עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 8638

ב"ה, י"ב סיון, תשכ"ג

ברוקלין, נ. י.

- שנת המאה וחמשים להסתלקות רבנו הזקן-

צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון ישיבת

"אחי תמימים" ליובאוויטש אין נוארק,

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

דערמיט שיק איך מיין הארציגע ברכה צו אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון דער ישיבה "אחי תמימים" ליובאוויטש אין נוארק, מיט מיין אינערלעכן וואונש, אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה.

קומענדיג ערשט פון דעם יום-טוב פון מתן-תורה, וועט יעדער איינער און איינע זיכער מיטברענגען מיט זיך פון דער באגייסטערונג פון קבלת התורה, און אויסדריקן די באגייסטערונג אין א פראקטישן אופן - אויך דורך שטיצן די ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק לויט די בעסטע און פולסטע מעגלעכקייטן.

דאס מיינט - ניט בלויז א פרייוויליגע ביישטייערונג, נאר א פערזענלעכע התחייבות וואס אלע דערוואקסענע אידן האבן גענומען אויף זיך ביים מעמד הר סיני, ווען מיר אלע האבן אנגעגעבן אונזערע קינדער אלס פארזיכערונג (בנינו ערבים בעדינו), אז די תורה און מצוות וועלן ניט פארנאכלעסיקט ווערן, ח"ו. אין דעם זכות פון די קינדער האבן אויך די דערוואקסענע - דאס גאנצע אידישע פאלק - באקומען די תורה.

אין אלע צייטן, און בפרט אין דער איצטיגער צייט, איז די פליכט פון יעדער איינעם און איינער צו שטיצן די מוסדות התורה על טהרת הקדש, און די ליובאוויטשער ישיבה אין נוארק - וואס האט זיך קונה שם געווען אלס ויכטיגע תורה-פעסטונג, האט זיכער פארדינט די פולסטע אונטערשטיצונג.

השם יתברך זאל באגליקן אלע אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער און אלע שטיצער און פריינט פון דער ישיבה "אחי תמימים" ליובאוויטש אין נוארק אין אלעס אין וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 22
Id
rh-f25nkfd6

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8638