עברית
Library

Likkutei Sichos

Pirkei Avos 5

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

371פרק רביעי

א. „בן עזאי אומר הוי רץ למצוה קלה ובורח מן העבירה"א. מיט דער הוראה (צווישן די „מילי דחסידותא"ב אין מסכת אבות) איז בן עזאי ניט אויסן צו אָנזאָגן אַז מ'זאָל בכלל מקיים זיין (אפילו) אַ מצוה קלה, און זיך אויסהיטן פון עובר זיין אַן עבירה — דאָס איז דאָך אַ דבר הפשוט, אַז יעדער איד דאַרף מקיים זיין אַלע מצוות, אפילו אַ מצוה קלה, און ער טאָר ניט עובר זיין ח"ו אַן עבירה (אפילו אַן עבירה קלה);

נאָר די הוראה פון בן עזאי איז אין דעם אופן פון קיום המצוות — „הוי רץ למצוה קלה ובורח מן העבירה": ניט נאָר זאָל מען די מצוה טאָן בפועל, נאָר מ'דאַרף לויפן מקיים זיין אפילו אַ מצוה קלה, און ניט נאָר אָפּהאַלטן זיך פון טאָן אַן עבירה בפועל, נאָר מ'דאַרף אַנטלויפן פון איר.

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: אויך דער ענין — אַז מען דאַרף לויפן טאָן אַ מצוה — איז (ניט נאָר אַ מידת חסידות, נאָר) אַ דין (מפורש אין שו"עג): „מצוה לרוץ (כשהולך) לבית הכנסת וכן לכל דבר מצוה"; היינט וואָס איז דער אויפטו פון דעם מאמר „הוי רץ למצוה כו'" אַלס מידת חסידות, בשעת עס איז אַ חיוב מן הדין („מצוה") ?

אויך דאַרף מען פאַרשטיין פאַרוואָס בן עזאי איז ניט מסיים „(הוי רץ למצוה קלה) כלחמורה", ווי דאָס איז לכאורה מתאים מצד התוכן, און ווי מען געפינט אין אַ פריערדיקער משנהד לגבי זהירות אין מצות: „והוי זהיר במצוה קלה כבחמורה"?

[אַנדערע זיינען טאַקע גורס (אויך) אין דער משנה דעם וואָרט „כבחמורה" — אָבער דער אַלטער רבי (בסידורו) איז עס ניט גורס, און אויך רוב מפרשים נעמען ניט אָן די גירסאה].

מוז מען זאָגן, אַז אע"פ אַז ביי זהירות אין מצוות, מוז עס זיין אין אַ מצוה קלה פּונקט ווי אין אַ מצוה חמורהו, אָבער בנוגע ריצה למצוה, איז אַ מצוה קלה ניט גלייך צו אַ מצוה חמורהז; און דערפאַר זאָגט בן עזאי (נאָר) „הוי רץ למצוה קלה", אַז מען דאַרף לויפן אפילו צו אַ מצוה קלה און פון דעם לערנט מען אַז מען דאַרף לויפן מיט נאָך אַ גרעסערער ריצה צו אַ מצוה חמורה.

עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס דאַרף בן עזאי בכלל מוסיף זיין „(למצוה) קלה" — לכאורה האָט ער געדאַרפט זאָגן „הוי רץ למצוה" סתם, וואָס מיינט יעדע מצוה פון אַלע מצוות [און372במילא וואָלט דאָס געמיינט אויך אַז די ריצה דאַרף זיין ביי יעדער מצוה לויט איר דרגת החומר, וויבאַלד אַז דאָ איז ניטאָ די הדגשה פון „קלה כלחמורה"]?

ב. דער טעם אויף דער הוראה „הוי רץ למצוה קלה ובורח מן העבירה" — זאָגט בן עזאי אין דעם צוויי ענינים: (א) שמצוה גוררת מצוה ועבירה גוררת עבירה, (ב) ששכר מצוה מצוה ושכר עבירה עבירה.

ווי מען לערנט אין פשטות, איז דער חילוק צווישן די צוויי טעמים: דער ערשטער טעם איז מסביר פאַרוואָס אַ איד דאַרף לויפן טאָן אפילו אַ מצוה קלה, ווייל זי וועט ברענגען צו מקיים זיין נאָך (אַ סך) מצוותח; און דער צווייטער טעם טוט אויף, אַז די ריצה למצוה דאַרף אויך זיין מצד דער מצוה גופא, וואָרום „שכר מצוה מצוה" [ווי דער רע"ב טייטשי* , אַז דער „שכר וההנאה" וואָס דער מענטש האָט ביים טאָן אַ מצוה — וואָס דאָס דריקט זיך אויס אין זיין לויפן טאָן אַ מצוה — איז אויך אַ מצוה; אָדער ווי דער פירוש, אַז דער שכר פון אַ מצוה איז — „מצוה"ט: די צוותא וחיבורי מיטן אויבערשטן וואָס ווערט דורך דער מצוה].

עפ"ז קומט אָבער אויס, אַז דער עיקר טעם איז „שכר מצוה מצוה", וואָס גיט צו פאַרשטיין אַז די ריצה דאַרף זיין מצד דער מצוה גופא [ובפרט לויטן פירוש הרע"ב, אַז „שכר מצוה מצוה" מיינט (ניט דעם שכר פון דער מצוה צו וועלכער ער איז „רץ", נאָר) די ריצה גופא]; און דער טעם „שמצוה גוררת מצוה" איז אַ טעם נוסף, אַז אין פאַל ווען די הסברה „ששכר מצוה מצוה" וועט ניט פועל'ן אויפן מענטשן אַז ער זאָל זיין אַ רץ למצוה, זאָל ער דאָס טאָן צוליב דעם וואָס אין דעם קיום פון דער מצוה איז אָפּהענגיק דער קיום פון נאָך מצות [וואָס אין פאַרגלייך צום טעם פון „שכר מצוה מצוה" איז דאָס אַן ענין פון „שלא לשמה" (פון דער מצוה), בדקות עכ"פ] —

און אויב אַזוי, פאַרוואָס איז ער מקדים דעם טעם פון „מצוה גוררת מצוה" פאַר דעם טעם פון „שכר מצוה מצוה"?

ג. נאָך אַ הוראה געפינט מען — און אויך אין מס' אבותיא — בנוגע דעם ענין פון „ריצה" אין עבודת ה': „יהודה בן תימא אומר הוי . . (ו)רץ כצבי . . לעשות רצון אביך שבשמים"; און די הוראה (פון מס' אבות) האָט דער טור, און אַזוי אויך דער אַלטער רבי בשולחנו (אין מהדורא תניינא), געשטעלט אַלס התחלה והוראה כללית ויסודית פון „אורח חיים" (— פון גאַנץ שולחן ערוך).

קומט אויס, אַז אין עבודת האדם לקונו זיינען דאָ דריי ענינים און אופנים פון „ריצה":

(א) די ריצה לדבר מצוה וואָס איז אַ חיוב — „מצוה"; און דער דין שטייט בעיקר בנוגע צו ריצה לבית הכנסת, נאָר דערנאָך איז מען מוסיף — „וכן לכל דבר מצוה";

(ב) די ריצה „לעשות רצון אביך שבשמים" — וואָס דאָס איז ניט אַ דיןיב,373נאָר אַ מידת חסידות — „הוי . . רץ" (און דערפאַר שטייט עס אין מס' אבות); עס איז אָבער אַזאַ מידת חסידות וואָס איז נויטיק און שווה לכל נפש, און דערפאַר איז עס אַריינגעשטעלט געוואָרן אין טור און שו"ע (פון אַלטן רבי'ן);

(ג) די הוראה פון בן עזאי „הוי רץ למצוה קלה" — וואָס די הוראה איז אַ מידת חסידות וואָס איז ניט שווה לכל נפש, און דערפאַר שטייט עס (נאָר) אין אבותיג — און דער חידוש פון דער „ריצה" איז מודגש אין דעם וואָס ער איז מוסיף „הוי רץ למצוה קלה".

ד. די כללות הזריזות פון אַ אידן ביים מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון, ווייזט אויף זיין שמחה וחפץ „למלאות רצון קונו ולעשות נחת רוח ליוצרו"יד; און זריזות אין אַן אופן פון „ריצה" איז אַ באַווייז אַז די שמחה וחיות איז ביי אים למעלה פון זיין מדידה והגבלהטו, וואָס דערפאַר שטרענגט ער זיך אָן איבער זיין טבע און הילוך (כרגיל), צו טאָן די מצוה וואָס שנעלער.

אָט די שמחה וחיות למעלה מהטבע והרגיל צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס רצון — וואָס דריקט זיך אויס אין „ריצה" — איז שייך נאָר ביי דעם וואָס שטייט מיט אַ ביטול בלתי רגיל צום אויבערשטן:

בשעת דער מענטש פילט זיך אַלס מציאות, ועאכו"כ אויב ער איז „מגיס דעתו וחולק כבוד לעצמו ומתכבד בעיניו"טז, קען ער טאַקע טאָן אַ מצוה מיט חיות און שמחה, אָבער די שמחה איז ע"פ טעם ודעת ובמילא איז עס אַ שמחה מוגבלת — ער „לויפט" ניט, ער גייט ניט „אַרויס פון די כלים";

בשעת אָבער דער מענטש שטייט אין אַ ביטול, קען זיך ביי אים דערוועקן אַ שמחה בלתי מוגבלת, וואָס דריקט זיך אויס אין לויפן (טאָן די מצוה), ביז אין אַן אופן פון „משפיל עצמו ומקל גופו"טז — על דרך ווי מ'געפינט ביי דוד המלך די הנהגה פון „מפזזיז ומכרכר (בכל עוזיח) לפני ה'", וואָס איז געקומען מצד דעם וואָס „ונקלותי עוד מזאת והייתי שפל בעיני"יט.

ה. דערמיט קען מען מבאר זיין אַן ענין מוקשה אין אַלטן רבי'נס שו"ע — וואָס ביי דעם דיןכ „מצוה לרוץ לבית הכנסת וכן לכל דבר מצוה" ברענגט ער אַראָפּ דעם מקור פון וואַנען מ'לערנט אָפּכא דעם דין — „שנאמרכב נרדפהכג לדעת את ה' וגו'כד".

דלכאורה: אע"פ אַז ס'איז דער דרך פון אַלטן רבי'ן צו מפרש זיין די טעמי ההלכותכה, איז ער אָבער ניט (אומע־374טום) מעתיק דעם מקור פון יעדער הלכה; און ווי מ'געפינט ברוב ההלכות, אַז דער אַלטער רבי דערמאָנט ניט די פסוקים כו' פון וואַנען מ'לערנט זיי אָפּ (אפילו דאָרט וואו אין טור ווערט עס יע געבראַכט) — מיט וואָס איז אַנדערש דער דין פון „מצוה לרוץ כו'", וואָס דאָ ברענגט ער דעם (מקור פון) פסוק?

נאָך מער תמי' איז, וואָס ביי דעם דין איז אפילו דער טורכו ניט מעתיק דעם פסוק !

אויך דאַרף מען פאַרשטיין: פון דעם לשון אין אַלטן רבי'נס שו"עכז — „מצוה לרוץ לבהכ"נ וכן לכל דבר מצוה שנאמר נרדפה לדעת את ה'" — קומט אויס, אַז פון דעם פסוק לערנט מען אַרויס דעם דין פון „מצוה לרוץ" סיי לבית הכנסת און סיי „לכל דבר מצוה" — איז תמוה: אין גמראכא ברענגט זיך דער פסוק נאָר בנוגע צו ריצה לבית הכנסת, אָבער בנוגע צו ריצה לדבר מצוה (הלכה), ברענגט זיך אַן אַנדער פסוקכח („אחרי ה' ילכו כארי' ישאג וגו'")כט?

ו. איז דער ביאור אין דעם: מיטן ברענגען דעם פסוק „נרדפה לדעת את ה'" איז דער אַלטער רבי ניט אויסן צו ברענגען דעם מקור הדין, נאָר טאַקע דעם טעם פון דער הלכה; און דער טעם אויף כללות ענין הריצה אין עבודת ה'ל (סיי לבהכ"נ און סיי לכל דבר מצוה) איז „נרדפה לדעת את ה'"לא.

וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דעם ביאור פון צ"צלב אויפן פסוק הנ"ל „ונדעה נרדפה לדעת את ה'" — דלכאורה, פאַרוואָס חזר'ט איבער דער פסוק דעם ענין ה"דעת" צוויי מאָל („ונדעה" און „לדעת") ?

איז דער צ"צ מבאר, אַז די צוויי לשונות זיינען מרמז אויף די צוויי „דעות" (ד"א־ל דעות ה'"לג), „דעת תחתון" און „דעת עליון"לד; און די עבודה אין אַן אופן פון „נרדפה" וריצה נעמט זיך דוקא מצד „לדעת את ה'", דעת עליוןלה.

375מצד דעת תחתון — די „דעה" וואָס ווערט דערהערט אין „תחתון" (וועלט), אַז וועלט איז אַ יש ומציאות וואָס דער „אין" אלקי איז מהווה ומחי' — ווערט נאָר אויפגעטאָן די עבודה אין אַן אופן פון „הילוך" וואָס איז מיט מדידה והגבלה „מדרגא לדרגא"; מצד „דעת עליון" ווערט דערהערט ווי די אמת'ע מציאות איז (למעלה), און וועלט (און אפילו דער „חיות של היש") איז „אין וכלא חשיבי". און דעריבער טוט עס אויף אין עבודה דעם ענין פון „נרדפה" — פון „רצוא", צו לויפן, אַרויסגיין פון די מדידות והגבלות פון דער אייגענער מציאות.

ז. אע"פ אַז די עבודה בדרך „ריצה" („נרדפה") וואָס איז העכער פון מדידה והגבלה נעמט זיך דוקא מצד דעם ביטול פון מענטשן, ביז צום ביטול פון „דעת עליון" („לדעת את ה'") — זאָגט אָבער דער שולחן ערוך אַ פסק דין השווה לכל נפש, אַז „מצוה לרוץ לבית הכנסת וכן לכל דבר מצוה".

וואָרום אפילו דער וואָס האַלט ניט ביי „לדעת את ה'" און זיין שמחה וחיות אין אַ מצוה איז מיט מדידה והגבלה, איז אָבער דאָ אויף אים אַ חיוב צו „לויפן" ברגליו כפשוטו „לכל דבר מצוה"; ווייל אין דעם „פועל ממש" פון דער עבודה פון „ריצה" איז יעדער איד מחוייב*35, אפילו אַזאַ וואָס האַלט נאָך ניט אפילו ביי דעת תחתון.

ע"ד ווי מען געפינט בכמה מצוות, אַז דער אופן קיום המצוה איז אויסגעשטעלט בהתאם צו דעם תוכן פנימי פון דער מצוה, און יעדערער — אפילו דער וואָס האַלט נאָך ניט ביי דעם תוכן פנימי פון דער מצוה, און עס קען זיין אַז ער ווייס אפילו ניט פון דעם — דאַרף עס טאָן לויט דעם אופן דוקא.

[ע"ד ווי מ'געפינט ביי דער מצוה פון ק"ש, אַז זי קומט נאָך פסוקי דזמרה און ברכות ק"ש — וואָרום כדי צו צוקומען אין ק"ש צום הרגש כדבעי פון „ה' אחד" — דאמליכתי' בשבעה רקיעים ובארץ ובד' רוחות העולםלו — און צו אהבת ה' „בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך", דאַרף פריער זיין די התבוננות אין דעם תוכן פון פסוקי דזמרה און ברכות ק"ש — אָבער פונדעסטוועגן איז דער סדר אָנגעזאָגט פאַר יעדערן, אפילו אויב ער האַלט נאָך ניט ביי דער מדריגה].

ח. דער טעם פאַרוואָס יעדער איד איז מחוייב אין דעם „פועל ממש" פון „ריצה" לכל דבר מצוה, אע"פ אַז ער האַלט נאָך ניט ביי דעם תוכן פנימי פון דער מצוה, איז ווייל דורך דעם וואָס אַ איד איז זיך מרגיל צו לויפן „לכל דבר מצוה" מיט אַ שמחה וחיות, ברענגט דאָס גופא דערצו, אַז ער זאָל שנעלער און לייכטער צוקומען צו דער דרגא פון „ריצה" לאמיתתה — אַ שמחה וחיות בלתי מוגבלת אין עבודת ה'לז.

וואָס דאָס איז אויך דער פירוש אין „נרדפה לדעת את ה'", וואָס מיינט376בפשטות (ניט אַז דער „נרדפה" איז אַ תוצאה ומסובב פון „לדעת את ה'", נאָר פאַרקערט) אַז דער „נרדפה" ברענגט צו „לדעת את ה'"לח — ווייל דורך ריצה בפועל („נרדפה") קומט מען סו"ס צום ביטול פון „דעת עליון".

דערמיט איז מובן פאַרוואָס דער חיוב (ריצה לדבר מצוה) שטייט בעיקר ביי בית הכנסת (כנ"ל סעיף ג') — תפלה: תפלה איז „עבודה שבלב"לט, וואָס ענינה איז אַז אַ איד איז זיך מתדבק צום אויבערשטןמ אויף צוצוקומען צו העכערע דרגות אין עבודת ה'; און דערפאַר הויבט זיך אָן די עבודה פון „נרדפה (וואָס ברענגט) לדעת את ה'" (דעת עליון) מיט דער ריצה לעבודת התפלה, ווייל זי איז די עבודה מיוחדת צו דערגרייכן די העכערע דרגא פון „דעת את ה'"מא [און פון (און דורך) עבודת התפלה ווערט אויפגעטאָן די עבודה פון „נרדפה" וריצה ביי „כל דבר מצוה"מב].

ט. און דאָס איז דער אויפטו פון די הוראות פון „הוי רץ כו'" וואָס שטייען אין מס' אבות אויף דעם דין הנ"ל שבשו"ע: זיי ריידן וועגן דעם תוכן פנימימג פון ענין ה"ריצה" — די זריזות, חיות ושמחה בלתי מוגבלת אין עבודת ה', וואָס איז אַן „עבודה גדולה"טז (מילתא דחסידותא).

נאָר אין דעם גופא זיינען דאָ צוויי אופנים: (א) „הוי . . רץ . . לעשות רצון אביך שבשמים" — וואָס די ריצה האָט אַ שייכות צו יעדערן (און דערפאַר ווערט עס געבראַכט אויך אין טור און אין אַלטן רבי'נס שו"ע, כנ"ל); (ב) די הוראה פון377בן עזאי „הוי רץ למצוה קלה" — וואָס איז ניט שווה בכל נפש.

דער ביאור אין דעם:

„יהודה בן תימא" רעדט ניט (אַזוי) וועגן דער ריצה ושמחה בעת עשיית המצוות, נאָר וועגן דער „ריצה" ביי דער כללות'דיקער מסירה ונתינה וואָס אַ איד גיט זיך איבער צו עבודת ה' בתחלת היום, נאָך איידער ער פאַרנעמט זיך מיט פרטיות'דיקע עניני עבודהמד; ע"ד אמירת מודה אני „מיד כשניער משנתו"מה, וואָס דאָס איז די הודאה כלליתמו און די מסירה ונתינה צום אויבערשטן בתחלת היום.

[און דערפאַר: (א) זאָגט ער דאָ ניט דעם לשון „הוי רץ למצוה", נאָר — „לעשות רצון אביך שבשמים", וואָס איז די נקודה כללית פון אַלע עניני עבודה שבמשך היום; (ב) דאָס איז געשטעלט געוואָרן אין אַנהויב פון גאַנץ שו"ע, און נאָכמער — נאָך פאַר דעם ענין פון אמירת מודה אני — ווייל די מסירה ונתינה צו עבודת ה' וואָס יהודה בן תימא איז אויסן מיט זיין הוראה, איז אַ מער כללות'דיקע „הודאה" ומסירה ונתינה אפילו מער פון דער הודאה פון מודה אני].

און די התעוררות כללית צו עבודת ה' איז שייך צו יעדער איד, אין וואָס פאַר אַ מצב ער זאָל נאָר זיין, וע"ד הידוע אינעם ענין פון אמירת מודה אני, אַז דער טעם פנימי וואָס מען זאָגט עס פאַר נעג־וואַסער און אפילו בידים טמאות, איז ווייל „כל הטומאות שבעולם זיינען ניט מטמא דעם מודה אני פון אַ אידן. ער קען זיין אַ חסר בזה או בזה, אָבער דער מודה אני בלייבט גאַנץ"מז.

יו"ד. אויף דעם טוט אויף בן עזאי אַ הוראה נוספת (אין מילי דחסידותא) — „הוי רץ למצוה קלה ובורח מן העבירה"*: אפילו ווען מ'איז אַריינגעטאָן אין דער עשי' פון אַ מצוה פרטית, ניט טראַכטנדיק באותה שעה וועגן דער כוונה כללית פון דער מצוה (וואָס איז גלייך ביי אַלע מצוות): „אשר קדשנו במצותיו וצונו"מח (לעשות רצון אביך שבשמים) — נאָר וועגן דעם תוכן (וסגולה) פון דער מצוה פרטית [וואָס דערפאַר פילט ער ווי דאָס איז אַ „מצוה קלה"] — דאַרף אַ איד פועל'ן ביי זיך אַז זי זאָל געטאָן ווערן אין אַן אופן פון „רץ", מיט אַ שמחה וחיות בלתי מוגבלת.

ווי מאָנט עס בן עזאי ביי אַ אידן, אַז דער תוכן וענין פרטי פון אַ מצוה (וואָס איז לכאורה אַן ענין שבמדידה והגבלהמט) זאָל אַרויסרופן אַ תנועה פון378„ריצה" שלמעלה ממדידה והגבלה?

איז עס דערפאַר וואָס דאָס איז געווען בן עזאי'ס הנהגה בכללנ — ער האָט זיך געקאָכט אין דער תנועה פון „רצוא", אַרויסגיין פון וועלט; וואָס דערפאַר האָט ער זיך ניט עוסק געווען בפרי' ורבי', זאָגענדיג „מה אעשה שנפשי חשקה בתורה"נא [ביז דערפון איז סו"ס אַרויס, אַז זיין כניסה לפרדס איז געווען אין אַן אופן פון „הציץ ומת"נב — „רצוא" אָן אַ „שוב" (דוגמת מיתת שני בני אהרן)].

ומהאי טעמא, איז אויך זיין עבודה אין עניני „תיקון" — עשיית מצוות — געווען אין אַן אופן פון „רצוא"נג, אַז ער האָט דערהערט דעם גודל ה"נעימות עריבות . . מתיקות" (בלשון האוה"ח הק'נד לגבי דער רצוא פון די שני בני אהרן) וואָס איז דאָ אין מצוות, וואָס דאָס רופט אַרויס אַ ריצה ושמחה אין קיום המצוות באופן בלתי מדוד ומוגבלנה, העכער אפילו פון די הגבלות פון דער אייגענער נפש האלקית.

און דערמיט איז פאַרענטפערט פאַרוואָס דאָ פּאַסט ניט דער לשון „הוי רץ למצוה קלה כלחמורה", ווייל די „נעימות" פון מצוות (וואָס רופט אַרויס די ריצה למצוות) איז מצד דעם תוכן פרטי שבכל מצוה, ובמילא איז ניט גלייך די „נעימות" פון אַ מצוה קלה צו דער „נעימות" פון אַ מצוה חמורה,

ואדרבה, דער עיקר אויפטו איז „הוי רץ למצוה קלה", אַז אפילו אין אַ מצוה קלה איז דאָ אַ „נעימות" בלתי מוגבלת, וואָס דערפאַר דאַרף זיין ריצה אויך צו אַזאַ מצוה.

יא. אין דערהערן די טייערקייט, די „נעימות" פון מצוות, קענען זיין צוויי אופנים: (א) ער דערהערט דעם גודל הנעימות וואָס איז דאָ אין די מצוות עצמן — „קרבת אלקים טוב"; (ב) ער דערהערט וואָס ער — נפשו האלקית — וועט פון דעם האָבן — „קרבת אלקים לי טוב"נו.

און דאָס זיינען די צוויי טעמים וואָס בן עזאי זאָגט — פאַרוואָס עס דאַרף זיין „הוי רץ למצוה כו'" — (א) שמצוה גוררת מצוה, (ב) ששכר מצוה מצוה:

הטעם העיקרי: בנוגע דער „נעימות" וואָס איז דאָ אין דער מצוה גופא „מצוה גוררת מצוה" — דער גודל הנעימות שבמצוות איז דאָס וואָס זי איז „גוררת מצוה" — זי ברענגט דעם צוותא וחיבורנז פון אידן מיטן אויבערשטןנח;

וויבאַלד אָבער אַז בן עזאי זאָגט אַ הוראה אויך פאַר אַזעלכע וואָס האַלטן379נאָך ניט ביי דער דרגא פון „קרבת אלקים טוב" — אפילו פאַר אַזאַ וואָס האַלט נאָך ביי תחלת העבודה ובמילא טוט ער נאָר די עבודה וואָס ער פילט ווי עס איז נוגע צו אים — איז ער דעריבער מוסיף „ששכר מצוה מצוה":

אויך דער שכר פון מצוות — וואָס „שכר" איז אַ זאַך, וואָס דער אדם פילט אַז ער האָט פון דעם פאַרדינט — איז „מצוה", וואָס ער באַהעפט זיך מיטן אויבערשטןנח באופן אַז ער פילט אַ נעימות בלתי מוגבלת (וכידוע בענין שכר מצות בהאי עלמא ליכאנט, ווייל שכר המצות איז בלי גבול און „עולם" קען ניט מכיל זיין דעם גודל השכר),

און דעריבער, אויך צוליב שכר מצוה, דאַרף זיין ריצה — בלי מדידות והגבלות.

(משיחות ש"פ אמור וש"פ בהו"ב תשכ"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-xnaxmw0x

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources