Igros Kodesh (the Frierdiker Rebbe)
ו'קנג
ו'קנג
כבוד ש"ב הגביר הנודע בעל מדות טובות משכיל על דבר טוב מו"ה [אברהם הכהן]1
ענדע אדר ראשון און אנפאַנגס אדר שני (די ערשטע טעג מערץ), בין איך גיוען 8 טעג אין ברלין2, ואו איך האָב גיהאַט נייטיג צוא פאַרברענגין דיא עטליכע טעג, צוליב צוא אָרדערין דיא מצה אַקציא3 הילף פאַר אונזערע ברידער שי' אין רוסלאַנד, דיא מצה פראָבליעם איז ברוך השם גוט דורכגיפירט גיואָרין, אָבער ליידער דיא צאָהל (פאַשלינע) קאָסט זייער טייער, 2 רובל פון קילא. דאָך האט אונז דער אייבערשטער ב"ה בעגליקט בעקומען אַ ערלויבענעש אָפ שיקין 5 ואַגאָנן מצה מיט אַ קליינעם צאָהל (פאשלינע) 5 קאָפ' פון קילא, מיר ערואַרטין אייך די איבעריקע ואַגאָנען קאָנען שיקין אייף גינסטיקע בעדיננונגען.
לאויט אַיער בריף האָט איהר גירעכינט, אַז אָנפאַנגס מערץ ועט איהר מיט דעם אייבערשטינס הילף ערפיהלין אַייער נדר, ואָס איהר האָט מיט אַיאָהר צוריק4 אַליין זיך אוייסגירופין. ואָלט איך גיואָלט ויסין אין ואָס פאַר אַ באַנק דארף איך איבערגעבין דיא ועקסלען צוא אינקאַססא. אייך האָט איהר גישריבין אַז איהר ואָלט ועלין קומען אין ריגא מיט אַ ויזיט (ואָס באַ אונז ואָלט דאס גיוען זייער פריינדליך אָנגינומען), און איבער שפרעכין איבער דער בואונג פון דער ישיבה5, ואָס מיר האָבין קורץ גירעט אין דעם זאַייענדיק אין ווארשא6, ואָלט איך גיואָהלט ויסין וען רעכינט איהר דאָס, גיויס ועט איהר מיר אלעס אוייספיהרליך שרייבין.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- כרך טז
- Id
- rh-5cb0p2q1
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.