ווייזט אַז די חומריות העולם איז ניט געווען דק ומזוכך.
281משא"כ בפרשתנו, וואו עס רעדט זיך וועגן דעם זמן פון נאָך מ"ת, נאָך דעם ביטול והזדככות וואָס מ"ת האָט גע'פועל'ט בעולם, איז שוין דאַן די מציאות פון וועלט ניט אַזויפיל גסמ.
דעריבער האָט דער „מראה כבוד ה' כאש" גורם געווען ניט אַן ענין פון עשן ממש, נאָר „לרוב דקותו לא נקרא בתורה בשם עשן כ"א בשם ענן"מא, וואָס ענן ווייזט ניט אויף דער כליון ועלי' מלמטה למעלהמב.
אויף דעם איז רש"י — ביינה של תורה — מגלה, אַז „ענן זה כמין עשן הוא"*: היות אַז ענינו איז ניט דער גילוי אלקות מלמעלה ווי דער ענן וואָס ווערט דערמאָנט אין די פסוקים פריער, נאָר דאָס קומט פון דעם מראה כבוד ה' כאש אוכלת, ווי אלקות פּועלט דער ביטול אין מציאות העולם, איז — „כמין עשן הוא":
אויך אין דעם איז דאָ אַן ענין פון עשן — עפרורית ועכרורית (וואָס קומט פון דעם כליון החומר). וואָרום וויבאַלד אַז דער מכוון פון ענין התורה איז כדי צו מאַכן פון וועלט אַ דירה לו ית' בתחתונים, איז דערפאַר „ענן זה" — דער ענן, אין וועלכן משה האָט געדאַרפט אַריינגיין כדי צו מקבל זיין לוחות (ותורה) און אַראָפּבריינגען זיי למטה — איז „כמין עשן הוא", עס איז אַ גילוי מלמעלה וואָס פּועלט כליון וביטול החומר פון נבראים —
[ס'איז נאָר וואָס זייענדיג נאָך דעם גילוי פון מ"ת וואָס האָט אויפגעטאָן אַ הזדככות וביטול כללי אין חומר העולם, איז דערפאַר ניט געוואָרן „עשן (כולו)" (ווי בעת דעם התחלת גילוי פון מ"ת), נאָר בלויז „כמין עשן" כנ"ל — אָבער אַן „עשן" מוז זיין].
282יו"ד. די הוראה מהנ"ל בעבודתנו:
עס זיינען פאַראַן אַזעלכע וואָס טענה'ן, מה לי ולדברים התחתונים? אויב שוין יע אַראָפּלאָזן זיך, איז גענוג די ירידה אין אַזעלכע ענינים וואָס זיינען אין דער בחי' פון „חי", אָדער אפילו נידעריקער — „צומח"; אָבער ניט האָבן צו טאָן אויך מיט די זאַכן אין וועלט וואָס זיינען אין סוג פון „דומם", אַ מציאות חומרית ביותר אין וועלכער עס זעט זיך ניט קיין שום חיות, ביז אַז אפילו ווען ס'איז מאיר אש הוי', איז ער (מצד טבעו) ניט קיין כלי דערצו און ס'איז אין אים ניט נאחז דער אשמג (עס דאַרף זיין פריער דער ענין פון „מבטשין לי'"מד).
זאָגט מען זיי, אַז מען מוז פּועל'ן אַן עשן והעלאה אויך אין דעם נידעריקסטן סוג פון „דומם" אין וועלט, ווייל מיט דעם איז פאַרבונדן דער תכלית פון מ"ת, אַז דער ענין ה"עשן", דער כליון און עלי' פון חומר העולם, זאָל אויפגעטאָן ווערן ניט נאָר אינעם צומח, נאָר אויך אין „הר" — דומם.
קענען זיי קומען מיט נאָך אַ טענה — ס'איז דאָך „המתאבק עם מנוול מתנוול ג"כ"מה, דורך דער עבודה צו פועל זיין אַן „עשן" אין דברים תחתונים וועט דאָך גורם זיין מ'זאָל זיך „איינריכטן" — איז דאָך גלייכער מען זאָל זיך ניט פאַרנעמען מיט זיי? אויף דעם איז דער ענטפער:
און נאָכמער: וויבאַלד אַז דער העלם קומט (צוליב אַ תכלית) פון קדושה איז עס באמת גאָר אַן „ענן" (קדושה); ער קוקט טאַקע אויס ווי „עשן", ווי אַ דבר חומרי וואָס אפילו נאָך זיין כליון ועלי' בלייבט איבער עפרורית — אָבער דאָס איז בלויז וואָס נראה לעיני בשר; בפנימיות איז עס אַן „ענן" של קדושה, וואָרום דער גאַנצער תכלית זיינער איז בשביל תוספת אור בקדושה.
און דאָס איז די הוראה, אַז מען מוז אַריינגיין און דורכגיין דעם „עשן". דורך דעם איז מען מקבל תורהמח. משה רבינו — ובכאו"א, בחי' משה בנפשו — האָט מקבל געווען די תורה נאָך דער הקדמה פון „ויבא משה בתוך הענן", וואָס „ענן זה כמין עשן הוא" (און ער מוז אָנקומען צו אַ „שביל בתוכו").
283כאָטש דאָס איז לשעה ובחיצוניות אַ ענין פון העלם, אָבער דורך דעם קומ מען צו „ויהי בהר ארבעים יום וארבעים לילה" און מען האָט תורה בשלימותה
און דערנאָך איז דאָס יעדער ממשי אין גופו וחלקו בעולם, וואָס דאָס אי דער המשך פון (נאָך) פ' משפטים (אי פ' תרומה) — „ועשו לי מקדש ושכנת אָן בתוכם"49),
פון די דברים גשמיים, זהב וכסף גו', ים מאַכט מען אַ מקדש לו ית', וואָס דורך ה; דעם פירט זיך אויס די כוונה פון נתיך אווה הקב"ה להיות לו ית' דירה איז בתחתונים.
(משיחת ש"פ משפטים תשכ"ה)
49) תרומה כה, ח.
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site