עברית
Library

Likkutei Sichos

Emor 1

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

242לקוטי

אם

א. מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדט וועגן דעם דיוק בתכלית פון לשון פרש"י על התורה, ניט נאָר די ווערטער פון זיין פירוש, נאָר אויך די ווערטער פון פסוק וואָס ער איז מעתיק (פאַר דעם אָנהייב פון זיין פירוש).

עפ"ז פאָדערט זיך אַ ביאור אין אַ פרש"י אין אונזער פרשה: אין אָנהייב פון פ' המועדותא (נאָך דער הקדמה „וידבר גו' דבר אל בנ"י גו' מועדי ה' גו' אלה הם מועדי"*) זאָגט דער פסוקב: „ששת ימים תעשה מלאכה וביום השביעי שבת שבתון מקרא קודש כל מלאכה לא תעשו גו'" (און דערנאָך איז די תורה ממשיך אין די פסוקים נאָכדעם „אלה מועדי ה' גו'" און רעכנט אויס אַלע מועדים).

פון דעם פסוק איז רש"י מעתיק די ווערטער „ששת ימים" און איז מפרש: „מה ענין שבת אצל מועדות ללמדך שכל המחלל את המועדות מעלין עליו כאילו חלל את השבתות וכל המקיים את המועדות מעלין עליו כאילו קיים את השבתות".

איז ניט מובן: די קושיא אין פסוק איז דאָך — בל' רש"י — „מה ענין שבת אצל מועדות", האָט ער דאָך לפי"ז געדאַרפט מעתיק זיין די ווערטער „וביום השביעי שבת", און נאָר די ווערטער — אַנשטאָט דעם בריינגט ער גאָר „ששת ימים" און „וביום השביעי שבת" — דייט

שיחות

מור

ער אפילו ניט אָן דורך צוגעבן דעם וואָרט „וגו'"ג?!

ב. לכאורה וואָלט מען געקענט לערנען, אַז מיט'ן מעתיק זיין „ששת ימים" איז רש"י אויסן ניט די געבראַכטע צוויי ווערטער כשלעצמם, נאָר (אַלס התחלה פון) דעם גאַנצן פסוק —

ווי מיר געפינען בכמה מקומות אַז רש"י איז מעתיק די התחלה פון אַ פסוק אָדער פון אַ ענין (ניט צוגעבענדיק אפילו „וגו'"), און זיין פירוש באַציט זיך צום גאַנצן פסוק אָדער ענין.

ולדוגמא: אויפן פסוקד „ועשו את האפוד" זאָגט רש"י: „אם באתי לפרש כו' לכך אני כותב מעשיהם כמות שהוא כו'" און איז מפרש ומבאר אַלע פרטים פון עשיית האפוד וואָס שטייען אין דער גאַנצער פרשה, און פונדעסטוועגן איז רש"י מעתיק פון פסוק נאָר די ווערטער „ועשו את האפוד" (און אָן דער הוספה „וגו'");

אַזוי אויך אין פרש"י (וואָס קומט גלייך נאָך זיין פי' אויף „ששת ימים") אויפן פסוק „אלה מועדי ה' מקראי קודש אשר תקראו אותם במועדם", וואו רש"י איז מפרש דעם טעם הכפל פון דעם גאַנצן פסוק, און פונדעסטוועגן איז ער מעתיק נאָר התחלת הכתוב „אלה מועדי ה'" — און אָן אַ „וגו'".

אָבער מען קען ניט לערנען אַזוי בנדו"ד, ווייל רש"י באַנוגנט זיך מיט243מעתיק זיין התחלת הכתוב והענין נאָר דאַן ווען די התחלה אַנטהאַלט (לכה"פ אַ טייל פון) דעם תוכן הענין וועלכן ער איז מפרש — ע"ד ווי אין די דוגמאות הנ"ל: רש"י באַנוגנט זיך ניט מיט מעתיק זיין „ועשו", נאָר איז מוסיף אויך „(ועשו) את האפוד", ווייל דאָס איז די נקודה וואָס רעדט זיך אין זיין פירוש — עשיית האפוד; עד"ז אין פסוק אלה מועדי גו', איז ער מעתיק ניט בלויז „אלה", נאָר „אלה מועדי ה'" —

אין אונזער פאַל אָבער: אין פרש"י דאָ איז נוגע דער „(מה) ענין שבת כו'", און די ווערטער „ששת ימים" גיבן ניט אַרויס (אפילו ניט אַ טייל פון) דעם „ענין שבת".

ג. נאָך אַ שאלה אין לשון רש"י: פאַרוואָס הייבט אָן רש"י מיט דער שלילה — „שכל המחלל את המועדות כו'", און ניט מיט דעם צד החיובי — „כל המקיים את המועדות כו'", בפרט אַז דער פסוק וואָס פאַרגלייכט זיי רעדט בחיוב שמירתן?

(און כאָטש דער פירוש (אין דעם סדר) איז גענומען געוואָרן פון תורת כהניםה — איז (נוסף וואָס דער תו"כ — לגירסתנו — שטעלט זיך ניט אויף ווערטער פון פסוק נאָר אויפן ענין בכלל, איז) דאָך ידוע (ווי גערעדט שוין כו"כ פעמים) אַז רש"י בפירושו איז ניט מעתיק מארז"ל דוקא בלשונם, נאָר ווי עס גיט אַ הסברה אין פשש"מ און — אויך אין אַזאַ סגנון).

לכאורה וואָלט מען געקענט פאַרענטפערן: מיט צוגלייכן יו"ט צו שבת איז דאָך דער פסוק בעיקר אויסן צו באַוואָרענען מ'זאָל ניט מקיל זיין אין עשיית מלאכה ביו"ט, טראַכטנדיק אַז די גאַנצע קביעות (ובמילא — איסור מלאכה) פון יו"ט איז תלוי אין ב"דו — און דערפאַר באַשטייט דאָ דער עיקר הדגשה ואזהרה אין „כל המחלל את המועדות מעלין עליו כאילו חלל את השבתות" — און מהאי טעמא הויבט אָן רש"י מיט דעם עיקר („כל המחלל כו'"), און ערשט דערנאָך בריינגט ער דעם המשך („כל המקיים כו'").

אָבער דער תירוץ איז ניט מספיק, וואָרום וויבאַלד אַז דער דמיון פון יו"ט צו שבת ווערט אין פסוק אויסגעדריקט (ניט דורך אַ שלילה — פון חילול שבת, יו"ט, נאָר) דורך דעם חיוב וציווי פון שמירת וקיום המועדות (און פון דעם לערנט מען אָפּ דעם ענין פון „כל המחלל כו'"), האָט רש"י געדאַרפט אין פירוש הכתוב אויך שרייבן נאָר דעם חיוב, אָדער עכ"פ שרייבען לויטן סדר ווי מ'לערנט עס אָפּ פון פסוק — „כל המקיים כו'" און דערנאָך „כל המחלל כו'"?

ד. דער ביאור בזה:

די שאלה „מה ענין שבת אצל מועדות" בנוגע שבת פאַר זיך, איז ניט קיין גרויסע תמי' אין פשוטו של מקראז, ווייל (ווי עס ענטפערן כמה ממפרשי התורה) אויך שבת ווערט נכלל אין „אלה מועדי ה' גו'" וויבאַלד עס קען אָנגערופן ווערן „יום מועד"ח, זייענדיק אַ טאָג וואָס איז אסור במלאכה; און אפילו אויב מ'זאָל אָננעמען אַז שבת קען ניט אַריינגיין אין דעם סוג פון „מועדי244ה' אשר תקראו גו'", קען מען פונדעסטוועגן איינלערנען, אַז דער פסוק דערמאָנט בדרך אגב וועגן שבת, כדי מודיע זיין דעם חילוק צווישן שבת און יו"טט — (א) שבת איז ניט תלוי אין ב"ד, משא"כ יו"טט; (ב) שבת ווערט אָנגערופן אויך „שבת שבתון" וויבאַלד אויך מלאכת אוכל נפש איז אסורי, משא"כ יו"ט;

די תמי' פון רש"י איז דאָ בשייכות צו דער הקדמה צו שבת: „ששת ימים תעשה מלאכה" — ביים ערשטן ציווייא אין דער תורה אויף שבת, איז מובן פאַרוואָס מ'דאַרף מקדים זיין „ששת ימים וגו'"יב, וואָרום די תורה קומט דאָ אָנזאָגן אַז שבת איז אסור בעשיית מלאכה, באַוואָרנט פריער דער פסוק אַז מען זאָל זיך ניט זאָרגן וועגן פרנסה וכיו"ב, ווייל „ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך"יג,

[ועוד: א) די הקדמה „ששת ימים גו'" איז בהתאם צום המשך הכתוב דאָרט, אַז דער טעם אויף שמירת שבת איז „כי ששת ימים עשה ה' גו' וינח גו'"יד; ב) פון „ששת ימים תעבוד ועשית כל מלאכתך"טו לערנט מען אָפּ — ווי רש"י ברענגט עס אַראָפּטז — „כשתבא שבת יהא בעיניך כאילו כל מלאכתך עשוי' וכו'"].

אָבער דאָ, אין פ' אמור, וואָס איז ניט דער עיקר אָרט אויף אזהרת שבת (עס ווערט דערמאָנט דרך אגב צוליב די מועדים), שטעלט זיך די שאלה: וואָס פאַר אַ שייכות האָט די הקדמת ששת ימים פון שבת צו די „מועדות" — די תורה האָט געדאַרפט אָנהייבן „ביום השביעי שבת שבתון גו'"?

און די שאלה פאַרענטפערט רש"י דורכן מקדים זיין (דאָס וואָס חז"ל זאָגן) „מה ענין שבת אצל מועדות ללמדך שכל המחלל כו'" — אַז דער פסוק וויל דאָ צוגלייכן די האַרבקייט פון עשיית מלאכה במועדות צו דער האַרבקייט פון עשיית מלאכה בשבת, וואָס דערמיט ווערט שוין במילא פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס די תורה שטעלט די הקדמה „ששת ימים תעשה מלאכה".

ה. די הסברה אין דעם:

„ששת ימים" באַדייט ניט (בלויז) אַ סכום פון זעקס באַזונדערע טעג, נאָר ס'מיינט (אויך) אַ מציאות פון „איין זאַך" אַ זמן אין באַשטאַנד פון „ששת ימים", ווי רש"י טייטשט מיט עטליכע פסוקים ווייטעריז: „כל מקום שנאמר שבעת שם דבר הוא שבוע של ימים . . וכן כל לשון שמונת ששת כו'" איין זעקס־טאָגיקע, אָדער זן־אָגיקע, אָדער אַכט־אָגיקע תקופה.

און דאָס מיינט „ששת ימים תעשה מלאכה": דער אויבערשטער האָט געגעבן אַן אויסגעטיילטע מציאות פון245„ששת ימים" וואָס נאָר אין איר איז דערלויבט געוואָרן עשיית מלאכה — דאָס הייסט, אַז די אַלע זמנים וואָס זיינען ניט אין דער תקופה פון די (וואַכענדיקע) „ששת ימים" (ימי החול), זיינען אסור במלאכה.

עפ"ז איז מוסבר וואָס די תורה איז מקדים אין אָנהייב פון פ' המועדות „ששת ימים תעשה מלאכה": דערמיט איז די תורה מגדיר צוויי כללות'דיקע תקופות וסוגי זמן בנוגע עשיית מלאכה: א) דער זמן פון „ששת ימים", וואָס איז מותר במלאכה — „תעשה מלאכה"; ב) יעדער אַנדער זמן — אסור במלאכהיח.

ובמילא איז פאַרשטאַנדיק וואָס מ'לערנט אָפּ דערפון, אַז „כל המחלל את המועדות כו' כאילו חלל את השבתות וכל המקיים כו' כאילו קיים את השבתות", כאָטש אַז בנוגע צום עונש וכיו"ב איז ניט גלייך דער איסור פון עשיית מלאכה ביו"ט צום איסור בשבת, אָבער בכלל איז עשיית מלאכה ביו"ט (וויבאַלד ס'איז ניט נכלל אין „ששת ימים") אין זעלבן סוג ווי שבת — כאילו חלל את השבתות כו'.

ו. עפ"ז איז מובן וואָס רש"י איז מעתיק בלויז די ווערטער „ששת ימים" און גיט דערביי ניט צו אפילו דעם וואָרט „וגו'": מיט דעם איז ער מדגיש אַז „ששת ימים" איז אַן אויסגעטיילטער ענין און סוג פאַר זיך — און דער המשך הכתוב „וביום השביעי גו'" איז ניט קיין המשך צו די „ששת ימים" (בכוונת הפסוק — מלאכה), נאָר אַ צווייטער סוג זמן וואָס איז אסור בעשיית מלאכה — און במילא איז „כל המחלל כו' וכל המקיים כו'".

ער איז אויך ניט מוסיף „תעשה מלאכה" — ווייל דאָס איז דאָך רשותיט — און די אויסגעטיילטקייט פון ששת ימים און (שבת ו)מועדות איז אין איסור מלאכה,

אָדער: מיט „ששת ימים" — מיינט דאָ רש"י כללות הענין פון די ששת ימים — ע"ד ווי באַ „ועשו את האפוד", כנ"ל.

דערמיט איז אויך פאַרשטאַנדיק דער סדר אין רש"י — פריער „כל המחלל כו'" און דערנאָך „וכל המקיים כו'": וויבאַלד אַז דעם כללות'דיקן פאַרגלייך פון יו"ט צו שבת לערנט מען אָפּ פון „ששת ימים", כנ"ל, קומט אויס, אַז דער לימוד איז בנוגע חילול יו"ט: דער וואָס איז מחלל יו"ט מיט עשיית מלאכה — וואָס דערמיט איז ער עובר אויפן גדר און הגבלה פון „ששת ימים", אַרייננעמענדיק אין סוג ההיתר דעם זמן האסור וואָס איז מחוץ פון די „ששת ימים" — איז עס במילא „כאילו" ער וואָלט מחלל געווען שבתות; און מכלל לאו אתה שומע הן — פון דעם פאַרשטייט מען אַז „וכל המקיים את המועדות כו' כאילו קיים את השבתות".

ז. פון יינה של תורה אין דעם פרש"י:

עס איז ידוע וואָס חז"לכ זאָגן אויף246„ששת ימים תעבוד" — „זו מ"ע", ד.ה. אַז טאָן מלאכה בששת ימי החול איז ניט נאָר אַ זאַך וואָס איז מותר ע"פ תורה, נאָר — ס'איז אַ מצוה און אַ דרך אין עבודת ה' פון אַ אידן. וכידועכא אַז עס דאַרף זיין די הקדמה פון „בכל אשר תעשה" — מאַכן אַ כלי אין טבע — און דעמאָלט קומט „וברכך ה"א" — ברכת ה'.

אָבער לאידך — דער סדר ההנהגה איז נויטיג נאָר מצד דעם גוף הגשמי פון אַ אידן, די התלבשות פון דער נשמה אין גוף, וואָס מצד דעם העלם והסתר פון גוף דאַרף ער ע"פ תורה זיך פירן ווי ס'איז דער סדר ע"פ דרכי הטבעכב, ע"ד מאחז"ל: „אין סומכין על הנס"כג, „דינא דמלכותא דינא"כד. וכיו"ב.

משא"כ מצד דער נשמה פון אַ אידן, איז ניט בלויז ניטאָ די נויטיקייט ער זאָל אָנקומען צו עשיית מלאכה, נאָר אדרבה, עס דאַרף ניט זיין קיין מלאכה — וואָרום וויבאַלד די נשמה איז ניט בגדר הגוף וטבעו און איר „האָט מען אין גלות ניט פאַר טריבען"כה, זי איז העכער פון העלם והסתר העולם, שטייט זי „קמי מלכא"; און מצד דער דרגא — איז עשיית מלאכה בדומה פון „מאן דמחוי קמי מלכא וכו'"כו —

ע"ד אַז אויב „יתפלל כל היום כולו"כז — איז ער אסור במלאכה און אפילו ב"מחוי"כח — כל היום כולו,

און דעריבער מאָנט זיך מצד הנשמה דער ענין פון „תשבות".

און דאָס זיינען די צוויי קצוות וואָס פאָדערן זיך אין דער עבודה פון אַ אידן: אין די „ששת ימים", וואָס דעמאָלט איז ער ע"פ תורה פאַרנומען אויך מיט עניני הגוף, איז „תעבוד" אַ מ"ע; אָבער אין די טעג פון שבת ויו"ט, ווען ביי אידן איז מאיר דער אור הנשמה, דעמאָלט דאַרף ער שטיין העכער פון גוף ועניניו וטבעו — איז במילא מובן, אַז דאַן איז ביי אים אָפּגעפרעגט דער ענין פון עשיית מלאכהכט.

און וויבאַלד די נשמה איז העכער פון גוף וגלות, ווירקט עס אויך סוכ"ס אויפן גוף, אַז ניט קוקענדיק אויף דעם וואָס247דער גוף געפינט זיך אין הגבלות וגלות זאָל ביי אים מאיר זיין דער תוקף הנשמה וואָס איז העכער פון גבול וגלותל,

ביז עס נעמט אַרויס דעם גוף אויך פון גלות כפשוטה, אין דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ אמור תשל"ד)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-cxm0tas1

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources