עברית
Library

בהר

259

ניט געענדערט, וואָרום אונזער הייליקע תורה איז אַן אייביקע תורה וואָס דער אויבערשטער האָט געגעבן צום אידישן פאָלק, און מענטשן קענען זי ניט ענדערן.

אַזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה האָבן אָנגעזאָגט, אַז אַ איד טאָר קיינמאָל זיך ניט מייאש זיין, וויל איך נאָך איצט ניט אויפגעבן די האָפנונג אַז איר און צוזאַמען מיט אייך נאָך פיל פיל אידן וועלן ניט טאָן דעם חילול שבת בפרהסיא און דעם חילול יום-טוב בפרהסיא, און איר וועט מבטל זיין אייער דערמאָנטע נסיעה. און גרויס איז דער זכות פון שבת צו ברענגען אייך אריכות ימים ושנים טובות, און זעלבסטפאַרשטענדלעך די עיקר'דיקע זאַך — צו האָבן אמתע אידישע תורה-נחת פון אייערע קינדער און קינדסקינדער שיחיו.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאָס געשריבענע אויבן.

אויב מצד דעם וואָס מען איז מבטל די נסיעה אַזוי קורץ פאַרן אָפּפאָרן איז דאָס פאַרבונדן מיט אַ געלט-פאַרלוסט, איז פאַרשטייט זיך אַז נעמענדיק אין אַכט דעם גרויסן איסור בפרהסיא, וועל איך גערן אומקערן אייך די פולע סומע, מיט אַ הערצלעכן דאַנק פאַר דער געלעגנהייט מציל צו זיין אַ אידישע נשמה פון אַזאַ אומגליק ר"ל, אין צוגאָב וואָס עס איז דאָך מעגלעך אַז עס וועלן זיך געפינען נאָך עטלעכע, וועלכע וועלן ניט האָבן דעם אויסרייד אַז אויב מרת. . . פאָרט איז אַ זיכערע זאַך אַז מ'מעג, און אויך אָפּהאַלטן זיך דערפון. און ס'איז דאָך באַוואוסט, אַז מציל זיין אפילו איין אידן איז גלייך צו מציל זיין אַ גאַנצע וועלט.

צו אייער בריוו האָט איר צוגעלעגט אַ טשעק אויף צדקה אין צוזאַמענהאַנג מיט דער נסיעה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין מיין לעבן — און איך האָף אַז איך וועל עס מער ניט דאַרפן טאָן — וואָס איך מוז אומקערן אַזאַ טשעק. אָבער עס זיך זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז איך טאָר ניט האָבן קיין שייכות צו אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט חילול שבת בפרהסיא, און בפרט אַז מ'וויל אַז די צדקה זאָל צוהעלפן אין דעם חילול שבת ר"ל. דערפאַר ווערט דער טשעק דאָ אומגעקערט. איך וויל האָפן אַז איר וועט אָננעמען מיינע ווערטער, אין איינקלאַנג מיט היינטיגער סדרה — את שבתותי תשמורו גו' אני ה'.

(ממכתב כ"ה אייר, תשכ"ד)

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-zrjhy5qs

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources