Letter 8277
כ"ו כסלו, תשכ"ב · ברוקלין.
אין ענטפער אויף אייער בריף פון א' חנוכה, און פרעגט א עצה אין פארבינדונג מיט דעם וואס אייער מאן שי' וויל בייטען די איצטיקע דירה און איר זייט געגן דעם צוליב אייניגע טעמים, וכו'
לויט מיין מיינונג, אז נאכדעם ווי איר האט שוין געזאגט אייער מאן שי' אייערע טעמים אויף ניט צו בייטען, דארפט איר מער ניט מישען זיך אין דעם, און דער עיקר ניט נעמען זיך צום הארצען, ווי עס וועט גיין און עס וועט זיך אויסלאזען אין דעם, ווארום נאך אלעמען ווייסט דאך ניט א מענש וואס בעסער איז, און נאכדעם ווי איר האט געטאן דאס וואס היינגט אפ אן אייך, דארפמען זיך פארלאזען אויף השם יתברך, אז עס וועט זיין צום גוטען ווארום השי"ת גיט דאך אכטונג אויף יעדערן אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך.
און אזוי ווי אין דער פארגאנגענהייט האט זיך דאך אין פילע זאכען אויסגעלאזען בעסער ווי מ'האט זיך פארגעשטעלט, זאל אזוי זיין אויך אין דעם.
בברכה צו א פרייליכען חנוכה און צו גוטע בשורות.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 22
- Id
- rh-pkqkdjkb
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit