עברית
Library

Likkutei Sichos

Pekudei 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

475פקודי ג

א. נאָכדעם ווי די תורה דערציילט בפרטיות וועגן הקמת המשכןא, און דערנאָך וועגן דער השראת השכינה אין משכן — „ויכס הענן את אהל מועד וכבוד ה' מלא את המשכן"ב, און אַז די השראה איז געווען אַזויפיל, אַז — „ולא יכול משה לבוא אל אהל מועד כי שכן עליו הענן וכבוד ה' מלא את המשכן"ג, דערציילט די תורהד: „ובהעלות הענן מעל המשכן יסעו בני ישראל בכל מסעיהם. ואם לא יעלה הענן ולא יסעו עד יום העלותו".

דאַרף מען פאַרשטיין: לכאורה געהערן אָט די צוויי פסוקים דאָרט וואו עס רעדט זיך וועגן דעם סדר המסעות פון אידן אין מדבר — און וואו דאָס ווערט טאַקע איבערגע'חזר'ט (און מיט אַן אריכות) — אין פ' בהעלותךה; וואָס איז די שייכות צווישן דעם סדר המסעות (אַז דוקא „בהעלות הענן גו' יסעו גו' ואם לא יעלה גו' ולא יסעו גו'") מיטן תוכן הפרשה דאָ, וואָס עס רעדט זיך גאָר וועגן דער השראת השכינה אין משכן ?

דער ספורנוו איז מבאר, אַז דאָס גופא וואָס „ובהעלות הענן מעל המשכן יסעו גו'" איז אַ באַווייז, אַ הוראה אויף וויפל די השראת השכינה איז געווען בקביעות אין משכן, ביז אין אַן אופן „שלא הי' מסתלק כלל משם עד שהיו ישראל צריכים לנסוע".

אָבער דער ביאור איז לכאורה ניט גלאַט, ווייל פון לשון הפסוק איז קענטיק, אַז ער קומט דערציילן דעם סדר המסעות, ובלשון המדרש7): „זה סיפור המסעות". איז ניט מובן כנ"ל: וואָס פאַר אַ שייכות האָט „סיפור המסעות" — וואָס מקומו (בארוכה) איז אין פ' בהעלותך — מיטן סיפור פון הקמת המשכן און השראת השכינה אין אים ?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער לויט דעם וואָס חז"ל8) זאָגן, אַז דער אָנהויב פון ספר ויקרא, „ויקרא אל משה", איז אַ המשך צו דעם וואָס שטייט דאָ (פאַר דעם פסוק „ובהעלות הענן גו'") „ולא יכול משה לבוא אל אהל מועד גו'" — אַז משה האָט ניט געקענט אַריינגיין אין אהל מועד, ביז — „ויקרא אל משה", וואָס די קריאה האָט אויפגעטאָן אַז ער זאָל אַריינגיין אין אהל מועד.

קומט אויס, אַז אין דעם המשך הכתובים „ולא יכול משה גו'" „ויקרא אל משה", איז די תורה מפסיק מיט אַ זייטיקן ענין — סיפור המסעות — וואָס האָט לכאורה קיין שייכות ניט צום ענין המשכן.

ב. אַלע ענינים פון תורה זיינען בדיוק. איז וויבאַלד דער מדרש זאָגט אַז „ויקרא אל משה" (דער אָנהויב פון ספר ויקרא) איז אַ המשך צו (דעם סוף פון

7) לקח טוב עה"פ.

8) תנחומא ר"פ ויקרא (א' וח'). זהר שם (ג, ב). לקח טוב שם. תנחומא בהעלותך ו. ועוד.476אונזער פרשה) „ולא יכול משה גו'" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז די שייכות איז אויך אין דעם תוכן פון די ביידע פרשיות (פון וועלכע די פסוקים זיינען אַ טייל).

ד. ה. ספר ויקרא וואָס ענינו איז ספר הקרבנותט, קומט בהמשך — ניט נאָר צום סיפור פון בנין והקמת המשכן (דער מקום וואו מען ברענגט די קרבנות), נאָר אויך — צו די פרטים אין דעם אופן פון דער השראת השכינה אין משכן, וואָס ווערט דערציילט אין דער פרשה, ובפרט אַז דאָס קומט בסופה.

וי"ל אַז דאָס איז אויך דער טעם וואָס נאָך „ולא יכול משה גו'" איז דער פסוק מפסיק און דערציילט וועגן די „מסעות" פון די אידן ווי זיי זיינען פאַרבונדן מיט „ובהעלות הענן מעל המשכן גו'" — סילוק השכינה פון משכן — ווייל תוכן הענין פון קרבנות איז פאַרבונדן (נאָך מער ווי מיט דער השראת השכינה אין משכן) דוקא מיט דעם וואָס צוליב די מסעות פון אידן („בכל מסעיהם") פאָדערט זיך (אין צווישען) אַן ענין פון סילוק השכינה (כדלקמן סעיף ח').

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים לבאר די שייכות פון סיום ספר שמות צו זיין התחלה (און ווי דער כללי: נעוץ סופן בתחלתן ותחלתן בסופן) — וואָס די שייכות דריקט זיך אויס אויך אין דעם, וואָס די נעמען פון דער ערשטער און לעצטער סדרה פון דעם ספר, ווייזן אויפן ענין פון „מנין":

„שמות" — ווי רש"י איז מפרשיא: „אע"פ שמנאן כו' חזר ומנאן כו' להודיע חיבתן שנמשלו לכוכבים כו'"; „פקודי" — דער מנין פון „משקלי נדבות המשכן כו' כל כליו לכל עבודתו"יב.

דער תוכן פון ספר שמות איז דאָך — גאולתן של ישראליג ממצרים. דאַרף לפ"ז אויסקומען, אַז דער ענין פון „גאולה" איז פאַרבונדן מיטן ענין פון „מנין" (וואָס בינדט די התחלהיד מיטן סוףטו פון דעם ספר) — איז ניט מובן: „מנין" און „גאולה" זיינען לכאורה גאָר ענינים הפכיים: ווען מ'ציילט זאַכן, איז דאָס גופא אַ באַווייז אַז די זאַכן זיינען מוגבל (אין דעם סכום פון דעם מנין) און דער „מנין" איז דאָס מדגיש; דאָקעגן „גאולה" (אמיתית) ווייזט אויף אַ מצב פון אַרויסגיין פון מצרים גלות והגבלותטז?

אָט דעם דבר והיפוכו געפינט מען אויך אין דער התחלה פון דעם ספר גופא: דער נאָמען פון דער סדרה (וואָס איז מרמז אויפן תוכן פון דער גאַנצער סדרה) איז „שמות", וואָס באַציט זיך נאָר צום מוגבל'דיקן מנין פון די „בני ישראל הבאים מצרימה"יז — און גלייך דערנאָך דערציילט דער פסוקיח „ובנ"י פרו477וישרצו וירבו ויעצמו במאד מאד גו'", וואָס ווייזט אויף אַ ריבוי וואָס גייט אַרויס לגמרי פון גדר הרגיל. און וויבאַלד אַז אויך דאָס איז אַ טייל פון פ' שמות, קומט אויס, אַז אויך דער „פרו וישרצו גו' במאד מאד" איז אַ טייל פון תוכן ענין ה"מנין";

און עד"ז געפינט מען אין דעם סיום הספר: „פקודי*) (המשכן)" ווייזט כנ"ל אויף ציילען והגבלה (ווי די כלי המשכן כו' זיינען אַלץ במספר והגבלה) — אָבער אינעם סיום פון פ' פקודי רעדט זיך אַז „לא יכול גו' כי שכן גו'", ווי די השראת השכינה אין משכן איז געווען ניט באַגרענעצט („ולא יכול משה לבוא אל אהל מועד גו'" די השראה אין משכן איז געווען העכער אפילו פון יכולת משה, דער „נבחר מכל מין האדם"יט).

ד. די כללות'דיקע הסברה אין דעם: הגם אַז דער תכלית איז אַז מ'זאָל צוקומען צו „בלי גבול" — גאולה — וואָס איז העכער פון דער מדידה והגבלה פון וועלט, איז אָבער ניט די כוונה אַז דורך דעם („בלי גבול") זאָל ווערן אויס גבול, נאָר עס דאַרף זיין דער חיבור פון בלי גבול און גבולכ.

[ווי מ'געפינט עס בנוגע צום מנין פון בנ"י — כמש"נכא „והי' מספר בנ"י כחול הים אשר לא ימד ולא יספר", דער „מספר" וועט זיין „לא ימד ולא יספר";

און אַזוי אויך בנוגע צום משכן — די השראה וואָס איז למעלה ממדידה והגבלה איז געווען אין (די כלי ה)משכן, וואָס איז במנין ומדידה כנ"ל].

וואָרום וויבאַלד אַז די כוונה העליונה איז „נתאווה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים"כב, דאַרפן זיך אויפטאָן צוויי ענינים: (א) עס דאַרף ווערן אַ דירה לו ית' — צו עצמותו ית'כג (וואָס איז אינגאַנצן העכער פון וועלט), (ב) די „דירה" דאַרף זיין „בתחתונים" — אין „עוה"ז הגשמי כו' שאין תחתון למטה ממנו"כד (במדה וגבול דוקא).

ה. די צוויי ענינים הנ"ל — (א) די „דירה", לעצמותו ית', (ב) אַז די דירה לו ית' איז „בתחתונים" — דריקן זיך אויס בכללות אינעם חילוק צווישן נשמות ישראל און „וועלט":

דער (פנימיות ה)ענין פון דער דירה לו ית' איז „דוקא לדור ולשכון בנש"י כו' שיהיו כנס"י מכון לשבתו ית' כו'"כה — וואָרום וויבאַלד אַז „ישראל וקוב"ה כולא חד"כו, זיינען דאָך אידן די אמת'ע „דירה" פאַר עצמותו ית' — זיי זיינען כביכול איין זאַך מיט עצמותכז,

478[משא"כ די „דירה בתחתונים" בנוגע צו וועלטכח, איז (בלויז) דאָס וואָס עס ווערט דערהערט אין וועלט אַז איר גאַנצע מציאות איז נאָר מצד העצמות און „מבלעדו אין שום מציאות כלל וכלל"כט];

נאָר די „דירה" ווערט אויפגעטאָן „בתחתונים" דוקא — אין דער עבודה פון אידן אין עוה"ז התחתון, צו מאַכן פון די דברים גשמיים אַ כלי לאלקות — ווייל דוקא דורך דעם קומט אַרויס בגילוי דער שורש פון נשמות ישראלל (ווי זיי זיינען מיוחד מיט עצמותו ית').

בסגנון אחר: ווען ווערט אויפגעטאָן בגלוי אַז אידן זיינען אַ דירה לו ית' — אַז זיי זיינען מיוחד מיט עצמותו ית' בתכלית, אָן שום הגבלה ועיכוב — איז עס דוקא ווען אויך די הגבלה ומדידה פון די „תחתונים" איז ניט קיין מניעה, נאָר אדרבה, די תחתונים אַליין ווערן דורך די אידן אַ מקום מוכשר פאַר אַ דירה לו ית'לא.

ו. דערמיט וועט מען פאַרשטיין וואָס דער „תחלה" פון ספר שמות איז וועגן דעם מנין פון בני ישראל, און „סופו" — וועגן מנין כלי המשכן:

אין ספר בראשית רעדט זיך וועגן דער בריאה אַלייןלב, ווי זי איז געווען איידער אין איר איז אַנטפּלעקט געוואָרן איר כוונהלג — „בשביל התורה ובשביל ישראל"לד;

אין ספר שמות רעדט זיך שוין אָבער וועגן ישראל (ווי זיי זיינען „נולד"לה געוואָרן אַלס עם ישראל) און תורה, וואָס דורך זיי ווערט אויסגעפירט כוונת הבריאה. — און אין דעם (דאָס וואָס אידן פירן דורך כוונת הבריאה) איז פאַראַן אַ „תחלה" ו"סוף":

די „תחילה" (עיקר ופנימיות) פון דער כוונה איז — בני ישראל ווי זיי זיינען מיוחד מיט עצמותו ית', וואָס דאָס איז דער ענין פון מנין בני ישראל אין פ' שמות: „להודיע חיבתן כו'" (און דערפאַר איז דער מנין דורך דעם אויבערשטן אַליין — דער אויבערשטער ציילט זיי און אין תורה);

דער „סופו" — ד. ה. ווי אָט די כוונה ווערט דורכגעפירט בפועל — איז דורך מאַכן אַ משכן לו ית' פון דברים גשמייםלו.

479ז. וויבאַלד אַז דער שורש פון נשמות ישראל (ווי זיי זיינען איין זאַך מיט עצמותו ית') קומט אַרויס בגילוי דוקא אין דער עבודה „בתחתונים" — אין אַן אָרט פון העלם והסתר — איז דערפון מובן, אַז דאָס פירט זיך אויס בעיקר [נאָך מער ווי דורך דער עבודה פון בויען דעם משכן — אַן אָרט פון גילוי אלקות] דורך דער עבודה מיט אַ „תחתון" וואָס מצ"ע איז ער ניט קיין כלי לאלקות, ובכללות יותר — אין דער עבודה אין זמן הגלות ווען אלקות איז ניט מאיר בגילוי אין וועלט.

און דאָס איז די הסברה וואָס ביים סיום הסיפור וועגן מלאכת המשכן און השראת השכינה אין משכן, ווערט דערציילט אין פסוק וועגן „סיפור המסעות" וואָס איז פאַרבונדן מיט „ובהעלות הענן גו'":

דער תכלית פון משכן (צו מאַכן פון תחתונים אַ דירה לו ית') פירט זיך אויס בעיקר דורך דעם וואָס (דער משכן גיט אַ כח, אַז אַזוי זאָל זיין אויך) „בכל מסעיהם"

— ווי דער אַלטער רבילז איז מבאר, אַז די מסעות אין מדבר זיינען מרמז (אויך) אויף דעם בירור פון „מדבר העמים"לח במשך זמן הגלות —

וואָס דאָרטן איז שכינתא בגלותא, ניטאָ דער גילוי פון שכינה [„ובהעלות הענן גו'" — סילוק השכינה], זיינען אידן מברר ומהפך דעם העלם העולם אַז אויך דאָרטן זאָל מאיר זיין אלקות.

ח. דער ענין הנ"ל (אַז דער תכלית פון דעם משכן פירט זיך אויס בעיקר דורך דער עבודה אין דעם חוץ פון משכן) דריקט זיך אויך אויס אין דעם ענין המשכן גופא — אין דעם וואָס דער עיקר העבודה פון משכן איז עבודת הקרבנותלט:

דער חילוק צווישן דעם עצם המשכן און עבודת הקרבנות: ביים בנין המשכן איז דער תכלית [ניט אַזוי אין מעלה זיין די דברים גשמיים פון וועלכע מ'האָט געמאַכט דעם משכן, נאָר בעיקר] אין מאַכן אַן אָרט למטה וואו עס זאָל זיין די השראת השכינה מלמעלה (וואָס די השראה איז דאָך באין ערוך העכער פון די דברים גשמיים);

משא"כ עבודת הקרבנות איז ענינהמ — צו מברר און מעלה זיין די בהמה וכו' גשמית און מאַכן דערפון אַ קרבן לה', קדושה.

און דערפאַר, כאָטש אַז די עבודת הקרבנות (די המשכת הקדושה עי"ז) איז אַ הכנה אויף צו קומען צו העכער — צו דער השראה וואָס איז אין משכן (אין ארון כו')

[וואָס דערפאַר איז דער אל"ף פון „ויקרא" אַן אל"ף זעירא, וואָס ווייזט אויף צמצוםמא — ווייל אין עבודת (הקרבנות, וואָס דאָס איז דער תוכן פון480ספר ויקרא, ספר) הקרבנות איז דער אור הקדושה וואָס ווערט נמשך (ויקרא — מלשון קריאה והמשכהמב) אַ קלענערער ווי דער עצם ההשראה וואָס איז אין משכןמג]

פונדעסטוועגן, דוקא דורך דעם קומט מען צו צו נאָך אַ העכערן מכוון פון משכןמד — פון מאַכן דברים תחתונים גשמיים גופא אַ כלי לאלקות.

און דערמיט איז פאַרשטאַנדיק ווי „ויקרא אל משה" (און ספר הקרבנות בכלל) איז אַ המשך (אויך) צו „ובהעלות הענן גו'" (כנ"ל סעיף ב') — ווייל אין ביידע איז מודגש די זעלבע נקודה, אַז דער מכוון פון משכן פירט זיך אויך אויס ואדרבא — נאָך מער דורך דער עבודה במקום וואו ס'איז ניטאָ די השראת השכינה שבמשכן.

ט. הגם אַז אין דער עבודה בשעת דעם ויסעו פעלט אין גילוי השכינה — איז אָבער דוקא דורך דעםמה קומט אַרויס בגילוי דער שורש פון אידן ווי זיי זיינען מיוחד מיט עצמותו ית' כנ"ל בארוכה.

און דאָס איז דער פירוש הפנימי אין „ובהעלות הענן מעל המשכן יסעו בני ישראל בכל מסעיהם": בחיצוניות זעט עס טאַקע אויס ווי אַן ענין פון סילוק השכינה, בפנימיות אָבער איז, אַז דורך דער עבודה נעמט מען העכער פון דעם ענן המשכן, און מען איז עס ממשיך אין דעם משכן בהחני' שלאחרי זה — „מסעיהם" במקום אשר יחנו שםמו —

און דאָס איז די הוראה לכל אחד ואחת בעבודתו: ניט קוקנדיק אויפן חושך הגלות, ובפרט אַז ידע אינש בנפשי' — זיין מעמד ומצב פרטי, דער גלות פרטי וואָס איז ביי אים פאַראַן, דאַרף מען וויסן, אַז דורך דעם וואָס אַ איד פירט דורך שליחותו ית' „בכל מסעיהם", אין וואָס פאַר אַ מסע עס זאָל נאָר זיין,

איז אויב נאָר זיין „מסע" איז פאַרבונדן מיטן ענן ה' (דוקא „ובהעלות הענן גו' ואם לא יעלה גו' ולא יסעו גו'") — ער ווייס אַז „מהוי' מצעדי גבר כוננו"מז, אומעטום וואו ער גייט און אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל זיך ניט געפינען, איז ער פאַרבונדן מיט אַ שליחות פון אויבערשטן לעשות לו ית' דירה בתחתונים, ובמילא איז זיין מסע אין גלות לויטן רצון העליון,

ווערט ביי אים „ובהעלות הענן גו'" למעליותא — ער נעמט העכער פאַרן ענן (כאָטש אַז אויך דער גילוי פון דעם ענן איז העכער אפילו פון יכולת פון בחי' משרע"ה וואָס איז דאָ בנפשומח, כנ"ל) און איז דאָס ממשיך בהחני' שלאחרי' — ביז אַז „ישראל וקוב"ה כולא חד".

(משיחות ש"פ פקודי תשכ"ד, תשכ"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-1732w1m7

Copies

Recent activity

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · approved
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · closed

Sources