Likkutei Sichos
Pirkei Avos 4
365פרק שלישי
א. „רביא חנינאב סגן הכהנים אומר הוי מתפלל בשלומה של מלכות שאלמלא מוראהג איש את רעהו חיים בלעו".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) רז"ל זאָגןד „מאן דבעי למהוי חסידא לקיים כו' מילי דאבות", וואָס דאָס מיינט, אַז די מסכתא אבות באַשטייט פון „מילי דחסידותא", פון אַזעלכע הנהגות וואָס מ'איז אין זיי ניט מחוייב מצד הדין, נאָר מ'דאַרף זיי טאָן מצד „חסידות" — לפנים משורת הדין,
[על דרך ווי די הוראה אין דער ערשטער משנה פון דעם פרק: „הסתכל בג' דברים ואין אתה בא לידי עבירה" — שורת הדין איז מחייב נאָר אַז דער איד זאָל ניט טאָן די עבירה בפועל, און אויף דעם איז מוסיף די משנה אַ הנהגה חסידותית שטייען אין אַ מצב פון יראת החטא (און דאָס איז אויך אַן עצה און אָנווייז) אַז ער זאָל ניט צוקומען (אפילו נאָענט) דערצו — דורך אַריינטראַכטן זיך אין די דריי זאַכן איז „ואין אתה בא לידי עבירה"],
אָבער די הוראה „הוי מתפלל בשלומה של מלכות" האָט לכאורה ניט קיין שייכות צו אַ הנהגה פון מידת חסידות, אָדער צו אַ זהירות לפנים משורת הדין
אדרבא באַוואָרענען פון „חיים בלעו" — איז מוכרח ע"פ ציווים הכי חמורים בתורה*4.
ב) וואָס איז דער דיוק הלשון „איש את רעהו חיים בלעו"? דער לשון וואָס איז רגיל ופשוט אין אַזאַ פאַל איז „הריגה", ווי דער לשון הכתובה „אין יראת אלקים וגו' והרגוני", אָדער „גזילה" (אויב דאָ ווערט (אויך) געמיינט רויבעריי און געלט־שאדן) וכיו"ב — פאַרוואָס ווערט דאָ גענוצט אַ חידוש לשון וענין „חיים בלעו"ו?
ג) אַלע ענינים אין וועלט זיינען תלוי אין אידןז, ווי עס שטייט*7 „את העולם נתן בלבם". פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער ענין פון „אלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו" איז דאָ אויך ח"ו באַ אידןח, ואדרבה — דורך דעם וואָס366אידן פירן אויס די הוראה, ווערט דער ענין אויך אויפגעטאָן אין וועלט (אַז עס זאָל ניט זיין „איש את רעהו חיים בלעו").
ולכאורה איז תמוה: ווי איז שייך מ'זאָל וועגן אידן זאָגן, אַז כאָטש ס'זיינען פאַראַן כו"כ קלאָרע ציוויי ה' בזה, איז ווען ניט די מורא פון מלכות וואָלט אַ איד „איינגעשלונגען" (און ניט סתם אַ צווייטן, נאָר אַפילו) „רעהו"ט?! און בפרט, כנ"ל, אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַ אידן וואָס (לערנט אבות, ווייל) „בעי למהוי חסידא" — דאַרף ער האָבן די באַוואָרעניש פון „הוי מתפלל בשלומה של מלכות" אַז ער זאָל ניט „בולע" זיין „רעהו"?
ב. נאָך דעם געבראַכטן מאמר שטייט אין דער משנהי: „רבי חנינאיא בן תרדיון אומר שנים שיושבין ואין ביניהם דברי תורה הרי זה מושב לצים כו' אבל שנים שיושבין ויש ביניהם דברי תורה וכו'".
שוין מערערע מאָל גערעדטיב, אַז דער פאַנאַנדערטייל פון די משניות איז בדיוק [און דאָס איז נוגע להלכה למעשה *יב: ווען איינער איז מקדש את האשה „על מנת שאני יודע לשנות" (אַז די קידושין זיינען אויפן תנאי אַז ער קען משניות), דיש לומר אַז עס זיינען גענוג (און נויטיק) צו קענען דריי משניותיג], וואָס י"א אַז (אויך) צוליב דעם האָט דער אַלטער רבי אַריינגעשטעלט די מסכתא אבות אין זיין סידוריד — צו וויסן דעם אופן פון חלוקת המשניות.
איז ניט מובן: וואָס איז דער המשך און שייכות פון מאמר „שנים שיושבין וכו'" צום מאמר „הוי מתפלל בשלומה כו'", וואָס דערפאַר שטייען ביידע אין איין משנה? — לכאורה זעט זיך ניט קיין קישור צווישן זייטו.
[ואדרבא, די סברא איז מחייב, אַז דער מאמר האָט אַ שייכות און דאַרף צוגעשטעלט ווערן צו דער ווייטערדיקער משנה „ר' שמעון אומר ג' שאכלו . . ולא אמרו עליו דברי תורה", וואָס אויך דאָרט רעדט זיך וועגן דעם עילוי פון דברי תורה בחבורה (און דער חסרון פון אַ חבורה אָן דברי תורה)].
וויבאַלד די מסכתא אבות אַנטהאַלט „מילי דחסידותא", ווי דערמאָנט אויבן,367דאָס הייסט אַז דאָס זיינען הוראות פאַר אַ אידן וואָס איז גאַנץ און אָפּגעהיט אין לימוד התורה און קיום המצוות און אים פעלט נאָר די הנהגה פון מידת חסידות —
איז במילא פשוט, אַז ס'איז ניט דאָ קיין אָרט אים אָנצוזאָגן ער זאָל ניט באַ'גזל'נען אַ צווייטן אידן, און אַוודאַי ניט דער ציווי ער זאָל ניט אָנרירן דעם לעבן פון אַ אידן (איז במילא פשוט פאַרוואָס דאָ שטייט ניט אַ באַוואָרעניש פון „איש את רעהו הרגו" אָדער באַ'גזל'ט);
דער דיוק איז דאָ דווקא „. . איש את רעהו) חיים בלעו": ער וויל ניט אָנרירן ח"ו דעם לעבן (און אייגנטום) פון צווייטן אידן, זיין רצון איז „נאָר" — „חיים בלעו", אַז דער לעבן (די מציאות און די מעשים) פון צווייטן זאָלן זיין „איינגעשלונגען" אין זיין מציאות *טו.
ולפעמים איז אדרבא — די מעלות וואָס ער האָט, אַז ער איז גאַנץ אין לימוד התורה און איז אָפּגעהיט אין מצוות, כנ"ל, און קעגן דעם זעט ער פיל חסרונות ביים צווייטן אידן, בפרט ווען יענער איז אַן איש פשוט אין ידיעת התורה און אַמאָל אויך מיט אַ העדר הזהירות אין קיום המצוות — בריינגען עם צו, און זיינען באַ עם מכריחטז די מסקנא, אַז יענער דאַרף זיין בטל צו אים. און נאָכמער — עס איז אַ זכות און אַן עילוי פאַר יענעם אַז ער וועט זיין „איינגעשלונגען" אין זיין מציאות.
ד. כדי צו שולל זיין אַזאַ הרגש און הנהגה איז ניט גענוג אַ שכל'דיקע הסברה, וואָרום, אדרבה, מצד שכל אמתי — וואָרעם דאָ רעדט זיך ניט וועגן אַ שוטה רשע וגס הרוח, ח"ו — איז דאָ אַן אָרט פאַר אַזאַ טענה: סוף כל סוף איז ער דאָך אַ גדול אין תורה און אין קיום המצות וכו', אין דער צייט ווען „רעהו" איז גאָר ווייט פון דער מדריגה — און דער חשבון איז אמת און אויסגעהאַלטן לויטן דרך און מאָס פון תורהיז, ובפרט אויב יענער דאַרף אַנקומען צו אים אין לימוד התורה און הוראות אין קיום המצות.
און דעריבער, אפילו נאָך דער גאַנצער (וויבאַלד נאָר שכל'דיקער) הסברה און חשבון, אַז ער דאַרף זיך פירן אַנדערש, וועט ער נאָך אַלץ ניט קענען אָפּטרעטן פון זיין הנחה, אַז רעהו דאַרף זיין בטל און „בלוע" אין זיין מציאות.
די עצה צו פועל זיין ביי זיך שלילת הנ"ל כדבעי, איז צו מקיים זיין די הוראה פון דער משנה „הוי מתפלל בשלומה של מלכות", וואָס דורך דעםיח וועט ביי אים דערוועקט ווערן די מורא פון מלך מלכי המלכים הקב"היט — און דער הרגש היראה האָט בכח צו פועל זיין ביי אים, אַז ער זאָל זיך ניט האַלטן גרויס לגבי אַ צווייטן אידן *טו.
די הסברה אין דעם: רז"לכ זאָגן „מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא", די הסברה דערפון איז, כידועכא,368אַז „מלכותא דארעא" קומט אַראָפּ דורך השתלשלות פון „מלכותא דרקיע" — דער מלך דאָ למטה האָט זיין שורש אין זיין „שר" למעלה, און דער שורש פונעם „שר" איז אין אַ העכערער דרגא, און אַזוי העכער און העכער — „גבוה מעל גבוה שומר"כב — ביז צו מלכות פון „מלך מלכי המלכים הקב"ה".
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת עס איז דאָ „שלומה של מלכות" בפשטות, אַז „מלכותא דארעא" הערשט מיט אַ שלימות כו', איז דער אמת'ער טעם וסיבה צו דעם, ווייל אין „מלכותא דארעא" זאָגט זיך אַרויס דער שורש, „מלכותא דרקיע" — מלכותו של הקב"ה — מיט אַ גרעסערן תוקףכג.
און דערפאַר, ווען אַ איד וואָס האַלט שוין ביי „מילי דחסידותא" (ובמילא זעט ער יעדער ענין ווי ער איז לאמיתתו) איז זיין תפלה אין דעם ענין פון „שלומה של מלכות", פילט ער אין דעם (ביז — מיט אַ ראי' מוחשיתכד) מלכותוכה של הקב"הכו; ובמילא ווערט ביי אים נתעורר דורך „מלכותא דארעא", דער הרגש ה"מורא" פאַר מלך מלכי המלכים הקב"הכז — און די עצם יראה פאַר דעם אויבערשטן פּועלט אַז ביי אים ווערט נכנע אויך די התנשאות, זיין גרויס האַלטן זיך לגבי אַ צווייטן אידן — ווייל מלכותו ית' איז דאָך „השוה *כז ומשוה קטן וגדול", דער גדול שבגדולים איז לגמרי ניט תופס מקום פּונקט ווי דער קטן שבקטנים.
ה. דער יצר הרע איז אָבער אַן „אומן"כח אין זיין אַרבעט צו אַראָפּפירן דעם מענטשן פון דרך הישר — דעריבער איז ניט גענוג דאָס וואָס ער אַליין, מיט זיינע אייגענע כוחות, וועט זיך מתבונן זיין אין ענין פון „שלומה של מלכות" (אַז „מלכותא דארעא" איז „כעין מלכותא דרקיע כו'", כנ"ל); וואָרום ס'איז עלול אַז נאָך אַ געוויסן זמן זאָל די התבוננות אויפהערן צו ווירקן כדבעי, צוליב די תחבולות היצר, ביז די „מורא" וועט ווערן אָפּגעשוואַכט און — אינגאַנצן נתבטל ווערן.
דערפאַר איז מודגש אין דער הוראה „הוי מתפלל בשלומה של מלכות": ניט פאַרלאַזן זיך נאָר אויף דער התבוננות369מיט אייגענע כוחות, נאָר ער מוז אָנקומען צו מתפלל זיין — צו תפילה טאָן און אויסבעטן אַז דער אויבערשטער זאָל אים העלפן בטובו ובחסדו חסד חינם (וכמאמר רז"לכט: „אלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו") בכהנ"ל — ביז אַז דורך דער „מלכותא דארעא" זאָל ער מכיר זיין און דערפילן דעם אויבערשטנ'ס מלכותל.
ו. דערמיט וועט זיין מובן דער ווייטערדיקער המשך פון דער משנה „שנים שיושבין ואין ביניהן דברי תורה כו'": דער ריכטיקער באַווייז אַז דער אדם (וואָס האַלט ביי מילי דחסידותא, נאָכדעם ווי ער האָט געלערנט תורה כדבעי און איז זהיר אין מצוות) האָט באמת מבטל געווען זיין געפיל פון התנשאות און גאוה לגבי דעם זולת — איז אין דעם וואָס אויך זיין לערנען תורה איז אין אַן אופןלא פון „שנים שיושבין כו'"לב.
והביאור: דער עיקר מציאות פון אַ לומד תורה (וואָס וועגן אים רעדט זיך אין פרקי אבות, כנ"ל) איז דאָס גופא — זיין עסק אין תורה, און אַלע זיינע אַנדערע ענינים זיינען ניט מער ווי טפל'דיקע זאַכן. ווי דער פסוקלג זאָגט: „אל יתהלל חכם בחכמתו גו' הגבור בגבורתו גו' עשיר בעשרו (וואָס חכמה, גבורה און עשירות זיינען זאַכן וואָס ענדערן זיך אין גאַנג פון זמן) כי אם בזאת יתהלל גו' השכל וידוע אותי", תורה איז אַ זאַך וואָס איז שטענדיג, נצחית — „כי הם חיינו ואורך ימינו", וע"ד רז"ללד „מניח אני כל אומנות שבעולם ואיני מלמד את בני אלא תורה כו' בנערותו כו' בזקנותו כו'".
און וויבאַלד אַז תורה איז דער אמת'ער מהות פון דעם עוסק בתורה, איז מובן, אַז דער ביטול פון זיין מהות ומציאות ווערט געמאָסטן לויטן הרגש הביטול וואָס ער האָט ביים לערנען תורה.
און דאָס איז דער דיוק „שנים שיושבין כו'": כל זמן אַז דער לומד איז (מרגיש אַז ער איז) איינער וואָס יושב ועוסק בתורה, ער איז דער חכם ועוסק ומחדש חידושים אין תורה, איז זיין לערנען ניט באופן פון „שנים שיושבין" — ניט ווי צוויי וואָס לערנען זיצנדיק באַגלייך, אין אַ גלייכער „ישיבה"; וויבאַלד ער האַלט זיך פאַר אַ „ראש ישיבה" און דעם370צווייטן — ווי איינער וואָס זיצט ווי אַ תלמיד (און ווער ווייס אין וועלכער שורהלה).
דווקא ווען ער איז בטל מיט אַן אמת, דעמאָלט איז זיין לימוד מיטן רעהו וכו' אינעם אופן פון „שנים שיושבין" — כאחד, ניט פילנדיק די מעלה פון איין לומד לגבי דעם צווייטןלו;
און דעמאָלט ווערט „שכינה שרוי'", וואָס שכינה איז דער גילוי פון מלכותו של הקב"הלז,
וכידועלח: בשעת אַ איד פּועלט ביי זיך דעם ביטול (דורך „הוי מתפלל בשלומה של מלכות" כנ"ל) אַז ער איז בבחי' „שנים שיושבין", דעמאָלט איז „שכינה שרוי'" — עס ווערט נתגלה די בחי' פון מלכותו של הקב"ה (מלכותא דרקיע) ווי דאָס איז מצ"ע, ניט נאָר דורך התלבשות אין מלכותא דארעא, וואָס דורך דעם ווערט די שלימות היראה און ביטול צו אלקות ווי דאָס איז מצד הקב"הלט.
ז. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם לשון און דעם סדר אין פסוקמ וואָס ברענגט זיך אין דער משנה „אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו" —
דלכאורה: וויבאַלד מען רעדט דאָ וועגן „שנים שיושבין ויש ביניהם דברי תורה", פאַרוואָס רופט מען זיי אָן „יראי ה'" (און וואָס איז דאָ נוגע זיי אָנצורופן מיט דעם תואר)? —
דאָס וואָס „יש ביניהם דברי תורה" פּועלט אַז „שכינה שרוי' ביניהם" איז דערפאַר ווייל דער „נדברו" איז אין אַן אופן פון „יראי ה'": ביי זיי איז (דורך דעם „מתפלל בשלומה של מלכות" וכיו"ב) די יראה פון מלך מלכי המלכים הקב"ה אין אַן אופן גלוי ניכר ונרגש, אַזוי אַז זייער „נדברו" אין תורהמא איז מצד דעם וואָס זיי זיינען אין דער דרגא פון „יראי ה' איש אל רעהו" (דער היפך פון „איש את רעהו חיים בלעו"), דערפאַר קומען זיי צו דורך זייער לימוד התורה צו דער מדרי' פון „חושבי שמו", כולל אויך — אַז ביי זיי דערהערט זיך אַז „כל התורה" איז — „שמותיו של הקב"ה"מב.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק י״ז
- Id
- rh-h6ngwz1m