עברית
Library

Igros Kodesh (the Frierdiker Rebbe)

ו'ד

ו'ד

ב"ה, ג' נר ד' דחנוכה, תרפ"ט

כבוד ש"ב הנדיב ובעל מדות טובות המשכיל הנודע גזע תרשישים מר אברהם שי' הכהן1

שלום וברכה!

איך בין נאָך זייער פאַרמאַטערט פון דער חתונה, פון דער רייזע און פון דיא אייניגע טעג ואָס מיר האָבין דאָ פאַר בראַכט מיט פיללע מענטשין, גילייבט השי"ת פאר אַלץ, איך האָף אַז גיוויס האָט איהר גיהאַט פערגיניגין פון אייער זאַיין אייף דער חתונה, איך האָב דער פון פערגיניגין.

זייענדיק אין ווארשא האָט מיר דיא צאייט ניט גיגעבין די מעגליכקאַייט, ריידין מיט אייך מערער פאַדראָבנע2 מכח די גרייסע גוטע זאַכין ואָס איהר וילט טאָן3, איך בענטש אייך פון טיפין האַרצין, אז דער אייבערשטער ברוך הוא זאָל אייך העלפין אין געכין בריינגען דאָס אין לעבין, און איהר זאָלט אליין זעהען מיט פריידע דיא גוטע זאַכין ואָס איהר ועט טאָן.

איך בין זיכער אַז איהר גידיינקט זייער גוט ואָס איך האָב אייך גיוונשין, אז דער אייבערשטער ברוך הוא זאָל אייך העלפין קאָנען דאָס בריינגען אין דער וירקליכקאייט גאָר באלד.

וען איהר ועט שראַייבין אַייער ברודער ידידי ש"ב מר חיים שי', און דער שוועגערין ת', בעט איך גריסין אין מאַיין נאָמען, און איבער געבין, אַז דיא גאַנצע צאַייט שראַייב איך אין פטרסבורג, איבער דעם פראָפעסאָרס ר' א. הרכבי'ס שריפטין4, און קאָן זעך ניט דער גיין קיין טאָלק, ויא איך ועל נור דער גיין עפעס ועל איך גלאַייך מיט טיילין.

איך ערואַרטע אייערע גוטע ידיעות.

ש"ב ידידו הדו"ש מכבדו ומברכו בכל טוב ובאריכות ימים.

א גרוס מר שלייען יחיו.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1wbf6g48

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources