English
ספרייה

לקוטי שיחות

ויחי א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

422ויחי

א. „ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה ויהי ימי יעקב גו'" — פרעגט מעןא: פאַרוואָס דאַרף די תורה שרייבען בפירוש די צאָל יאָרן וואָס יעקב האָט געלעבט אין מצרים? ווי באַלד ס'שטייט שוין אין דער פריערדיקער סדרהב אַז קומענדיק אין מצרים איז געווען „ימי שני מגורי שלשים ומאת שנה", און אין דעם פּסוק גופא זאָגט די תורה „ויהי ימי יעקב שני חייו שבע שנים וארבעים ומאת שנה" — איז דאָך דערפון פאַרשטענדליך אַז אין מצרים האָט ער געלעבט שבע עשרה שנה. למאי נפק"מ אויסטיילען באַזונדער יעקב'ס יאָרן אין מצרים ?

ולאידך, אויב מאיזה טעם שיהי' וויל די תורה אויסטיילען די יאָרן וואָס ער האָט געלעבט אין מצרים,

קומט עס דאָך בהמשך צו דער פריערדיקער סדרה אַז ער איז אַלט געווען ק"ל שנה — איז דאָך איבעריק לכאורה צו געבן דעם סהכל פון זיינע יאָרן ? דער חשבון איז קלאָר פון זיך אַליין.

פאַרענטפערן מפרשיםג, אַז דערפאַר טיילט די תורה אויס די צאָל יאָרן וואָס יעקב האָט געוואוינט אין מצרים און זאָגט דערויף „ויחי", ווייל די ק"ל שנה ביז דעמאָלט זיינען ביי יעקב'ן ניט געווען גערעכנט ווי יאָרן פון לעבן. און דער טעם איז ווייל „רעים היו ימי שני חיי", פול מיט עמל ואנחהד: פריער זיין אַנטלויפן פון עשו'ן, זיין געפינען זיך ביי לבן'ען וואָס ביום אכלני חורב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיניה א. אַ. וו. ביז צו מכירת יוסף. קומענדיק אָבער אין מצרים האָט ער קיין צרות ניט געליטן; פאַרקערט, ער האָט דאָרט געלעבט אַ לעבן פון שלום ומנוחה זיצנדיק אין מיטב הארץ, זעענדיק אַז אַלע זיינע קינדער זיינען גאַנץ, און יוסף אַלס משנה למלך — דערפאַר איז ערשט דעמאָלט געווען „ויחי יעקב".

און די תורה איז כולל אַלע זיינע יאָרן צוזאַמען אינעם סך הכל פון די קמ"ז שנה, בכדי אָנצודייטן דערמיט אַז די לעצטע זיבעצן גוטע יאָר, די ויחי"־יארןו, האָבן געמאַכט פאַרגעסן דעם צער און עגמ"נ פון די אַלע פריערדיקע יאָרן זיינע, ביז זיי האָבן423אַלע אויסגעזען ווי גוטע יאָרן: „כולן שוין לטובה".

עס איז אָבער נאָך אַלץ ניט גלאַטיק: אמת טאַקע, אַז וויבאַלד די לעצטע יאָרן זיינען געווען „בטובה" האָבן זיי יעקב'ן אַזוי פאַרגיטיקט ביז צו מאַכן עם פאַרגעסן די יסורים פון אַלע פריערדיקע יאָרן; ווי קען מען אָבער מוסיף זיין אַ סך הכל, וואָס איז באַוואוסט — מער ניט כדי צו מדגיש זיין אַז „כולן שוין", און נאָכמער „כולן שוין לטובה"ז, בשעת 130 יאָר זיינען געווען „מעט ורעים" (היפך הטוב), און די 17 יאָר זיינען געווען ויחי (תכלית החיים והטוב)?

ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין דורך מבאר זיין דברי המדרשח און פרש"י אין אָנהויב פון אונזער סדרה. דער מדרש זאָגט: למה פרשה זו סתומה מכל הפרשיות של תורה אלא כיון שנפטר אבינו יעקב התחילה שעבוד מצרים על ישראל, ד"א למה הוא סתומה מפני שבקש יעקב אבינו לגלות את הקץ ונסתם ממנו, ד"א למה היא סתומה מפני שסתם ממנו כל צרות שבעולם.

די קשיא „למה פרשה זו סתומה" מיינט בפשטות — בפשוטו של מקרא — דאָס וואָס ס'איז ניטאָ קיין ריוח פאַר די ווערטער „ויחי יעקב"ט, וויבאַלד אַז ס'הויבט זיך אָן אַ נייע סדרה — איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָ, ווי באַ אַלע אַנדערע סדרות פון דער תורהי, דאַרף זיין אַ הפסק פאַר דער התחלת הפּרשה פון „ויחי יעקב".

ע"פּ הנ"ל איז אין דעם ניט פאַרשטאַנדיק:

די סתימה פאַר די ווערטער „ויחי יעקב" האָט לכאורה צום אַלעם ערשטן געדאַרפט אָנדייטן אויף אַ סתימה למעליותא וואָס „ויחי יעקב" האָט גורם געווען, דהיינו דאָס וואָס דעמאָלט איז „סתם ממנו כל צרות שבעולם"? נאָך שטאַרקער איז די שאלה: אויך פאַר דער סתימה, דער סיום פון פ' ויגש דערציילט וועגן דעם גוטן מצב החיים פון בנ"י אין ארץ גושן, עס איז געווען אין אַן אופן פון „ויפרו וירבו במאד", איז בשעת אַז גלייך נאָכדעם (אָן שום הפסק) דערציילט דער פסוק „ויחי יעקב בארץ מצרים גו'", איז דאָך די סברא מחייב אַז מיט דער סתימה מיינט די תורה צו מדגיש זיין אַז „ויחי יעקב גו'" קומט בסמיכות אָן קיין הפסק אין זיין תוכן (הטוב) מיטן סיום פון דער פריערדיקער פרשהיא — איז פאַר־424וואָס קומט דער טעם פון „סתם ממנו כל צרות שבעולם" אין מדרש אַלס לעצטער פון די טעמים, און די ערשט (ד.ה. — עיקר'דיקע) טעמים אויך סתימת הפרשה זיינען גאָר ענינים וואָס זיינען להיפך פון „ויפרו גו' ויחי יעקב בארץ מצרים"?

נאָכמער איז שווער אין פרש"י על התורה: וויבאַלד אַז דרכו לפרש פשש"מ, האָט ער דאָך לכאו' געדאַרפט אָננעמען אַלס עיקר דעם טעם הסתימה ביי „ויחי יעקב" וואָס דריקט אויס אַן ענין טוב אין שייכות צו ויפרו גו' און צו חיי יעקב (כנ"ל — און ניט צו אַן ענין פון היפך הטוב, וואָס איז פאַראורזאַכט געוואָרן דורך זיין פטירה — היפך „ויחי יעקב") —

איז ניט מובן: א) דוקא אָט דעם דריטן טעם אין מדרש „שסתם ממנו כל צרות וכו'" (אַמנענטסטן צו פּשטות המקרא) בריינגט ניט רש"י, ב) אויך די צוויי טעמים פון מדרש, וואָס רש"י ברענגט יע, האָט ער זיי לכאורה געדאַרפט שטעלן אין אַ פאַרקערטן סדריב — לויטן צווייטן טעם איז די סתימה פאַרבונדן מיט חיי יעקב (הגם אַז די סיבה צו יעקב'ס רצון צו מגלה זיין דעם קץ איז געווען דאָס וואָס ס'איז געווען סמוך לפטירתויג, איז עס אָבער פאָרגעקומען בחייו), בעת דער ערשטער טעם רעדט וועגן אַ זמן וואָס איז נאָך דער פטירה פון יעקב (ובפרט, אַז אויך דער ענין לא־טוב איז דאָ נאָך מער האַרב ווי לויטן צווייטן טעם)יד.

ג. וועט מען דאָס פאַרשטיין לויט דעם וואָס מפרשיםטו פאַרענטפערן די קשיא אויף די צוויי טעמים: אויב דער טעם פון סתימת הפּרשה איז „לפי שכיון שנפטר יעקב אבינו נסתמו כו'" אָדער ווייל „שבקש לגלות את הקץ425לבניו ונסתם כו'" — האָט דאָך די סתימה געדאַרפט זיין שפּעטער אין די פּסוקים וואו ס'רעדט זיך וועגן סתימת הקץ אָדער וועגן פּטירת יעקב ? און מ'פאַרענטפערט, אַז אַ סתימה אין מיטן סדרה איז ניט קענטיק, דאַקעגן אין אָנהויבס סדרהטז.

בשעת די סתימה איז אין אָנהויבס סדרה — וואָס מיט אַ נייער סדרה הויבט זיך אָןיז אַ באַזונדער עניןיח — דאַרף דאָך זיין אַ הפסק ריוח מער ווי426ע"ד הרגיל — איז בשעת ס'איז לגמרי ניטאָ קיין ריוח — ס'איז סתום — און די ענינים שטייען דאָך אין צוויי באַזונדערע סדרות איז מסתבר לומר אַז די סתימה ווייזט ניט אויף סתימת פון פּרטיות'דיקע פּסוקים און ווערטער וואו די סתימה געפינט זיך, נאָר זי איז פאַרבונדן מיט כללות תוכן הסדרה (און דערפאַר ווערט זי נרמז בתור הקדמה צו דעם תוכן הסדרה וכדלהלן).

און היות אַז דער עיקר תוכן פון דער סדרה „ויחי" איז וועגן מאורעות וואָס זיינען ניט בשייכות צום אופן החיים פון יעקב אבינו אין ארץ מצרים [דאָס ווערט דערציילט אין פּ' ויגש, אַז יעקב ובניו זיינען געווען אין מיטב הארץ ביז צום סיום „ויפרו וירבו מאד" —] נאָר וועגן מאורעות וואָס זיינען בקשר צו זיין פּטירה ביז צו זיין פּטירה בפּועל (פון „ויקרבו ימי ישראל למות" אין אָנפאַנג פּרשה, און דער המשך הענינים וועגן יעקב אָבינו'ס ברכות צו יוסף ובניו און דערנאָך די ברכה לבניו — ענינים וואָס זיינען שייך צום זמן שקודם הפּטירה); ובפרט אַז באַלד בתחילת הסדרה ממשיט, אין דעם ערשטן פּסוק, ווערט געבראַכט דער סהכל פון כל שני חיי יעקב,

איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז מיט דער „פרשה סתומה" מיינט די תורה אָנדייטן אויף אַ סתימה בקשר צו דעם תוכן כללי פון דער פרשה — פטירת יעקב.

ד. דערמיט ווערן פאַרענטפערט ביידע אויבנדערמאָנטע קשיות (וואָס רש"י איז משמיט דעם דריטן טעם, און דער סדר פון די צוויי געבראַכטע טעמים):

וויבאַלד די סתימה איז פאַרבונדן מיט פּטירת יעקב און מיט די פאַסירונגען אין שייכות מיט דער פּטירה, האָט במילא אין פּשוטו של מקרא קיין אָרט ניט אַז די סתימה פון דער סדרה וואָס רעדט וועגן פּטירת יעקב זאָל רומז זיין אויף „שסתם ממנו כל צרות": סיי אין זמן — „שסתם ממנו" איז געווען באַלד באַם קומען אין מצרים זיבעצן יאָר פאַר זיין פּטירה; סיי אין תוכן — דער ענין פון „שסתם ממנו כל צרות שבעולם", וואָס איז תכלית החיות, איז אין קעגנזאַץ צום ענין הפּטירה של יעקב. דערפאַר איז רש"י אינגאַנצן משמיט דעם דריטן טעםכ. מטעם זה איז אויך קיין קשיא ניט וואָס „שביקש לגלות" שטעלט רש"י אַלס צווייטן טעם, ווייל אין שייכות צו פּטירת יעקב איז דער טעם „שנפטר כו'" נענטער צו פּשוטו של מקרא (וויבאַלד די פּטירה גופא איז געווען די סיבה צו דער סתימה, משא"כ „ביקש לגלות כו'")כא.

427ה. עס בלייבט אָבער נאָך ניטפאַרשטאַנדיק (בפּנימיות הענין): פאַרוואָס הויבט זיך טאַקע אָן די סדרה מיט „ויחי יעקב", וויבאַלד די גאַנצע סדרה רעדט זיך וועגן דער פּטירה פון יעקב און די פּאַסירונגען אין שייכות מיט איר? הן אמת, אַז דער סךהכל פון שני חיי יעקב קומט אין פאַרבינדונג מיט זיין פּטירה, ווי געזאָגט פריער, דערמיט ווערט אָבער בלויז רעכט די שייכות פון צווייטן האַלבן פּסוק — „ויהי ימי יעקב גו'". אָבער דער ערשטער האַלבער פּסוק „ויחי יעקב בארמ"צ שבע עשרה שנה", וואו עס ווערט דערציילט וועגן יעקב'ס בעסטע יאָרן, וואָס פאַר אַ קישור האָט עס מיט פּטירת יעקב ? לפי זה האָט גאָר די חלוקת הסדרות געדאַרפט זיין: „ויחי יעקב בארץ מצרים שבע עשרה שנה" דאָס האָט געדאַרפט זיין דער סיום פון פּ' ויגש, וואו עס ווערט דערציילט „ותחי רוח יעקב אביהם"כב און „וישב ישראל גו' ויפרו וירבו מאד" און „ויהי ימי יעקב גו'" — די התחלה פון פּ' „ויחי".

נאָך דאַרף מען פאַרשטיין: ווי גערעדט שוין איינעגע מאָלכג, האָט דער נאָמען פון אַ סדרה אַ פאַרבונד מיטן תוכן פון דער גאַנצער סדרה — היינט ווי אַזוי ווערט די סדרה אָנגערופן מיטן נאָמען „ויחי" אין דער צייט וואָס דער אינהאַלט פון דער סדרה איז פּטירת יעקב — היפּך פון דעם ענין פון „ויחי"כד?

ו. דער ביאור אין דעם: אמיתיות ענין החיים איז אַזאַ חיים וואָס איז אַלעמאָל חי — האָט אַ קיום נצחי אָן שינוייםכה; וואָס דערפאַר איז די אמת'ע מציאות פון חיים פאַראַן נאָר ביים אויבערשטן — דער מקור החיים. ווי עס שטייטכו „והוי' אלקים אמת הוא אלקים חיים", וואָס „אמת" איז אַ זאַך וואָס ווערט ניט נפסק (נשתנה), אויב אָבער אין דעם איז דאָ אַ הפסק ווערט עס אָנגערופן „כזב" [וואָס דערפאַר געפינט מען אַז טייכן וואָס ווערן אויסגעטריקנט איינמאָל אין זיבן יאָר ווערן זיי אָנגערופן „נהרות המכזבין", און זיי זיינען פּסול לקידוש מי חטאת, ווייל זיי זיינען ניט קיין „מים חיים"כז].

428און דערפאַר זאָגן חז"לכח אַז „חותמו של הקב"ה אמת", וואָרום „אמת" איז צונויפגעשטעלט פון דריי אותיות: אל"ף — דער ערשטער אות פון א"ב, מ"ם — דער מיטלסטער אות, תי"ו — דער לעצטער אות; וואָס באַווייזט אַז ער איז אָן קיינע שינויים, כמ"שכט אני ראשון ואני אחרון ומבלעדי אין אלקים.

און דאָס מיינט דער פּסוק: „וה' אלקים אמת", וויבאַלד מהותו ית' איז „אמת", וואָס ווערט קיינמאָל נישט נפסק און נשתנה ח"ו, איז „הוא אלקים חיים", איז ער ית' די אמת'ע מציאות פון חיים.

משא"כ נבראים, וויבאַלד זיי זיינען ניט קיין אמת'ע מציאות מצ"ע — זיי זיינען דאָך נתהווה געוואָרן און זיינען בעצם הווים ונפסדים — איז במילא ביי זיי מצ"ע אויך ניט שייך קיין אמיתיות החיים, סיידן דאַן ווען דער נברא איז דבוק און פאַרבונדן מיט אלקות. ומהאי טעמא ווערן אידן אָנגערופן „חיים"ל — צוליב זייער דביקות אין אלקות, ווי עס שטייטלא „ואתם הדבקים בהוי' אלקיכם חיים כולכם היום", אַז אויך זיי זיינען חי וקיים לעד בקיום עצמילב.

אָבער בכדי אַז אָט דער אמת'ער „חיים" — די דביקות באלקות — פון אַ אידן זאָל זיך אָנזעען אין עולם הזה הגשמי, וואָס פאַרשטעלט אויפ'ן אמת פון עניני אלקות, איז עס דוקא דורכדעם וואָס ער גייט דורך די נסיונות און בלבולים און שטערונגען אין זיין דביקות און דאָך בלייבט ער גאַנץ און אומגעענדערט אין קיום התומ"צ — דעמאָלט ווערט נתגלה מיט דער פולער קלאָרקייט זיין (אמת'ער) חיות ווייל זיין דביקות באלקות קען ניט געענדערט ווערן.

לויט דעם איז פאַרשטאַנדיק די שייכות פון „ויחי יעקב" צו דער כללות הסדרה (וואָס עיקר ענינה איז פּטירת יעקב) און אויך דער טעם וואָס די גאַנצע סדרה רופט זיך „ויחי":

במשך די אַלע פריערדיקע יאָרן האָט מען ניט געזען זיכער צי זיי429זיינען יאָרן פון (אמת'ן) „ויחי", פון „ואתם הדבקים בה"א חיים וגו'"לג, ובפרט אַזאַ דביקות און חיים וואָס איז בהתאם צו דרגת „האבות הן הן המרכבה"לד — וואָרום דער כלל פון „אל תאמין בעצמך עד יום מותך"לה איז דאָך געזאָגט געוואָרן אויך בשייכות צו צדיקיםלו (און בפרט אַז יעקב אָבינו האָט בפירוש חושש געווען „שמא יגרום החטא"לז); און דערפאַר איז זיין דרגא פון דביקות במשך פון אַלע יאָרן אויך אין א"י, און דאָס דורכגיין אַזוי פיל צרות און יסורין, נאָך אַלץ ניט געווען קיין גענוגנדיקער באַווייז אויף זיין אמת'ן „ויחי"; און אַפילו אויך ניט דאָס וואָס ער האָט געזען אַז אויך זיינע קינדער ובני בניו זיינען צדיקים, וויבאַלד זיי האָבן זיך געפונען אין א"י און מ'קען ניט וויסן ווי זייער מצב קען זיין אין אַ פאַרגרעבטער לאַנד —

בשעת אָבער יעקב האָט דערגרייכט דעם זמן פון סמוך לפּטירתו, ובפרט אַז אינצווישן איז געווען דער קומען אין מצרים און איבערצייגען זיך אַז אויך וואוינענדיק אין ערות הארץ איז ער בשלימות הכי נעלה אין קיום התורה ומצות ביז דער לעצטער רגע פון זיין לעבן; און בפרט נאָך ביים זעען דאָרט אַז „מטתו שלימה", אַז אַלע זיינע קינדער זיינען גאַנץ אין זייער צדקות [און אויך יוסף, ניט קוקנדיק וואָס „מלך הוא" און „נשבה בין הגוים", איז „עומד בצדקו"לח, ביז אַז אויך מנשה ואפרים, וואָס זיינען געבאָרן געוואָרן אין מצרים ערות האָרץ, זיינען ראוי לברכה, און אויף אַזוי פיל אַז אידן בכל הדורות וועלן זיך בענטשן מיט זיי: „ישימך אלקים כאפרים וכמנשה"לט],

דאָס ערשט האָט מגלה געווען יעקב'ס אמת'ן חיותמ, אַז אויך אַלע זיינע פריערדיקע יאָרן, הגם בחיצוניות פול מיט יסורים און עגמ"נ, זיינען בפּנימיות געווען — „ויחי יעקב"; און דערפאַר זיינען די לעצטע זיבעצן יאָר אין מצרים אַ קלאָרער באַווייז אַז „כולן שוין לטובה".

ח. דערמיט איז מובן וואָס די סדרה ווערט אָנגערופן „ויחי" הגם אַז אין איר רעדט זיך ניט נאָר וועגן די מאורעות פון יעקב סמוך לפּטירתו נאָר אויך פּטירת יעקב און וועגן דעם זמן וואָס נאָכדעם:

די גמראמא זאָגט אַז „יעקב אַבינו לא מת מה זרעו בחיים אף הוא בחיים", און דערפאַר שטייט ניט ביי יעקב'ן דער ל' מיתהמב, וואָס דער פּירוש דערפון איזמג: דער אמת'ער חיים פון יעקב באַשטייט אין דעם וואָס „זרעו בחיים" —

ד. ה. להיות אַז דער אמת'ער ענין430פון חיים איז דאָס וואָס דאָס איז נצחיות'דיק און קיים לעדכה [ע"ד ווי דאָס איז, כביכול, באַ דעם אויבערשטן דער מקור החיים, צו וועמען אידן זיינען דבוק]מד, דעריבער זעט זיך אָן דער אמת'ער חיים פון יעקב דוקא ווען מען זעט די נצחיות'דיקייט דערפון, אויך נאָך דעם ווי די נשמה גייט אַוועק פון גוף; דאָס מיינט אַז ניט נאָר דער חיות ודביקות בלייבט נצחיות'דיק אין חיי הנשמה, נאָר אויך למטה אין עוה"זמה בלייבט דער אמת'ער חיות פון יעקב'ן — אין זיינע קינדער, אַז זיי לעבן דעם אמת'ן חיים פון יעקב אָבינו.

לויט דעם איז נאָך געשמאַקער דעם טעם וואָס די סדרה ווערט אָנגערופן „ויחי": דערמיט איז ניט בלויז מודגש אַז אויך לאחרי פּטירת יעקב איז נאָך אַלץ שייך צו זאָגן „ויחי יעקב", נאָר נאָכמער: דוקא דעמאָלט, לאחרי פּטירתו, איז ערשט קענטיק דער אמת'ער נצחיות'דיקער „ויחי יעקב".

ט. מ'האָט פריער גערעדט אַז מצד דעם וואָס די סתימת הפּרשה איז פאַרבונדן (ניט מיט די ווערטער „ויחי יעקב", נאָר) מיט דער (התחלת ה)סדרה — וואָס איר תוכן איז פּטירת יעקב און די ענינים וואָס זיינען בשייכות דערמיט — איז רש"י משמיט דעם דריטן טעם פון מדרש „שסתם ממנו כל צרות שבעולם" און ברענגט בלויז די צוויי טעמים „שנפטר יעקב כו'" און „שביקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו", וועלכע האָבן אַ שייכות מיט פּטירת יעקב.

ע"פּ הנ"ל איז דאָס אויך מתאים, בפּנימיות הענין, מיט דעם וואָס דוקא די סדרה פון פּטירת יעקב ווערט אנגערופן „ויחי" — וואָרום דוקא דורך די צוויי פּירושים ווערט אַרויסגעבראַכט און אונטערשטראָכן, אַז דער אמיתית החיים איז נמשך געוואָרן אויך בבניו, אַז זייער אמת'ער לעבן בגלוי איז געווען דער ענין פון קיום התומ"צ — דביקות אין אלקות;

דאָס וואָס אידן לערנען תורה און זיינען מקיים מצות אין אַ צייט ווען ס'איז ניטאָ קיין שעבוד וגלות — איז עס ניט קיין גרויסער חידוש; נאָכמער, אַפילו ווען אידן היטן אָפּ תומ"צ זייענדיק אין גלות, אָבער דער מצב פון גלות איז אַזאַ אַז מ'פילט בגילוי דעם „קץ", די גאולה — מ'ווייס בהשגה דעם קץ און „אויס גלות", דעם אויסגעלייזט ווערן און אַרויס פון גלות — אויך אין דעם זאָגט זיך נאָך ניט אַרויס דער שלימות'דיגער „ויחי" פון אידן. בשעת אָבער דער שעבוד און צרת הגלות איז אַזוי גרויס אַז בשכל אנושי זעט מען גאָרניט ווי אַזוי מ'קען פון אים אויסגעלייזט ווערן — „נסתם הקץ" — און דאָך גלויבט מען באמונה שלימה אַז די גאולה וועט קומען, ביז „אחכהמו לו בכל יום שיבוא", און אין דעם מיצר און יסורי הגלות לערנט מען תורה און מ'איז431מקיים המצות — דאָ ווערט אָפענערהייט אַנטפּלעקט אַז תומ"צ איז דער אמת'ער חיות פון אידןמז.

ובמילא — איז פאַרשטאַנדיק אַז דוקא דורך דעם דריקט זיך אויס דער אמת'ער חיות פון יעקב'ן (וכנ"ל „הוא בחיים" — דורך דעם וואָס „זרעו בחיים") — „ויחי יעקב".

דערמיט ווערט נאָך בעסער פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י ברענגט בלויז די ערשטע צוויי טעמים און ניט דעם טעם פון „שסתם ממנו כל צרות שבעולם", ווייל פונעם קיום התומ"צ אין זמן פון „שסתם . . כל צרות" איז נאָך קיין ראי' ניט אַז דאָס איז אַ חיות בלי שינוי; דער אמת'ער „ויחי" ווערט נתגלה אין דער עבודה אין דעם זמן פון צרת השעבוד און סתימת הקץ.

און דעמאָלט — ווען דער „ויחי" פון תורה ומצות טוט זיך אויף אויך אין זמן פון גלות ושעבוד, ווערט נתגלה די כוונה פּנימית און דער תכלית פון דעם גלות און צרת השעבוד, אַז דוקא דורך דעם קומט מען צו צו די גילויים פון דער גאולה בתכלית השלימות.

יו"ד. דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק דער פּנימיות'דיקער טעם פאַרוואָס ס'איז נסתם ממנו הקץמח; וואָלט דער קץ נתגלה געוואָרן, וואָלט דעמאָלט געפעלט אין דעם ענין פון תוקף הגלות, ובמילא — אויך אין דער שלימות הגאולה וואָס קומט דורכן גלות.

עפּ"ז קען מען אויך מבאר זיין וואָס רש"י זאָגט „שביקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו". דלכאורה, רש"י קומט דאָך מבאר זיין דעם טעם פון דעם וואָס „פּרשה זו סתומה", וואָלט דאָך געווען גענוג ער זאָל זאָגן „שנסתם ממנו הקץ". וואָס איז דאָ נוגע צו דערציילן אַז „ביקש לגלות את הקץ"?

נאָר אין דעם איז מרומז, אַז אדרבה, דוקא דורכן „נסתם ממנו" האָט זיך אויסגעפירט זיין בקשה „לגלות את הקץ לבניו": די סתימת הקץ איז ניט קיין העלם צוליב העלם ח"ו, נאָר איר תכלית איז בכדי אַז דורך איר זאָל שפּעטער אַרויסקומען דער גילוי הקץ, כנ"ל.

און דאָס מיינט „ביקש לגלות את הקץ לבניו ונסתם ממנו": בשעת יעקב האָט געוואָלט ממשיך זיין און מגלה זיין לבניו די גאולה, איז בכדי אַז בניו זאָלן דאָס האָבן בשלימות, איז געווען סתימת הקץ, און דאָס איז געווען די הכנה, אַז דערנאָך זאָלן זיי מקבל זיין דאָס וואָס

לגלות — די גילויים פון דער גאולה העתידהמט.

(משיחת ש"פ ויחי תשכ"ה)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-j1ax9aph

עותקים

פעילות אחרונה

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · אושרה
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · נסגרה

מקורות