English
ספרייה

לקוטי שיחות

נח ה

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

63נח ה

א. ביים סויף פון דער סדרה שטעלט זיך רש"י אויפן וואָרט „בחרן", און איז מפרש: „הנו"ןא הפוכהב לומר לך עד אברם חרון אף של מקום (בעולםג)".

דער פשוט'ער פשט פון דעם איז (ניט אז די זו"ן הפוכה מיינט „עד אברם חרון אף של מקום" — וואָרום וואָס פאַר אַ שייכות האָט אָט דער ענין צו אַ נו"ן הפוכה — נאָר) אַז די נו"ן הפוכה קומט צו מרמז זיין, אַז אויסער דעם פשוט'ן טייטש פון בחרן — אין דער שטאט חרן — האָט דער וואָרט נאָך אַ ענין (אָפּטייטש) די באַדייטונג פון „חרון (אף)". וואָס פאַר אַ שייכות האָט דער ענין פון חרון אף צו דעם פסוק? איז רש"י מפרש, אַז ביז אברם'ען איז געווען חרון אף של מקום.

עס איז אָבער ניט פאַרשטאַנדיק: רש"י'ס טייטש פונעם וואָרט בחרן („חרון אף") מוז דאָך מתאים זיין צום תוכן פון דעם פסוק — און אין פסוק רעדט זיך ניט וועגן אברם'ען, נאָר וועגן תרח'ן: „וימת תרח בחרן" — טאָ פאַרוואָס זאָגט רש"י „עד אברם חרון אף", ער האָט לכאורה געדאַרפט פאַרבינדען דעם ענין פון „חרון אף" מיט תרחןד ?

ב. איז דער ביאור אין דעם: וויבאַלד דער פסוק זאָגט „וימת תרח בחרן", איז אויב מען זאָל לערנען אַז דער „חרון אף" של מקום איז געווען אויף תרח'ן, וואָלט מען דאָך געמוזט זאָגען אַז דער „חרון אף" אויף אים איז געווען ביז צו זיין מיתהד. אָבער אַזוי קען מען ניט לערנען, ווייל, לויט רש"י'ס שיטהה האָט תרח תשובה געטאָן אַ ליינגען זמן פאַר זיין טויטו.

64דעריבער מוז רש"י לערנען, אַז דער חרון אף של מקום, וואָס איז מרומז אין דעם פסוק, איז ניט אין שייכות מיט תרח'ן, נאָר עס מיינט דעם אויבערשטנ'ס „חרון אף" וואָס איז געווען אין וועלט בכללז.

דערביי ווערט אָבער די שאלה: אויב אַזוי, וואָס פאַר אַ צוזאַמענהאַנג האָט דער „חרון אף" אין עולם מיטן פסוק „וימת תרח בחרן" — דער חרון אף האָט דאָך ניט צו טאָן מיט תרח באַזונדער; ובפרט אַז ער האָט דאָך תשובה געטאָן קודם מיתתו?

אויף דעם זאָגט רש"י „עד אברם כו'": דאָס האָט אַ שייכות צו „אברם" — צום פסוק גלייך נאָך דער נו"ן הפוכה — „ויאמר ה' אל אברם לך לך". ד.ה. מיט דער נו"ן הפוכה אין דעם וואָרט „בחרן" איז די תורה מרמז, אַז ביז אברם'ען איז געווען חרון אף של מקום, און מיט „אָנקומען" פון אברם, וואָס התחיל להאירח — ער האָט באַלויכטן דעם עולם מיט ג־טלעכקייט, ווי עס שטייטט „ויקרא שם בשם הוי' א־ל עולם" — האָט זיך אָפּגעטאָן דער חרון אף פון עולם.

ג. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: אמת טאַקע, אַז נאָכען וואָרט בחרן קומט באַלד דער פסוק „ויאמר ה' אל אברם גו'" — עס איז אָבער פאָרט שווער צו לערנען אַז די נו"ן הפוכה פון בחרן זאָל זיך באַציען צו אַ ווייטערדיקען פסוקי?

איז דער ביאור אין דעם: אַ נו"ן פשוטה איז אַן אות (סופית) וואָס אונטערשטרייכט אַ סוף און ענדע (פון וואָרט) און אין די אותיות סופיות גופא האָט עס דעם אויסזעןיא פון אַ קו ארוך וואָס טיילט פאַנאַנדער צוויי צדדים, און אין אַן אופן פון הפסק65גמור. וואָרום אין אַ נו"ן פשוטהיב איז דאָך ניטאָ קיין איבערהאַק (ווי ס'איז, למשל, דאָ אין אַ קו"ף, צווישן דעם רי"ש מיטן קו) דורך וועלכע מען זאָל קענען דורכגיין פון איין זייט צום צווייטן.

און פון דעם וואָס די תורה האָט אויסגעקליבען משנה זיין דוקא דעם נו"ן פון „בחרן" בכדי צו ווייזן אויף חרון אף,

און נאָכמער — נאָר דעם נו"ן, חאָטש לכאורה האָט מען געדאַרפט משנה זיין דעם גאַנצען וואָרט — וואָס איז דער וואָרט חרון (ובפרט אַז ער שטייט בכ"מ בתורהיג חסר וא"ו),

איז אַ ראי' אַז גלייכצייטיק ווערט דערין מרומז אַז דער חרון אף ווערט נפסק ביים סוף פון דער פרשהיד. און דעריבער לערנט רש"י „עד אברם חרון אף כו'", ביז אברם'ען איז געווען חרון אף און ער איז דאָ נפסק געוואָרן.

ד. מען קען נאָך אָבער אַלץ פרעגן: הגם אַז די נו"ן איז מרמז אויף אַ הפסק צווישן צוויי צדדים — ובעניננו: צווישן סיום פ' נח און התחלת פ' לך — עס זיינען דאָך אָבער פאַראַן צוויי אופנים ווי אַזוי אַרויס צו ברענגען דעם הפסק: א) אַז דער „חרון אף" איז געווען ביזן סיום התקופה פון פ' נח — דער צד חיובי, אַז דער „חרון אף" האָט געדויערט ביז דעמאָלט; ב) אַז דער „חרון אף" איז געווען ביזן תקופה פון פ' לך — דעם צד השלילי, אַז דעמאָלט האָט אויפגעהערט דער „חרון אף".

וויבאַלד רש"י איז מפרש דעם וואָרט „בחרן", האָט ער לכאורה געדאַרפט זאָגען (ווי לויט דעם ערשטן אופן) אַז דער חרון אף האָט געדויערט ביזן סיום התקופה פון פ' נח — פאַרוואָס זאָגט רש"י „עד אברם כו'", וואו די הדגשה איז אויפן אויפהער (ביטול) פונעם „חרון אף"?

אין אמת'ן אָבער איז עס קיין קשיא ניט: די (תקופה פון) פ' נח שליסט זיך מיטן פסוק „וימת תרח בחרן" — וואָס מיתתו של תרח (ווי רש"י איז מפרש מיט איין דיבור פריער) איז געווען מער ווי זעכציק יאָר נאָך דעם ווי אברם איז געקומען אין ארץ כנען — ובכן קען דאָך רש"י ניט זאָגען, אַז ביז מיתת תרח האָט זיך געצויגען דער חרון אף של מקום אין עולם, וואָרום ווען אברם איז געקומען און דעם עולם באַלויכטן (ווייניגסטענס — זעכציק יאָר פאַר מיתת תרח) איז שוין נפסק געוואָרען דער חרון אף.

דעריבער איז רש"י מדייק „עד אברם כו" — דערמיט אונטערשטרייכט ער אַז דער הפסק פון דעם נו"ן, פון דעם חרון אף, הגם ער איז מרומז בסיום הפרשה, איז ער אָבער ניט פאַרבונדן מיטן זמן פון „וימת תרח", נאָר מיטן כללות'דיקן זמן פון סיום התקופה פון „עד אברם" פאַר אברם'ן; אין די עשרה דורות — דער אָנהויב תקופה פון אברם'ען.

ה. עס פאָדערט זיך אָבער ביאור: צו וואָס דאַרף די תורה בכלל (שטעלן אַ נו"ן הפוכה און) דערציילן אַז במשך די עשרה דורות ביז אברם'ען איז66געווען דעם אויבערשטנ'ס חרון אף בעולם — ס'איז דאָך אַ דבר המובן מעצמו: וויבאַלד זיי האָבן אַזוי פיל געזינדיקט, געדינט ע"זטו וכו', איז פאַרשטאַנדיקטז אַז דער אויבערשטער איז געווען ניט צופרידן פון זייער הנהגה, און ס'איז געווען חרון אף של מקום בעולם?

איז דער ביאור אין דעם: בשעת מען לערנט אין דער פרשה וועגן די מענטשן פון יענע דורות און מ'זעט אַז זיי האָבן מאריך ימים געווען אַ סאַך מער ווי 120 יאָריז, איז שווער צו פאַרשטיין: ווי קומט עס אַז רשעים זאָלן אַזוי פיל מאריך ימים זיין?

קען מען דעריבער קומען צו אַ סברא, אַז טראָץ דעם וואָס זיי האָבן געזינדיקט, איז אָבער (מצד איזה טעם שהוא — לדוגמא: עם אחד ושפה אחת לכולם, שלום. כבוד אב — ווי רש"י זאָגט דאָ.) דעם אויבערשטן געווען געפעלן עפּעס אין זייער הנהגה און ער איז געווען צופרידן פון זיי — באַוואָרענט עס דעריבער די תורה דורך שטעלן אַ נו"ן הפוכה, אַז דער אויבערשטער איז פון זיי געווען ניט נאָר ניט צופרידן, נאָר אדרבה: ס'איז געווען חרון אף של מקום. אַי, ווי קומט עס צו זיי אַזאַ אריכות ימים? איז עס ווייל כך עלה ברצונו של הקב"ה, און דעם טעם דערפון ווייסן מיר ניטיח.

אָדער (ע"ד הפשט): עס איז פאַרשטאַנדיק בשכל אַז אדם הראשון יצור כפיו פון דעם אויבערשטן דאַרף זיין דער מאריך ימים ביותר (ווען ניט דער חטא עץ הדעת) און וואָס אַ דור ווייטער פון עם איז, בכלל, שוואַכער און נעענטער צו אריכות ימים פון אונזערע דורות.

ו. הגם אַז בפירוש, אין דרך הפשט איז דאָ רש"י ניט מבאר אַ טעם, פאַרוואָס די עשרה (עשרים) דורות האָבן מאריך ימים געווען, איז ער דאָס אָבער מרמז על פי דרך הסוד שבתורה; און ווי גערעדט שוין פיל מאָל, אַז אין פירוש רש"י איז פאַרבאַהאַלטן „יינה של תורה"יט (פנימיות התורה).

רז"ל זאָגןכ אַז די כ"ו דורות פאַר מתן תורה היו ניזונין בחסדו של הקב"ה. איז עס מבואר אין חסידותכא, אַז אָט די דורות זיינען געשפּייזט געוואָרן דורך דער מדריגה פון חסד שלמעלה מהשתלשלות, וואָס דאָרטן איז „אם חטאת גו' ורבו פשעיך מה תעשה לו אם צדקת מה תתן לו גו'"כב: ס'איז העכער פון דעם אַז מצוות און עבירות זאָלן פאַרנעמען אַן67אָרטכג. און דעריבער קענען פון דאָרטן מקבל זיין חיות אפילו עוברי עבירות*23.

און אַזוי ווי ס'איז דאָ אַ כללות'דיקער אונטערשייד צווישן די כ"ו דורות פון פאַר מ"ת און די וואָס נאָך מ"ת, על דרך זה איז אויך דאָ אַ חילוק פרטי אין די כ"ו דורות גופא: די ערשטע צוואַנציק דורות, פאַר די „שני אלפים תורה"כד, איז ביי זיי געווען דער ענין פון ניזונין בחסדו של הקב"ה שלמעלה מהשתלשלות מער — ווי ביי די לעצטע זעקס דורותכה.

און אָט דעם ענין איז רש"י מרמז מיט די ווערטער „חרון אף" — לכאורה קען מען פרעגן: צו וואָס דאַרף רש"י מוסיף זיין דעם וואָרט „אף"? דאָ איז דאָך נוגע בלויז דער וואָרט „חרון", מיט וועלכן ער פאַרטייטשט דעם רמז פון „חרן"כו.

נאָר מיטן וואָרט „אף" איז מרומז דער ענין פון היו ניזונין בחסדו של הקב"ה, בחי' חסד שלמעלה מהשתלשלות — וואָרום „אף" ווייזט אויף דער בחי' פון אור שלמעלה מהשתלשלות, כדלהלן.

ז. רש"י שרייבט אין פרשת בשלחכז אַז חרן איז מגזרת „חרה"; און דער וואָרט „חרה" געפינט מען ניט בלויז ביי אף (חרה אףכח), נאָר אויך בשייכות מיט „גרון", ווי עס שטייטכט „נחר גרוני", און ווי רש"י טייטשט אַז „נחר" איז פון לשון „חרה" (דער האַלז איז טרוקן).

אָט די צוויי פירושים זיינען אויך פאַראַן אין דעם ענין פון „חרן": א) ווי רש"י טייטשט דאָ: חרון אף של מקום; ב) חרן (עם הכולל) בגימטריא גרוןל — און חרן (אותיות נחר) איז מרמז אויפן ענין פון „נחר גרוני"לא, דער האַלז איז טרוקן, ובמילא קען דער קול ניט דורכגיין דעם גרון ווי עס דאַרף צו זיין.

דער חילוק צווישן די צוויי ענינים איז:

„גרון" איז אַ ממוצע צווישן ראש, מוח און לבלב. ד. ה. אַז די השפעה68פון שכל שבמוח וואָס קומט אַראָפּ אין די מדות שבלב גייט דורך דעם גרון; און בעת דער גרון איז אין אַ מצב פון „נחר גרוני", דערלאָזט עס ניט אַז די השפעת השכל זאָל אַראָפּקומען אין לב. משא"כ אף איז העכער פון גרון און דער ענין פון „אף" איז העכער פון חכמה, וואָרום חכמה איז ראשית ההשתלשלות, אָבער ריח דערלאַנגט העכער פון השתלשלותלג.

און דאָס איז רש"י מדייק אין אונזער פסוק מיטן לשון „חרון אף": דאָ ווערט ניט געמיינט חרן מלשון נחר גרוני, ווייל היות דאָ רעדט זיך וועגן די דורות פאַר שני אלפים תורה, וואָס זיינען געווען ניזון פון חסד שלמעלה מהשתל' (למעלה מהחכמה) — איז במילא דאָ ניט נוגע וואָס עס טוט זיך מיטן גרון וואָס איז אַ ממוצע צווישן חכמה און נידעריקער; דעריבער איז רש"י מדגיש וועגן „חרון אף", וואָס באַווייזט אויף בחי' האור שלמעלה מהשתלשלות.

און אויף דעם זאָגט רש"י, אַז אָט אַזאַ סדר, אַז עוברי רצונו זאָלן מקבל זיין די השפעה פון למעלה מהשתלשלות, איז געווען בלויז „עד אברם", ווייל דאָס איז געווען אַ סדר פון שני אלפים תהו; אָבער בעת עס האָבן זיך אָנגעהויבן שני אלפים תורה, איז נפסק געוואָרן דער „חרון אף" — די השפעה פון למעלה מהשתל': דעמאָלט איז געוואָרן די התחלה פון מדידה ע"פ תורה, אַז אַלע השפעות מוזן דורכגיין עפ"י החשבון פון שכל התורהלד.

ח. דאָס איז אויך דער ביאור און טעם פנימי פון דעם וואָס דער ענין פון „עד אברם חרון אף של מקום" איז מרומז דוקא אין דעם שינוי פון אַ נו"ן פשוטהלה:

מיט דער התחלה פון שני אלפים תורה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט אברהם אבינולו, איז נמשך געוואָרן דער אור מקיף אין אַ פנימיות, און בשעת דער אור שלמעלה מהשתל' שטייט אין אַ המשכה בפנימיות, קען פון אים ניט זיין קיין יניקה לחיצונים;

וכידועלז, אַז פון בחי' המקיף שלמעלה מהשתלשלות קענען קליפות יונק זיין נאָר בעת דער אור69פאַרבלייבט בבחי' מקיף, משא"כ ווען דער אור מקיף ווערט נמשך בפנימיות, ווערט די השפעה נמשך נאָר אין קדושה.

און דאָס איז. מרומז אין אַ נו"ן פשוטה, וואָס מען געפינט אין איר צוויי ענינים וועלכע זיינען מהקצה אל הקצהלח: א) דער מספר פון נו"ן ווייזט אויפן שער הנו"ן וואָס איז העכער פון השתלשלותלט. ב) איר ציור און תמונהמ, וואָס זי האָט אַ רגל ארוכה, ווייזט אויף המשכה למטה מטהמא.

דאָס הייסט, אַז דער ענין פון נו"ן פשוטה איז צו ממשיך זיין דעם אור שלמעלה מהשתלשלות, דער „מעלה עד אין קץ", אין „מטה עד אין תכלית". וואָס דאַן ווערט בטל די יניקה לקליפות, און די השפעה קומט אָן בלויז לבחי' הקדושה.

און ווי ס'איז מבואר אין לקו"תמב אין דעם ענין פון דער נו"ן פשוטה וואָס אין „ובו תדבקון"מג, אַז דער תכלית העילוי פון „ובו תדבקון" דאַרף מען ממשיך זיין למטה מטה, ביז אַז אויך בחי' עשי' זאָל זיין „כולו קודש לה'" וואָס דאַן „לא יהי' יניקה לסט"א וחיצונים כלל".

און די שני אלפים תורה זיינען אַ הקדמה והכנה צו שני אלפים ימות המשיח, וואָס דאַן וועלן נמשך ווערן אַלע מקיפים דעתה בפנימיותמד, ובמילא וועט זיין (ווי ער איז מסיים דאָרט אין לקו"ת) ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץמה בביאת משיח צדקנומו בקרוב ממש.

(משיחת ש"פ נח תשכ"ז)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-km5p0zzf

עותקים

פעילות אחרונה

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · אושרה
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · נסגרה

מקורות