Igros Kodesh (the Frierdiker Rebbe)
ה'תתצו
ה'תתצו
אל הנכבד מר לוי יצחק אזינער1, נויארק
אייערע ביידע בריף האָב איך ערהאַלטין, איך בין צופרידין פון דעם ואָס איהר שראַיבט, אַז דער אייבערשטער האָט אייך גיהאָלפין און איהר זאַייט באַ אַ פאַך, און דיא דעריקטאָרין זאַיינען פון אייך צופרידין.
דאָס ואָס איהר האָט מורא פאַר דיא ואָס פאַרגינען אייך ניט, זאָהלט איהר ניט מורא האָבין, עס שטייט הולך תמים ילך בטח2, דער ואָס גייט ריכטיג און אָרענטלעך דאַרף זאַיין באַ זיך שטאַרק אין האָפענונג אַז דער אויבערשטער ועט העלפין.
אין גיכון וערט 5 יאָהר אַז איהר זאַייט אין אַמעריקא, דער אייבערשטער זאָל אייך העלפין איהר זאָלט וערין אַ אַמעריקאַער בירגער אין אַ גוטער שעה, און איהר זאָלט זאיין גליקליך אין אַלעס.
יעדער מענטש דאַרף נעמען אַ איין טייל און טאָן גוטע זאַכין. עס ואָלט גיוען זייער גוט איהר זאָלט בעקאָנט וערין מיט אונזערע בעקאָנטע שי' ואָס זאַיינען אין ברוקלין און אין נויאָרק, דאס ועט אייך פערשאַפין פערגעניגין, און איהר ועט גיויס נעמען אַ איינטיילונג אין דער הילפע פאַר תורה און לומדי תורה, דאָס איז אַגרייסער זכות און דער אייבערשטער ועט אייך העלפין אין אַלעס.
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- כרך טז
- Id
- rh-n0cj2zjk
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.