עברית
Library

Igros Kodesh (the Frierdiker Rebbe)

ו'קעג

ו'קעג

ב"ה, ז' ניסן, תרפ"ט

אל מחותני הנכבד מר ירמי' שי' וינער1

שלום!

איך ענטשולדיג זיך פאַר אייער מוטער ת', ואָס איך האָב דעם מארט צאָהלונג2 אייניגע טעג פאַר צייגין, איך בין גיוען פאַר ראַייזט3, און קומענדיק בין איך גיוען זייער בעשעפטיגט מיט דער אָרגינזאַציאן פון שיקין מצה4 און פסח-דיקע מעהל פאר אונזערע לאיידענדיטע ברידער יחיו, גאָט צוא דאַיינקען מיא האָט אָפ גישיקט 28 ואַגאָן מצה און 5680 מעהל פאַסילקעס5.

גיויס האט איר ערהאַלטין מאַיין בריף מיט דעם אָנואַייזונג אויף די 50 דאָל', איצט שיק איך אַ אָנואַייזונג אויף 50 דאָל' פאַר אַפרעל. גיויס ועט איהר אויספאָלגיען דאָס ואָס עס איז גיוען אפ גירעט6 מיט אַייער פאָטער ז"ל איבער דיא ספרים ואס מיא דארף מיר אָפ שיקין. איך שיק עקסטרא 10 דאָלר אייף פאָסט געלט און שיקין דיא ספרים דורך פאָסט.

איך ואָלט ועלין בעטין מאַיין קרובה אַייער וערטע פרו ת' שרייבין ואָס זיא מאַכט, און מעגליך מיר שרייבין ואָס מאַכין די מוטער ברידער און שוועסטער יחיו מיט זייערע פאַמיליען, ואו [זיי] זאַיינען און ויא גייט דאָס זיי, דיא צייט האָט גיבראַכט אַז גאָר נאָהענטע קרובים זיינען פאנאנדער גיואָרפין אייף דער גאנצער ועלט און איינער וייס ניט פון דעם צוייטין, פון די פעטערס ר' שמואל אהרן, ר' שלמה, ר' דובער, ר' סענדער, פון שועסטער קינדער אהרן נחום7 און שמואל יחיו, האָב איך דיא צייטין גיהאַט בריף זיי גייט נישקשה.

איך וינש א גוטין יום טוב.

ש"ב ומחות'.

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ta9cwg8x

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources