עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 8374

ב"ה, מוצאי שבת פרשת שקלים, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

צו די באטייליגטע אין דעם יערלעכן לאנטשאן פון דעם נ. י.

קאמיטע פאר דעם סמינאר למורות ובית ספר מקצועי

לבנות אין כפר חב"ד בארצנו הקדושה ת"ו

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

ס'איז באוואוסט דער ווארט פון דעם אלטן רב'ין, דער גרינדער פון תורת חב"ד, אז מ'דארף לעבן מיט דער צייט, געמיינט מיט דער סדרה פון דער וואך, מיט די ענינים וועגן וועלכע זי דערציילט. מען קען און מ'דארף ארויסלערנען פון זיי - בנוגע צו פערזענלעכער אויפפירונג און וואס מ'דארף טאן פאר זיך און פאר יענעם.

אין די סדרות פון די וואכן ווערט דערציילט ווי אידן, מענער ווי פרויען, האבן זיך בייגעשטייערט מיט גרויס בעגייסטערונג, שנעלקייט און אין דער פולסטער מאס פאר דעם אויפשטעלען דעם משכן, וואו עס האט גערוט דעם אויבערשטענס שכינה.

איינע פון די אפלערנונגען פון דעם איז:

יעדע מצוה און תורה זאך - וואס דאס איז דאך אן אנזאג פון דעם

אויבערשטען - דארף און מוז ארויסבריינגען א באלדיגען און ווארעמען אפרוף בא יעדען און יעדערע, און ספעציעל ווען עס איז פארבונדען מיט ערציאונג פון אידישע טעכטער אין אמת'ן אידישן גייסט - און צוגרייטן זיי אזוי, אז ווען עס וועט קומען די צייט צו דעם, זאלן זיי בויען זייער פאמיליע לעבן און אויפשטעלען הייזער אויף וועלכען מ'זאל קענען מיט רעכט זאגן אז דאס איז א הויז וואו עס רוהט די שכינה.

איך האף אז איר אלע וועט טאן אין דער אויבענדערמאנטער ריכטונג און אויך אריינציען פריינד און באקאנטע אין דעם, און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין.

בברכה אויף הצלחה און צו גוטע בשורות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 22
Id
rh-dptjwbh4

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8374