Likkutei Sichos
Pirkei Avos 6
380פרק חמישי
א. אין היינטיקן פרקא רעכנט אויס דער תנא עשרה דברים וואָס „נבראו בערב שבת בין השמשות". דערנאָך ברענגט ער נאָך אַ דיעה אַז „אף קברו של משה רבנו ואילו של אברהם אבינו", און איז מסיים: וי"א אף המזיקין ואף צבת בצבת עשוי'ב.
דער פירוש פון „צבת בצבת עשוי'" איז (ווי די גמרא זאָגט אין פסחיםג): אַ צבת קען געמאַכט ווערן ווען מ'באַנוצט דערביי אַן אַנדער צבת. שטעלט זיך די שאלה: ווער האָט געמאַכט די ערשטע צבת? זאָגט מען, אַז די ערשטע צבת איז געווען אַ בריאה בידי שמיםד; און די צבת איז באַשאַפן געוואָרן בערב שבת בין השמשות.
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות פון (בריאת ה)צבת צום זמן פון ערב שבת בין השמשות?
בנוגע די אַנדערע זאַכן וואָס ווערן גערעכנט אין משנה, זיינען מפרשיםה מסביר דעם טעם פאַרוואָס זייער בריאה איז געווען בע"ש ביה"ש: וויבאַלד זיי זיינען זאַכן וועלכע זיינען ניט אין גדר הטבע פון די נבראים וועלכע זיינען באַשאַפן געוואָרן בששת ימי בראשית, נאָר זיי זיינען דברים נסיים — דעריבער זיינען זיי באַשאַפן געוואָרן אין דעם זמן הסמוך לשבת, וואָס שבת איז דער זמן המנוחה והשביתה פון בריאת דברים טבעיים.
אָבער דער חידוש פון „צבת בצבת עשוי'" איז אַן ענין טבעי, אַזוי איז געווען (ואדרבה, ביתר חידוש) ביי כל הבע"ח וצמחים: די מציאות פון אַ שפּעטערדיקן בע"ח אָדער צומח מוז אָנקומען צו אַ פריערדיקן (ביז צום — נברא בידי שמים) — איז פאַרוואָס איז דער צבת באַשאַפן געוואָרן דוקא בערב שבת בין השמשותו?
נאָך מער תמי': די גמרא זאָגט אין סנהדריןז, אַז דער טעם וואָס אדה"ר איז באַשאַפן געוואָרן ביום הששי (נאָך אַלע נבראים), איז „כדי (שימצא הכל מוכן) שיכנס לסעודה מיד", ולפי הנ"ל, אַז די ערשטע צבת איז באַשאַפן געוואָרן ערשט בערב שבת ביה"ש — נאָך בריאת אדה"ר — קומט אויס, אַז ס'איז ניט געווען „הכל מוכן", ווייל די „צבת" איז נאָך ניט געווען „מוכן".
381[פון די אַנדערע „עשרה דברים וכו'" איז ניט קיין קשיא כלל, זיי אַלע זיינען געווען באַשטימט פאַר שפּעטערדיקע דורות, ניט זאַכן וועלכע זיינען שייך („מוכן") פאַר אדה"רח — אָבער „צבת" איז לכאורה ניט קיין יוצא מן הכלל פונעם „הכל מוכן" וואָס נעמט אַרום אַלע נבראים פון ששת ימי בראשית].
א) פאַרוואָס זאָגט ער דאָס דורך דער הודעה אַז „ואף צבת בצבת עשוי'", וואָס אין די ווערטער רעדט זיך ניט וועגן דער בריאה פון דער ערשטער צבת
(אדרבה, בפשטות מיינט עס אַ שפּעטערדיקע צבת וואָס זי איז „עשוי'" פון אַ פריערדיקער צבת; נאָר, פון דעם דרינגט מען אַרויס אַז גאָר די ערשטע צבת האָט געמוזט זיין אַ בריאה בידי שמים, און פון דעם (וואָס ער שטעלט דעם ענין אין דער משנה) פאַרשטייט מען, אַז דערמיט וויל די משנה זאָגן אַז אַ צבת איז באַשאַפן געוואָרן בערב שבת ביה"ש) —
לכאורה וואָלט מען געדאַרפט זאָגןט מיט קלאָרקייט ובקיצור „ואף הצבת"י (ווי עס שטייט טאַקע אין מס' פסחיםיא: ר' יהודה אומר אף הצבת)?
ב) פון דעם וואָס די זעלבע י"א זיינען מוסיף די צוויי זאַכן — מזיקין און צבת — איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי האָבן אַ נקודה משותפת, וואָס צוליב דעם זיינען זיי ביידע (לויט דער שיטה המיוחדת פון די י"א) באַשאַפן געוואָרן בערב שבת ביה"ש
[אמת טאַקע, אַז פון דעם לשון „ואף צבת כו'" — ניט „וצבת כו'" (ווי באַ די פריערדיקע י"א: „אף קברו . . ואילו כו'") — איז משמע, אַז מזיקין און צבת זיינען באַזונדערע פרטים; אָבער דאָך מוז מען זאָגן, אַז זיי האָבן אַ צד השווה וואָס לויט שיטת י"א איז ער מכריח צו מוסיף זיין זיי אויף די פריערדיקע דעות]
דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז דער צד השווה פון מזיקין און צבתיב?
ג) וואָס איז די הוראה אין עבודת ה' בכלל — ובפרט אין „מילי דחסידותא" — תוכן מס' אבותיג — וואָס מ'לערנט אַרויס פון דעם וואָס „ואף צבת בצבת עשוי'"?
די אַנדערע אויסגערעכנטע „דברים" האָבן עכ"פ אַ שייכות מיוחדת צו אידן, און ווי די מפרשי המשנהיד זיינען מסביר, אַז די זאַכן זיינען „לתועלתם של ישראל" — אָבער אַ צבת האָט ניט קיין באַזונדערע שייכות דוקא צו אידן, ועאכו"כ צו דער עבודה פון אידן.
ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם פירוש (פנימי) אין דעם מאמר חז"ל הנ"ל, אַז אדה"ר איז באַשאַפן געוואָרן ביום ששי (נאָך דעם וואָס אַלץ איז382געווען „מוכן") „כדי שיכנס לסעודה מיד" — אַז דאָס מיינט, אַז ער זאָל האָבן אַלץ „מוכן" צו קענען טאָן (גלייך) זיין עבודה.
וואָרום ס'איז אַ כללטו אַז „כל מה שנברא בששת ימי בראשית צריכין עשיי' (תיקון)" — „אשר ברא אלקים לעשותטז — לתקן", וואָס זייער תיקון ווערט אויפגעטאָן דורך דעם אדם. און דאָס מיינט די „סעודה" פון אדה"ר — די זאַכן וואָס ער דאַרף האָבן פאַר זיין עבודהיז, „כל מה שנברא בששת ימי בראשית" וואָס ער דאַרף מתקן זיין.
דאָס איז אויך דער ביאור פנימי פאַרוואָס די זאַכן וואָס זיינען באַשאַפן געוואָרן בערב שבת ביה"ש זיינען ניט פון „סעודת" אדה"ר; און וויבאַלד אַז יעדער איד איז בדוגמת אדה"ריח, „אתם קרויין אדם"יט, איז מובן אַז זיי געהערן אויך ניט צו דער „סעודה"־עבודה פון אידן (אפילו) אין שפּעטערדיקע דורות:
די אויסגערעכנטע עשרה דברים זיינען ניט „מוכן" פאַר עבודת האדםכ, זיי דאַרפן ניט האָבן קיין עשי' ותיקון דורך דעם אדם, ווייל דער אויבערשטער האָט זיי לכתחלה באַשאַפן אַלס „פאַרענדיקטע" און „פאַרטיקע" זאַכןכא. ומהאי טעמא זיינען זיי נברא געוואָרן בערב שבת ביה"ש, בסמיכות צו שבת, וואָס דעמאָלט איז דער זמן פון תענוג ומנוחה פון עשי' ועמל;
אויך דער ענין פון עבודת ה' וואָס איז דאָ בשבת, איז ניט צו מברר ומתקן זיין עניני העולם דששת ימי בראשיתכב (שבת איז מען קדוש ומובדל פון וועלט זאַכן, עניני חול), נאָר די עבודה איז אין קדושה גופא, צו עולה זיין מדרגא לדרגא, וואָס דערפאַר איז די עבודה מתוך תענוג (בלי עמל)כג.
ד. כשם ווי די עשרה דברים הנ"ל (און די עבודה ביום השבת) גייען ניט אַריין אין דער „סעודה"־עבודה פון דעם אדם — ווייל זיי זיינען מצד עצמם העכער פון די אַנדערע נבראים (ובמילא פעלט ניט אין זיי דער ענין פון „לעשות לתקן" דורך עבודת האדם),
אַזוי זיינען אויך, אין קצה ההפכי, פאַראַן אַזעלכע זאַכן וואָס זיינען ניט „מוכן" (מצ"ע) לעבודת האדם — ווייל זיי זיינען נידעריקער פון די נבראים פון ששת ימי בראשית און דער אדם קען זיי ניט מתקן זיין דורך אַן עבודה רגילה ומסודרה; כדי זיי מתקן זיין דאַרף ער האָבן די עבודה ניט פון „וחי בהם"כד נאָר פון מסירת נפש, פון „בכל מאדך",
פון זיינע (טבעית'דיקע) הגבלות.
און דערפאַר זיינען אויך די זאַכן ניט שייך צו דער „סעודה"־עבודה פון דעם383אדם, ווייל עבודת האדם ווי זי איז (לכתחילה) אויסגעשטעלט געוואָרן מלמעלה, איז אין אַן אופן פון וחי בהם, סדר והדרגה דוקאכה.
[און ווי דאָס איז מרומז אין דעם שם „אדם", וואָס די אותיות א'ד'ם' ווייזן, כידועכו, אויפן ציור מסודר פון אדם (ראש גוף ורגל; מחשבה דבור ומעשה) — עבודה מסודרה; משא"כ „בכל מאדך" איז ווען מ'איז מהפך דעם צירוף אדם — דער ענין פון „מאד", העכער פון הגבלהכז].
ה. און דאָס איז וואָס די י"א זיינען מוסיף „אף המזיקין ואף צבת כו'":
„מזיקין" זיינען ניט קיין זאַכן אין וועלכע עס איז דאָ תיקון עבודת האדם, עבודה אויף זיי צו מתקן זיין — זייער מציאות האָט זיך געשאַפן מצד דעם חטא האדםכח, און עבודתו איז זיי שולל זיין, זיי מאבד זיין.
און אע"פּ אַז די תכלית הכוונה איז אַז מ'זאָל זיי מהפך זיין לטוב, בלשון חז"לכט „משביתן שלא יזיקו" (זיי זיינען (אָבער —) ניט מזיק, אויס מזיקין) — איז דאָס אָבער ניט אַן ענין פון עשי' ותיקון אין זיי גופא, מ'מאַכט עס ניט דורך מגלה זיין דעם טוב וואָס אין זיי — די מציאות זייערע איז דאָס וואָס זיי זיינען מזיקין — נאָר מ'פּועלט אין זיי אַ חידושל, זיי ווערן (ווי) אַ נייע מציאות וואָס איז פריער ניט געוועןלא.
און דאָס איז די שייכות פון בריאת המזיקין צו ערב שבת בין השמשות:
ווי מזיקין ווערן באַשאַפן מלמעלה איז זייער מציאות, זייער „תכלית" — דאָס וואָס זיי וועלן ססוף נתהפך ווערן לטוב; און דערפאַר איז זייער בריאה (מלמעלה) געווען בערב שבת ביה"ש, ווייל אָט דער חידוש אין די מזיקין („שלא יזיקו") האָט ניט קיין אָרט מצד גדרי הטבע פון וועלט (ששת ימי בראשית), נאָר דוקא מצד דעם כח פון שבתלב, וואָס איז העכער פון (די מדידות פון) וועלט.
און דערפאַר איז אויך די עבודה ניט פון דער „סעודה" של האדםלג, וויבאַלד384אַז דער תיקון פון די מזיקין איז דורך דעם וואָס דער אדם גייט אַרויס פון זיין „אדם", זיינע טבעית'דיקע הגבלותלד.
ו. אויף דעם זיינען די י"א אויך מוסיף „ואף צבת כו'"*: מצד אַן ענלעכן טעם (ווי ביי די מזיקין), איז אויך „צבת" פון די זאַכן שנבראו בערב שבת ביה"ש (נאָר ביי „צבת" איז דאָס ניט אַזוי ווי ביי מזיקין, וואָס דערפאַר איז ער מדייק „ואף צבת כו'"); און די הסברה אין דעם איז, ווייל „צבת בצבת עשוי'":
מיטן לשון „צבת בצבת עשוי'" ווערט אַרויסגעבראַכט, אַז די מטרת הבריאה פון דער ערשטער צבת איז געווען אויסשליסלעך צוליב דעם אַז מ'זאָל קענען מאַכן דערנאָך אַ צווייטע צבת; אַלע נבראים (פון ששת ימי בראשית) — אויך די זאַכן וואָס פון זיי קומען אַרויס (אָדער מיט זיי ווערט געמאַכט) נאָך אַנדערע זאַכן — זיינען באַשאַפן געוואָרן (אויך) מיט אַ כוונה ותכלית אין זיי גופא, פאַר זיך. אָבער די בריאה פון דער ערשטער צבת איז געווען באופן, אַז אין איר איז ניט געווען קיין מטרה ותכלית פאַר זיך, איר גאַנצע באַשאַף איז געווען נאָר צוליב „צבת בצבת עשוי'" — אַז אדה"ר זאָל מיט איר קענען מאַכן אַ צווייטע צבת.
יעדער ענין וואָס איז דאָ אין וועלט איז דאָ „פריער" אין תורהלה. דער ענין פון „צבת בצבת עשוי'" אין תורה — איז דער ענין פון הכשר מצוה.
די פעולת ההכשר איז ניט קיין מצוה, נאָר בלויז אַן אמצעי דורך וועלכן מ'קומט צו צו מקיים זיין אַ מצוה מיט אַן אַנדער זאַך. ווי די דוגמאלו: כורתין עצים לעשות פחמין לעשות ברזל (לאיזמל למילה) — וואָס מיט די עצים ווערט ניט געטאָן קיין מצוה, זיי זיינען בלויז אַ מכשיר למכשיר כו' צו מצות מילה.
וויבאַלד אַז די כריתת עצים וכיו"ב איז בלויז אַ הכשר, דאַרף לכאורה אויסקומען (אויך ע"פ שכל התורה), אַז זיי אַליין ווערן ניט קיין כלי צו קדושה; דורך זייער פעולה אַליין ווערט ניט אויפגעטאָן המשכות אלקות, מען קען אפילו ניט זאָגן אַז זיי זיינען „מלובש" אין דער מצוה ווי מען זאָגט עס — בעת אַ איד עסט אַ מאכל לשם שמים „לעבוד ה' בכח אכילה ההיא"לז, וואָס דער חיות פון דעם מאכל איז זיך מתלבש „בתיבות התורה והתפלה"לז (וכיו"ב) וואָס ער האָט געטאָן „בכח אכילה ההיא"
זייער תכלית פירט זיך אויס נאָר דורך דעם וואָס אַ צווייטע זאַך ווערט אַ (מצוה און אַ) כלי לקדושהלח.
ז. און דאָס איז דער חידוש אין דער משנה, אַז „אף צבת בצבת עשוי'": אויך די „צבת" וואָס איז באַשאַפן געוואָרן בלויז כדי מ'זאָל קענען מאַכן דורך איר אַ צווייטע צבת — האָט זיך דער אויבערטשער אַליין („מהותו ועצמותו של המאציל ב"ה"לט) פאַרנומען מיט איר באַשאַף;
385און וויבאַלד אַז זי איז מעשה ידי הקב"ה (באופן גלוי), קען מען ניט זאָגן, אַז די מטרה פון איר גאַנצער מציאות איז מער ניט ווי צוליב אַן אַנדער זאַך — און נאָך דעם ווי מ'האָט איר אויסגענוצט צו מאַכן די צווייטע צבת, איז שוין מער ניטאָ קיין תכלית פאַר איר מציאות — נאָר זי באַקומט דערמיט אויך אַ חשיבות ותכלית לעצמהמ.
און די סיבה אויף דעם וואָס דאָס איז אַזוי אין גשמיות, איז ווייל אַזוי איז דאָס אין תורה: אע"פ אַז מצד אַן עבודה מסודרה, עבודה שע"פ טעם ודעת, איז אין אַ הכשר מצוה כו' ניטאָ קיין תכלית וחשיבות פאַר זיך — אָבער מצד דעם רצון העליוןמא (פון דעם אויבערשטן אַליין) וואָס איז דאָ אין דעם, איז ניטאָ קיין חילוקמב צווישן דער מצוה גופא (וואָס איז ממשיך אלקות) און דעם הכשר מצוהמג.
און דערפאַר, ווען אַ איד שטייט מיט אַ ביטול עליון צום רצון העליון (העכער פון זיין טעם ודעת), איז ביי אים ניטאָ קיין נפק"מ אין וואָס דער רצון העליון באַשטייט — ווי דער אַלטער רבי זאָגטמד, אַז אפילו „אלו נצטוה לחטוב עצים" (וואָס וואָלט ניט אויפגעטאָן קיין „יחוד" והמשכת אלקות), איז ער דאָס מקיים מיטן זעלבן קאָך.
[און דערפאַר האָט אויך די עבודה אַ שייכות צו ערב שבת ביה"ש — וויבאַלד ס'איז אַן עבודה וואָס איז העכער פון עבודת ציור „אדם", פון דער עבודה מסודרה כנ"ל; און דערפון ווערט נשתלשל אויך בנוגע צו ברואים גשמיים, אַז די בריאת הצבת איז געווען בע"ש ביה"שמה].
ח. דאָס איז אויך די הוראה אין מילי דחסידותא — אויף וויפל ס'איז נוגע די התעסקות פון אַ אידן אויך אין די ענינים וואָס זיינען „ניט מער" ווי אַ הכשר מצוה; ומעשה רב:
די גמראמו דערציילט די „גדולים מעשה חייא", אַז ער אַליין האָט זיך אָפּגעגעבן ניט בלויז מיטן עצם לערנען מיט אידישע קינדער, נאָר ער האָט אַליין דורכגעפירט אַלע הכנות און הכנות להכנות (הכשר להכשר) צום לימוד התורה — אַליין איינגעזייט פלאַקס, אויסגעוועבט נעצען, געפאַנגען הירשן, געמאַכט קלף און געשריבן „חמשה חומשי" פאַר די קינדער —
דלכאורה איז דאָס תמוה ביותר: פאַרוואָס האָט ר' חייא אַליין געדאַרפט טאָן די אַלע זאַכן? האָט ער דאָס ניט געקענט איבערגעבן צו איינעם פון זיינע386תלמידים אָדער עבדים אַז ער זאָל זיך פאַרנעמען מיט די הכנות (אויסנוצן דערויף איינעם וואָס איז ניט קיין יושב אוהל)?
נאָר מצד דעם ביטול עליון צום רצון העליון, איז ביי אים די זעלבע מסירה ונתינה, דער זעלבער „קאָך" אין די ענינים פון הכשר והכשר להכשר, ווי אין דער מצוה אַליין.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ז
- Id
- rh-jgb55429