לקוטי שיחות
וירא-כ' מ"ח
129וירא
כ' מ־חשון
א. בקשר מיט כ' מרחשון — דער יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"עא — האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר דערציילטב אַ סיפור פון בעל יום הולדת, וואָס האָט פּאַסירט ווען ער איז געווען אַ קינד פון פיר אָדער פינף יאָר, בשבת פ' וירא.
דער רבי נ"ע איז אַריין צו זיין זיידן כ"ק אדמו"ר הצ"צ (צו מקבל זיין די ברכה בשייכות מיט זיין יום הולדת) און האָט זיך פאַנאַנדערגעוויינט, זאָגנדיק: פאַרוואָס האָט זיך דער אויבערשטער באַוויזן צו אברהם אבינו און צו אונז (אים) באַווייזט ער זיך ניט?
האָט אים דער צ"צ געענטפערט: אַז אַ איד אַ צדיקג, צו ניין און ניינציק יאָר, איז מחליט אַז ער דאַרף זיך מל זיין, איז ער ווערט אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים.
ב. מ'האָט שוין גערעדט כמה פעמיםד וועגן די הוראות אין עבודת ה' וואָס מ'קען אַרויסנעמען פון דעם דאָזיקן סיפור — ווי אַלע סיפורי רבותינו נשיאינו וועלכע זיינען צו אונז דערגאַנגען (ובפרט די וואָס זיי אַליין האָבן מפרסם געווען), וואָס אַנטהאַלטן הוראות לכאו"א. וועט מען זיך אָפּשטעלן איצט אויף נאָך אַ נקודה אין דעם סיפור.
כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מדייק געווען ביים דערציילן דעם סיפור, אַז דער בעל יום הולדת איז דאַן געווען אַ קינד פון פיר אָדער פינף יאָר. און וויבאַלד אַז דער דיבור פון אַ נשיא בישראל — ובפרט וואָס ער רעדט ברבים און הייסט דערנאָך אָפּדרוקן — איז זיכער אויסגערעכנט און מדוייק בתכליתה, דאַרף מען זאָגן, אַז אויך דער פרט פונעם סיפור איז ניט נאָר צו אַרויסברענגען די גדלות פון רבי'ן נ"ע,
[אַז אפילו גאָר בקטנותו האָט אים געאַרט פאַרוואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו אים, און דאָס האָט אים אַזויפיל דערנומען, ביז ער האָט זיך פאַנאַנדערגעוויינט]
נאָר דאָס איז אויך אַ הוראה בעבודת ה' לכאו"א.
און דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אע"פ וואָס דער סיפור אַנטהאַלט כו"כ הוראות לכל או"א (כנ"ל), איז אָבער אַ עיקר הוראה (אויך) פאַר די וואָס זיינען אין דעם גיל פון בן ד' או בן ה',
און ניט נאָר צו אַ גדול בשנים וואָס איז במצבו הרוחני ווי אַ קטן בן ד' או בן ה'ו, שלא הגיע ל(שלימות ה)חינוךז — ד.ה. אַזאַ וואָס האָט אויף אַזויפיל קיין דעת ניט, אַז ניט נאָר וואָס ער (מצד עצמו) פאַרשטייט ניט, נאָר ער קען אויך130ניט אויפנעמען השפעה פון אַ צווייטן — אַז אויך ער קען מאָנען, און מיט אַן אינערלעכן תוקף [בדוגמת ענין הבכי', וואָס ווייזט אַז די זאַך רירט אים אָן מיט אַ תוקף העכער פון זיין מדידה והגבלה], אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו אים באַווייזן, ביז — ווי ער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינוח
[והטעם — וויבאַלד אַז אברהם אבינו איז פון די ג' אבות — של כאו"א מבנ"י שבכל הדורות — איז ביי יעדן אידן (ביי יעדן איינעם פון די בנים) דאָ בירושה די ענינים וואָס זיינען געווען ביי די אבותט],
נאָר (בעיקר) צו אַ קטן בן ד' או בן ה' כפשוטו, אַז אויך אים קען מען מחנך זיין באופן כזה, אַז ער זאָל מאָנען בתוקף, עד כדי בכי', אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו אים באַווייזן ווי צו אברהם אבינו.
ג. לכאורה קען מען פרעגן: וואָס פאַר אַ דמיון און פאַרגלייך איז דאָ צווישן דעם רבי'ן נ"ע און יעדן אידישן קינד?
דער רבי נ"ע, זייענדיק אַ קדוש מבטן, נשיא בן נשיא, איז שוין בקטנותו געווען אין אים ניכר אַ מעין פון זיין שפּעטערדיקער גדלות (כמרז"לי „בוצין בוצין מקטפי' ידיע"), ומובן אַז שוין דאַן איז ער געווען מער בר דעת ווי אַנדערע ואפילו גדולים — היינט ווי קען מען פון אים אָפּלערנען בנוגע דעם חינוך פון יעדן אידישן קינד, דער „שיעור החינוך" איז דאָך „בכל תינוק לפי חריפותו וידיעתו"יא?
ואע"פ אַז ס'איז ברור, כנ"ל, אַז דער תוכן הסיפור איז שייך (ניט נאָר צו אַ נשיא בישראל, נאָר) אויך צו כאו"א — וואָרום, ווי גערעדט פריער, פון דעם גופא וואָס מ'האָט דעם סיפור דערציילט ברבים און דערנאָך אָפּגעדרוקט, איז אַ ראי', אַז דאָס איז ניט פון די עניני הנשיא וואָס „משכמו ומעלה גבוה מכל העם"יב, נאָר פון זיינע ענינים צו וועלכע יעדערער מכל העם האָט אַ שייכות —
איז אָבער גענוג צו זאָגן, לכאורה, אַז דאָס איז אַ הוראה פאַר גדולים בשנים (ביז אפילו צו די וואָס ברוחניות הענינים לא הגיעו לשלימות החינוך, כנ"ל) — פאַרוואָס דאַרף מען זאָגן אַז דאָס איז שייך (אויך) צו אַ קטן כפשוטו (בשנים)?
ד. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים וואָס מען געפינט כו"כ שיעורים בענין החינוך. כאָטש אַז „שיעור החינוך . . הוא בכל תינוק לפי חריפותו וידיעתו" כנ"ל — זיינען אָבער דאָ כמה ענינים וואָס מ'פאַרבינדט מיט אַ גיל מסוייםיג, ביז צום דין כללי, אַז „בציר מבר שית לא תקביל, בר שית קביל וספי131לי' כתורא"יד — אַז דער לימוד התורה מיט אַ קטן אין אַן אופן פון „ספי לי' כתורא"טו [וואָס דאָס ברענגט צו אַ העכערע שלימות בחינוך בכללטז, כמובן] הויבט זיך אַן ערשט ביי „בר שית"יז.
און הגם אַז אויך אין דעם ענין זאָגט מען אַז דאָס איז תלוי אין „כח הבן ובנין גופו"יח (און באַ אַ „כחוש" וואָרט מען ביז „כבן שבע"יט) — איז אָבער „בציר מבר שית לא תקביל"כ, אפילו אויב ער איז אַ שטאַרקער קינדכא, נאָך מער ווי אַן אַנדערער וואָס איז שוין „כבן שבע".
דאָס הייסט, אַז דער שיעור פון „בר שית" בנוגע צום ענין פון „ספי לי' כתורא" — שלימות החינוך — איז ניט תלוי אין דעת וכח הקטן; ס'איז ע"ד פון שיעור „בן י"ג למצות"כב, אַז אפילו ווען עס זאָל זיין אַ קטן אַ בר דעתכג גדול ביותר, נאָך מער ווי אַ צווייטער וואָס איז שוין אַ גדול בשניםכד, איז ער פטור פון מצות (מה"ת), ער ווערט ניט נצטרף צו אַ מנין, וכו'.
ה. די הסברה אין דעם איז פאַרבונדן מיטן אויפטו פון מ"ת אין דער עבודה אין תומ"צ לפני מ"ת:
די מצות (ועבודה) פאַר מ"ת האָבן דערלאַנגט ביז אין שרש הנבראיםכה, און דערפאַר איז אין דערויף געווען נוגע נאָר די שלימות האדם (הנברא) בעבודתו ית' (וואָס דורך דעם האָט ער ממשיך געווען אלקות משרשו דהנברא ומקורו); אָבער ס'איז ניט געווען אַזויפיל נוגע אין וועלכן אופן (מיט וואָס פאַר אַ גשמי, וכיו"ב) ער טוט די עבודה ומצוהכו. וואָס דערפאַר האָט יעקב אבינו אויפגעטאָן די המשכה שע"י תפילין דורך זיין עבודה מיט די „מקלות", כמבואר בזוהרכז.
132משא"כ די עבודה פון תומ"צ נאָך מ"ת איז ממשיך פון מאציל ב"ה שלמעלה משרש הנבראים. וואָס די המשכה קען אַ נברא ניט אויפטאָן מצד עצמו, נאָר ווייל אַזוי האָט דער מאציל אויסגעשטעלט, אַז ווען מ'טוט מצוה פלונית ווערט די המשכה פון מאציל למטה. ובמילא ווערט די המשכה אויפגעטאָן דוקא ווען די מצוה ווערט געטאָן בדיוק לויט די מדידותכח ושיעורים וואָס זיינען געגעבן געוואָרן מלמעלה (ביי מ"ת).
[וי"ל אַז אויך איצטער, ווען עס זאָל זיין אַ צדיק ווי יעקב אבינו, קען ער אויפטאָן דורך „מקלות" ווי יעקב האָט אויפגעטאָן — אָבער דאָס איז נאָר אַ המשכה פון שרש הנבראים (לויט דעם גודל העבודה פון דעם צדיק), ס'איז אָבער ניטאָ אין דעם המשכת המאציל, וואָס דאָס איז די עבודה פון נאָך מ"ת].
ועד"ז איז בנוגע די שיעורים פון זמן החיוב: דאָס וואָס עס קען זיין אַ קטן אַ בר דעת גדול יותר ווי אַ גדול בשנים, איז דאָס נאָר בנוגע שלימות שלו (של הנברא)כט; בנוגע אָבער די ענינים פון מ"ת — המשכת המאציל — איז דאָ אַ מדידה מלמעלה, אַז דאָס הויבט זיך אָן ערשט ביים עלטער פון י"ג שנהל; ועד"ז בענין החינוך — אַז שלימות החינוך (באופן פון „ספי לי' כתורא") איז פון בר שית.
וא"ו. דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בעניננו, וויבאַלד אַז דער רבי נ"ע איז דאַן געווען „בציר מבר שית", איז ניט קוקנדיק אויף זיין גדלות אין דעת וכו' שוין אין יענעם עלטער — איז ער אָבער נאָך אַלץ (בנוגע להענינים דמ"ת) געווען אין אַ דרגא פון „בציר מבר שית" וואָס לא הגיע לשלימות החינוךלא.
און היות אַז ביים מפרסם זיין דעם סיפור הנ"ל — וואָס באַווייזט אַז ס'איז ניט קיין ענין מיוחד פאַר נשיאי ישראל כנ"ל — האָט דער רבי מדייק געווען צו דערציילן אויך דעם פרט, אַז דער רבי נ"ע איז געווען אַ קינד פון פיר אָדער פינף יאָר, איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז שייך צו יעדן אידיש קינד וואָס איז „בציר מבר שית", וויבאַלד אַז ע"פ דער מדידה פון תורת אמת, איז ער אין דעם זעלבן סוג ודרגת החינוך.
ז. ע"פ הנ"ל — אַז מיטן מפרסם זיין דעם סיפור, איז דער רבי געווען אויסן אַ הוראה אין דעם חינוך פון אַ קטן כפשוטו — וועט מען אויך פאַרשטיין ווי אין דעם סיפור ליגט (ניט סתם אַ הוראה אין עבודת ה', ביז אפילו פאַר קטנים, נאָר) אַ חידוש עיקרי בנוגע דעם אופן החינוך:
133ס'איז ידוע וואָס דער רמב"םלב איז מאריך בנוגע דעם אופן הלימוד מיט אַ קטן, אַז מען דאַרף אים מזרז זיין „בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שניו . . קרא ואתן לך אגוזים כו'", ווייל מצד „מעוט שניו וחולשת שכלו אינו מבין מעלת אותו הטוב".
און דאָ מאָנט מען ביי אַ קינד, אַז אים זאָל „אָנרירן" און „דערנעמען" ועד כדי בכי' — ניט טוב גשמי וכיו"ב, נאָר — פאַרוואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו אים; ד.ה. אַז מען דאַרף מחנך זיין אַ קינד אַז גטלעכקייט זאָל ווערן אַ „טייל פון זיין לעבן"*32 („דברים שהם אהובים אצלו"), ביז אַז אים זאָל שטאַרק פאַראַרן וואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו אים און אין דעם אופן ווי ער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו.
וואָלט ניט געווען דער מאורע הנ"ל מיטן רבי'ן נ"ע — קען מען ניט וויסן צי מ'וואָלט געקענט פּועל'ן אַזאַ געפיל באַ יעדן אידיש קינד, וואָרום וויבאַלד אַז מצד טבעו ציט ער זיך, כנ"ל ברמב"ם, צו דברים גשמיים, דאַרף מען אים מחנך זיין און מזרז זיין מיט יענע ענינים „שהם אהובים אצלו";
אָבער לאחרי ווי ס'איז געווען דער מאורע הנ"ל — ובפרט נאָך דעם ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט דעם מאורע ברבים און געהייסן אָפּדרוקן — איז אַ דבר ברור, אַז דערמיט האָט מען מגלה געווען, יתרה מזה — פותח געווען אַ נייעם צינורלג ודרך בענין החינוך, אַז איצט, דורך אַ חינוך כדבעי, קען מען איצטלד פורץ זיין די גדרי הטבע פון אידישע קינדער, און זיי איינגעוואוינען צו וועלן רוחניות, ביז צו אַרויסרופן ביי זיי אַ תשוקה נפלאה אַז דער אויבערשטער זאָל זיך צו זיי באַווייזן.
און בשעת מען זעט אַ אידיש קינד וואָס אים אָרט ניט וואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו אים — איז עס ניט ווייל ער איז ניט שייך צו דעם, נאָר ווייל דער מחנך רעדט ניט בזה קיין דברים היוצאים מן הלב.
ח. ע"ד ווי די הוראה פון דער שאלה ובכי' פון רבי'ן נ"ע איז צו יעדן אידיש קינד כנ"ל בארוכה, אַזוי אויך איז מובן, אַז דער ענטפער פון צ"צ צום רבי'ן נ"ע — „אַז אַ איד אַ צדיק צו ניין און ניינציק יאָר איז מחליט אַז ער דאַרף זיך מל זיין איז ער ווערט אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים" — איז דאָס אַן ענטפער — און במילא — שייך צו(ם חינוך פון) יעדן אידיש קינד:
דער פשט אין ענטפער פון צ"צ איז דאָך ניט אַז דער אויבערשטער האָט זיך באַוויזן נאָר צו אברהם'ען (ווייל ער האָט מחליט געווען צו ניין און ניינציק יאָר אַז ער דאַרף זיך מל זיין), אָבער אַז צו אַנדערע ובפרט בדוגמת דעם רבי'ן נ"ע האָט עס קיין שייכות ניט — ווייל דאַן האָט דער צ"צ געדאַרפט ענטפערן בקיצור, אַז מען קען זיך ניט גלייכן צו אברהם אבינולה;
134נאָר דער פשט איז, אַז דאָס איז אַ הוראה ווי אַזוי יעדערער קען צוקומען צו „וירא אליו ה'", דורך דער החלטה אַז אין וועלכן מצב רוחני מען זאָל נאָר זיין (אפילו ווען מ'איז אַ צדיק אין עלטער פון ניין און ניינציק יאָר), דאַרף מען זיך מל זיין, דאָס מיינט: מען דאַרף זיך באַוואָרענען און האָרעווען אויף צו אַראָפּנעמען דעם צודעק, דעם העלם והסתר העולםלו.
און דער הרגש איז שייך צו כאו"א מישראל, וואָרום כאָטש אַז אברהם איז געווען „אַ צדיק צו ניין און ניינציק יאָר" — וואָס זיינען געווען „יומין שלמין"לז בעבודתו ית' — ובמילא איז זיין החלטה אַז ער דאַרף זיך מל זיין (זיך באַוואָרענען פון העלם העולם) אַ פיל גרעסערער חידוש ווי די החלטה פון דעם וואָס איז ניט קיין צדיקלח —
איז אָבער ידוע אין דעם ענין פון „פתח"לט, אַז נאָך דעם ווי איינער האָט געהאָרעוועט אויף אַ געוויסן ענין און אים ממשיך געווען בעולם, איז ער דערמיט פותח דעם צינור פאַר אַנדערע, אַז דערנאָך קענען אויך זיי דערגרייכן דעם ענין מיט פיל ווינציקער יגיעה,
[ועאכו"כ נאָך מ"ת, וואָס מ'קען אויפטאָן דורך אַ פיל קלענערער און גרינגערער עבודה, דאָס וואָס די אבות האָבן אויפגעטאָן דורך עבודה ויגיעה גדולהמ].
ט. און דאָס איז די הוראה (פון דעם צ"צ'ס ענטפער) בענין החינוך אויך צו קטנים:
נאָך דעם ווי מען רופט אַרויס ביים קינד די תשוקה נפלאה אַז דער אויבערשטער זאָל זיך באַווייזן צו אים, דאַרף מען אים מסביר זיין, אַז דער דרך לזה איז דורך דער החלטה אַז מען דאַרף זיך אַלעמאָל „מל" זיין, זיך באַוואַרענען און אַראָפּנעמען דעם העלם והסתר העולם.
ד.ה. מען דאַרף מחנך זיין אַ קינד צו ניט נתפעל ווערן פון העלם והסתר העולם — אויף אים זאָל ניט פועל זיין וואָס „וועלט" זאָגט, נאָר וואָס תורה וויל; און די החלטה ביי אים זאָל זיין אַזוי שטאַרק, ביז „גם כי יזקין לא יסור ממנה"מא — דאָס איז ביי אים אַזוי איינגעוואַרצלט, אַז ער געדענקט אַלעמאָל, אפילו ווען ער איז שוין אין אַ העכערע און אין אַ גאָר גאָר העכערער דרגא אין עבודת ה', אַז ער מוז זיך „מל" זיין.
און דאָס ברענגט אַז שוין בקטנותו זאָל ביי אים זיין „וירא אליו ה'", וואָס דאָס באַלייכט אים מיט זיין סביבה, אין אַן אופן פון „והי' ה' לך לאור עולם"מב.
יו"ד. כשם ווי רבותינו נשיאינו האָבן פותח געווען אַ צנור חדש בענין החינוך בנוגע „בין אדם למקום"
— אַז איצט קען מען מחנך זיין אידישע קינדער צו גלוסטן ענינים פון אידישקייט (ניט צוליב שכר כו', נאָר)135אין אַן אופן אַז זיי (די ענינים) זאָלן ווערן אַ טייל פון זייער לעבן, ביז אַז עס פאַראַרט זיי עד כדי בכי' פאַרוואָס דער אויבערשטער באַווייזט זיך ניט צו זיי ווי ער האָט זיך באַוויזן צו אברהם אבינו —
עד"ז געפינט מען די נקודה אין ענינים שבין אדם לחבירו, און אויך אין אַ סיפור פון בעל יום ההולדת בימי קטנותומג:
ווען דער רבי נ"ע איז געווען בן ד' שנים, האָט אַמאָל דער שניידער געבראַכט אַ בגד וואָס ער האָט גענייט פאַר אמו הרבנית. בשעת מ'האָט בוחן געווען דעם בגד, האָט דער רבי נ"ע אַרויסגענומען לתומו אַ חתיכת בגד פון דעם שניידער'ס קעשענע. דער שניידער האָט זיך פאַרשעמט און ער האָט זיך אָנגעהויבן פאַרענטפערן אַז ער האָט פאַרגעסן וועגן דער שטיקל סחורה וואָס איז ביי אים געבליבן וכו'.
דערנאָך, אַז דער שניידער איז אַוועקגעגאַנגען, האָט אים אמו הרבנית אויסגערעדט אַז צוליב אים איז דער שניידער פאַרשעמט געוואָרן. ווען ער האָט דאָס געהערט, האָט ער זיך ביטער פאַנאַנדערגעוויינט.
אין עטלעכע וואָכן אַרום איז ער אַריינגעגאַנגען צו זיין פאָטער (דער רבי מהר"ש) און האָט ביי אים געפרעגט ווי אַזוי מען קען מתקן זיין דעם עון פון הלבנת פנים. ווען זיין טאַטע האָט אים געפרעגט פאַרוואָס פרעגט ער די שאלה, האָט ער געענטפערט אַז ער וויל דאָס וויסן, ניט דערציילנדיק דערביי וואָס האָט פּאַסירט.
אַז אמו הרבנית האָט אים געפרעגט פאַרוואָס ער האָט ניט געוואָלט דערציילן דעם טאַטן די גאַנצע מעשה, האָט ער געענטפערט: ס'איז גענוג וואָס ער איז נכשל געוואָרן אין הלבנת פנים, זאָל ער נאָך עובר זיין אויף רכילות און לשון הרע?!
יא. בהשקפה ראשונה איז ניטאָ קיין „געוואַלד" בנוגע דער הלבנת פנים וואָס איז דאָ געווען — וואָרום, ווי ער איז מדייק אין סיפור, האָט דער רבי נ"ע אַרויסגענומען די חתיכת בגד „לתומו", ד.ה. בשוגגמד [און דערצו נאָך, איז דאָס ניט געווען ברביםמה — בלויז אמו הרבנית איז דערביי געווען] — און פונדעסטוועגן, ווי נאָר ער האָט דערהערט אַז דער שניידער האָט זיך פאַרשעמט, האָט דאָס אים שטאַרק דערנומען, ביז צו אַ בכי' מרה.
וואָס דאָס באַווייזט דאָך, אַז אים האָט פאַרדראָסן (ניט אַזויפיל וואָס די הלבנת פנים איז געווען דורך אים, אַז אים קומט אַן עונש וכו', נאָר) די עצם זאַך וואָס אַ איד איז פאַרשעמט געוואָרן.
און דערפאַר האָט ער אויך ניט געוואָלט דערציילן זיין טאַטן וועגן דעם — הגם דאָס ניט ענטפערן אביו אויף זיין שאלה קען אפשר אַריינגיין אין גדר פון כיבוד אב כו'; אויך וואָלט דאָך דער דערציילן געווען בלויז צוליב תיקון החטא — ווייל ער האָט ניט געקענט פאַרטראָגן די עצם זאַך אַז עס זאָל זיך ריידן וועגן דעם לא טוב פון אַ אידן (באיזה אופן שהוא).
136און וויבאַלד אַז מ'האָט אונז דערציילט דעם דאָזיקן סיפור, צוזאַמען מיט דער הדגשה אַז דער רבי נ"ע איז דאַן אַלט געווען פיר יאָר, איז דערפון אַ ראי' אַז איצט קען מען מחנך זיין יעדער אידיש קינד אפילו אין דעם גיל אין אָט דעם אופן.
יב. פון כל הנ"ל איז אויך דער לימוד אויף וויפל ס'איז דער חוב על כאו"א מישראל צו משתדל זיין זיך אין ענין החינוך, סיי בנוגע אייגענע קינדער
— כפתגם בעל יום הולדת נ"ע הידועמו: אָט אַזוי ווי הנחת תפילין בכל יום איז אַ מצוה דאורייתא אויף יעדן אידן, אָן אַ חילוק צי אַ גדול בתורה, צי אַ איש פשוט, אַזוי איז אַ חוב גמור אויף יעדן אידן צו טראַכטן יעדן טאָג אַ האַלבע שעה וועגן דעם חינוך פון קינדער, און טאָן אַלץ וואָס עס איז בכוחו צו טאָן און יתר מכפי כחו, זעהן פועל זיין ביי די קינדער, אַז זיי זאָלן גיין אין דעם דרך וואָס מען איז זיי מדריך —
סיי בנוגע אַנדערע אידישע קינדער, וועמענס עלטערן האָבן (מאיזו סיבה שתהי') זיי ניט געגעבן אַ חינוך כדבעי, וואָס דאַן ליגט דער חוב על כל חכם וחכם מישראלמז צו פאַרזאָרגן אַז דער קינד זאָל באַקומען אַ חינוך כדבעי,
און דורך דעם שטעלט מען אויף די „צבאות ה'" וואָס וועלן אַרויסגיין פון גלות — בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותנומח — דורך משיח צדקנו, בקרוב ממש.