לקוטי שיחות
חיי שרה-שק"מ כסלו
183חיי שרה
— שק"מ כסלו —
א. פ' חיי שרה ווערט געלייענט, בכו"כ שנים, ווי היינטיגן יאָר, אין שבת מברכים חודש כסלו, וע"פ הידועא אַז די פרשיות השבוע האָבן אַ שייכות צום זמן אין וועלכן זיי ווערן געלייענט, איז פאַרשטאַנדיק, אַז אין דער פרשה איז מרומז ענינו פון חודש כסלוב.
דער ספּעציעלער תוכן פון יעדן חודש, מיט וועלכן ער טיילט זיך אויס פון אַנדערע חדשים, איז ברוב הפעמיםג פאַרבונדן מיט די ימים מיוחדים (ימים טובים וכו') פון דעם חודש*3, וואָס זיי האָבן אַ השפעה אויפן גאַנצן חודש; וע"ד ווי מ'געפינט עס בפירוש בנוגע חודש אדר, אַז צוליב די פוריםטעג אין דעם חודש, איז דער גאַנצער חודש „נהפך" געוואָרן אין אַ חודש פון „שמחה" און „יום טוב"ד.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק בעניננו, אַז דער תוכן פון חודש כסלו איז פאַרבונדן מיטן יו"ט חנוכהה, וואָס הויבט זיך אָן בכ"ה בכסלוו — און מען געפינט אַ רמז אויפן נס חנוכה אין פרשת חיי שרה:
חנוכה האָט מען קובע געווען אויפן נס דפך השמןז — „לא מצאו אלא פך אחד של שמן . . ולא הי' בו אלא להדליק יום אחד, נעשה בו נס והדליקו ממנו שמונה ימים"ח; און אַזאַ נס געפינט מען אויך ביי שרה ורבקה, ווי חז"לט זאָגן (אויפן פסוקי „ויביאה יצחק האהלה שרה אמו"), אַז דער נר (שבתיא) וואָס זיי האָבן אָנגעצונדן „הי' . . דולק מלילי שבת ועד לילי שבת".
אעפ"כ, (ובפרט אַז דער נס חנוכה האָט אויפגעטאָן אַז צוליב דעם נסז איז נקבע געוואָרן אַ יום־טוב מיוחד), איז מובן, אַז אין נס חנוכה איז דאָ אַ חידוש184לגבי דעם נס פון נרות שרה ורבקהיב.
ס'איז אַ דוחק צו זאָגן אַז די מעלה איז נאָר אין דעם, וואָס פון דעם פך שמן דימי חנוכה (וואָס „לא הי' בו אלא להדליק יום אחד") האָט מען מדליק געווען „שמונה ימים", משא"כ נרות שרה ורבקה האָבן געברענט באופן נסי בלויזיג (קאַרגע) זיבן טעג — ווייל דאָס איז ניט אַ חילוק אין מהות ואיכות הנס, נאָר בלויז אין כמות, וויפל דער נס האָט זיך געצויגן.
ב. דער נס פון חנוכה איז מען מבאר, בכללות, אויף צוויי אופנים:
א) עס איז צוגעקומען בדרך נס אין כמות השמן ביז ס'איז געווען גענוג שמן פאַר אַלע אַכט טעג — צי באופן אַז דער „פך" איז יעדן טאָג נאָכן אָנפילן די נרות געבליבן „מלא כבתחילה", אָדער ווייל יעדן טאָג „מצאו הנרות מלאים שמן" (ווי די צוויי סברות אין ב"ייד);
ב) דער נס איז געווען באיכות השמן — די מאָס שמן וואָס ע"פ טבע קען עס זיין גענוג אויף ברענען בלויז איין טאָג, האָט געברענט אַכט טעג, ד. ה. יעדן טאָג האָט אויסגעברענט אַן אַכטל פון דעם שמן שבפך —
[ווי דער ב"יטו זאָגט, אַז מ'האָט דעם שמן שבפך צעטיילט אויף אַכט חלקים און יעדע נאַכט האָט מען אין דער מנורה אַריינגעגאָסן נאָר איין חלק; אָדער ווי דער פר"חטז איז מסביר, אַז מ'האָט די ערשטע נאַכט אַריינגעגאָסן דעם גאַנצן שמן אין דער מנורה און יעדע נאַכט האָט בלויז אויסגעברענט איין אַכטל פון דעם שמן].
ועפ"ז קומט אויס, לכאורה, אַז דער בירור בהנ"ל — צי נס חנוכה איז אין דעם זעלבן סוג נס ווי נס הנרות דשרה ורבקה — איז תלוי אין די צוויי אופנים הנ"ל:
לויטן צווייטן אופן, זיינען ביידע נסים אין דעם זעלבן סוג — אַן איכות'דיקע הוספה אין כח הדליקה פון שמן (אין ביידע פאַלן האָט דער נר געברענט פיל לענגער ווי דער זמן וואָס ער קען ברענען ע"פ טבע),
[און דער חילוק צווישן זיי איז, וואָס (א) ביי חנוכה איז געווען אַ גרעסערע הוספהיג אין כח הדליקה (אויף אַכט טעג) כנ"ל. (ב) ביי חנוכה איז געווען אַ באַזונדער נס יעדן טאָג — מ'האָט יעדן טאָג געדאַרפט אָנצינדן די מנורה; משא"כ ביי שרה ורבקה האָבן די נרות געברענט זיבן טעג נאַכאַנאַנד].
משא"כ לויטן ערשטן אופן, איז דער נס חנוכה פון אַן אַנדער סוג: ס'איז באַשאַפןיז געוואָרן באופן נסי די מציאות פון נאָך שמן, וואָס דאָס געפינט מען ניט ביי די נרות שרה ורבקה.
אָבער אויך לויט דעם אופן איז אין מהות הנס פון חנוכה ניט געווען קיין185חידוש — ווייל אויך דעם אופן הנס געפינט מען שוין פריער (מפורש בתורה שבכתב (אין נביאיםיח)) — דער נס מיטן „אסוך שמן" ביי אלישע.
ג. אין יעדן פון די צוויי אופנים הנ"ל איז דאָ אַ ניט גלאַטקייט:
לויטן אופן אַז עס איז נתוסף געוואָרן בכמות השמן, איז ידוע די שאלהיט: ווי האָט מען געקענט אָנצינדן נרות מקדש מיט שמן של נס; עס שטייטכ דאָך „שמן זית גו' להעלות נר תמיד"?
[און מ'מוז פאַרענטפערן, אַז מיט „שמן זית" ווערט ניט געמיינט שמן וואָס איז (אויסגעקוועטשט) פון אַ זית, נאָר אַזאַ וואָס האָט אַלע תכונות פון „שמן זית" (אורו צלולכא, וכו')].
אויך לויטן אופן אַז ס'איז צוגעקומען אין איכות השמן — אַז יעדע נאַכט האָט אויסגעברענט אַן אַכטל פון דעם שמן שבפך — איז ניט גלאַטיקכב:
דער דיןכג ביי מנורה איז דאָך אַז „תן לה מדתה שתהא דולקת מערב עד בקר כו' ושיערו חכמים חצי לוג", נוסף אויפן ענין אַז אַ כלי שרת זאָל זיין „מלא" (ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם דיןכד אַז „כלי שרת . . אין מקדשין אלא מלאין") — וע"פ הנ"ל קומט אויס, אַז פון דעם צווייטן טאָג און ווייטער האָט מען ניט מקיים געווען דעם „תן לה מדתה"כה (און די נרות זיינען ניט געווען מלאים מיטן „שיעור שלם הצריך לדבר"כו).
און אויך לאידך גיסא — עפ"ז קומט אויס אַז יעדן טאָג (אַ חוץ דעם אַכטן) איז געווען ניט „מדתה שתהא דולקת מערב עד בוקר" נאָר דעם ערשטן טאָג — אַכט מאָל אַזויפילכז, דעם צווייטן — זיבן א. ז. וו.
ד. ויש לומר אַ דריטן אופן אין נס חנוכה, באַ וועלכן עס זיינען ניטאָ די קושיות האמורות, און וואָס לויט דעם אופן וועט אויך רעכט ווערן אַז אין נס חנוכה איז געווען אַ חידוש (בענין דהדלקת נרות) וואָס לא מצינו דוגמתו:
ווי געבראַכט פריער (סעיף ב) פון ב"י, איז דער נס חנוכה — לויט איין סברא — באַשטאַנען אין דעם וואָס186„נתנו כל השמן בנרות . . ובבקר מצאו הנרות מלאים שמן".
ויש לומר, אַז דער פירוש אין דעם איז (ניט אַז דער שמן האָט אויסגעברענט און דערנאָך האָבן זיך די נרות ווידער אָנגעפילט מיט שמן בדרך נס, נאָר) אַז דער שמן האָט געברענט און צוזאַמען דערמיט איז פון אים גאָרניט נחסר געוואָרןכח, ווי חז"ל זאָגן (בכלל) באַ „אש של מעלה" אַז „שורפת ואינה אוכלת"כט.
ולהעיר — אפילו אַז מ'זאָל זאָגן אַז ס'קען זיין הדלקת נרות המנורה בשמן נס (וויבאַלד ער האָט די תכונות פון שמן זית כנ"ל), איז אָבער מובן, אַז דער (אש ו)אור המנורהל מוז זיין אַזאַ וואָס קומט פון דעם „שמן (למאורלא)".
קומט אויס, אַז אין דעם נס איז געווען אַ דבר והיפוכו:
אַן אש טבעי (ואור) הנרות וואָס קומט פון שמן (וכיו"ב)לב מוז דערביי זיין כליון השמןלג; ולאידך גיסא, האָט גאָרניט געפעלט פון דעם שמןלד
און דאָס איז אַן ענין פון „נמנע הנמנעות"לה — ע"ד ווי דער נס פון „מקום ארון אינו מן המדה"לו, וואָס אין דעם זיינען געווען ביידע הפכים בבת אחת: דער (מקום ה)ארון האָט געהאַט אַ מדה, כמפורש בתורהלז „אמתים וחצי ארכו וגו'", און צוזאַמען דערמיט איז דער מקום געווען „אינו מן המדה".
אין דעם ענין פון „מקום ארון אינו מן המדה" איז ניט נאָר די הדגשה אַז דער ארון האָט אין זיך געהאַט ביידע הפכים — „מדה" און „אינו מן המדה" — בבת אחת, נאָר נאָך מער: דער „אינו מן המדה" איז געקומען דוקא דורך דעם וואָס דער ארון האָט געהאַט אַ (באַשטימטע) מדה; וואָלט דער ארון ניט געווען אין דער גענויער מדה וואָס איז מפורש בתורה, וואָלט ניט געווען קדושת הארון כו', ובמילא — ניט דער נס פון „אינו מן המדה".
און עד"ז איז ביים נס חנוכה (לביאור הנ"ל): דער נס איז געקומען דוקא דורך דעם וואָס מ'האָט אָנגעצונדן די נרות מקדש כדין; און וויבאַלד אַז דער אור המנורה מוז על פי דין קומען פון שמן, שתכונתו שנכלה באש כנ"ל, קומט דאָך אויס, אַז דער נס פון „מצאו הנרות מלאים שמן" (אַז ס'איז ניט געווען קיין187חסרון השמן), האָט זיך אויפגעטאָן דוקא דורך דעם וואָס ס'איז געווען תכונתו כליון השמן.
ו. די שייכות פון דעם אופן הנס צו חנוכה דוקא, וועט מען פאַרשטיין בהקדם החילוק צווישן די ג' ביאוראופני נס הנ"ל — (א) הוספה בכמות השמן, (ב) הוספה באיכות השמן, (ג) שני הפכים — כליון און ניטכליון — בבת אחת:
אין דעם ערשטן אופן, זעט זיך אָן דער נס נאָר אין דער ערשטע רגע, ווען דער שמן ווערט נתוסף באופן נסי, אָבער דערנאָך ברענט עס באופן טבעי.
און אע"פ אַז דער נס פונעם שמן איז נוגע צו דער הדלקה, וואָרום ווען ניט דער שמן נסי וואָלט ניט געווען מיט וואָס צו אָנצינדן די נרות מקדש — קומט אויס, אַז דער עצם ברענען פון די נרות (מיט דעם שמן) איז פאַרבונדן מיט דעם נס — איז אָבער דער נס ניט ניכר באופן גלוי. והראי': דער וואָס ווייס ניט פון וואַנעט דער שמן איז געקומען, ווייס ניט אַז דאָ איז געשען אַ נס.
אין צווייטן אופן, וויבאַלד די קליינע מאָס שמן ברענט אַ סך לענגער ווי ע"פ טבע, זעט מען דעם נס (אויך) בעת דער שמן ברענט. אָבער פונדעסטוועגן איז דאָס נאָר וואָס דער אויפטו פון דעם נס זעט זיך אָן אין דעם זמן וואָס דער שמן ברענט, אָבער דער נס גופא האָט זיך שוין אויפגעטאָן אין דער רגע ווען דער אויבערשטער האָט משנה געווען און פאַרשטאַרקט דעם איכות וכח פון דעם שמןלח.
אין דריטן אופן אָבער, וואָס איז אַן ענין פון „נמנע הנמנעות", ווערט דער נס גופא אויפגעטאָן בכל רגע ורגע מחדש.
ז. די דריי אופנים הנ"ל — ווי יעדער ענין אין תורה — זיינען אויך דאָ אין עבודת האדם.
דער חילוק צווישן טבע און נס בעבודת האדם איזלט: „טבע" איז די עבודה ע"פ טעם ודעת — די עבודה איז אָפּגעמאָסטן לויט די מדידות והגבלות פון טבע ומציאות האדם (אויף וויפל ער פאַרשטייט און ער פילט כו'); „נס" ווייזט אויף דער עבודה פון קבלת עול און מסירת נפש שלמעלה מטו"ד — מ'רעכנט זיך ניט מיט די אייגענע רצונות (און אַוודאי ניט מיט טבע, פאַרשטאַנד, געפיל כו'). מען איז מקיים דעם רצון העליון, ביז צו מסירת נפש.
הגם אַז יעדע עבודה מוז זיין מיוסד אויף קבלת עול ומסנ"פ, ובלשון חז"למ „יקבל עליו עול מלכות שמים תחלה ואח"כ מקבל עליו עול מצות" — וואָרום אַ נברא קען זיך ניט פאַרלאַזן אַז זיין שכל והרגש וועט אים אַלעמאָל פירן אַז די עבודה זאָל זיין כפי רצון העליון, און דעריבער מוז די עבודה שע"פ טו"ד זיין מיוסד אויף קבלת עול מלכותו ית' —188איז אָבער אין דעם פאַראַן כמה דרגות ואופנים:
איין אופן איז, אַז דער הרגש הקב"ע ומסנ"פ (דער „נס" שלמעלה מהטבע) איז נאָר בתחילת היום, בשעת ק"ש, וואָס ענינה איז „לקבל עליו מלכות שמים במסירת נפש"מא — און דערנאָך, במשך היום, איז די עבודה ע"פ טעם ודעת.
און אע"פ אַז דער הרגש הקבלת עול ומסנ"פ בתחילת היום דאַרף און לאָזט איבער אַ רושם אויפן גאַנצן טאָג, באופן אַז אויך די עבודה שע"פ טו"ד (במשך היום) זאָל זיין כדבעי בהתאם צום רצון העליון — איז אָבער די קבלת עול ומסנ"פ גופא (דער „נס") ביי אים דעמאָלט בהעלם *מא; מיט וואָס פאַרנעמט ער זיך און אין וואָס ליגט ער במשך היום — אין דער עבודה ע"פ טו"ד.
אַ צווייטער אופן איז, אַז דער הרגש הקב"ע ומסנ"פ שבתחילת היום איז ביי אים מאיר בגילוי אין דער עבודה במשך פון גאַנצן טאָג, ביז אַז דאָס איז „קבוע בלבו תמיד ממש יומם ולילה לא ימוש מזכרונו"מא;
דאָס מיינט אָבער ניט אַז דעם גאַנצן טאָג שטייט ער אין אַ תנועה (און איז עסוק אין דער עבודה) פון מסירת נפש; ס'איז נאָר וואָס אין דער עבודה במשך כל היום לייכט ביי אים און ווערט דערהערט דער (זכרון ה)מסנ"פ משעת ק"ש. וואָס דאָס העלפט אים אין דער עבודה פון תומ"צ (וואָס דאָס איז עיקר עבודתו במשך היום).
אַ דריטער אופן איז, אַז תמיד כל היום שטייט ער אין דער תנועה פון מסנ"פ, ער איז אַריינגעטאָן אין דער עבודה פון מסנ"פ, ובמילא איז כל עבודתו במשך היום בהתאם מיט דער תנועה פון מסנ"פ;
ע"ד ווי ר' עקיבא האָט געזאָגט „כל ימי הייתי מצטערמב כו' מתי יבוא לידי ואקיימנו"מג, ער איז געשטאַנען אין דער תנועה פון מסירת נפש ניט נאָר בשעת ק"ש, נאָר — „כל ימי" — שטענדיק, אין אַלע זיינע ענינים, איז ביי אים געווען די תנועה פון מסירת נפש.
ח. די דריי אופנים הנ"ל זיינען תלוי אין דעם מעמד ומצב רוחני אין וועלכן מ'געפינט זיך:
בשעת עס זיינען שנים כתיקונן, דער אור הקדושה איז מאיר בגילוי בעולם (ובעבודה — די דרגא פון צדיקים) — איז גענוג אַז ס'איז דאָ די תנועה פון מסנ"פ בק"ש, בתחילת היום *מג; וואָרום וויבאַלד ס'איז ניטאָ קיין חשך, איז אויך דאָס (דער רושם המסנ"פ) מספיק צו באַוואָרענען אַז די שפּעטערדיקע עבודה שע"פ טו"ד זאָל זיי כדבעי.
בשעת אָבער עס איז אַ מצב פון „החשך יכסה ארץ", איז דאַן ניט גענוג די תנועה פון מסנ"פ שבתחילת היום (און שפּעטער איז עס נאָר אַ רושם, בהעלם); דעמאָלט פאָדערט זיך, אַז דער הרגש המסנ"פ זאָל זיך אָנהערן בגלוי במשך כל היום*43, דוקא דורך דעם קען מען בייקומען דעם חשך — און אין דעם זיינען דאָ צוויי אופנים:
189איין אופן איז, אַז דער חשך פון וועלט איז מסתיר ומעלים אויף אלקות נאָר אויף וויפל עולם (מלשון העלםמד) מצד טבעו ומציאותו איז מעלים ומסתיר אויף אור הקדושה; און אין דעם מצב, היות עס איז אַזוי אויסגעשטעלט ע"פ טבע, איז עיקר עבודת האדם, עבודה שע"פ טו"ד (— טבע דנפה"א שלו) — ס'איז נאָר, אַז בכדי צו אַראָפּנעמען דעם העלם והסתר העולם, אַז עס זאָל ניט מבלבל זיין די עבודה פון אַ אידן, דאַרף דער הרגש המסנ"פ ביי אים לייכטן באופן גלוי במשך כל היום.
בשעת אָבער דער חשך העולם ווערט גרעסער באופן אַז עס איז מנגד צום אור הקדושה, ביז אַז אידן זיינען נתונים במיצר ובשבי', וועלט איז מונע ומעכב די אידן פון עבודת ה' — דאַן דאַרף דער עיקר עבודה פון אַ אידן באַשטיין אין לוחם זיין מיטן חשך העולם, צעברעכן דעם חשך ביז צו מהפך זיין דעם חשך לאור. און אין דער עבודה פאָדערט זיך אַז מ'זאָל שטיין אין אַ שטענדיקער תנועה פון מסנ"פ, על כל צעד ושעל, במשך כל היום.
ט. און דאָס איז אויך דער ביאור וואָס בחנוכה איז געווען דער נס באופן פון „נמנע הנמנעות" — אַ נס חדש בכל רגע ורגע — ווייל אַזוי איז געווען דעמאָלט ביי אידן בעבודתם הרוחנית *מד:
מצד דעם גודל החשך בימי יון (וואָס עמדו „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך"מה) זיינען אידן געשטאַנען אין אַ מסירת נפש גלוי' חלשים אַנקעגן גבורים כו' — צו לוחם זיין קעגן דעם חשךמו; און די תנועה פון מסירת נפש פון אידן האָט פועל געווען אַז „והוי' (בתוספת וא"ו) יגי' חשכי"מז — הוי' שלמעלה מהשתלשלות, וואָס ער דוקא איז „יגי' חשכי" — מברר און מהפך דעם חשך (הגלות)מח.
און דאָס איז אַראָפּגעקומען אין דעם נס מיטן פך השמן „שהי' מונח בחותמו של כה"ג" — וואָס ווייזט אויף אַ בחי' ש"אין החיצונים יכולים ליגע שם כלל", ווייל דאָס איז „עצמות המאציל שלמעלה מכל ההשתלשלות לגמרי"מט; און דערפאַר איז דער נס גופא געווען אין אַן אופן וואָס האָט ניט קיין אחיזה אין טבע והשתלשלות — „נמנע הנמנעות".
יו"ד. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון כהנ"ל אויך צום אַנדערן יום־טוב שבחודש כסלו — דער טאָג פון י"ט כסלו, וואָס איז „ראש השנה לחסידות"נ:
190בשעת מען האַלט ביים חשך פון עקבתא דמשיחאנא, וואָס דער חשך ווערט גרעסער מיום ליום, דוקא דאַן איז נויטיק צו מגלה זיין בחי' שמן שבתורה — פנימיות התורה, ביז צו רזין דרזין דאורייתאנב, בחי' נקודת היחידה שבתורהנג — וואָס איז מעורר און מגלה די נקודת היחידה פון אַ אידןנד,
און אין אַן אופן פון יפוצו מעינותיך חוצהנה — די מעינות זאָלן זיין (אויך) חוצה ובאופן פון הפצה,
וואָס דורך דעם דוקא ווערט אויפגעטאָן דער ענין פון „והוי' יגי' חשכי", אויך פון דעם חשך, ביז עס ווערט נתקיים דער יעוד פון „ולילה כיום יאיר"נו, אַז דער חשך הגלות ווערט נהפך לאור, בקרוב ממש.