עברית
Library

Likkutei Sichos

Emor 2

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

248אמור ב

א. אין פסוקא „ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו גו' עד הביאכם את קרבן גו' בכל מושבותיכם" איז רש"י מפרש: בכל מושבותיכם, נחלקו בו חכמי ישראל ישב שלמדו מכאן שהחדש נוהג בחוצה לארץ ויש אומריםג לא בא אלא ללמד שלא נצטוו על החדש אלא לאחר ירושה וישיבה משכבשו וחלקוד.

דאָס וואָס רש"י דאַרף בכלל מפרש זיין די ווערטער „בכל מושבותיכם"

— דלכאורה, איז דער טייטש איינפאַך — אין אַלע ערטער וואו איר באַזעצט זיך (וואו עס זאָל נאָר זייןה); נאָכמער: „בכל מושבותיכם" שטייט ביי נאָך כמה מצותו (ומהם — פאַר אונזער פסוק), און ביי רובא דרובא פון זיי איז עס רש"י ניט מפרשז, היינט פאַרוואָס דאַרף עס רש"י מפרש זיין דאָ? —

249איז מובן: אויף „בכל מושבותיכם" וואָס שטייט פריער אין פ' צוח (ביים איסור פון אכילת דם) זאָגט רש"י: לפי שהיא חובת הגוף ואינה חובת קרקע נוהגת בכל מושבות; און וויבאַלד אַז חדש איז ניט קיין חובת הגוף, נאָר חובת קרקע — און נאָכמער: בפשטות איז דער איסור פון חדש פאַרבונדן מיטן עומר וואָס איז „ראשית קצירכם" פון „קצירה"ט (פון דעם „הארץ") — דאַרף אויסקומען אַז דאָס איז ניט נוהג „בכל מושבותיכם"?

זאָגט דעריבער רש"י אַז אע"פ כן „יש שלמדו מכאן שהחדש נוהג בחוצה לארץ": דער טייטש פון „בכל מושבותיכם" איז פשוטו כמשמעו, און דער פסוק קומט טאַקע לערנען אַז חדש איז אַ יוצא מן הכללי — כאָטש עס איז חובת קרקע, פונדעסטוועגן, איז עס נוהג „בכל מושבותיכם", אויך „בחוצה לארץ".

ב. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: וויבאַלד אַז דער פשוט'ער פשט פון „בכל מושבותיכם" איז ווי דער (ערשטער) פירוש פון „יש שלמדו" (— אַלע „מושבות", אויך „חוצה לארץ") — פאַרוואָס ברענגט רש"י אויך דעם (צווייטן) פירוש אַז „בכל מושבותיכם" מיינט (נאָר ארץ ישראל, אָבער) „לאחר ירושה וישיבה", וואָס האָט, ע"פ הנ"ל, קיין אָרט ניט אין פשטות הכתובים?

די קשיא איז נאָך שטאַרקער: שוין גערעדט פיל מאָל, אַז בשעת רש"י איז מוסיף און זאָגט פריער — איידער ער הויבט אָן מפרש זיין דעם פסוק — אַז250דאָ זיינען פאַראַן צוויי (אָדער עטלעכע) פירושים, מיינט ער דערמיט צו מדגיש זיין, אַז אין דרך הפשט זיינען די פירושים „שקולים" (און דאָס וואָס ער איז מקדים איין פירוש פאַרן צווייטן איז דערפאַר ווייל מ'קען דאָך ניט שרייבן ביידע פירושים בבת אחת).

און אַזוי אויך בנדו"ד: מיט דעם וואָס רש"י איז מוסיף און מקדים „ונחלקו בו חכמי ישראל" איז ער אויסן צו זאָגן, אַז דער (צווייטער) פירוש „ללמד שלא נצטוו על החדש אלא לאחר ירושה וישיבה כו'" איז ניט „ווייטער" פון דרך הפשט ווי דער (ערשטער) פירוש אַז „בכל מושבותיכם" מיינט אַלע מושבות, אויך „חוצה לארץ" —

ולכאורה: אפילו מ'זאָל אָננעמען, אַז רש"י דאַרף ברענגען דעם צווייטן פירוש דערפאַר ווייל לויטן ערשטן פירוש איז ניט פאַרשטאַנדיק — פאַרוואָס זאָל חדש, וואָס איז חובת קרקע, נוהג זיין אויך בחוצה לארץ ? — ווי קען מען אָבער זאָגן, אַז דער פירוש אין „בכל מושבותיכם" („לאחר ירושה וישיבה") איז אויסגעהאַלטן אין דרך הפשט פּונקט ווי דער פירוש הפשוט הנ"ל פון „בכל מושבותיכם" (וואָס אַזוי איז אויך זיין פירוש בכל מקוםיא) ?

ג. דער ביאור בזה:

ביים איסור „לסרס שום בהמה וחי'" (וואָס שטייט פריער אין אונזער פרשהיב) זאָגט דער פסוק „ובארצכם לא תעשו". איז רש"י אויף דעם מפרש: לכך נאמר בארצכם לרבות כל אשר בארצכם שא"א לומר לא נצטוו על הסרוס אלא בארץ שהרי סרוס חובת הגוף הוא וכל חובת הגוף נוהגת בין בארץ בין בחוצה לארץ.

זעט מען דערפון, אַז דער כלל — „כל חובת הגוף נוהגת בין בארץ בין בחוצה לארץ" — איז אַזוי שטאַרק, אַז אויך אין פשוטו של מקרא, איז מען צוליב דעם מפקיע דעם וואָרט „בארצכם" פון זיין פּשוט'ן אָפּטייטש, כדי דאָס זאָל ניט זיין אין סתירה צום כלליג.

[און דאָ איז ניט דער פאַל, אַז צוליב אַ שוועריקייט אין דרך הפשט ברענגט רש"י אַ דרש וואָס איז מיישב „דברי המקרא דבר דבור על אופניו"יד — וואָרום רש"י דערמאָנט ניט אַז דער פירוש „כל אשר בארצכם" איז אַ דרש (און צייכנט אפילו ניט אָן אַז דער פירוש איז גענומען פון רז"לטו) — נאָר ער זאָגט עס אין זיין סגנון פון פשט: לויטן דרך הפשט בייט זיך דער טייטש אין „בארצכם" (ניט ווי זיין פירוש הפשוט)* כדי עס זאָל ניט זיין בסתירה צום כלל „כל חובת הגוף וכו'"].

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צום צווייטן חלק פון כלל — אַז אַ „חובת קרקע אינה נוהגת אלא בארץ"טז — אַז דער כלל דאַרף מתאים זיין אומעטום אויך ווען אין דרך הפשט251דאַרף מען צוליב דעם בייטן דעם טייטש פון אַ וואָרט (ניט ווי זיין פשוט'ער טייטש);

און אַזוי אויך בעניננו: רש"י קען זיך ניט באַנוגענען מיטן פירוש אַז חדש איז „נוהג בחוצה לארץ", וואָס איז היפך פון דעם כלל אַז „חובת קרקע אינה נוהגת אלא בארץ"; און דעריבער ברענגט ער נאָך אַ פירוש אין „בכל מושבותיכם" („לאחר ירושה וישיבה"), וואָס דער פירוש, הגם ער ליגט ניט אַזוי אין די ווערטער „בכל מושבותיכם", איז ער אָבער ניט בסתירה צום כלל הנ"ל (ע"ד פירוש הנ"ל אין „בארצכם לא תעשו").

ד. אָבער אויך דער פירוש איז ניט גלאַטיקיז (וואָס דעריבער ברענגט רש"י אויך דעם פירוש אַז „מכאן שהחדש נוהג בחוצה לארץ") — ווייל „בכל מושבותיכם" שטייט ביי כמה מצות, און אומעטוםיא מיינט עס אַז דער חיוב איז אויך בחוצה לארץ;

קומט אויס, אַז דער פירוש פון „בכל מושבותיכם" דאָ, אַז דאָס מיינט „לאחר ירושה וישיבה", איז אַ יוצא מן הכלל פון אַלע אַנדערע ערטער וואו עס שטייט „בכל מושבותיכם"1 — דערפאַר ברענגט רש"י (אויך) דעם ערשטן פירוש.

דערמיט איז פאַרשטאַנדיק ווי די צוויי פירושים פון רש"י זיינען „שקולים" אין דרך הפשט: אין ביידע פירושים איז דאָ די זעלבע שוועריקייט, אַז „בכל מושבותיכם" דאָ איז אַ יוצא מן הכלל: לויטן ערשטן פירוש, איז דער חיוב פון חדש בחו"ל אַן אויסנאַם פון דעם כלל (אויך לויט פשוטו של מקרא כנ"ל) אַז „חובת קרקע אינה נוהגת אלא בארץ"; און לויטן צווייטן פירוש איז דער טייטש פון „בכל מושבותיכם" אַ יוצא מן הכלל פונעם טייטש פון די ווערטער אין אַלע אַנדערע ערטער אין תורה (וואו עס מיינט — אין אַלע מושבות, אויך חוצה לארץ).

ה. וויבאַלד אַז די צוויי פירושים זיינען „שקולים" אין פשט הכתוב, קען אַ תלמיד ממולח פרעגן: וואָס זיינען די סברות פון די בעלי פלוגתא וואָס לויט איינעם קומט „בכל מושבותיכם" לערנען אַז חדש נוהג בחו"ל, און לויטן צווייטן — (נאָר בארץ) — „לאחר ירושה וישיבה"?

דייטעט אָן רש"י די הסברה אין דעם דורך נוצן דעם לשון „(נחלקו בו) חכמי ישראל" — ניט ווי דער לשון רש"י הרגיל „(נחלקו בו) רבותינו" (וכיו"ב) — דערמיט איז ער מרמזיח, אַז דער

252אמור ב

„נחלקו" איז פאַרבונדן (ניט מיט לימוד פשט הכתובים („רבותינו"), נאָר) מיט צוויי שיטות ווי צו פאַרשטיין און אָפּשאַצן די תכונות און געפילען פון אידן — „חכמי ישראל" (וכדלקמן).

דער ביאור אין דעם: יעדער קרבן דאַרף דערוועקן ביים מענטשן אַ באַשטימטן הרגש נפשי, בהתאם צו דעם תוכן פון דעם קרבן. לדוגמא: ביי קרבן חטאת ואשם — אַ געפיל פון חרטה און תשובהיט, קרבן תודה — אַ הודי' צום אויבערשטן, וכו'; און דעריבער פאָדערט זיך ביי דער הקרבה פון קרבן (ניט נאָר די גשמיות'דיקע הקרבה, נאָר) אויך, בלשון רש"יכ, דער „יכוין את לבו לשמים".

און דאָס איז ניט דוקא ביי אַ קרבן יחיד; אויך אַ קרבן צבור דאַרף אַרויסרופן ביי יעדער יחיד (וואָס איז דאָך אַ טייל פון צבור) דעם רגש בהתאם צום קרבן [לדוגמא: ביי די קרבנות צבור וואָס זיינען מכפר אויף (עבירות) היחידכא — דאַרף דער יחיד חרטה האָבן אויפן חטא].

דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בעניננו: דער איסור צו עסן חדש, וואָס זיין טעם הפשוט איז כדי „ראשית קצירכם" זאָל זיין אַ קרבן (עומר), דאַרף אַרויסרופן ביי אידן די הכרה והרגשה אַז דעם „ראשית" פון אַלע זיינע זאַכן מוז מען ברענגען לה' און ערשט דערנאָך קען זיין „תאכלו".

וויבאַלד אָבער אַז דער עומר ווערט געבראַכט נאָר פון „קצירה" — דער קציר פון ארץ ישראל, ובמילא — איז דאָס מעורר נאָר די אידן פון (די מקומותכב פון וואַנעט מ'מעג ברענגען דעם עומר —) ארץ ישראלכג — שטעלט זיך די שאלה: ווי ווערט אָט די הכרה (אַז „ראשית קצירכם" געהערט צום אויבערשטן) אַרויסגערופן ביי די אידן וואָס געפינען זיך אין חוצה לארץכד, וואָס פון זייער קציר בריינגט מען ניט קיין קרבן עומר?

זיינען אין דעם פאַראַן צוויי שיטות ביי די „חכמי ישראל":

איין שיטה איז, אַז אויך זיי זיינען אסור בחדש, און וויבאַלד זיי וועלן ניט טאָרן עסן חדש ביז דעם טאָג ווען מ'ברענגט (אין א"י) דעם עומר, וועט דאָס זיי דערמאָנען און מעורר זיין צוצוקומען צו דער הכרה הנ"ל (אַז253„ראשית" געהערט צום אויבערשטן), כאָטש פון זייער קציר בריינגט מען ניט דעם עומר.

אַ צווייטע שיטה איז אַז, אדרבה: דער וועג צו דערוועקן אין זיי דעם הרגש איז ניט דורך אסר'ן זיי אין חדש, נאָר אדרבה — דאָס גופא וואָס די פעלדער פון די אידן בחו"ל זיינען ניט אין דעם גדר פון ברענגען דעם עומר (ובמילא — ניט אין דעם איסור פון חדש), דערוועקט אין זיי די אַנערקענונג פון זייער שפל המצב (ניט זיין ראוי צו דער הקרבת העומר (און במילא ניט איסור חדש)); און די הכרה פון זייער שפל המצב וועט ביי זיי אַרויסרופן אַ תשוקה אַז ביי זיי דאַרף זיין ביתר שאת דער געפיל וואָס דער עומר רופט אַרויס ביי די אידן פון א"י.

ו. ע"פ הנ"ל קען מען אויך מסביר זיין (בפנימיותכה הענינים) פאַרוואָס רש"י איז מקדים דעם פירוש אַז חדש איז נוהג בחו"ל פאַר דעם פירוש אַז חדש איז נוהג נאָר בארץ

[כאָטש אַז בנדו"ד זיינען ביידע פירושים שקולים אין דרך הפשט, און רש"י איז מקדים איין פירוש פאַרן צווייטן דערפאַר ווייל מ'קען דאָך ניט שרייבן צוויי פירושים בבת אחת, כנ"ל — פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז יעדער ענין אין תורה איז בדיוק, איז מובן, אַז עס איז דאָ אַ מעין טעם, עכ"פ בפנימיות העניניםכו, אויף דעם וואָס רש"י איז מקדים איין פירוש פאַרן צווייטן]:

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים אין זייער אויפטאָן אין אידן:

דער ערשטער אופן — דורך אסר'ן אכילת חדש — דערנעמט דעם אוכל, דעם גוף ונפש הבהמיתכז, ווייל דאָס וואָס מ'טאָר ניט עסן אַ געוויסן מאכל רירט אָן (ניט אַזוי די נשמה, נאָר) בעיקר דעם גוף ונפש הבהמית.

דער צווייטער אופן — דורך זיין מושלל פון (הקרבת) עומר און (איסור) חדש, וואָס רופט אַרויס די תשוקה צו דערהויבן זיך און צוקומען ביתר שאת צו דעם געפיל וואָס איז דאָ ביי די בני א"י — רירט אָן דעם נפש האלקיתכח, וואָס ביי אים דוקא קומט אויף אָט די תשוקה צו נתעלה ווערן („רוח גו' האדם העולה היא למעלה"כט).

ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער סדר אין רש"י: דער אָנהייב, דער ערשטער פירוש — התחלת העבודה, ווען דער גוף ונפש הבהמית זיינען נאָך בתקפם, דאַרף מען טאָן אַזעלכע פעולות וואָס ווירקן אויף דעם גוף ונפש הבהמית; און ערשט דערנאָך קען מען צוקומען צו דער צווייטע שטופע, דעם צווייטן פירוש — צו פועל זיין אויפן נפש האלקית.

254ז. דער חילוק צווישן די צוויי פירושי רש"י איז ניט נאָר בנוגע חו"ל (צי דאָרט איז נוהג איסור חדש), נאָר אויך אין א"י גופא: צי דער איסור חדש אין א"י האָט זיך אָנגעהויבן ערשט „לאחר ירושה וישיבה" (כפירוש הב'), אָדער אויך פאַר ירושה וישיבה (ווי דער ערשטער פירושל, וואָס „בכל מושבותיכם" קומט לויט אים „ללמד שהחדש נוהג בחוצה לארץ").

לויטן פריערדיקן ביאור וועט זיין פאַרשטאַנדיק, ווי די צוויי חילוקים זיינען אָפּהענגיק איינער אין אַנדערן, ווייל אויך דער חילוק אין עבודה צווישן די צוויי שיטות ואופנים הנ"ל, איז ניט נאָר בשייכות צו די אידן אין חו"ל, נאָר אויך בנוגע די אידן אין א"י:

די ערשטע שיטה (ופירוש) — וואָס איז מדגיש בעיקר די עבודה צו דערנעמען דעם גוף ונפש הבהמית פון אַ אידן — האַלט, אַז אויך אין א"י איז די הכרה, אַז „ראשית קצירכם" געהערט לה', געקומען ניט אַזוי מצד דעם עומר (די הקרבה לה'), נאָר מצד דעם איסור אכילת חדש וואָס דערנעמט דעם גוף ונפה"ב.

און דעריבער האָט זיך דער איסור חדש, לפי שיטה זו, אָנגעהויבן גלייך ביים אַריינקומען אין א"י — נאָך איידער מ'האָט זיך „באַזעצט" בקביעות (ירושה וישיבה) אין ארץהקודש, וואָס דאַן איז עס אַ סדר הנהגה קדושה, פון קדושת נפש האלקית — ווייל דער אופן אין אויפטאָן די הכרה הנ"ל (דורך דערנעמען דעם גוף ונפה"ב) איז שייך אויך

העבודה

וישיבה");

לויט דער צוויטער שיטה אָבער, אַז דער עיקר וואָס ברענגט אידן צו דער הכרה הנ"ל, איז די הקרבה פון עומר, וואָס דערנעמט דעם נפש האלקית — קען זיך דאָס ערשט אויפטאָן „לאחר ירושה וישיבה".

(משיחת ש"פ אמור תשל"ז)

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-vxapnndm

Copies

Recent activity

#191 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · approved
#133 Likkutei Sichos vol 17: machine reading · closed

Sources