עברית
Library

Letter 8569

ג' טבת, ה'תשכ"ג · לכבוד מר בן ציון שי' גולדברג

ב"ה, ג' טבת, ה'תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

לכבוד מר בן ציון שי' גולדברג

שלום וברכה!

איך דאנק אייך פאר אייער בריוו פון 8'טן דעצעמבער, מיט דאס בייגעלעגטע, וואס ס'איז איבערגעגעבן געווארן אין סעקרעטאריאט צו טאן דערביי אין איינקלאנג מיט אייער בריוו.

בא דער געלעגנהייט וויל איך אויסדריקן צו אייך א הארציקן יישר-כח פאר דעם ווארימען גרוס פון כפר חב"ד און פון דער דרוקעריי דארט, וואס איר האט בשעתו איבערגעגעבן אין אייער קאלום, און ווידעראמאל אין דעם בריוו צו אייער קארעספאנדענט, ווי איך זע פון דער קאפיע.

עס וועט אייך זיכער פרייען צו הערן, אז פאר דער צייט האבן זיך די מוסדות אין כפר חב"ד ווייטער אנטוויקלט און זיינען געוואקסן און האבן פארגרעסערט זייער קליטה, כאטש די אויפנאמספייאיקייט איז נאך ווייט ניט אין איינקלאנג מיט די פאדערונגען און אומשטענדן פון דער איצטיקער צייט. צוגלייך דערמיט איז נאטירלעך געוואקסן די הילפס נויטווענדיקייט, נאך מער ויי פריער.

אזוי ווי מיר האבן ניט לאנג צוריק געפייערט י"ט כסלו, די באפרייאונג פון דעם אלטן רבי'ן בעל התניא והשו"ע, און כ"ד טבת וועט ווערן 150 יאר זינט זיין הסתלקות, האף איך אז די חב"ד באוועגונג און תורת חב"ד, ווי אויך די מוסדות חב"ד און כפר חב"ד בפרט, וועלט געפינען א ברייטן אפקלאנג אין דער פרעסע און ארויסרופן א פאסנדע התעוררות און האפנטלעך אויך אלאנג-דויערנדע.

בכבוד ובברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 22
Id
rh-p2jqb4pb

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8569