לקוטי שיחות
נח א
34נח
א. בנוגע דעם זמן וואָס האָט געדויערט דער בנין התיבה דורך נח'ן, שטייט אין מדרשא אַז „מאה ועשרים שנה הי' משתדל בה", און אַזוי בריינגט אַראָפּ רש"יב בפירושו על התורהג.
דאַרף מען פאַרשטיין: ווי קומט עס אַז נח האָט זיך אַזויפיל צייט פאַרזאַמט מיט בויען די תיבה און ניט מקיים געווען דעם ציווי ה'ב „עשה לך תיבת עצי גופר וגו'" בזריזות [ובפרט אַז דאָס איז געווען צוליב (זיין הצלה און) קיום כל העולם כולו]?
און רש"י באַוואָרנט עס ניט, אפילו ניט ברמז!
מען קען ניט זאָגן, אַז אין דעם פרט איז די הנהגה פון נח'ן געווען ניט כדבעי — וויבאַלד אַז דער פסוק איז מעיד „איש צדיק תמים הי'". אפילו לויט דער דעהד אַז עס איז נאָר „בדורותיו" — איז דאָך אָבער בנוגע דעם בנין התיבה איז דער פסוק מסיים און מדגיש „ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלקים כן עשה"ה איז פאַרשטאַנדיק, אַז דעם ציווי האָט ער אויסגעפאָלגט בשלימות אין אַלע פרטים.
אויך קען מען ניט זאָגן, אַז וויבאַלד דער אויבערשטער האָט שוין געזאָגטו אַז ער וועט מארךאף זיין ק"כ שנה טאָמער וועלן די אנשי דור המבול תשובה טאָןז, דעריבער האָט נח ניט געדאַרפט איילן צו אויפבויען די תיבה און ער האָט זיך דערווייל עוסק געווען אין מעורר זיין בני דורו לתשובה [ובפרט אַז ווען זיי וואָלטן חוזר בתשובה געווען וואָלט קיין מבול ניט געקומעןח און עס וואָלט בכלל ניט נויטיק געווען די תיבה] —
ווייל: א) וויבאַלד אַז ביים ציווי „עשה לך גו'" איז ניט געזאָגט געוואָרן קיין זמן ווען די תיבה זאָל פאַרטיק ווערן איז פאַרשטאַנדיק, אַז ער האָט עס געדאַרפט אָפּטאָן וואָס פריער; און וויבאַלד אַז נח האָט דעם ציווי מקיים געווען בשלימות (כנ"ל) איז ניט מסתבר, אַז ער האָט אָפּגעלייגט דעם קיום הציווי פון „עשה לך גו'" (אפילו צוליב מעורר זיין דורכדעם בני דורו לתשובה).
ב) דערמיט קען מען נאָר מסביר זיין פאַרוואָס נח וואָלט געקענט אָפּלייגן דעם בנין התיבה ביז נאָענט צום סוף פון די ק"כ שנה (און דערוויילע זיך אָפּגעבן מיט מעורר זיין אנשי דורו35לתשובה) — עס בלייבט אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: פאַרוואָס האָט נח געדאַרפט זיך עוסק זיין אין בנין התיבה דעם גאַנצן משך זמן פון ק"כ שנהט?
ב. דער ביאור אין דעם בפשטות איז, לכאורה, ווי רש"י אַליין איז מפרש (ועד"ז אין מדרשי), אַז דער טעם וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט נח'ן ער זאָל בויען אַ תיבה — כאָטש אַז „הרבה ריוח והצלה לפניו ולמה הטריחו בבנין זה" — איז געווען „כדי שיראוהו אנשי דור המבול עוסק בה ק"כ שנה ושואלין אותו מה זאת לך והוא אומר להם עתיד הקב"ה להביא מבול לעולם אולי ישובו".
קומט אויס, אַז דער בנין התיבה און מעורר זיין אנשי דורו לתשובה זיינען ניט קיין צוויי באַזונדערע ענינים, נאָר ס'איז היינו הך: דער עצם פעולת הבני' פון דער תיבה איז געווען אַ מיטל צו מעורר זיין זיי לתשובה.
און וויבאַלד אַז דאָס איז געווען דער טעם פון דעם ציווי „עשה לך תיבת גו'", איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס וואָס נח האָט זיך פאַרזאַמט מיט בנין התיבה איז ניט קיין הנהגה פון היפך הזריזות אינעם קיום הציווי, נאָר דווקא דאָס איז דער אמת'ער אופן פון קיום הציווי (וויבאַלד אַז די מטרה פון עשיית התיבה איז „כדי שיראוהו כו' אולי ישובו").
עס איז אָבער פאָרט ניט גלאַטיק: אויף צו מעורר זיין ביי אנשי דורו די שאלה ותמי' „מה זאת לך" האָט ער ניט געדאַרפט מאריך זיין אין דער מעשה הבני' — אויך אַן אויפגעבויטע תיבה וואָלט ביי זיי אַרויסגערופן די שאלה „מה זאת לך"יא — איז הדרא קושיין לדוכתא: פאַרוואָס האָט נח געדאַרפט אָפּציען דעם קיום הציווי „עשה לך גו'" אויף אַ משך פון ק"כ שנה (היפך בתכלית פון זריזות), בעת ער האָט געקענט מקיים זיין דעם ציווי ה' און בויען די תיבה בזריזות גדולה, און דורך דער אויפגעבויטער תיבה מעורר זיין ביים דור המבול די תמי' „מה זאת לך"?
מוז מען זאָגן, אַז דער ענין פון „עשה לך תיבת גו'" גופא מאָנט אַז עס זאָל געדויערן ק"כ שנה; און ווי ס'איז אויך משמע פון לשון „ולמה הטריחו בבנין זה כדי שיראוהו אנשי דור המבול עוסק בה ק"כ שנה ושואלין אותו וכו'", אַז דער אויבערשטער האָט אים מלכתחילה מטריח געווען מיט אַ בנין וואָס מוז נעמען ק"כ שנהיב כדי די אַנשי דורו זאָלן זען, פרעגן און נתעורר ווערן בתשובה — און ניט אַז ער האָט צוליב דעם („שיראוהו . . ושואלין כו'") אויסגעצויגן דעם בויען ביז ק"כ שנה.
ג. איז דער ביאור בזה — בפשטות:
עשה לך איז דער טייטש (בפשוטו של מקרא) דו זאָלסט טאָןיג (און ווי דער אַברבנאל זאָגט: „עשה לך, כלומר שנח36בעצמו יעשה התיבה ולא יצוה לעשותה לאחרים") — דער ציווי איז געווען, אַז נח אַליין זאָל בויען די תיבהיד; און נאָכמער, לויט ווי דער ראָגאַטשאָווערטו איז מסביר (ע"ד ההלכה), אַז דאָרט וואו דער ציווי איז בלשון „עשה" באַשטייט די מצוה אין דער פעולת העשי' גופא (ועד"ז ביי אַן עבירה, אַז דאָרט וואו דער אָנזאָג אויפן איסור שטייט בלשון עשי' איז מען עובר דורך דער עשי' בפו"מ, אָבער אויף דעם וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך אַ גרם איז ניטאָ קיין חיוב).
ועד"ז איז בנדו"ד ביי עשיית התיבהטז: וויבאַלד אַז ביים ציווי אויף עשיית התיבה שטייט „עשה לך", אַז די מצוה איז די עשי' גופא, במילא האָט נח אַליין געמוזט טאָן די גאַנצע אַרבעטיז פון בניןיח התיבה
[וע"ד ההלכה האָט ער עס ניט געקענט טאָן דורך אַ שליח — וואָרום אפילו מ'זאָל זאָגן, אַז אויך די ציווים בל' „עשה" קען מען מקיים זיין דורך אַ שליח (און זיין פעולה ווערט פאַררעכנט פּונקט ווי דער משלח וואָלט עס געטאָן)יט, האָט אָבער נח ניט געקענט מאַכן אַ שליח אויף בנין התיבה, היות אַז ביי אַ ב־נח איז ניטאָ דער גדר פון שליחותכ (באופן הנ"ל, אַז שלוחו זאָל זיין „כמותו")],
ובמילא איז קיין חידוש ניט, וואָס הגם נח האָט מקיים געווען דעם ציווי ה' צו בויען די תיבה מיט גרויס זריזות, האָט עס פונדעסטוועגן געדויערט אַ משך זמן פון ק"כ שנה; אדרבה: טוענדיק איינער אַליין, איז גאָר אַ וואונדער וואָס די גאָר גרויסע יאַרבעט האָט ביי אים גענומען ניט מער ווי ק"כ שנה !
ד. ביים ראָגאַטשאָווערטו געפינט מען בנדו"ד צוויי סברות — צי ביי עשיית התיבה איז די מצוה געווען די פעולת הבנין, אָדער „המצוה הוה המציאות לא הבנין" (אַז עס זאָל זיין אַ (געבויטע) תיבה).
וי"ל אַז דאָס איז תלוי אין דעם טעם הציווי צו מאַכן די תיבה:
אויב די מטרה פון דער תיבה איז געווען נאָר די הצלה פון מי המבול, איז אין דער פעולת הבנין דהתיבה פאַר זיך ניטאָ קיין תוכן און די גאַנצע זאַך איז די מציאות פון דער תיבה;
אָבער אויב מ'זאָל זאָגן, אַז די התעסקות אין בנין התיבה איז געווען מיט דער כוונה „כדי שיראוהו וכו' ושואלין וכו' אולי ישובו", איז דער בנין37גופא אַ מצוה (ווייל דאָס ברענגט צו תשובהכא).
עפ"ז קען מען מסביר זיין, אַז דאָס איז כוונת רש"י מיט זיין פירוש „(הרבה ריוח והצלה לפניו) ולמה הטריחו בבנין זה כדי שיראוהו וכו'": מיטן אריכות הלשון „ולמה הטריחו בבנין זה" איז רש"י אויסן צו מבאר זיין, אַז די קשיא איז ניט נאָר פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער אויסגעקליבן דוקא דעם אופן פון הצלה און ניט אַן אַנדער אופן פון „ריוח והצלה"
— ווייל אין דרך הפשט איז דאָס ניט קיין (גרויסע) קשיא: אין דרך הטבע איז אַ תיבה דער מיטל צו ניצל ווערן פון אַ מבול מים [וואָס דערפאַר ברענגט טאַקע ניט רש"י דעם לשון פון מדרשכב „וכי לא הי' יכול הקב"ה להציל את נח באמונתו ובדבורו או להעלותו לשמים"] —
נאָר בעיקר „ולמה הטריחו בבנין זה": פאַרוואָס האָט נח אַליין זיך געדאַרפט מטריח זיין בבנין התיבהכג; ד. ה. וואָס איז די כוונה אין דעם וואָס דער בנין גופא איז אַ מצוה, און וואָס דערפאַר האָט נח אַליין זיך געדאַרפט מתעסק זיין מיט דעם?
אויף דעם ענטפערט רש"י „כדי שיראוהו כו'" — אַז די טרחא אינעם בנין איז צוליב מעורר זיין לתשובה, ובמילא איז מובן פאַרוואָס די מצוה באַשטייט אין עצם בויען די תיבהכד.
ה. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: רש"י בפירושו על התורה איז דאָך מפרש פשוטו של מקרא — וואָס איז דער הכרח ע"ד הפשט אַז „עשה לך תיבת גו'" מיינט „הטריחו כו'", אַז נח דאַרף אַליין בויען די תיבה ? ובפרט אַז עס איז שווער זיך פאָרשטעלן ווי קען איין מענטש אויפבויען אַ תיבה פון: שלש מאות אמה וגו'.
לכאורה איז שווער צו זאָגן, כנ"ל, אַז דאָס איז מצד דעם לשון „עשה לך" — ווייל דער לשון (וכיו"ב) געפינט מען בכמה מקומות, וואו דאָס מיינט (ע"פ פשש"מ) „לך, בשבילך"כה, „לך, משלך"כו,
ויש לומר, אַז רש"י'ס הכרח איז פון דעם סדר והמשך הכתוביםכז: דער ציווי אויף עשיית התיבה שטייט אין פסוק גלייך נאָכן סיפור הפעולה ובנוגע לדור המבול „קץ כל בשר בא לפני גו' והנני משחיתם את הארץ"כח — און פאַר דעם פסוק „ואני הנני מביא את המבול מים גו'"כט וואו ער איז מפרט אין וואָס פאַר אַן אופן דאָס וועט זייןל — דערפון לערנט רש"י אַרויס אַז דער ציווי „עשה לך תיבת גו'" איז ניט (נאָר) צוליב דער מציאות התיבה, דעם נפעל, ער זאָל38האָבן אַ תיבה צו ראַטעווען זיך פון דעם „מבול מים", נאָר אַז די פעולה, דער עצם מעשה הבני' איז (אויך) אַ מצוה וענין בפ"ע, אַ התראה לדור המבול.
ו. שוין גערעדט כמה פעמים, אַז דער דרך פון פירוש רש"י על התורה איז ניט אינגאַנצן פּונקט ווי דרך פירושו על הש"ס. כאָטש אַז אין ביידע איז ענינו לפרש ע"פ פשוטולא, איז אָבער ניט גלייך „פשוטו" פון ש"ס — לימוד ע"ד ההלכה כו', צום „פשוטו" פון מקרא — לימוד פשט הכתובים, זיי זיינען צוויי באַזונדערע אופני לימוד. דעריבער קען מען ניט פרעגן אַ סתירה פון פירוש רש"י על התורה לפירושו על הש"ס.
און דאָס איז אויך מודגש בענינינו: אין מס' סוכהלב זאָגט רש"י, אַז שם האָט געבויט די תיבה צוזאַמען מיט נח'ן, און דער ראָגאַטשאָווערלג איז פון דעם פירוש רש"י מדייק דעם הכרח „דהמצוה הוה המציאות לא הבנין" — פאַרקערט ווי עס קומט אויס פון פירושו דרש"י על התורה (כנ"ל סעיף ד').
דער ביאור אין דעם: לויט פשש"מ איז ניטאָ קיין רמז פון לשון הכתובים אַז שם האָט אים געהאָלפן; אדרבה: פון דעם וואָס דער פסוק איז מסייםה „ויעש נח ככל אשר צוה אותו אלקים כן עשה" איז משמע, ווי רש"י לערנט בפירושו על התורה, אַז נח אַליין האָט געבויט די תיבה.
און דאָס איז אויך מתאים מיט דער משמעות פון המשך הכתובים על אתר: פון דער הקדמת הציווי „עשה לך תיבת גו'" איז מוכח אַז די מצוה איז די פעולה, כנ"ל סעיף ה' [און דעריבער געפינט מען אויך אין מדרשי התורהלד אַז די התעסקות אין בנין התיבה איז געווען כדי לעורר לתשובה (ובמילא — אַז דער עצם בנין איז די מצוה)].
משא"כ בפירושו על הש"סלה נעמט אָן רש"י ווי עס קומט אויס מצד שיטת הגמרא (ההלכה) — אין ש"סלו (א) ווערט נאָר געזאָגט אַז „שהי' נח הצדיק מוכיח בהם ואומר להם עשו תשובה כו'", ניט פאַרבינדנדיק דעם ענין (ההוכחה וההתעוררות לתשובה) מיט דעם בנין התיבה; און אפילו פון המשך הגמרא (אמרו לו זקן תיבה זו למה א"ל הקב"ה כו') איז משמע אַז זייער שאלה איז געווען אויף תיבה זו, מציאות התיבהלז. (ב) עס ווערט אין גמרא ניט דערמאָנט אַז די עשיית התיבה האָט גענומען ק"כ שנה.
און פון דעם איז רש"י'ס הוכחה, אַז לויט שיטת הש"ס איז בנין התיבה39געווען נאָר צוליב הצלה, און דער ענין פון מעורר זיין אנשי דור המבול צו תשובה איז אַן ענין בפ"ע (ניט פאַרבונדן מיט עשיית התיבה); ד. ה. די מצוה איז די מציאות התיבה, דער נפעל, ובמילא איז ניט געווען קיין חיוב אַז נח אַליין זאָל בויען די תיבה און ער האָט זי געקענט בויען צוזאַמען מיט אַנדערע (שם וכיו"ב).
ז. עוד יש לומר: אויך רש"י בפירושו על הש"ס האַלט אַז די מצוה איז דער בנין התיבה (און ניט נאָר די מציאות התיבה) — נאָר ער האַלט (כדעת הפוסקיםלח) אַז אַ ב"נ קען ווערן אַ שליח פאַר אַ ב"נ כמותולט, וואָס דעריבער קען די השתתפות פון שם אין בנין התיבה פאַררעכנט ווערן פּונקט ווי נח אַליין וואָלט די תיבה געבויט, וויבאַלד שם האָט דאָס געטאָן בשליחותו פון נח'ן.
משא"כ בפירושו על התורה, נעמט רש"י אָן לויט פשש"מ, אַז בשעת ס'איז דאָ אַ ציווי אויף איינעם אַז ער זאָל טאָן אַ פעולה קען ער דעם ציווי ניט מקיים זיין דורך אַ שליח (כמשנ"ת במק"אמ). ובמילא איז מובן אַז נח האָט אַליין געמוזט בויען די תיבה.
ח. שוין גערעדט פיל מאָל אַז אַלע פירושים אויף איין פסוק האָבן אַ שייכות צווישן זיך. ועד"ז בנדו"ד: בנוגע „עשה לך" זאָגט דער ראָגאַטשאָווערטו „לך — משלך", אַז נח האָט געמוזט בויען די תיבה פון זיינע אייגענע נכסים. דאַרף מען זאָגן, אַז דער פירוש אין „עשה לך" איז פאַרבונדן מיטן פירוש הנ"ל — אַז ער האָט עס אַליין געדאַרפט טאָן, ווייל דער עצם בנין התיבה איז די מצוה.
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים, אַז ענלעך צו לשון הנ"ל (ביי דער תיבה) געפינט מען אויך באַ סוכה
[וואָס די ביידע ענינים האָבן אַ שייכות צווישן זיך, ווי חסידותמא איז מבאר, אַז סוכה איז בדוגמת תיבת נח, ווייל ביידע איז ענינם שלוםמב: אין תיבת נח זיינען געווען אַלע מיני חיות צוזאַמען און פונדעסטוועגן האָט דאָרט געהערשט אַ מצב פון שלום, אַ מעין פון „לא ירעו ולא ישחיתו"מג; און עד"ז איז סוכה ענינה שלום — ופרוש עלינו סוכת שלומך, ביז אַז חז"למד זאָגן „כל ישראל ראוים לישב בסוכה אחת"]
— חג הסוכות תעשה לךמה.
זעט מען, אַז די ענינים הנ"ל ביי דער תיבה [(א) אַז דער עצם בנין התיבה איז אַ מצוה, (ב) אַז עס דאַרף זיין „עשה לך40משלך", (ג) און אַז די תיבה, דער נפעל איז געווען צוליב הצלה] — איז דוגמתם אויך דאָ ביי סוכה:
א) עצם עשיית סוכה איז אַ מצוהמו, ביז אַז לויט דעם ירושלמימז דאַרף מען דערויף מאַכן אַ ברכה — „לעשות סוכה". ב) די סוכה דאַרף זיין „לךמח משלך"מט. ג) דער מכוון פון ישיבה בסוכה איז „למעןנ ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בנ"י בהוציאי אותם מארמ"צנא, הם היו ענני כבודו שהקיפם בהם לצל לבל יכה בהם שרב ושמש ודוגמא לזה צונו לעשות סוכות העשויות לצל"נב.
אעפ"כ געפינט מען אַ חילוק צווישן זיי: א) באַ דער תיבה האָט דוקא נח אַליין געדאַרפט בויען די תיבה, משא"כ באַ סוכה וואָס כאָטש ס'איז אַ מצוה, קען אויך אַ צווייטער בויעןנג די סוכה פאַר עםנד. ב) די תיבה מוז זיין „לך משלך" — נח'ס תיבה, משא"כ בסוכה איז „אדם . . יוצא י"ח בסוכתו של חבירו (אַ סוכה שאולה)"נה וואָרום „הרי היא כשלו"נו.
ט. וי"ל אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם כללות'דיקן ענין העבודה פון נח בשייכות צום מבול, ובהקדים וואָס דער זהרנז איז מבאר אינעם חילוק ההנהגה פון נח'ן און די צדיקים וואָס זיינען געווען נאָך אים, אַז נח האָט ניט מתפלל געווען על דורו „לא בעא רחמין על עלמא", און דעריבער ווערן די מי המבול אָנגערופןנח „מי נח", „דבי' הוו תליין, דלא בעי רחמי על עלמא"; משא"כ די צדיקים וואָס נאָך אים האָבן זיך מוסר נפש געווען אויף בני דורם — ווי מען געפינט באַ משה רבינו וואָס האָט געזאָגטנט „ואם אין מחני נא מספרך אשר כתבת".
וואָס לכאורה קען מען דערויף פרעגן: די חז"ל זאָגן דאָך, כנ"לס, אַז נח האָט מוכיח געווען בני דורו און זיי מעורר געווען לתשובה. זעט מען דאָך אַז אים האָט געאַרט דער מצב פון בני דורו — היינט פאַרוואָס האָט ער אויף זיי ניט מתפלל געווען און מעורר געווען רחמים?
איז דער ביאור אין דעם: די תוכחה פון נח'ן איז געווען בעיקר ניט מצד זיין מסנ"פ פאַר אַנשי דור המבול, נאָר בכדי צו מקיים זיין דעם ציווי ה'.
41וואָס דערפאַר שטייט אין חסידותסא, אַז נח „לא נתן עצמו על זה אשר תוכחתו והתראותיו יפעלו עליהם לעוררם לתשובה", ווייל מיט זיין תוכחה איז ער געווען אויסן בעיקר צו מקיים זיין דעם ציווי ה' וואָס ער איז נצטווה געוואָרן,
און דערפאַר „לא בעא (במסנ"פ כמשה) רחמין על עלמא".
משא"כ משה רבינו, וואָס אים איז געווען נוגע דער מצב פון אידן, ביז אַז זיי זיינען אים געווען נוגע פּונקט ווי ער אַליין — האָט ער זיך מוסר נפש געווען פאַר זיי, ער האָט מתפלל און מעורר רחמים געווען ביז צו זאָגן „ואם אין מחני נא מספרך אשר כתבת"*61.
יו"ד. און דאָס איז אויך דער חילוק צווישן תיבת נח און סוכות (שקיבל משה מסיני ומסרה כו'):
ענין הנ"ל, אַז ער האָט ניט געבעטן רחמים על בני דורו, האָט זיך אויסגעדריקט בבנין התיבה: דעם ענין ההצלה (כפשוטו, פון מי המבול) — בנין התיבה — איז געווען (זי האָט געקענט אַרייננעמען) נאָר נח ובני משפחתו, ניט בני דורו, ומהאי טעמא גופא איז אויך דער בנין כפשוטו געווען נאָר דורך אים, און פון זיינע נכסים — „לך משלך".
משא"כ לאחר מתן תורה ווען אידן זיינען געוואָרן אַ מציאות פון איין ציבורסב, ובפרט לאחר שנכנסו לארץ ווען זיי זיינען נתחייב געוואָרן בערבותסג זיי זיינען געוואָרן אַ „מציאות אחת נצחיית"סד וואָס יעדן אידן איז נוגע די מציאות פון דעם צווייטן אידן —
ובפרט ביי די מצוות אין וועלכע דער ענין האחדות שטייט בגלוי — ווי מצות סוכה, וואָס ענינה איז שלום (כנ"ל סעיף ח) — קען אויך די מעשה המצוה פון אַ צווייטן אידן פאַררעכנט ווערן ווי ער האָט דאָס געטאָן; אויך אַ סוכה של חבירו איז אין גדר פון „שלו ממש" און ער איז יוצא ידי חובתו וויבאַלד זיי זיינען „כגוף אחד"סה.