Letter 8330
י"ג שבט, תשכ"ב · הוו"ח אי"א נו"נ מו"ה ברוך שי'
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ד' מיט דאס בייגעלייגטע, און לויט אייער בקשה, קומט דער ענטפער ניט ווארטענדיג אויף דער רייהע.
וכמנהג ישראל, צו אויסזוכען און געפינען אין יעדער זאך א פארבינדונג מיט דער סדרה פון דער וואך, אזוי אויך צו דעם אינהאלט פון אייער בריף, מיט דאס בייגעלייגטע, וועלכער, דער ענטפער, וועט (אויב די איבערזעצונג זיין פארטיג) האפענטליך אנקומען צו אייך, אנהויב קומענדע וואך פרשת יתרו, פרשת מתן תורה, וואס דארטן איז געגעבן געווארן א קלארער ענטפער, אנדייטונג אויף דער פראגע, ווער איז א איד,
ובלשון הכתוב, ועתה אם שמוע תשמעו בקולי, ושמרתם את בריתי והייתם לי סגלה מכל העמים וגו' ממלכת כהנים וגוי קדוש.
ויהי רצון אזוי ווי בא מתן תורה, איז געווען, בלשון הכתוב ויחן שם ישראל נגד ההר, און ווי חכמינו ז"ל זיינען מדייק, ויחן לשון יחיד, אז אלע אידען האבען זיך פאראיינציגט צו שטיין נעבען דעם באוואוסטן בארג, אז דאס זאל אריינגיין אויף אייביג אין הארץ פון א אידן, און אויך אין געדאנק פון אלע פעלקער, אז דאס איז דער הר האלקים, אויף וועלכען מ'האט געגעבען די תורה, א אייביגע תורה פאר אלע צייטען און פאר אלע מדינות.
זאל אזוי אויך איצטער אריינדרינגען ניט נאר אין די הערצער, נאר אויך אין די געדאנקען פון אלע אידען אין דעם דור, און פון קאפ (געדאנק) זאל דאס אראפקומען ביז למעשה בפועל, מקיים זיין מצות השם יתברך בפועל, מצות אויף וועלכע די תורה הק' זאגט, וחי בהם.
בברכת שבת טוב ובברכה לבשו"ט מבריאות טובה.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 22
- Id
- rh-t7r625tm
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit