עברית
Library

Likkutei Sichos

Pirkei Avos 8

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

401פרק שישי

א. „ר' מאיר אומר כל העוסק בתורה לשמה זוכה לדברים הרבה כו'" — און ער רעכנט דערנאָך אויס אַ סך „דברים"א צו וועלכע דער עוסק בתורה לשמה איז זוכה.

דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס פאַר אַ סוג אידן איז ר' מאיר אויסן מיט זיין הוראה — ממנ"פ: רעדט ער וועגן אַ אידן וואָס זיין לערנען איז שוין לשמה, טאָ וואָס איז אים נוגע אַז ער וועט זוכה זיין צו „דברים הרבה"? ער לערנט דאָך „לשמה", צוליב דער תורה אַליין, און ניט צוליב די „דברים" צו וועלכע ער איז זוכה; און אויב ס'רעדט זיך וועגן אַ אידן וואָס האַלט נאָך ניט ביי לערנען תורה לשמה און די כוונה איז צו באַווירקן עם ער זאָל לערנען תורה לשמה — וויבאַלד ער וועט לערנען בכדי צו דערגרייכן די „דברים הרבה", וועט דאָך דאָס ווידער ניט זיין קיין לימוד לשמה ?

לכאורה וואָלט מען געקענט זאָגן, אַז דאָס איז ע"ד ווי דער ביאור פון רמב"םב אין דעם וואָס תורה איז מבטיח גשמיות'דיקן טוב אַלס שכר פאַר לימוד התורה און קיום המצות (כאָטש אַז לכאורה איז דאָס ניט בערך צו זיין אַ שכר פאַר תומ"צ) — אַז דאָס איז בכדי אַ איד זאָל וויסן, „שאם נעשה אותה בשמחה ובטובת נפש כו' שיסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו מלעשותה כו' וישפיע לנו כל הטובות המחזיקות את ידינו לעשות התורה כו'";

ועד"ז בעניננו: מיט דעם זאָגט אָן ר' מאיר דעם עוסק בתורה לשמה, אַז ער איז „זוכה לדברים הרבה" וועלכע וועלן העלפן אַראָפּנעמען די מניעות און בלבולים אין זיין לימוד התורהג; ווי ער איז גלייך ממשיך „ולא עוד אלא שכל העולם כולו כדאי הוא לו", וואָס מיינט, אַז ניט נאָר זיינען די עניני העולם אים ניט מבלבל, נאָר אדרבה — די גאַנצע וועלט איז „כדאי הוא לו", די ענינים פון וועלט העלפן אים אַרויס ער זאָל קענען עוסק זיין אין תורה מתוך מנוחה ושלוה.

דער ביאור איז אָבער ניט מספיק, ווייל דאָס פאַרענטפערט נאָר עטלעכע פרטיםד פון די זאַכן וואָס ר' מאיר רעכנט אויס — אָבער כו"כ פון זיי האָבן ניט קיין שייכות צו דער באַוואָרעניש פון „יסיר ממנו כל הדברים המונעים אותנו" פון לימוד תורה לשמה.

ב. פון די זאַכן וואָס ר' מאיר רעכנט אויס, זיינען דאָ אַזעלכע אויף וועלכע עס פּאַסט לכאורה בכלל ניט צו זאָגן אַז זיי זיינען דער שכר פאַר עוסק בתורה לשמה דוקא. ולדוגמא — אחדים:

402(א) „אוהב את המקום אוהב את הבריות" — אויף דעם איז דאָך דאָ אַ חיוב מצות עשה מן התורהה: ואהבת את ה"א, ואהבת לרעך כמוך.

(ב) „מרחקתו מן החטא" — דאַרף מען דען אָנקומען צו דער מעלה מיוחדת פון (שכר פאַר) תורה לשמה בכדי צו דערווייטערן אַ אידן פון אַ חטא ? — דערויף איז גענוג דער הרגש פון יראת העונש, יראת חטא. נאָכמער: פריער אין פרקי אבותו געפינט מען מפורש „הסתכל בג' דברים ואין אתה בא לידי עבירה" — און דאָס זיינען דברים פשוטים, וואָס די הסתכלות, דער אַריינטראַכטן אין זיי האַלט אָפּ פון אַן עבירה.

(ג) „מוחל על עלבונו" — לכאורה איז אין דעם ניט ניכר די גרויסע מעלה וואָס קומט פון לערנען „תורה לשמה"; וואָרום מוחל זיין אויף אַן עלבון (ד. ה. אַז ער פילט די באַליידיקונג) איז נאָך ניט די אמת'ע מעלה פון ביטול — אַ טיפערער ביטול איז ווען דער עלבון אָרט אים איבערהויפּט ניט, ווען ער פילט זיך ניט באַליידיקט מלכתחילהז.

ג. עס זיינען אויך דאָ כמה דיוקים אין לשון פון דעם מאמר, ומהםח:

(א) דער לשון „מלבשתו ענוה ויראה" און ניט ע"ד הרגיל (אַז דורך תורה לשמה) „נעשה עניו וירא" אָדער „יבוא לענוה ויראה" וכדומה?

(ב) וואָס איז די הדגשה „נהנין ממנו עצה ותושי'" — ניט „מבקשים ממנו" אָדער „מקבלים ממנו"?

(ג) ביים סיום פון דעם מאמר שטייט „מגדלתו ומרוממתו על כל המעשים" — וואָס איז דער חילוק צווישן די צוויי לשונות אין תוכן און ענין?

ד. דער ביאור אין דעם:

ר' מאיר איז מדייק אַז דאָ רעדט זיך וועגן איינעם וואָס איז „עוסק בתורה לשמה", וואָס די כוונה אין דעם איז:

„לשמה" מיינט, אַז מען לערנט ניט צוליב אויסנוצן דעם לימוד אויף ועלכןסאיז תכלית אויסער דעם לימוד גופא, אפילו ניט צוליב אַ קדושה'דיקן תכלית (ווי לידע את המעשה אשר יעשון כו', וכיו"ב), נאָר בלויז צוליב תורה, השגת התורהט — בלויז צוליב לימוד התורה עצמו.

און „עוסק בתורה לשמה" מיינט, אַז ער לערנט (אין דעם אופן פון, און) מיט עמל ויגיעהי; און נאָכמער, אַז זיין לערנען איז בדוגמא ווי איינער וואָס פירט אַ עסק כפשוטויא, וואָס ער איז אין דעם פאַרנומען טאָג און נאַכט ביז ער403הערט ניט אויף צו טראַכטן וועגן דעם — אַזוי, אַז זיין גאַנצע חיות און האָרעוואַניע איז אין לימוד התורה לשמה, ביז דאָס ווערט זיין גאַנצע מציאות ומהות.

ה. וויבאַלד דאָ רעדט זיך וועגן אַן „עוסק בתורה לשמה", קען ביי אים נתעורר ווערן אַ שאלה:

רז"ל *יא זאָגן דאָך „כל האומר אין לו אלא תורה . . אפילו תורה אין לו", נאָר עס דאַרף זיין תורה מיט גמילות חסדים, ד. ה. אַז אויך דער עוסק בתורה לשמה דאַרף זיך עוסק זיין מיט גמ"חיב, וואָס דאָס איז מעגלעך נאָר דורך פאַרנעמען זיך מיט מענטשן אַרום אים; נאָכמער: די התעסקות אין גמ"ח כדבעי איז פאַרבונדן מיט דער עבודה פון בירור וזיכוך המדות — האָבן אַ געפיל פאַר אַ צווייטן, ניט זיין קיין בעל גאווה, וכו' — וואָס צו דעם פאָדערט זיך אַ באַזונדערע עבודה ויגיעה.

און אפילו אין ענינים שבין אדם למקום זיינען דאָ כמה וכמה עניני עבודה — מעורר זיין אהבת ה', זיין אַ ירא־שמים כדבעי וכו' — וואָס זיי ווערן ניט אויפגעטאָן בדרך־ממילא, נאָר מ'דאַרף אויף זיי פיל האָרעווען. ובפרט לויט דער הוראה פון רמב"ם*12: והאיך היא הדרך לאהבתו ויראתויג, בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיויד הנפלאים הגדולים ויראה מהן חכמתו כו' מיד אוהב כו' וכשמחשב בדברים האלו עצמן מיד הוא נרתע לאחוריו וירא *יד ויפחד כו'.

פרעגט דער „עוסק בתורה לשמה"*: וויבאַלד אַז זיין גאַנצער „עסק" איז אין תורה לשמה, ווי אַזוי וועט ער קענען טאָן און אויפטאָן אין אַלע אַנדערע עניני עבודת ה'טו ? וועט ביי אים פעלן, ח"ו, אין די ענינים ?!

ווען ביי אים וואָלט דער עסק בתורה ניט געווען אין דער דרגא פון תורה לשמה, נאָר לידע את המעשה אשר יעשון, כולל אַלע עניני עבודת ה'טז — דעמאָלט זיינען „לימוד" און „מעשה" ניט סותר איינע די אַנדערע, נאָר אדרבה, ס'איז אַ לימוד וואָס ברענגט אים צו מעשה ועבודת ה';

וויבאַלד אָבער אַז דאָ רעדט זיך וועגן אַן עוסק בתורה לשמה — ער טראַכט בכלל ניט וועגן דאָס וואָס ער וועט האָבן און דערגרייכן דורך דעם לימוד, נאָר ער לערנט בלויז צוליב השגת התורה גופא —

איז ער דאָך שטענדיק אין אַ מצב, אַז ער טראַכט אינגאַנצן ניט וועגן „זיך" און זיינע „מדריגות" אין עבודת ה'יז; ער404האָט ניט קיין צייט אַריינצוקלערן צי ער האָט שוין מברר ומזכך געווען זיינע מדות צי ניט (ועאכו"כ צו פאַרנעמען זיך מיט (עניני גמ"ח —) מענטשן אַרום זיך)יח — טאָ וואָס וועט זיין מיט אַלע אַנדערע ענינים אין עבודת ה'?

ו. איז ר' מאיר מחדש „כל העוסק בתורה לשמה זוכה לדברים הרבה" — דער דיוק איז „זוכה" (און ניט אַז ער וועט זיי האָבן אַלס שכר):

דער שכר וואָס דער אויבערשטער צאָלט אַ אידן פאַר לימוד התורה וקיום המצות איז בערך צו דער תורה און מצות עצמן. וואָס דאָס איז אפילו לויט דער דיעהיט אַז שכר מצוות איז (ניט ווי אַ תוצאה ומסובב פון די מצוות אַליין, נאָר) אין אַ סגולה'דיקן אופן, ווי אַ (זייטיגע) באַלוינונג פאַר טאָן די מצוה.

וואָרום וויבאַלד יעדע מצוה האָט זיך איר שכר, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער שכר האָט אַ שייכות און אַ התדמות צו דער מצוה פאַר וועלכער דער שכר איז באַשטימט געוואָרןכ;

ועל אחת כמה וכמה לויט דער דיעהיט אַז שכר מצוות איז ווי אַ טבעית'דיקע תוצאה פון דער מצוה גופאכא — איז דאָך אַוודאי דער שכר בערך צו דער מצוה גופא.

ועד"ז בנדו"ד: דער שכר פאַר „עוסק בתורה לשמה" — איז אין דעם זעלבן ענין, דהיינו: התקשרות צום נותן התורה וואָס אורייתא וקוב"ה כולא חדכב. און דערפאַר קען מען ניט אָנרופן די „דברים הרבה" וואָס זיינען דאָ אויסגערעכנט געוואָרן מיטן נאָמען „שכר", וויבאַלד אַז אין זיי דריקט זיך ניט אויס דער ענין פון תורה לשמה (התקשרות להקב"ה, לנותן התורה).

און דאָס איז ר' מאיר מחדש, אַז אין צוגאָב צום עיקר השכר (אַלס תוצאה) פון „עוסק בתורה לשמה", איז ער אויך „זוכה לדברים הרבה" — ער באַקומט, בדרך זכי', „דברים הרבה" וואָס זיינען נידעריקערכג פון דער עצם מדריגה פון עוסק בתורה לשמה, וואָס די „דברים" זיינען אים מסייע אין אַלע אַנדערע עניני עבודת ה', כדלקמן.

ז. די „דברים הרבה", צו וועלכע דער עוסק בתורה לשמה איז זוכה, טיילן זיך אין צוויי סוגים: „דברים" וואָס ער באַקומט בדרך ממילא, ער דאַרף אויף זיי ניט האָבן קיין באַזונדערע יגיעה; און אַנדערע „דברים" צו וועלכע ער איז „זוכה" נאָר באופן חלקי ובמילא איז נויטיק אויך זיין עבודה; ד. ה. ער באַקומט זיי דורך אַ פיל גרינגערער עבודה ווי אַ צווייטער — אָבער דאָך דאַרף ער טאָן אַז זיי זאָלן ביי אים זיין כדבעי ובשלימות.

405און דאָס זיינען די שינוים און די דיוקי לשונות פון ר' מאיר „ומלבשתו ענוה ויראה, ומכשרתו להיות צדיק חסיד ישר ונאמן, ומרחקתו מן החטא ומקרבתו לידי זכות" — ווייל אויף די זאַכן דאַרף דער עוסק בתורה לשמה האָרעווען צו באַקומען זיי בשלימותם:

דער עוסק זיין בתורה לשמה טוט נאָר אויף אַז „מלבשתו ענוה ויראה" — די תורה פועל'ט ביי אים אַז ער זאָל האָבן די מדות (ענוה און יראהכד) בדרך לבוש, אין אַן אופן חיצוני (ווי אַ לבוש אויפן אדם) — זיי ווערן אָבער ניט פאַראיינציקט מיט אים ביז צו ווערן זיינע מדות („נעשה עניו וירא"); אַזוי איז תורה אים (נאָר) מכשיר צו ווערן אַ „צדיק . . ונאמן", מרחיק פון אַ חטא (ע"ד (ולא ממש) לא יאונה לצדיק כל אוןכה) און מקרב צו מצוות — אָבער בכדי צו זיין „צדיק . . ונאמן" בפועל, זיין אָפּגעהיט פון חטאים און האָבן זכיות בפועל — דאַרף ער האָבן עבודה ויגיעה.

ועד"ז „מוחל על עלבונו": די תורה, וואָס איז „דברי כאש"כו, איז מלבן ומזכךכז די מדות פון דעם וואָס לערנט תורה לשמה, אַז ער זאָל זיין אַ מוחל על עלבונו; אָבער בכדי צו דערגרייכן די שלימות אין בירור המדות, אַז ער זאָל מלכתחילה ניט פילן קיין עלבון, פאָדערט זיך אַן עבודה מיוחדת.

ח. לאידך אָבער, זיינען דאָ „דברים" צו וועלכע דער עוסק בתורה לשמה איז זוכה בשלימותם, אינגאַנצן אָן זיין השתדלות מיוחדת אין זייכח — לדוגמא: אוהב את המקום אוהב את הבריות, משמח את המקום משמח את הבריות . . ונהנין ממנו עצה ותושי' בינה וגבורה . . ונותנת לו מלכות וממשלה וחקור דין.

און וויבאַלד אַז ער איז „אוהב את הבריות . . משמח את הבריות", וועט דאָך ביי אים ניט פעלן ח"ו אין זיין הנהגה טובה בין אדם לחבירו; און נאָכמער: דוקא דערפאַר וואָס ער איז עוסק בתורה לשמה איז ער זוכה צו דערהויבנקייט אין שכל בכלל, אויך אין וועלט־זאַכן, אַזוי אַז ער קען געבן אַן „עצה" אויך אין מילי דעלמא כו'כט, ביז צו אַן עצה וואָס תורת אמת איז מעיד אַז „נהנין ממנו כו'" — און וויבאַלד אַז „נהנין ממנו עצה ותושי'" איז ער דאָך „משמח את הבריות"ל.

406ט. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם מאמר פון ר' מאיר איז דאָ אַ הוראה (ניט נאָר פאַר דעם עוסק בתורה לשמה אַליין, נאָר) אויך פאַר אַ צווייטן אידן, וואָס קען טראַכטן:

וויבאַלד אַז אַן עוסק בתורה לשמה מוז זיין אָפּגעזונדערט פון עניני העולם און פון מענטשן אַרום — איז דאָך ביי אים ניטאָ קיין ידיעה אין עניני העולם (וואָרום אויב יע, איז דאָך דאָס גופא אַ באַווייז אַז ער איז ניט קיין עוסק בתורה לשמה); און על אחת כמה וכמה אַז עס איז ניט שייך צו פאַרלאַזן זיך אויף זיינער אַן עצה אין מילי דעלמא אָדער עסקנות ציבורית וכיו"ב.

באַוואָרנט עס ר' מאיר, אַז אדרבה: דוקא צוליב דעם וואָס ער איז עוסק בתורה לשמה איז ער זוכה צו אַ שלימות'דיקער הבנה אין עניני העולם — און דערפאַר איז „נהנין ממנו עצה ותושי' כו'", אַז די עצה וואָס ער גיט איז אין אַן אופן פון „נהנין".

ובפשטות: אויב ער האָט ניט גענוג קלאָרקייט אין די געפרעגטע זאַכן, וועט ער זיך אָפּהאַלטן פון געבן אַן עצה; אָבער לאידך, אויב ער וועט יע אַרויסזאָגן זיין מיינונג און אַן עצה, איז דאַן קלאָר אַז דאָס איז די אמת'ע און ריכטיקע עצה ותושי' לויט תורת אמת; און אפילו ווען ס'דוכט זיך אַז די עצה וואָס ער גיט איז ניט אויסגעהאַלטן לויטן שכל אנושי — וויבאַלד אָבער אַז ער, דער עוסק בתורה לשמה, איז אַן „אוהב . . משמח את הבריות", איז אַ דבר ברור אַז „נהנין ממנו כו'", אַז פון דער עצה וואָס ער גיט זייענדיק אַן אוהב און מיטן כח התורה וועט מען געוויס הנאה האָבן.

יו"ד. דערמיט וועט אויך זיין פאַרשטאַנדיק דער לשון המשנה „מגדלתו ומרוממתו על כל המעשים", אַז דאָס איז ניט סתם אַ כפל לשון —

ע"פ כל הנ"ל קומט אויס, אַז אין דעם ציור ומצב פון אַן עוסק בתורה לשמה זיינען דאָ צוויי אופנים און דרגות שונות: (א) מצד זיין עצם עסק אין תורה לשמה איז ער העכער פון אַלע עניני העולם (פּונקט ווי תורה אַליין); (ב) מצד די „דברים הרבה" צו וועלכע ער איז „זוכה" האָט ער אַ שייכות צו עניני העולם (כאָטש זיי זיינען פיל נידעריקער פון זיין דרגא ומעלה — עוסק בתורה לשמה).

און בהתאם צו די צוויי דרגות זאָגט די משנה די צוויי לשונות „מגדלתו ומרוממתו": „גדול" פּאַסט אין פאַרגלייך צו איינעם וואָס (האָט אַן ערך צו אים, נאָר ער) איז קלענער פון אים; „רוממות" ווייזט אויף אַ דערהויבנקייט און אָפּגעטראָגנקייט וואָס איז שלא בערך העכער פון דעם פון וועמען ער איז מרומם.

ובעניננו: מצד די „דברים הרבה" צו וועלכע ער איז זוכה (וואָס זיי האָבן אַ שייכות און אַן ערך צו עניני העולם והבריאה) איז ער גדול על כל המעשים — זיין גדלות קעגן די מעשים און עניני העולם איז בערך, נאָר ער איז גרעסער פון זיי;

מצד דעם עצם עסק בתורה לשמה איז ער אינגאַנצן אָפּגעטראָגן און העכער407פון כל עניני העולם — „מרוממתו על כל המעשים".

יא. אע"פ אַז די דרגא פון עוסק בתורה לשמה — אין אַן אופן תמידי — איז ניט צו יעדן איינעםלא שייך, זאָגט אָבער דער אַלטער רבי אין תניאלב, אַז די כוונה פון לשמה דאַרף זיין ביי יעדערןלג עכ"פ „בתחלת הלימוד".

ויש לומר דעם ביאור אין דעם:

וויבאַלד אַז תורתו של הקב"ה איז אין סוף, קען זי ניט נתפס ווערן אין דעם שכל פון אַ מענטשן, אַ נברא און מוגבל, סיידן עס איז ביי אים דאָ די תנועה פון ביטול, וואָס דורכדעם קען ער מקבל זיין תורתו של הקב"הלד; און ע"ד ווי מען געפינט ביי מתן תורה, אַז די כלי צו קבלת התורה איז געווען דער ביטול פון זייער זאָגן „נעשה ונשמע"לה (און — בהקדמת נעשה לנשמעלו).

און אַזוי איז עס אויך ביי יעדערן, אַז איידער עס הויבט זיך ביי אים אָן דער סדר פון לימוד התורה — וואָס דאַן איז דער פסק־דין אַז לעולם יעסוק אדם בתורה ואפילו שלא לשמה כו'לז — דאַרף זיין די תנועה פון „קבלת התורה", כדי צו באַקומען אַ שייכות מיט תורתו של הקב"הלח;

און דאָס איז דורך דער תנועה פון ביטול, וואָס דריקט זיך אויס אין דער כוונה „לשמה" — ער האָט ניט קיין אייגענע פני' אין זיין לימוד (וואָס ווייזט אויף אַ הרגש פון דער אייגענער מציאות), און עס הערט זיך נאָר אָן די מציאות פון תורהלט.

און דאָס איז אויך דער טעם פאַרוואָס דער מסדר הברייתא האָט אָנגעהויבן די ברייתא פון „קנין תורה" מיט דעם מאמר פון ר' מאיר

— דלכאורה תמוה: פריער וואָלט געפּאַסט צו ברענגען די ברייתות וואָס זיינען מזרז אויף לימוד התורה בכלל, און ערשט דערנאָך אויף דער העכסטער מדריגה אין לימוד התורה (עוסק בתורה לשמה) ? —

ווייל די ברייתא פון „קנין תורה" וועלכע מען לערנט אין דעם שבת פאַר שבועות, זמן מתן תורתנו, גיט אַרויס דעם סדר ווי אַ איד דאַרף זיך גרייטן צו קבלת התורה בחג השבועותמ; וואָס דער סדר איז: צום אַלעם ערשטן פאָדערט זיך די תנועה פון „עוסק408בתורה לשמה"מא, וואָס דורכדעם איז מען מקבל תורה; און ערשט דערנאָך הויבט זיך אָן דער סדר פון לימוד התורה בפועל.

(משיחות ש"פ במדבר,

חגה"ש וש"פ נשא תשל"ה)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-wbfdvap9

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources