Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.
356פרק שני
6
א. „רביא שמעון אומר, הוי זהיר בקריאת שמע ובתפלהב, וכשאתה מתפלל אל תעש תפלתך קבע אלא רחמים ותחנונים לפני המקום . . ואל תהי רשע בפני עצמך".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) דאַרף מען דען אָנקומען צו אַ ציווי אין מס' אבות (מילתא דחסידותאג) אַז מ'מוז זיין זהירד אין אַ מצות עשה דאורייתא (אָדער אפילו אַ מ"ע דרבנןה), און עאכו"כ די צוויי מצוות, ק"ש און תפלה, וואָס זיינען מצוות עיקריות און כלליותו אין עבודת ה'?
ב) עד"ז אין דער צווייטער בבא — „וכשאתה מתפלל אל תעש תפלתך קבע אלא רחמים ותחנונים לפני המקום"*: וואָס איז אין דעם דער אויפטו אויף דער משנה מפורשת אין מס' ברכותז: „העושה תפלתו קבע אין תפלתו תחנונים"?
ג) וואָס איז די שייכות פון דער דריטער הוראה „ואל תהי רשע בפני עצמך" (אַז מ'זאָל זיך ניט האַלטן פאַר אַ רשעח, ווייל דאָס ברענגט מ'זאָל זיך מתייאש זיין פון תשובה און ניט אָפּהאַלטן זיך פון צו טאָן (נאָך) אַן עבירה) — צו די צוויי פריערדיקע הוראות וועגן דער זהירות אין ק"ש און תפלהט?
ב. די נקודת הביאור אין דער משנה:
די דריי הוראות אין דער משנה זיינען פאַרבונדן דערמיט וואָס דער בעל המאמר — ר' שמעון בן נתנאלי — איז ביי אים געווען „תורתו אומנתו"יא,357בדוגמא ווי ר' שמעון בן יוחאייב (כדלקמן סעיף ח');
און דער וואָס תורתו אומנתו איז ניט מפסיק אין לימוד התורה צו קריאת שמע — ווי רשב"י זאָגט אין ירושלמייג: „כגון אנו שעוסקים בתלמוד תורה אפילו לקרית שמע אין אנו מפסיקין", און עאכו"כ אַז ער איז ניט מפסיק לתפלה, ווי דער פסק דיןיב אַז תורתו אומנתו „אין מפסיקין לתפלה";
דערנאָך זאָגט ער אַ צווייטע הוראה פאַר זיינע חבריםטו, וואָס (אויך) ביי זיי איז געווען תורתם אומנתם [נאָר ניט אין זיין דרגא, און דעריבער דאַרפן זיי יע מפסיק זיין לק"ש (בדוגמא צו חברי רשב"י, כדלקמן ס"ג)] — „כשאתה מתפלל אל תעש תפלתך קבע אלא רחמים ותחנונים וכו'": אמת טאַקע אַז „אין מפסיקין לתפלה", אָבער „כשאתה מתפלל" — אין די צייטן ווען זיי זיינען יע מתפללטז, כידוע אַז די וואָס ביי זיי איז תורתם אומנתם זיינען אויך מתפלל מזמן לזמןיז — זאָל די תפלה ניט זיין אין אַן אופן פון „קבע" (אַז בשעת מעשה טראַכט ער „מתי אפרוק מעלי עול זה"יח, און ער וועט זיך קענען אומקערן צו זיין לימוד התורהיט), נאָר זי זאָל זיין „רחמים ותחנונים".
ועד"ז ביי דער דריטער הוראה „ואל תהי רשע בפני עצמך" — אויך דאָס איז פאַרבונדן מיט מעלת רשב"נ (וואָס „תורתו אומנתו"), כדלקמן סעיף יו"ד.
ג. אויפן ביאור הנ"ל אין „הוי זהיר בק"ש" קען מען לכאורה פרעגן: די דיעה פון רשב"י אַז „לק"ש אין אנו מפסיקין" ברענגט זיך נאָר אין ירושלמי, אָבער לדעת הבבלייב (און אַזוי איז אויך די הלכהיב) זיינען אויך די וואָס „תורתם אומנתם" — און אפילו „כגון רשב"י וחבריו" — „מפסיקין לק"ש"?
איז די הסברה אין דעם: לויטן כללכ אַז מען דאַרף משווה זיין בבלי וירושלמי כל מה דאפשר (אפילו דורך זאָגן אַ פירוש וואָס איז „דחוקכא קצת") איז
358דער טעם פאַרוואָס רשב"י האַלט אַז מ'דאַרף ניט מפסיק זיין לק"ש איז ווייל „זה (ת"ת) שינון וזה (ק"ש) שינון ואין מבטל(ין) שינון מפני שינון"כג, און (ווי דער ירושלמי איז ממשיך לויט איין תירוץ) „רבי שמעון בן יוחי על ידי שהי' חדידכד בדברי תורה לפיכך אינה חביבה (עליו) (ק"ש) יותר מדברי תורה".
ועפ"ז קען מען זאָגן, אַז דוקא רשב"י אַלייןכה האָט ניט מפסיק געווען לק"ש (וכדיוק הלשון — „רשב"י על ידי שהי' חדיד בד"ת . . אינה חביבה עליו כו'")כו, משא"כ חברייא דילי' האָבן יע מפסיק געווען לק"ש.
ועד"ז ביי רשב"י גופא — י"ל, אַז עס איז ביי אים געווען אַ חילוק איידער ער איז געווען אין מערה און דעם זמן נאָך אויפגעטאָן דער אמת'ער עילוי אין „שינון" ו"חידוד" אין לימוד התורה, ווי די גמרא דערציילט אין שבתכט.
ויש לומר, אַז ר' שמעון בן נתנאל איז געווען בדוגמא צו רשב"י (ווי ער איז געווען לאחרי יציאתו מן המערה) כדלקמן, און דערפאַר האָט ער ניט מפסיק געווען לק"ש.
ד. אָט דער ענין, אַז ביי רשב"נ איז געווען „תורתו אומנתו" ווי רשב"י — און דאָס איז די נקודה התיכונה פון די דריי הוראות פון דער משנה — איז מרומז אין דעם, וואָס דער מסדר המשנה דערמאָנט דאָ ניט שם אביו פון בעל המאמר — ר' שמעון בן נתנאל מיט זיין פולן נאָמען (כרגיל) — נאָר בלויז ר' שמעון סתם, וואָס סתם ר' שמעון איז גאָר ר' שמעון בן יוחאיל.
און אע"פ אַז בפשטות דאַרף דאָס די משנה דאָ ניט אויסטייטשן בפירוש, וואָרום די משנה קומט בהמשך צו די פריערדיקע משניות פון דעם פרק, וואו עס ווערן אויסגערעכנטלא די „חמשה תלמידים" פון ר' יוחנן בן זכאי און צווישן זיי ר' שמעון בן נתנאל, און דערנאָךלב שטייט „הם אמרו שלשה דברים"359(אַז יעדער פון זיי האָט געזאָגט דריי זאַכן), איז דאָך מאליו מובן אַז מיט „ר' שמעון אומר" ווערט דאָ געמיינט ר' שמעון בן נתנאללג —
וויבאַלד אָבער אַז יעדער ענין אין תורה איז מדוייק בתכלית [ובפרט אַז די הוראות פון ר' שמעון בן נתנאל זיינען אין אַ באַזונדער משנה (כמה משניות ווייטער פונעם אָרט וואו ס'איז מפורש שמו ושם אביו), ובמילא גיט עס אַ מקום לטעותלד פאַר דעם וואָס לערנט בלויז די משנהלה אַז דער בעל המאמר איז רשב"י], איז פאַרשטאַנדיק, אַז מצד דעם טעם פנימי אין די הוראות פון רשב"נ איז נוגע (ניט דאָס וואָס ער איז ר' שמעון בן נתנאל, נאָר) דאָס וואָס ער איז ר' שמעון (סתם) — איין ענין מיט רשב"י.
ה. די הסברה בזה: דער טעם פנימי וואָס סתם ר' שמעון איז רשב"י — ווייל דער נאָמען „שמעון" איז פון לשון שמיעהלו, וואָס אמיתית התוכן פון שמיעה איז הבנה והשגה — און דער ענין פון תורתו אומנתו, וואָס דער איד פאַראיינציקט זיך מיט תורה ביז זי ווערט זיין גאַנצע „אומנות", קומט דוקא ווען ביי אים איז די השכלה (פאַרשטאַנד) אין תורה בשלימותה, וואָס דעמאָלט ווערט ער פאַראיינציקט מיט תורה (בלשון התניאלז) מיט אַ „יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו . . להיות לאחדים ומיוחדים ממש מכל צד ופנה".
און דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע אַלע וואָס האָבן דעם זעלבן נאָמען — וכידוע *לז, אַז די שמות פון אַ אידן, ובפרט פון די תנאיםלח כו', גיבן אַרויס דעם תוכן ונקודה פון זייער עבודה — אַז ביי זיי איז דאָ (בהעלם עכ"פ) אַ „מעין" פון סתםלט ר' שמעון — רשב"י (תורתו אומנתו).
און דערפאַר איז די משנה מדייק צו זאָגן דאָ ר' שמעון סתם, אַז דאָס וואָס ר' שמעון בן נתנאל האָט געזאָגט די הוראות איז עס מצד דעם וואָס ער האָט אין זיך די מעלה פון ר' שמעון סתם — רשב"י — תורתו אומנתו.
ו. דער גדר פון „תורתו אומנתו" אין פשטות איז — אַז (א) דאָס איז אַן ענין אין זמן — ער לערנט תורה אַן אויפ־360הער און איז ניט מפסיק צוליב קיין זאַךמ; (ב) עס איז דאָ (אויך) באַ לימוד נגלה דתורה *מ, און ווי מען געפינט ביי רשב"י גופא, אַז אפילו אין מערה איז עיקר עסקו געווען אין „תורת המשניות" (און ניט אין „ספר הזהר והתיקונים")מא.
שטייט אָבער אין זהרמב, אַז מיט „תורתם אומנתם" מיינט מען די וואָס „לא זזת שכינתא מנהון כל יומיהן" און זיי זיינען „דירה לשכינתא", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק: (א) דער עילוי פון תורתו אומנתו באַשטייט אין דער איכות'דיקער צוגעבונדנקייטמג צו תורה, אַז זיין גאַנצע מציאות איז דורכגענומען מיט תורה, און כל ענינו איז נאָר דאָס וואָס ער איז אַ „דירה לשכינתא"; (ב) אָט די צוגעבונדנקייט איז ניט נאָר צו חכמת התורה, נאָר (בעיקר) צום נותן התורה — „שכינתא", וואָס אַזאַ לימוד איז פאַרבונדן דוקא מיט פנימיות התורה, און ווי עס שטייט בפירוש אין תקוני זהרמד אַז (דוקא) „מארי קבלה . . עבדין לה (צו דער שכינה) דירה".
דאָס איז אויך דער יסוד פון דעם וואָס חסידותמה איז מבאר דעם ענין פון תורתו אומנתו, אַז דער לימוד התורה איז אין אַן אופן פון „ואשים דברי בפיך"מו — די דברי תורה וואָס דער לומד זאָגט אַרויס פון זיין מויל זיינען זיך מתייחס צום אויבערשטן: ער זאָגטנאָך די דברי תורה וואָס דער אויבערשטער כביכול זאָגט. וואָס אַזאַ אופן הלימוד נעמט זיך מצד דעם ביטול בתכלית צום נותן התורה, ביז אין אַן אופן פון „דירה לשכינתא".
ועפ"ז איז מובן, אַז דאָס וואָס רשב"י איז געווען „תורתו אומנתו", איז עס פאַרבונדן מיט דעם וואָס ער איז געווען פון די „מארי קבלה" — ואדרבה: ער איז געווען דער וואָס האָט משפיע געווען פנימיות התורה צו די אַנדערע תנאיםמז (וואָס דערפאַר איז ער געווען אין דער דרגא הכי נעלית אין „תורתו אומנתו" גופא).
כדי אַז דער לימוד התורה זאָל זיין אין אַן אופן פון „ואשים דברי בפיך", כנ"ל, מוז מען פריער שטיין אין אַ ביטול בתכלית צו אלקות, און דאָס ווערט361אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון ק"ש, וואָס ענינה איז מסירת נפשמח.
און דערפאַר האָט ער ניט געדאַרפט האָבן די הקדמה פון ק"ש אַז זיין לימוד התורה זאָל זיין אין אַן אופן פון „תורתו אומנתו"נב.
ח. עס ווערט דערציילט אין גמראנג, אַז ר' אלעזר בן ערך האָט געבעטן רשות ביי ר' יוחנן בן זכאי איבערצוזאָגן פאַר אים „דבר אחד שלמדתני" אין מעשה המרכבה, און נאָכדעם ווי „פתח ר"א בן ערך . . ודרש" איז „ירדה אש מן השמים וכו'"; און די גמרא איז דאָרט ממשיך, אַז ווען ר' יוסינד הכהן און ר' שמעון בן נתנאלנה האָבן וועגן דעם געהערט — „אףנו הם פתחו במעשה המרכבה, אמרו יום א' בתקופת תמוז הי' ורעשה הארץ ונראתה הקשת בענן ויצאה בת קול ואמרה וכו'".
זעט מען פון דעם, אַז ר' שמעון בן נתנאל איז געווען פון די „מארי קבלה", און אין אַן אופן אַז זיין ריידן אין מעשה המרכבה האָט אויפגעטאָן אַז „רעשה הארץ וכו' ויצאה בת קול ואמרה כו'" — עס האָט ממשיך געוועןנז די שכינה למטהנח, און פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אַז ער איז געווען „דירה לשכינתא".
צווישן די אויבנדערמאָנטע תנאים גופא, איז דאָ אַן עילוי אין רשב"נ (וואָס דערפאַר איז ער דוקא בדוגמא צו רשב"י, ווערט אָנגערופן שמעון, כנ"ל סעיף ג'):
ר' אלעזר בן ערך האָט נאָר איבערגעזאָגט אַן ענין וואָס ריב"ז האָט אים געלערנט („למדתני"נט) און ניט וואָס ער האָט מחדש געווען; צווישן ר' יוסי הכהן און רשב"נ — וואָס זיי האָבן דורש געווען אין מעשה המרכבה אין אַן אופן פון „פתחו"ס, בכח עצמם (ובפרט ע"ד
362כהונה (די צוגעגרייטקייטסג לעמוד לשרת לפני ה') — ר' יוסי הכהן — באַקומט מען דאָך בירושה — דעריבער איז אויך זייןסד „פתח" במעשה המרכבה ניט גאָר אינגאַנצן אַן ענין פון „פתח" — בכח עצמו;
דער שלימות'דיגער באַווייז אַז מען איז „דירה לשכינתא" — אַז די גאַנצע מציאות פון מענטשן איז מיוחד מיט „שכינתא" — איז ווען די פתיחה במעשה המרכבה, און אין אַן אופן וואָס פועלט „רעשה הארץ וכו'", קומט אינגאַנצן פון זיין אייגענעם כח. און דאָס געפינט מען דוקא ביי רשב"נ וואָס ווערט ניט אָנגערופן הכהן (ער איז ניט געווען אַ כהןסה), און פונדעסטוועגן דעם, וואָס דוקא בשעת ער האָט פותח געווען במעשה מרכבה — „רעשה הארץ ונראתה הקשת בענן" (וואָס דאָס איז געווען אַ נס, וואָרום ס'איז געווען תקופת תמוז, וואָס עננים זיינען ניט קיין דבר הרגילסו) — ולכאורה פאָדערט זיך ביאורסז:
די גמראסח דערציילט אַן עילוי אויף ר' יהושע בן לוי אַז לא נראתה קשת בימיו (וואָרום דער קשת איז אַ פעולה און אַן אות שלא יחרב העולם, „ואם יש צדיק גמור בדור אין צריך אות"סט) — היינט וואָס איז דער עילוי אַז דורך זיין דרש'נען במעשה המרכבה איז „נראתה הקשת בענן"?
איז דער ביאור אין דעם:
בנוגע צו „קשת" געפינט מען צוויי ענינים: (א) דאָס איז אַן אות ברית ש"לא363יהי' עוד מבול"ע, (ב) אויף „קשת" שטייטעא אַז עס איז „דבר שהוא מוקש לי" (עס איז צוגעגליכן געוואָרן צום אויבערשטן), און דערפאַר איז דער דיןעב אַז אסור להסתכל בקשת (ווייל „לא חס על כבוד קונו"עג). ועוד ועיקר (ג) מפורש במעשה מרכבהעד (דבי' עסקינן): כמראה הקשת אשר יהי' בענן גו' כן מראה גו' הוא מראה דמות כבוד ה'. איז מובן אַז,
דאָס איז אַ גילוי נעלה פון שכינה וואָס ברענגט אַז עס זאָל זיין דער „קשת בענן"עה.
דער ערשטער ענין פון „קשת" איז נאָר ווען עס קומט ביומא דעיבא (אין אַ פאַרוואָלקנטער טאָג), וואָס די עננים ווייזן אַז עס איז אַ טאָג פון דינים קשיםעו,
אָבער די עננים (און קשת) וואָס קומען דורך דעם וואָס מ'דרש'נט במעשה המרכבה — זיינען (ניט אַן אות אויף שולל זיין „דינים"עז, נאָר) בלויז אַ סימן אויף אַ גילוי נעלה פון שכינה,
ועפ"ז איז נאָכמער פאַרשטאַנדיק ווי רשב"נ איז געווען „תורתו אומנתו" אין אַן אופן וואָס ער איז געווען „דירה לשכינתא".
יו"ד. איינער פון די ענינים וואָס זיינען מתאר דרגתו הנעלית פון רשב"י איז געווען דאָס וואָס ער האָט געזאָגטעח: „יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין"; און וויבאַלד אַז ענינו ומעלתו פון רשב"י האָט זיך אויסגעדריקט אין דעם וואָס ביי אים איז געווען תורתו אומנתו, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס ער האָט געקענט פטר'ן את כל העולם כולו מן הדין איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון תורתו אומנתועט.
364מ'האָט שוין אַמאָל גערעדט באַרוכהפ אין דעם מאמר פון רשב"י „יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין", אַז דאָס איז ניט דורכדעם וואָס ער האָט געקענט באַווירקן די אנשי דורו און פועל זיין זיי זאָלן תשובה טאָןפא, נאָר אַז זיין זכות איז געווען אַזוי גרויס, אַז ניט קוקנדיק אויף די עוונות פון דעם דור, איז ער „סובל כל עוונותיהם ופוטרן מן הדין"פב.
וויבאַלד אַז ביי רשב"נ איז געווען דער עילוי פון תורתו אומנתו בדוגמא צו רשב"י כנ"ל, איז אויך זיין אויפטאָן אין וועלט געווען ע"ד דעם ענין (וואָס רשב"י האָט געזאָגט) „יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין".
ע"פ זה וועט אויך ווערן פאַרשטאַנדיק די שייכות פון דער דריטער הוראה אין דער משנה — „ואל תהי רשע בפני עצמך" — צו די פריערדיקע צוויי:
דוקא מצד דעם וואָס רשב"נ איז געווען „תורתו אומנתו" ווי רשב"י (ווי דאָס ווערט אויסגעדריקט אין די ערשטע צוויי הוראות אין דער משנה), וואָס מצד דעם איז ער מגין אויף זיין דור און איז „סובל כל עונותיהם" — דאַרף מען האָבן די באַוואָרעניש פון „ואל תהי רשע בפני עצמך":
בכלל, איז אַזאַ וואָס האַלט זיך ווי אַ רשע (ובמילא וועט ער מצד עצמו ניט זוכן תשובה טאָן), איז די הנהגה פון „יאה עניותא ליהודאי"פג — אַז מ'ברענגט אויפן מענטשן פורעניות ויסורים ר"ל וואָס צעברעכן זיין מציאות און ברענגען אים צו תשובה;
משא"כ אין דורו פון רשב"נ וואָס זיין זכות האָט מגין געווען און פאַרהיט פון פורעניות,
דערפאַר האָט מען געדאַרפט במיוחד באַוואַרענען „ואל תהי רשע בפני עצמך" — אַז מ'זאָל וויסן זיין, אַז יעדערער קען און דאַרף און (סו"ס בל ידח ממנו נידח און) ער וועט תשובה טאָן; און נאָכמער: ער דאַרף ניט אָנקומען צו יסורים וכו', נאָר ער קען תשובה טאָן מתוך הרחבה וחיי מנוחה ושלוה.
(משיחות ש"פ בהעלותך,
שלח ובלק תשכ"ח)
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site