Igros Kodesh (the Rebbe)
Letter 8295
איך האב מיט פארגעניגען באקומען די ידיעה פון הרב וו"ח אי"א עוסק בצרכי ציבור וכו' מוה"ר...אז איר האט זיך אונטערגענומען בייצושטייערן די סומע פון 1000$ פאר אזא וויכטיקן צוועק ווי שיקן געוויסע פעקלעך צו אונזערע ברידער אין געוויסע לענדער, וואו אידיש לעבן איז באזונדערס שווער, ווי הרב... האט אייך זיכער דערקלערט.
די מצוה פון צדקה איז שטענדיק גרויס, ווי אונזערע חכמים זכרונם לברכה זאגן, אז די מצוה פון צדקה וועגט וויפל אנדערע מצוות צוזאמען. קען מען פארשטיין, ווי גרויס עס איז אזא צדקה ווי די פאר וועלכע איר האט זיך בייגעשטייערט, וואס איז הצלת נפשות אין ניט נאר מאטעריעלען זין נאר אויך אין גייסטיקען זין.
אזוי ווי מיר האבן אקארשט געהאט דעם ליכטיקן יום-טוב חנוכה, ווען מען האט געצונדן די חנוכה-ליכט יעדע נאכט אין א גרעסערע צאל, זאל דער אויבערשטער העלפן, אז דער זכות פון דער גרויסער צדקה וואס איר האט בייגעשטייערט זאל אייך ביישטיין און אריינברענגען ליכטיקייט און פריילעכקייט און נחת אין אייער היים און אייער משפחה, אין א וואקסענדער מאס, איר זאלט אויך ווייטער קענען טאן צדקה און מעשים טובים אין א וואקסענדער מאס, מיט א פריילעכער הארץ און אין גוטען געזונד.
איך וועל אייך דערמאנען בתפילה, ווי אויך די אנדערע מיטגלידער פון דער משפחה, לויט די פרטים וועלכער הרב... האט מיר איבערגעגעבען, און איך האף צו הערען גוטע נייעס פון אייך שטענדיג.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 22
- Id
- rh-70ed48bg
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit