עברית
Library

Likkutei Sichos

Ki Sisa 3

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

402תשא ג

א. אינעם פּסוקא „ויחל משה את פּני ה' אלקיו ויאמר למה ה' יחרה אפּך בעמך וגו'", איז רש"י מפרש די ווערטער „למה ה' וגו'": „כלום מתקנא אלא חכם בחכם גבור בגבור".

בפּשטות איז דאָ רש"י אויסן צו באַוואָרענען בפּירושו — ווי מפרשיםב זיינען מבאר: וויבאַלד אַז אידן זיינען באַגאַנגען אַזאַ האַרבן חטא — ע"ז (חטא העגל), איז דאָך מובן פאַרוואָס ס'איז געווען דער חרון אף — איז וואָס פרעגט משה רבינו „למה ה' יחרה אפּך בעמך"?

און צוליב דער תמי', זאָגן אַנדערע מפרשי התורהג, אַז דער מיין פון „למה" דאָ איז (ניט „פאַרוואָס", נאָר) „לא"; ד. ה. משה האָט געבעטן באַ דעם אויבערשטן „אל יחרה אפּך בעמך". רש"י אָבער, וואָס איז מפרש פּשש"מ, טייטשט אויך דאָ דעם וואָרט „למה" כפּשוטו: פאַרוואָס; דעריבער איז רש"י מפרש אַז דער טעם הטענה „למה ה' יחרה אפּך" איז ווייל „כלום מתקנא אלא חכם בחכם גבור בגבור".

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: רש"י האָט דאָך מסביר געווען אין פּ' יתרוד, אַז דער טעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט „אנכי ה' אלקיך" — „לשון יחיד" — איז כדי „ליתן פּתחון פּה למשה ללמד סניגורי' במעשה העגל וזהו שאמר למה ה' יחרה אפּך בעמך לא להם צוית לא יהי' לכם אלקים אחרים אלא לי לבדי" — היינט פאַרוואָס זוכט רש"י דאָ אַן אַנדער הסברה אויף משה רבינו'ס טענה „למה ה' יחרה אפּך בעמך"?

מען קען ניט זאָגן, אַז רש"י מיינט צו מפרש זיין דעם פּסוק לויט ביידע הסברותה און ער ברענגט דאָ ניט די הסברה פון פּ' יתרו דערפאַר ווייל ער האָט עס שוין געזאָגט פריער — וואָרום עס איז ניט מסתבר אַז רש"י זאָל דאָ בפּרשתנו ביים מקור הענין אינגאַנצן ניט דערמאָנען דעם פּירוש (אפילו בקיצור בלשון „ד"א" וכיו"ב) און זיך פאַרלאָזן אויף דעם וואָס ער האָט עס מפרש געווען בדרך אגב ושלא במקומו אין פ' יתרו. ובפרט אַז יענע הסברה איז אַ שטאַרקערע — זי איז שולל אינגאַנצן אַ טענה צו אידן — ניט נאָר חרון אף וואָס קומט פון מתקנא.

מוז מען זאָגן אַז די צוויי פּירושים פון רש"י זיינען מבאר צוויי באַזונדערע ענינים, כדלקמן.

ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין:

פון פּשטות לשון רש"י „כלום מתקנא אלא חכם בחכם גבור בגבור" איז מובן, אַז דער ענין פון „מתקנא", איז בשייכות403צו דער ע"ז גופא — און אַזאַ טענה כלפּי דעם אויבערשטן איז דאָך היפּך הכבוד.

נאָכמער: די טענה „כלום מתקנא וכו'" איז די קשיא וואָס אגריפס (אַ גויו) האָט געפרעגט ביי ר' גמליאל'ןז (אויף דעם וואָס דער אויבערשטער ווערט אָנגערופן „א־ל קנא"ח) און ר"ג האָט דערויף געענטפערט (מיט אַ משל) אַז דער „מתקנא" איז ניט אין דער ע"ז, נאָר אין די עובדי ע"זט.

איז דאָך לפי"ז תמוה:

א) נניח אַז רש"י האָט אַ הכרח אַז „כלום מתקנא וכו'" איז געווען דער תוכן פון טענת משה — פאַרוואָס אָבער לערנט ער אַז די טענה איז געווען בנוגע דער ע"ז גופא (ווי די קשיא הנ"ל פון אגריפס), און ניט ווי דער מדרשי (על אתר) טייטשט אויס די טענה פון משה: „אמר רבון העולם עשו לך סיוע ואתה כועס עליהם העגל הזה שעשו יהי' מסייעך כו'. אמר הקב"ה משה אף אתה טועה כמותם והלא אין בו ממש אמר לו א"כ למה אתה כועס על בניך כו'" — וואָס דאָס איז: (א) מער אַ לשון של כבוד; (ב) אין דעם איז מודגש נאָר דער כעס „עליהם", „על בניך"?

ב) וויבאַלד אַז אויף דער טענה פון משה צום אויבערשטן „כלום מתקנא אלא חכם בחכם גבור בגבור" געפינט מען ניט, בפּשוטו של מקרא, קיין ענטפער, איז ניט גלאַטיק: וואָס איז דער שטורעם פון איסור ע"ז, „לא יהי' לך אלקים אחרים גו' לא תעשה גו'", וויבאַלד אַז זיי זיינען קיין שום מציאות ניט?

ג. אויך איז ניט מובן, פאַרוואָס זאָגט רש"י די צוויי ענינים: „(כלום מתקנא אלא) חכם בחכם גבור בגבור"יא?

מ'קען ניט זאָגן אַז דאָס איז דערפאַר וואָס אַזוי איז דער לשון אין פּסוקיב („אל יתהלל חכם בחכמתו גו' הגבור בגבורתו") און אַזוי אויך אין דעם סיפּור הנ"ל — ווייל:

(א) אין פּסוק, און אין דעם סיפּור הנ"ל, איז דאָ אויך אַ דריטער ענין „עשיר בעשרויג (בעשיר)", און רש"י איז דאָס משמיט.

404(ב) כידוע באַנוצט רש"י אַ כפל (ואריכות — בכלל) דווקא ווען זיי ביידע (אָדער — די אריכות) זיינען נוגע צום פּירוש פון פּשוטן של כתובים — און ניט דערפאַר ווייל אַזוי איז דער לשון אין פּסוק און מאמרי רז"ל.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס זיינען דאָ די צוויי ענינים נוגע אין פּשוטו של מקרא?

ד. דער ביאור בזה:

דער הכרח פון רש"י אויף זיין פּירוש „כלום מתקנא וכו'" איז פון דעם וואָס אויף די ווערטער „למה ה' וגו'" (אָדער, ווי אין אַנדערע דפוסים, „למה ה' יחרה אפּך"יד) וואָס ער איז מעתיק איז ניט גלאַטיק: נאָכדעם אַז דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה „ועתה הניחה לי ויחר אפּי בהם ואכלם גו'", האָט דאָך משה געדאַרפט צום אַלעם ערשטן באַוואָרענען דעם „ואכלם" און טענה'ן „למה ה' תכלה את עמך" (וכיו"ב) און ערשט דערנאָך „למה ה' יחרה אפּך", ובפּועל — האָט ער פריער געטענה'ט „למה ה' יחרה" און דערנאָך — געגען „לכלותם"?

די הסברה אין דעם:

אויף דעם עצם חיוב מיתה פאַרן חטא העגל, איז ביי משה רבינו קיין קשיא ניט געווען. עס שטייט שוין פריער אין דער תורה, אַז עס זיינען דאָ כו"כ עבירות פאַר וועלכע ס'קומט דער עונש מיתה ר"ל — און מ'געפינט ניט קיין טענה ותמי' אויף דעם. און דער טעם דערפון איז מובן בפּשטות: פאַר אַ האַרבער עבירה קומט אַ האַרבער עונש — מיתה ר"ל.

די תמי' דאָ איז שייך בנוגע דעם אופן העונש — „ואכלם" — וואָס מוז זיין פאַרבונדן מיט אַ סיבה מיוחדת:

ס'איז אַ כלל אין תורה, אַז דער חיוב ועונש מיתה קען זיין דווקא ווען ס'זיינען געווען עדות (נאָכדעם ווי ס'איז געווען התראה) און נאָך דער חקירה ודרישה פון ב"דטו. אפילו ווען תורה זאָגט דעם לשוןטז „מכשפה לא תחי'", וואָס כפּשוטו מיינט דאָס אַז מ'טאָר ניט דערלאָזן די „מכשפה" זאָל לעבןיז, באַוואָרנט אָבער רש"י, אַז דאָס מיינט ניט אַז מ'זאָל הרג'ענען יעדע „מכשפה" וואָס מ'זעט, „אלא תומת בב"ד".

נאָכמער: אפילו ביים ערשטן חטא — חטא עץ הדעת, ביי וועלכן דער אויבערשטער האָט בפירוש געזאָגט אין דער אזהרה צו אדם הראשוןיח „לא תאכל ממנו כי ביום אכלך ממנו מות תמות", זעט מען פונדעסטוועגן, אַז אדה"ר איז פאַר זיין עובר זיין ניט באַשטראָפט געוואָרן מיטן עונש מיתה און מיתה תיכף ומיד, נאָר ערשט נאָך דעם וואָס ער האָט געלעבט ניין הונדערט דרייסיג יאָר.

משא"כ דאָ, ביים חטא העגל, האָט דער אויבערשטער געזאָגט „ועתה הניחה לי וגו' ואכלם" — דער עונש איז מיתה און באַלד נאָכן חטאיט; און נאָכמער: „ואכלם" מיינט אַלע אידן, אויך די וואָס האָבן ניט געדינט דעם עגלכ —405ווי ס'איז אויך מובן פון דעם ווייטערדיקן המשך הדיבור „ואעשה אותך לגוי*) גדול"כא (און ווי רש"י זאָגטכב „אם כסא של ג' רגלים אינו עומד לפניך בשעת כעסך ק"ו לכסא של רגל אחד") —

וואָס אַזאַ עונש קען ניט זיין מצד דער עבירה אַלייןכג, נאָר ווייל ס'איז „ויחר אפּי בהם" (און דערפאַר דער חומר העונש — נאָכמער ווי דאָס קומט פאַר דער עצם עבירה).

און דאָס איז געווען טענת משה: „למה ה' יחרה אפּך — כלום מתקנא אלא חכם בחכם וכו'": ס'לאָזט זיך פאַרשטיין פאַרוואָס עס קומט אַן עונש חמור פאַרן האַרבן חטא ע"ז, ובפרט אַז דאָס דינען „אלקים אחרים" האָט קיין אָרט ניט אין שכל צו מיינען אַז זיי זיינען עפּעס אַ ממשות ח"ו (און אויך ניט קיין אָרט אין מידות, צו האָבן אַ תאוה דערצו)כד, ווי רש"י איז פריער מפרשכה: „שאינן אלקות אלא אחרים עשאום אלקים עליהם", איז במילא מובן, אַז פאַר אַזאַ חטא קומט אַ עונש חמור;

אָבער פון דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט „ואכלם" — (א) אָן ב"ד, (ב) תיכף ומיד, (ג) אַלע אידן — איז דאָך מוכח, אַז דאָס איז אַן עונש וואָס ער קומט ניט נאָר מצד (ובהתאם צום חטא פון) די עובדי העגל, נאָר דאָס איז מצד אַ חרון אף בשייכות צו דער ע"ז גופאכו.

און דעריבער האָט משה גע'טענה'ט „למה ה' יחרה אפּך" — מצד דעם עגל הזהב — „כלום מתקנא אלא חכם בחכם וכו'": דער עגל איז דאָך קיין מציאות ניט אַז דאָס זאָל גורם זיין דעם „מתקנא" (דעם חרון אף) אין דער ע"ז און דאָס זאָל אַרויסרופן דעם עונש „ואכלם" אויף אַלע אידן און תיכף ומיד.

ה. עפּ"ז איז מובן פאַרוואָס רש"י ברענגט דאָ ניט דעם פּירוש וואָס ער זאָגט אין פּ' יתרו „ליתן פּתחון פּה למשה . . וזהו שאמר למה ה' יחרה אפך בעמך לא להם צוית כו'":

דאָרטן איז רש"י מפרש די הדגשה פון משה'ס טענה (לויטן פּירוש וואָס איז נוגע דאָרט על אתר פון ציווי), אַז ס'איז דאָ אַ „פּתחון פּה" אפילו פאַר די עובדי העגל עצמם, אַז אויך זיי זיינען ניט מחוייב כלל קיין עונש צוליבן ציווי „לא יהי' לך אלקים אחרים גו'". אָבער לערנענדיק פּשוטו של מקרא דאָ — בסיפּור כל המאורע, איז מוכח פון דעם לשון „למה ה' יחרה אפּך גו'", אַז די טענה איז ניט אויפן עצם עונש פון די עובדי העגל, נאָר אויפן ענין פון „יחרה406אפּך" בשייכות צו דער ע"ז אַלייןכז, וכנ"ל בארוכה.

ו. עפּ"ז איז אויך מובן וואָס רש"י זאָגט דאָ די צוויי ענינים „חכם בחכם גבור בגבור": אין דעם אויבערשטנ'ס דיבור צו משה „לך רד כי שחת עמך גו'" האָט ער געזאָגט „סרו מהר מן הדרך אשר צויתם עשו להם עגל מסכה וישתחוו לו ויזבחו לו ויאמרו אלה אלקיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים" — וואָס הגם אַז די אידןכח האָבן דאָס טאַקע געזאָגט, אָבער צוליב וואָס בריינגט עס דער פּסוק — וואָס איז נוגע צום גודל החטא פון „עשו להם עגל מסכה וישתחוו לו ויזבחו לו" אַז זיי האָבן דערביי געזאָגט „אלה אלקיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים"? און עד"ז געפינט מען אויך אין משה'ס טענה צום אויבערשטן „למה ה' יחרה אפּך בעמך" אַז ער פירט אויס „אשר הוצאת מארץ מצרים בכח גדול וביד חזקה".

נאָר פון דעם גופא איז אַ הוכחה, אַז דער חרון אף (דער ענין פון „מתקנא") האָט געהאַט אַ שייכות (אויך) מיט דעם וואָס זיי האָבן געזאָגט „אלה אלקיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים", און אַז אויף דעם איז געווען טענת משה „כלום מתקנא" אין ביידע פּרטים פון „חכם" און „גבור".

והביאור: אויף צו אַרויספירן די אידן פון מצרים און פירן זיי אין מדבר האָבן זיך געפאָדערט צוויי זאַכן — „חכמה" און „גבורה", אָבער ניט(אָ קיין הכרח פון) עשירות ווי ס'איז מובן, אַז די פּרטים פון יצי"מ וכו' מיט די נסים ונפלאות זיינען געווען פאַרבונדן מיט גרויס חכמה (ווי זיי דורכפירן)כט און גבורה (ביים דורכפירן לפּועל).

ועוד: דאָס וואָס עובדי העגל האָבן געוואָלט הילף וכו' איז ניט בנוגע עשירות ווייל ווי רש"י האָט שוין מודיע געווען האָבן זיי שוין געהאַט אַן עשירות מופלגה פון ביזת מצרים און נאָכמער פון ביזת היםל.

און דאָס האָט משה רבינו געזאָגט: „למה ה' יחרה אפּך", דער „מתקנא" אין דעם עגל האָט דאָך קיין אָרט ניט, וואָרום „כלום מתקנא אלא חכם בחכם גבור בגבור" — דער אמת איז דאָך אַז דער אויבערשטער האָט זיי אַרויסגענומען פון „מצרים בכח גדול וביד חזקה", און ניט דער עגל ח"ו, די ע"ז האָט דאָך ניט קיין חכמה אָדער גבורה, טאָ ווי איז שייך צו „מתקנא" זיין אין דער ע"ז!

ז. מ"יינה של תורה" בפרש"י:

לכאורה דאַרף מען נאָך אַלץ פאַרשטיין: כאָטש אַז בנוגע דער ע"ז האָט קיין אָרט ניט צו זיך „מתקנא" זיין, וואָרום „כלום מתקנא אלא חכם בחכם גבור בגבור", אָבער מצד די וואָס האָבן געדינט דעם עגל און געזאָגט „אלה אלקיך ישראל אשר העלוך מארץ מצרים", איז דאָך לכאורה דאָ אַן אָרט407ח"ו פאַרן ענין פון „מתקנא" — „אקנא" — אין די עובדי העגל, וויבאַלד אַז זיי האָבן דאָך געמיינט אַז דער עגל איז אַ „חכם" און אַ „גבור".

איז דער ביאור אין דעם:

אַ איד מצד עצמו האָט ניט קיין טעות אין ע"זלא, ער ווייס אַז דאָס איז נאָר אַן עץ ואבן און ער גיט ניט קיין שום חשיבות צו ע"ז, אפילו ביים עובר זיין אויף דעם חטא, וואָרום „גם בשעת החטא היתה באמנה אתו ית'"לב, וכמאמר אדמו"ר הזקן: אַ איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אָפּגעריסן פון אלקותלג. און דאָס וואָס דער עובד ע"ז האָט געזאָגט „אלה אלקיך ישראל" איז דאָס נאָר דערפאַר וואָס „נכנס בו רוח שטות"לד (און דערפון קומען אַזעלכע רייד), וואָס דער רוח שטות איז אַ באַזונדער זאַך פון דעם אידן אַליין (נכנס בו).

און דאָס איז די טענה פון משה „למה ה' יחרה אפּך בעמך" — אויך מצד „עמך"לה, מצד די אידן, דאַרף ניט זיין קיין אָרט אויף „מתקנא", ווייל מצד מהותם איז ביי זיי אינגאַנצן מושלל צו מחשיב זיין ח"ו די ע"ז אַלס „חכם" אָדער „גבור" — און דעריבער איז „כלום מתקנאלו אלא חכם בחכם גבור בגבור", און דאָס האָט גע'פּועל'ט אַז וינחם הוי' גו'.

(משיחת ש"פ תשא תשל"ב)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-09rsxy0s

Copies

Recent activity

#190 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · approved
#132 Likkutei Sichos vol 16: machine reading · closed

Sources