עברית
Library

יט כסלו

290

אָבער מה יאמרו הבריות, אַז די האַלטען ניט פון רבינו הזקן'ס באַפרייאונג און פון דער תורת החסידות שהיא חלק מתורת ה' וואָס ער האָט מגלה געווען, און אַז זיי זיינען מסכים מיט פערשידענע באַשולדיגונגען געגען עם, והראי' אַז זיי לייגען קיין אַכט אויף זיין באַפרייאונג און האַלטען דאָס גאָר ניט פאַר קיין יום טוב.

ב) אין דער צייט ווען הונדערטער טויזענטער אידען יראי שמים האָבען אין משך פון זיבען דורות אָנגענומען און האַלטען אָן דעם טאָג י"ט כסלו פאַר אַ יום טוב, און יעדער ענין איז דאָך בהשגחה פרטית, איז זיכער אַז דאָס איז געקומען מיט דער הסכמה פון למעלה, דאָס הייסט, אַז למעלה איז אין דעם טאָג אַ הארת פנים נוספת, וואָס באור פני מלך חיים, און דענסטמאָל זיינען די דינים און קטרוגים שוואַכערע, עס איז אַפילו ניט ווי שבת וואָס דענסטמאָל איז דאָך געזאָגט געוואָרען, וכל דינין מתעברין מינה, אָבער אַ גרויסע חלישות פועל'ט אויך דער טאָג י"ט כסלו אין דער מדת הדין (און דערפאַר איז דער טאָג י"ט כסלו, אַ יום סגולה אויף אָננעמען גוטע החלטות בנוגע צו תורה ומצות ומדות טובות), אָבער זאָגען תחנון, איז אַ ענין פון מעורר זיין דינים, וכמ"ש בלבוש אורח חיים סימן קל"א, און אויך אין עטרת זקנים דארטען ס"ק ג', און דאָס ווערט אויך אַראָפגעבראַכט אין משנה ברורה שם ס"ק כ', איז במילא אַז איינער וויל מעורר זיין דינים אין אַ טאָג וואָס הונדערטער טויזענטער אידען טוען דאָס ניט, טוט ער דערמיט שאָדען ניט נאָר זיך, נאָר אויך דעם גאַנצן מנין אידען וואו ער דאַווענט דאָרטען, והאריכות בזה אך למותר. . .

(ממכתב כ"ו טבת, תשי"ג)

... ת"ח על הערותיו למכתבי די"ט כסלו העבר* ובמ"ש להפסקא "ידועים", שיש לציין דברי הזהר פ' בלק, וכנראה כוונתו לדף קצ"ו ע"ב, אבל שם אין הכרח דמדבר בהנשמה קודם ירידתה למטה ואדרבה, ובמילא אין זה שייך להענין המדובר במכתבי שהוא בדוקא קודם הירידה בגוף, וכמובן.

להפסקא "אע"פ" שציין "מקור נאמן לזה בתד"א על הפסוק ברוך הגבר",

אולי כוונתו לתדב"א רבה ריש פרק י"ח (ולפלא שאין מציין במכתבו הפרק והדף וחלק הספר, ואחרי מאמר רבי אשי אודות השכחה דדורותיהם הם (עירובין נג, א) הנה אנן מה נעני אבתרי') ולכאורה אין שייך לנדון דידן במכתבי, כיוון ששם

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
כרך ל
Id
rh-a7459wgg

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources