עברית
Library

Letter 8370

כ"ו אד"ר, תשכ"ב · הרבנית מרת פרומא איטא תחי'

ב"ה, כ"ו אד"ר, תשכ"ב

ברוקלין.

הרבנית מרת פרומא איטא תחי'

ברכה ושלום!

מ'האט מיר איבערגעגעבען אייער בריף, אויך באקום איך ידיעות אפטער דורך אייער זון הרה"ח אי"א נו"נ מו"ה שלום מענדל שי' וועגען דעם צושטאנד.

און זייענדיג די טעג אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האב איך נאך אמאל דערמאנט אייך, צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג אין די אלע זאכען וועגען וועלכע איר שרייבט לטובה.

און איר און אייער מאן הרב שליט"א האבען דאך זוכה געווען צו באקומען פערזענליך פילע מאל ברכות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, און ברכות צדיקים און בפרט נשיאי ישראל, זיינען דאך ווירקזאם און טוען אויף שטענדיג, איז דאס זיכער אויך בנוגע צו דאס אויבען דערמאנטע,

ויהי רצון ס'זאל אראפקומען לפועל ממש און זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות מיט גוטער שטימונג ובשמחה.

און מיר געפינען זיך דאך אין דעם צייט, חדשי אדר וואס מ'איז אנגעזאגט געווארן, און ס'איז אויך געגעבען געווארען דער כח צו יעדער אידן מאן און פרוי, להרבות בשמחה - צו געבען אין שמחה פון צייט צו צייט,

איז אין דעם אויך א ענטפער אויף אייער פראגע, וואס זאלט איר טאן אין דעם אויבען געזאגטע - וואס דאס איז, אויף צו מקיים זיין דעם מאמר רבותינו ז"ל, צו מרבה זיין בשמחה, ותודה לא-ל איר האט פיל פיל פון וואס צו זיין בשמחה אפילו איצטער, און מ'דארף האפען אז אויף ווייטער וועט זיין נאך מער [און גלייכצייטיג, פארשטענדליך, אויספאלגען די אנווייזונגען פון דאקטוירים וועלכע באהאנדלען אייך, וואס א רופא בשר ודם איז דאך א שליח פון דעם רופא כל בשר ומפליא לעשות].

בברכה צו גוטא בשורות א פרייליכען שבת און א פרייליכען חדש.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 22
Id
rh-g217k5bz

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8370