עברית
Library

Letter 8338

ערב שבת-קודש פ' יתרו, ה'תשכ"ב · ה' עליהם יחיו

ב"ה, ערב שבת-קודש פ' יתרו, ה'תשכ"ב

ברוקלין, נ. י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכן דינער פון מרכז

הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

איך האף אז אלע וועלכע זיינען געקומען זיך פאראייניקן מיט מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש צו דער געלעגנייהט פון דער יערלעכער אונטערנעמונג, האבן מיטגעבראכט מיט זיך דעם גייסט פון דער סדרה, די סדרה פון עשרת הדברות און מתןתורה, וואס מען האט געלייענט שבת, א טאג פאר דער אונטערנעמונג.

  • * *

די עשרת הדברות פאראיינציקן אין זיך צוויי, אויפן ערשטן אויגנבליק, העכסט פערשידענע גרונט-געזעצן: די ערשטע געבאטן, אנכי, לא יהי' לך, א. ז. וו. דריקן אויס און אנטפלעקן די טיפסטע געדאנקען פון אחדות השם; די אנדערע אבער - אנטהאלטן אזעלכע פשוטע געבאטן ווי לא תרצח און לא תגנוב, וואס זיינען אייגנטלעך זעלבסטפארשטענדלעך אפילו פארן דורכשניטלעכן מענטשלעכן פארשטאנד.

אבער דער אמת איז, אז אויב מען זאל איבערלאזן די מאראלישע געזעצן, אפילו די "זעלבסטפארשטענדלעכע", צום מענטשלעכן פארשטאנד, אן זייער ג-טלעכן יסוד און קראפט, קען דער מענטשלעכער פארשטאנד, מצד אייגן-ליבע, זיי אזוי צעדרייען, ביז אז אן עבירה ווערט אויסעטייטשט גאר אלס א "מצוה". אויסטייטשנדיק די געבאטן פון "לא תרצח" און "לא תגנוב" פון שטאנדפונקט פון אייגענער גונסט, האבן פיל פעלקער פון דער וועלט און פיל יחידים גע'כשר'ט זייערע אבשויליכע צוועקן, שוין אפגערעדט פו בארעכטיגן די מיטלען, ווי צו צוקומען צו דעם צוועק - ווי ס'איז, צו אונזער באדויערן, קלאר באוויזן געווארן - און ספעציעל אין די גאר לעצטע יארן.

אויב אפווארפנדיק, אדער אפילו אפטיילנדיק, דעם "אנוכי" און "לא יהי' לך" פון "לא תרצח" און "לא תגנוב", האט מען ניט געקענט אויסהיטן די מענטשהייט פון רציחה און גניבה אויפן ברוטאלסטן אופן, איז דאך געוויס אז מען קען ניט אויסהיטן פון "לא תרצח" און "לא תגנוב" אין אן "איידעלערן" אופן, ווי שפיכת-דמים דורך המלבין פני חברו, און גניבת-דעת אד"ג.

די עשרת הדברות אונטערשטרייכן, און די דערפארונג האט עס מערמאלט באשטעטיקט, אז אפילו די איינפאכסטע געזעצן פון מאראל און עטיק מוזן האבן דעם ג-טלעכן יסוד פון אנוכי און לא יהי' לך - און נאר דאן האבן זיי א קיום.

דאס אויבנדערמאנטע איז אויך דער הויפט צוועק און די אויפגאבע פון חינוך על טהרת הקודש: איינצופלאנצן אין אונזערע קינדער זייער דרך חיים לויט דער תורתחיים - א לעבנס-וועג, אין טאג-טעגלעכן לעבן, אויפן פעסטן באדן פון תורה און מצוות, וועלכע גיבן דעם אמת'ן אינהאלט אין לעבן און זיינען צוגלייך דער לעבנסקוואל פון יעדער אידן און פון אלע אידן.

  • * *

די מייסדים פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש - רבותינו נשיאינו ובפרט דא אין אמעריקא - כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האבן געגרינדעט די ליובאוויטשער ישיבות אזוי אז זיי זאלן שטענדיק, אומעום און אין אלע צייטן, פארקערפערן אין זיך דעם דאזיקן יסוד מיט א טיפערן פארשטאנד און טיפערן געפיל, ווי דאס ווערט באלויכטן און ערקלערט אין תורת החסידות. דאס האט באשאנקן די ליובאוויטשער ישיבות און די ליובאוויטשער תלמידים מיט א ספעציעלע אייגנארטיקייט און ספעציעלע פארדינסטן.

ס'איז דערפאר א ספעציעלער זכות צו האבן א פערזענלעכן חלק אין די ליובאוויטשער ישיבות - דורך העלפן זיי, ניט נאר צו האלטן די טירן אפן און אנהאלטן זייער צושטאנד ווי ער איז יעצט, נאר אויך צו דערמעגליכן זייער אויסברייטערונג און פארצווייגונג לויט דער ערנסטער פאדערונג און הכרח השעה.

און השם יתברך זאל באגליקן אלע פריינט און שטיצער פון מרכז הישיבות תומכי תמימים ליובאוויטש, זיי און זייערע פאמיליען, שליט"א - אין אלעס וואס זיי נויטיגן זיך, בגשמיות וברוחניות.

בכבוד ובברכה

מנחם שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ב ע' 670 והושלמה עפ"י צילום האגרת.

די עשרת הדברות: ראה גם לקמן אגרת ח'תכט. ח'תרסד.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 22
Id
rh-7smzajmc

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8338