עברית
Library

Likkutei Sichos

Pirkei Avos 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

347פרק ראשון

א. „שמאי אומר עשה תורתך קבע, אמור מעט ועשה הרבה, והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות"א.

דער פירוש הפשוט פון די דריי בבות פון די משנה איז (ווי מפרשים זאָגןב): „עשה תורתך קבע" — „שיהי' עיקר עסקך ביום ובלילה בתורה, וכשתהי' יגע מן הלמוד תעשה מלאכה ולא שיהי' עיקר עסקך במלאכה", וכמארז"לג „עשו תורתן קבע ומלאכתן עראי"; „אמור מעט ועשה הרבה" — צוזאָגן ווייניק „ועשה הרבה" מער ווי מ'האָט צוגעזאָגט „כמו שמצינו באברהם שאמר תחלהד ואקחה פת לחם ובסוףה ויקח בן בקר רך וטוב"; והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות — „כשאתה מכניס אורחים לביתך לא תתן להם ופניך כבושות בקרקע".

לפ"ז איז תמוה: אין מס' אבות רעדט זיך (נאָר) מילי דחסידותא, ווי רז"לו זאָגן „האי מאן דבעי למהוי חסידא וכו' לקיים מילי דאבות" — ד.ה. אַז דאָס זיינען הנהגות וואָס אַ איד איז אין זיי ניט מחויב מצד הדין וההלכה, נאָר ער דאַרף זיי טאָן מצד מידת חסידות — לפניםז משורת הדיןח; אָבער די דריי ענינים הנ"ל זיינען לכאורה ניט אין סוג פון „מילי דחסידותא" — זייער חיוב איז מובן פון זיך אַליין, אָדער מ'קען זיי פאַרשטיין און אָפּלערנען פון אַנדערע ציווים אין תורה און הלכהט:

א) „עשה תורתך קבע" — דעם זעלבן לשון געפינט מען שוין אין חיובי רז"ל און ס'איז אַראָפּגעבראַכט להלכהי: עשה תורתך קבעיא ומלאכתך עראי (היינט אין וואָס באַשטייט דער חידוש דאָ אַלס מידת חסידותיב); אויך געפינט348מען כמה וכמה פסוקים ומארז"ל, וואו ס'ווערט אָנגעזאָגט וועגן דעם חיוב תמידי פון לימוד ועסק התורה [און ווי ס'שטייט אין אָנהויב פון דעם פרקיג גופא: „על שלשה דברים העולם עומד, על התורה וכו'", און וויבאַלד תורה איז פון די „עמודים" אויף וועלכע ס'האַלט זיך דער קיום העולם, איז דערפון אויך מובן אַז עס דאַרף זיין „תורתך קבע"]יד.

ב) „אמור מעט" — ס'איז אַ ציווי אין תורהטו „לא יחל דברו", וואָס דער ציווי איז מחייב די הנהגה פון „אמור מעט", אַז מ'זאָל זיין געהיט אין רייד און ניט צוזאָגן סיידן מ'איז אינגאַנצן זיכער אַז מ'וועט עס קענען ממלא זייןטז, כדי מ'זאָל ניט נכשל ווערן אינעם איסוריז פון „לא יחל דברו"יח. אויך אין דעם אויספיר פון דעם פאַל „ועשה הרבה", איז לכאורה ניטאָ קיין חידוש מיוחד מצד מדת חסידותיט: אויב אַ איד האָט ביכולת צו טאָן אַ סך מצות ומע"ט דאַרף ער דאָס טאָןכ?

ג) און אַזוי אויך דער סיום פון דעם מאמר: „והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות" — לכאורה איז דאָס אַ הנהגה וואָס פאָדערט זיך מצד ועשית הטוב והישר, איינפאַכן נימוס און דרך ארץ, נאָכמער — מצד דעם ציוויכא ואהבת לרעך כמוך (מה דעלך סני לחברך לא תעבידכב), און ניט דוקא מצד מדת חסידותכג?

ב. אויך דאַרף מען פאַרשטיין (נאָך אייניקע דיוקים) אין דער משנה:

א) וויבאַלד אַלע דריי פאַלן זיינען געזאָגט געוואָרן צוזאַמען אין איין מאמר (וואָרום שמאי האָט דאָך זיכער349געזאָגט נאָך פיל מאמרים בהנהגות האדם, און נאָר די דריי זיינען דאָ געבראַכט געוואָרן אינאיינעם) איז משמע, אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ קישור און אַ צוזאַמענהאַנג אין תוכןכד?

ב) פאַרוואָס ווערט דאָ (ביים מאמר „עשה תורתך קבע") ניט אַראָפּגעבראַכט דער אויספירכה „ומלאכתך עראי", ווי דאָס איז אין אַנדערע מרז"לכו (ווי דערמאָנט פריער) ?

ג) ווי גערעדט מערערע מאָלכז, האָט אויך דער (נאָמען פון) בעל המאמר אַ שייכות און גיט צו הבנה והדגשה צום ענין וואָס רעדט זיך אין מאמר — מיט וואָס ווערן די דריי ענינים הנ"ל מער מוסבר דערמיט וואָס „שמאי" איז דער וואָס האָט זיי געזאָגט?

ג. כאן המקום להעיר: כאָטש דער מקור פון פירוש הנ"ל (סעיף א') איז אין אבות דר' נתןכח, פונדעסטוועגן איז דאָ אַן אָרט אויך אויף אַ צווייטן אַנדערשדיקן פירוש; און ווי מ'געפינט אין מס' אבות בכו"כ משניות, אַז עס זיינען דאָ גאָר אַ סך פירושים פון גדולי ישראל (ווי רש"י, רמב"ם, מחזור וויטרי און נאָך ביז — אחרוני אחרונים), וועלכע האָבן מפרש געווען אַנדערש (און אפילו היפך'דיק) פון די פירושים אין אבות דר"נכט, און האָבן אויך מעודד געווען תלמידיהם להתעמק ולחדש כיו"ב — כמובן, בתנאי עיקרי ומוחלט עס זאָל זיין מתאים לכללי ודרכי לימוד התורה, מתוך זהירות רבה ואמתית בכבוד גדולי התורה (ופשיטא ניט „שרייען" — „קבלו דעתי"), זהירות הכי גדולה אויף ניט מגלה זיין פנים בתורה שלא כהלכה ופסק הדין א.ז.וו.

דערפון איז מובן, אַז דאָס איז ווי די* פילצאָליגע (אויך היפכ'דיקע) פירושים אויף תורה שבכתב, וועלכע זיינען אַלע נכלל עכ"פ אין פיטטיא דאורייתא טבין290) (און באַ אמת'ע גדולי ישראל — אין די שבעים פנים לתורהל); און בפרט אַז ס'איז דאָ דער חיוב „לאפשא בה"לא — וואָס מער צוגעבן, מחדש זיין אין תורה [און במיוחד ווען לויט דעם פריערדיקן פירוש זיינען פאַראַן באַ עם שוועריקייטן אין דעם ענין — דאַרף350מען אַודאי זיך משתדל זיין, אויף וויפל שכלו קען דערגרייכןלב, צו מפרש זיין באופן אַז ס'זאָל פאַרענטפערט ווערן די קושיות וכו', היות אַז אָן דעם וועט עם פעלן אין דער הבנה פון דעם ענין — און דאָס איז דאָך אַ הכרח אין לימוד תורה שבעל פה*32].

ד. וי"ל דעם ביאור אין דעם:

די משנה („שמאי אומר כו'") קומט בהמשך צו דער דערמאַנטער משנה אין אָנהייב פרק „על ג' דברים העולם עומד על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים", אַז עס זיינען דאָ דריי זאַכן, וואָס יעדע איינע פון זיי איז אַן „עמוד" וואָס האַלט אויף דעם עולם. און דעריבער, ווען אַ מענטש קען זיך ניט פאַרנעמען בכל לבבו ונפשו ומאודו מיט די אַלע דריי צוזאַמען, דאַרף ער זיך אויסקלייבן לכל־הפחות איין עמוד — קו פון די דריילג, אין וועלכן ער זאָל אַריינטאָן זיין עיקרלד חיות און התעסקות, און די אַנדערע צוויי — קומען דערנאָך*34 (סיידן עס איז אַן ענין שהזמן גרמא וכיו"ב, כמבואר בשו"ע וכו').

און בשייכות מיט דעם זאָגט שמאי — לויטן דרך פון מילי דחסידותא: „עשה תורתך קבע", אַז פון די דריי קוים זאָל ער בוחר זיין די הנהגה פון „תורתך קבע"לה: אמת טאַקע, אַז ער האָט רשות צו אויסקלייבן וועלכן קו ער וויללו, ער קען זיך פירן ווי „זבולון"לז און זיין פון די „מארי עובדין טבין" (באופן אַז זיין עיקר עבודה זאָל זיין אין קו פון גמילות חסדיםלח), אָבער מצד מידת חסידות דאַרף ער אויסקלייבן דעם קו פון תורה, אַז זי זאָל ביי אים זיין דער „קבע" און דער עיקרלט.

און דעריבער איז דאָ ניט מתאים דער אויספיר פון „ומלאכתך עראי" — ווייל דאָ איז ניט די כוונה צו שולל זיין „מלאכה", אַז זי זאָל ניט זיין בדרך „קבע", נאָר צו מדגיש זיין און אויסטיילן דעם „קבע" פון תורה לגבי די קוים פון „עבודה" און „גמ"ח".

351דערמיט איז מובן, פאַרוואָס ער פירט אויך ניט אויס (נאָכדעם ווי ער זאָגט „תורתך קבע"), אַז „עבודה" און „גמ"ח" זאָלן זיין באופן „עראי", וואָרום — די הוראה „עשה תורתך קבע" איז געזאָגט געוואָרן אויך צו מארי עובדין טבין, וואָס זייער רוב התעסקות איז (ניט אין תורה, זיי זיינען יוצא אפילו מיט „פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית"מ, נאָר) אין קו פון גמילות חסדים, פונדעסטוועגן פאָדערט זיך אויך ביי זיי דער ענין פון „תורתך קבע": דער לימוד התורה אין דעם זמן מועט (בכמות) זאָל זיין קבוע (באיכות), איינגעקארבט אין נפש, ביז אַז דאָס זאָל פועל זיין אויפן גאַנצן טאָגמא.

ועוד — דער לשון „עראי" איז ניט מתאים לגבי „עבודה" און „גמילות חסדים", ווייל זיי זיינען ענינים עקרים ויסודיים אין עבודת הוי' און זיי מוזן זיין אין אַן אופן פון „קבע"; נאָר צווישן די ג' דברים עצמם דאַרף דער עיקר ה"קבע" זיין אין קו התורה דוקא.

ה. נאָך דער הוראה, אַז צווישן די דריי קוין איז דער קו התורה דער עיקר — „תורתך קבע", איז שמאי ממשיך צו מבאר זיין, אין וואָס פאַר אַ אופן ס'דאַרף זיין דער עיקר לימוד בתורה: וויבאַלד רז"למב זאָגן: „גדול תלמוד שהתלמוד מביא לידי מעשה", וואָלט מען געקענט דערפון אַרויסדרינגען, אַז מ'דאַרף זיך אָפּגעבן נאָר מיט לערנען אין אַן אופן פון „אסוקי שמעתא אליבא דהלכתא"*42, ד. ה. ענינים וואָס זיינען נוגע דווקא צו פסק'נען הלכה למעשה און ווערן דוקא אַ פוסק בישראל —

דערפאַר באַוואָרנט ער באַלד און זאָגט „אמור מעט": דער עסק התורה אין דעם סוג פון „אמור"מג — זאָגן די מסקנא לפסק הלכה — דאָס דאַרף זיין „מעט"מד דער עיקר און רוב הלימוד דאַרף זיין לימוד התורה לשמה, ביז אפילו ע"ד „דרוש וקבל שכר"מה, „יגדיל תורה ויאדיר"מו.

וויבאַלד אַזוי קען זיך אימעצער טועה זיין, אין דעם צווייטען קצה און מיינען: היות אַז דער „קבע" און הדגשה אין לימוד התורה דאַרף זיין ניט דוקא צו פסק'נען להלכה ולמעשה ובפועל ממש, איז אפשר דערפון משמע אַז קיום המצות בכלל (מעשה) איז אַ זאַך וואָס פאָדערט ניט (ח"ו) קיין קביעות, צו מקיים זיין זיי מיט מסירה ונתינה —

איז ער דעריבער מוסיף און זאָגט אָן „ועשה הרבה": אמת טאַקע, אַז אין עסק התורה גופא דאַרף ניט זיין די הדגשה עיקרית אויף ווערן אַ פוסק און פסק'נען דינים להלכה למעשה, אָבער עס מוז זיין די הנהגה פון „ועשה הרבה", אַז די עשיית המצות זאָל זיין מיט אַ ריבוי גדול סיי אין כמות און סיי אין איכות —

352אבות — פ"א

וואָס מער מצות און מיט וואָס מער

חיות און התלהבות.

ו. וויבאַלד אַז לדעת שמאי דאַרף זיך

אַ איד בעיקר אָפּגעבן מיט לערנען תורה

לשמה, אין אַן אופן פון „אמור מעט"

קען ביי איינעם זיך אָפּלייגן — ובהקדם:

ס'איז ידועמז דער אונטערשייד צווישן

די תכונות פון מוחין (שכל) און מדות,

אַז מוחין איז זייער ענין צוליב דעם אדם

ווי ער איז פאַר זיך, און מדות זיינען

צוליב דעם זולת. ד. ה. אַז די התעוררות און ווירקונג פון די מדות קען זיין נאָר בשייכות צו אַ צווייטן (צו וועמען מען האָט דעם רגש פון אהבה, אָדער פאַרוועמען ער האָט מורא וכו'); ביי מוחין איז עס להיפך: ניט בלויז זיינען מוחין ניט „בשביל הזולת", נאָר אדרבה, דער „זולת" איז גאָר גורם בלבול המוחין. וכידוע אַז צוקומען צו השגת השכל כדבעי (ובפרט די השגה פון עצם השכל וואָס איז העכער פון מדות, העכער פון פסקי הלכה) קען דער אדם דוקא דורך התבוננות והעמקה, ווען ער איז בהתבודדות, אָפּגעזונדערט פאַר זיך.

קען מען קומען צו דער מסקנא, אַז דער אופן פון „תורתך קבע" (בדרך „אמור מעט"), וואָס איז אַן אופן פון השגה והבנה, פאָדערט פון אים די הנהגה פון התבודדות דוקא, זיין אָפּגעזונדערט פון דעם „זולת"; און אויב יע צוזאַמען מיט אַנדערע — איז דאָס נאָר מיט אַזאַ חברותא, וואָס וועט אים בריינגען אַ יתרון און תועלת אין זיין לימוד התורה, ווי „דבוק חברים", „פלפול התלמידים" (פון די זאַכן וואָס

„התורה נקנית"מח בהם) וכיו"ב, ווי

רז"למט זאָגן: „הרבה למדתי מרבותי

ומחברי וכו' ומתלמידי יותר מכולן".

אָבער די מענטשן, וואָס זיין התחברות

מיט זיי וועט אים ניט צוגעבן אין

„תורתך קבע", דאַרף ער זיי אויסמיידן,

מרחיק זיין זיי און ניט האָבן צו טאָן מיט

זיי כללנ.

אויף דעם קומט די באַוואַרעניש אין דריטן פאַל פון שמאי'ס מאמר: „והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות" — הגם אַז זיין עיקר התעסקות איז אין לימוד התורה און אין אַן אופן פון „קבע" און „אמור מעט", דאַרף עס אים ניט אָפּהאַלטן פון אויפנעמען יעדן איינעם, אָן אויסנאַם, מיט אַ סבר פנים יפות. ד. ה. אויך אַזאַ אדם, וואָס זיין בעקענען זיך מיט אים, זיין התחברות מיט אים וועט ניט בריינגען קיין תועלת אין זיינע ענינים (ניט נאָר ניט אין קו פון לימוד התורה, נאָר אויך ניט אין קו פון גמ"ח וכו'), פונדעסטוועגן דאַרף ער אים ניט סתם „מקבל" זיין, נאָר „בסבר פנים יפות" דוקא, אַז דער אדם זאָל זען און מרגיש זיין אַז ער נעמט אים אויף און פאַרנעמט זיך מיט אים מיט צופרידנקייט און איבערגעגעבנקייט.

ז. לאחרי כל הנ"ל שטעלט זיך די שאלה: ווי אַזוי קען מען אויספירן די אַלע הוראות צוזאַמען, וויבאַלד זיי זיינען פאָרט בסתירה איינע צו די אַנדערע, כנ"ל? (די הנהגה פון „עשה תורתך קבע" דאַרף זיין עיקרה די השגה ולימוד בתורה אין אַן אופן פון „אמור מעט" — און צוזאַמען דערמיט זאָל זיין353„ועשה הרבה": מרבה זיין אין קיום המצות און נאָך מיט אַ ריבוי חיות והתלהבות; און צו דעם אַלעם מאָנט מען דעם ענין פון „והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות", וואָס איז נאָכמער בניגוד: בעת אַז דער עיקר הצלחה פון „תורתך קבע" איז דוקא דורך התבודדות, דאַרף מען זיך אָבער אָפּגעבן ניט נאָר מיט מעשה המצות בריבוי, נאָר אויך מיט דעם זולת. ווי קען מען זיך מתגבר זיין אויף די אַלע סתירות?)נא.

איז די משנה מקדים און איז מודיע, אַז דער בעל המאמר איז „שמאי": דורך (דעם תוכן וואָס איז מרומז אין) „שמאי" וועט ער קענען דורכפירן אַלע דריי הוראות.

ס'איז מבואר אין לקו"תנב וועגן (דעם נאָמען) „שמאי", אַז „ע"כ נק' שמאי כענין שארז"לנג ע"פנד ושם דרך כו' כל השם אורחותיו, דהיינו ששוקל דרכיו איך ומהו כו'" — אַז דער נאָמען „שמאי" (וואָס איז פון לשון „שם אורחותיו" — שאַצן און וועגן זיינע דרכים) איז מרמז און לערנט, אַז אַ איד דאַרף אָפּשאַצן און אָפּוועגן זיינע דרכים, זיין זמן און זיינע כחות וואָס זיינען אים געגעבן געוואָרן.

און אַז ער וועט אָפּשאַצן און אָפּוועגן די כוחות וואָס מ'האָט אים געגעבן מלמעלה, וועט ער אויסגעפינען אַז ער האָט דעם כח און די מעגליכקייט אויסצופירן די עבודה אין אַלע דריי אופנים הנ"ל (ובפרט אין דעם זמן וואָס איז באַשטימט פאַר דעם לימוד פון פרקי אבות, וואָס דעמאָלט ווערן געגעבן כחות מיוחדים צו מקיים זיין בהצלחה אַלע הוראות פון (מילי דחסידותא וואָס אין) פרקי אבות); און אַז ער וועט גוט אָפּשאַצן און אָפּמעסטן דעם זמן וואָס ער האָט, וועט ער זען אַז מ'קען די צייט צעטיילן אויף אַזאַ אופן אַז ס'זאָל מספיק זיין צו טאָן אין יעדערן פון די דריי הוראות הנ"לנא.

ח. בעומק ובפנימיות יותר י"ל די שייכות פון די דריי הוראות הנ"ל צום בעל המאמר „שמאי".

ובהקדים וואָס אין די דריי הוראות געפינט מען אַ צד השווה: אין ערשטן ענין, אַז דער עיקר „קבע" דאַרף זיין אין תורה און באופן פון „אמור מעט" — ד. ה. אַזאַ לימוד וואָס איז לשמה ניט צוליב פסק'נען הלכה (כנ"ל) — דריקט זיך אין דעם אויס אַז זיין לימוד התורה איז ניט צוליב אַ צווייטן ענין, אפילו ניט צוליב קיום המצות, נאָר צוליב תורהנה.

אַזוי אויך די צווייטע הוראה „ועשה הרבה", אַז אויך בשעת תורתו איז קבע און „אמור מעט" דאַרף ער מרבה זיין בקיום המצות, וואָס דאָס מיינט אַז זיין קיום המצות איז ניט צוליב (הצלחה ב)לימוד התורה — (באַוואָרענען ווי די הוראה פון מרז"לנו „כל האומר אין לו אלא תורה אפילו תורה אין לו"), אַז אויך ביי אַ יושב אוהל דאַרף זיין די עבודה פון גמילות חסדים און כללות קיום המצות, וואָס זיין עשי' (פון מצות) איז דעמאָלט בבחי' „מעט"נז — צוליב354ההכרח — שהזמן גרמא: אכילת מצה בפסח וכו', אָדער כדי זיין תורה זאָל זיין כדבעינח.

און וויבאַלד אַז דאָ ווערט געזאָגט „ועשה הרבה" איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיין מעשה המצות איז נאָר מצד אשר קדשנו במצותיו וצוונו (אפילו ניט אַלס סגולה אַז תורתו (וואָס איז קבע) זאָל זיין „יש לו" — האָבן אַ קיום).

ועד"ז אין דער דריטער הוראה „הוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות", וואָס רעדט זיך, ווי גערעדט פריער, וועגן איינעם וואָס ער וועט פון אים ניט האָבן קיין תועלת, אפילו ניט אין קיום המצות פון גמ"ח, ווייל דער אדם דאַרף פון אים ניט האָבן קיין שום טובה (ווי דער לשון „כל האדם") —

[וואָרום בשעת דער צווייטער דאַרף אָנקומען צו אַ טובה (אפילו די טובה — אויפהייבן אים (דורך מקבל זיין אים בסבר פנים יפות) פון זיין נמיכות הרוח וכיו"ב), אפשר אַז ער טוט דאָס צוליב די תועלת וואָס ער האָט פון דעם, ער איז מקיים דורך אים אַ מצוה פון גמ"ח וכו'],

נאָר די הוראה איז אויפנעמען יעדן איד בסבר פנים יפות בלויז דערפאַר ווייל אַזוי איז מדת חסידותנט.

און אין דער נקודה משותפת — אַז סיי לימוד התורה סיי קיום המצות און סיי זיין מקבל זיין יעדן אידן איז יעדער פון זיי אַ מטרה ותכלית פאַר זיך (און ניט צוליב'ן תכלית פון אַ צווייטער זאַך) — זאָגט זיך אַרויס אַז ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חדס, וואָס דעריבער, כשם ווי ס'איז ניט שייך צו זאָגן אַז דער אויבערשטער איז ח"ו אַן „אמצעי" צו עפּעס אַנדערש, אַזוי איז ניט שייך צו זאָגן דאָס בנוגע תורתו ומצותיו און (בנוגע הנהגות בני) ישראל.

ט. אָט דער ענין — אַז תורה מצות און אידן זיינען כולא חד מיט קוב"ה — וועט דערהערט ווערן בהתגלות לעתיד לבוא, ווען עס וועט זיין דער גילוי פון דעם אמת פון יעדער זאַך, בזמן הזה אָבער איז דאָס בהעלם אין דער עבודה פון כאו"א, וואָס דערפאַר זיינען דאָ (און עס דאַרפן זיין) פאַרשידענע סוגים ביי אידןסא: מארי תורה — וואָס זייער עסק אין גמ"ח ומצות איז ב"מיעוט ימיהם"נז, אָדער אַזוינע וואָס באַ זיי איז עס צוליב תורה, ווייל „כל האומר אין לו אלא תורה כו'" כנ"ל; אָדער מארי עובדין טבין, וואָס עיקר ענינם איז מאַכן פון וועלט אַ דירה לו ית' דורך קיום המצות און דער (חיוב פון) לימוד התורה איז ביי זיי מעט אָדער בכדי זייער קיום המצות זאָל זיין כדבעי (און עד"ז איז דאָ אָט דער חילוק אין המשך הדורותסב).

355און דאָס איז די שייכות פון בעל המאמר „שמאי" צו די דריי הוראות הנ"ל: ס'איז ידוע וואָס דער אריז"לסג זאָגט, אַז לעתיד לבוא וועט זיין די הלכה ווי ב"ש, ד. ה. די הוראה פון די ג' ענינים הנ"ל זיינען פאַרבונדן בעיקר מיט דעם גילוי פון דעם אמת פון כל דבר לעת"ל.

אָבער וויבאַלד אַז אַלע גילויים דלעתיד זיינען תלוי במעשינו ועבודתנו כל זמן משך הגלותסד, און אין זיי איז דאָ אַ מעין פון דעם גילוי דלעתיד, איז מובן אַז במעשה בפועל עכ"פ דאַרף אויך בזמן הזה זיין דער קיום פון די אַלע דריי הוראות, און במילא וועט ביי אים זיין „שמאי", ער וועט אָפּשאַצן און אָפּוועגן זיינע כחות, וויסענדיק אַז ער האָט אַ נתינת כח מיוחד אויף קענען זיי אַלע דורכפירן.

ו"במדה שאדם מודד בה מודדין לו"סה, דורך דעם וואָס אַ איד איז מקיים דעם גאַנצן ציווי פון דער משנה ביז צום סיום — „והוי מקבל את כל האדם בסבר פנים יפות" איז ער זוכה אַז מ'ווייזט אים מלמעלה אַ „סבר פנים יפות"סו, און „באור פני מלך חיים"סז, ביז צו די חיים נצחיים וואָס וועט זיין לעת"ל בקרוב ממש, אין דעם זמן פון תחה"מ, וואָס כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא.

(משיחת ש"פ שמיני תשל"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-29emthtj

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources