English
ספרייה

לקוטי שיחות

בראשית א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

1א. דאָס וואָס די תורה הויבט זיך אָן מיטן אות בי"ת — „בראשית ברא גו'", און ניט מיטן אות אל"ף, וואָס איז דער ערשטער אות פון א"ב — זיינען אויף דעם פאַראַן כמה ביאורים, ומהם:

א) אין ירושלמיא שטייט, אַז ווייל אל"ף איז לשון (ר"ת) ארירה און בי"ת איז לשון (ר"ת) ברכה, דעריבער הויבט זיך ניט אָן די תורה מיט אַן אל"ף, נאָר מיט אַ בי"ת.

ב) אין מדרשב זאָגט ער אַז די תמונה פון אות בי"ת, וואָס איז פאַרמאַכט פון דריי זייטן און איז אָפן פון דער פערטער (צפון) זייטג, איז ענלעך צו דער וועלט, וועלכע איז באַשאַפן געוואָרן אין אַן אופן וואָס אירע דריי רוחות זיינען סתומות וגדורות און „רוח צפונית" איז געבליבן אָפןד [והטעםה: טאָמער וועט איינער קומען און זאָגן „הוא אלקה", וועט מען אים ענטפערן — אדרבה, ס'איז געבליבן רוח צפונית, וועלכע דאַרף האָבן אַ תיקון, זאָל ער זי מתקן ומשלים זיין];

ג) אין קבלהו ווערט אַרומגערעדט, אַז די תורה וואָס מיר לערנען דאָ אין עולם הזה, איז עס ווי די תורה איז שוין נמשך געוואָרן אין די עולמות בי"ע — פון אצילות [כידועו דער פירוש פון „ועל תורתך — שלמדתנו"ז: „ועל תורתך", דיין תורה, מיינט די תורה ווי זי איז אין אצילות; „שלמדתנו" — די תורה ווי זי איז אין עולם הבריאה]; און דעריבערח הויבט זיך אָן די תורה מיט אַ בי"ת, צו מרמז זיין, אַז די תורה וואָס מיר לערנען איז שוין די צווייטעט מדריגה (אין תורה); אל"ף, די ערשטעט מדריגה (אין תורה), איז (תורה שב)אצילות.

ב. לכאורה פאָדערט זיך הסברה אין יעדן פון די דריי אויבנדערמאָנטע טעמים:

א) אין ערשטן תירוץ איז ניט מובן — ווי דער אבן עזראי פרעגט: מען געפינט דאָך אַ סך ווערטער וואָס הויבן זיך אָן מיט אַ בי"ת און זיי האָבן אין זיך דעם תוכן פון היפך הברכה [ולאידך זיינען פאַראַן כמה וכמה ווערטער וואָס הויבן זיך אָן מיט אַ אל"ף וואָס זייער באַדייט איז טוב וברכה].

ב) אין צווייטן תירוץ: דאָס וואָס תורה האָט זיך געדאַרפט אַנהויבן מיט אַן2אל"ף איז עס דאָך דערפאַר וואָס אַזוי מאָנט זיך לויטן סדר פון תורה — היות אל"ף איז דער ערשטער אות פון א"ביא, איז דאָס גופא אַ באַווייז אַז ער איז אויך דער ערשטער במעלה כו'יב — היינט וויבאַלד אַז מצד דעם סדר התורה האָט זי זיך געדאַרפט אָנהויבן מיט אַן אל"ףיג, איז דאָך שווער צו זאָגן, אַז תורה איז משנה איר סדר און זי הויבט זיך אָן מיט אַ בי"ת בכדי זי זאָל זיין „צוגעפּאַסט" צו וועלט (וואָס איז בדוגמא צו אות בי"ת — סתומה מג' רוחות כו'): די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן דורך און צוליב תורה, כמרז"ליד „אסתכל בה באורייתא וברא עלמא", „בראשית בשביל התורה שנקראת ראשית"טו, און ניט להיפך ח"וטז!

ג) אין דריטן תירוץ: מיר זאָגןיז דאָך „ונתן לנו את תורתו" — דער אויבערשטער האָט אונז געגעבן זיין תורה; ד.ה. אַז די זעלבע תורה (און מיטן זעלבן סדר) ווי זי איז ביים אויבערשטן — תורתו, האָט ער אונז אָפּגעגעבן דאָ למטהיח. ובמילא, איז פּונקט ווי די תורה ביי אונז, אַזוי הויבט זיך אָן אויך די תורה שבאצילות מיט בראשית ברא גו' — מיט אַ בי"ת [און ניט נאָר תורה שבאצילות, נאָר אויך העכער, וואו נאָר ס'איז שייך אַ בחי' פון אותיותיט, הויבט זיך דאָרט אָן תורה מיט אַ בי"ת], בלייבט דאָך ווידער די קשיא: פאַרוואָס הויבט זיך אָן תורה שבאצילות [און נאָך העכער] מיט אַ בי"ת?

ג. נאָך אַ פּלא אין דעם ענין: פון די אַלע אויבנדערמאָנטע ביאורים קומט אויס, אַז די תורה דאַרף זיך אָנהויבן דוקא מיט אַ בי"ת און ניט מיט אַן אל"ף — דערציילט אָבער די גמראכ, אַז ווען די זקנים האָבן איבערגעזעצט די תורה פאַר תלמי המלך, „נתן הקב"ה בלב כאו"א" אַז זיי אַלע האָבן מכוון געווען אין זייער תרגום אויפן זעלבן אופן, און האָבן איבערגעזעצט דעם פּסוק „בראשית ברא אלקים גו'" פּונקט ווי עס

געשטאַנען

בראשית".

וויבאַלד אַז מלמעלה האָט מען זיי אַריינגעגעבן די דיעה צו מתרגם זיין ווי עס וואָלט געשטאַנען „אלקים ברא בראשית" — מיט אַן אל"ף צום אָנהויב — איז דערפון אַ הוכחה, אַז עס איז דאָ אַ גאָר שטאַרקע סברא, אַז די תורה זאָל זיך אָנהויבן מיט אַן אל"ףכא, און אַלע הסברות אויף אַנדערש — וואָלטן זיך ניט אָנגענומען ביי תלמי המלך און מען האָט געמוזט אָנקומען צו אַ נס אַז נתן בלב כולם וכו'.

ועוד — דאָס גופא איז דאָך אַ תמי' גדולה ביותר: עס זיינען דאָ בתורת אמת כו"כ טעמים אויף התחלת התורה ניט3מיט אַן אל"ף און קיין איינער פון זיי קען ניט אָנגענומען ווערן באַ תלמי המלך ?!

ד. דער ביאור אין דעם: אויפן פּסוקכב „על מה אבדה הארץ גו' על עזבם את תורתי" זאָגן חז"לכג: (אַז וואָס מיינט „עזבם את תורתי" —) „שלא ברכו בתורה תחלה". איז מבאר דער ב"חכד (ומרומז אין רבינו יונהכה) אַז כאָטש זיי האָבן געלערנט אַ סך תורה, האָט ביי זיי אָבער געפעלט די כוונה „להתעצם ולהתדבק בקדושת ורוחניות התורה ולהמשיך השכינה כו'"; און דאָס איז דער פּירוש פון „אבדה הארץ" — „כלומר נחרבה ונשארה חומרי' מבלי עובר שם קדושת השכינה".

ד. ה. אין תורה זיינען פאַראַן צוויי עניניםכו: (א) דער לימוד התורה בהבנה והשגה; (ב) די דבקות והתאחדות מיטן נותן התורהכז, וואָס דאָס איז די קדושת התורה ועצמותה וואָס איז למעלה מן השכל;

און דער סדר אין דעם איז, אַז פריער, נאָך פאַרן לערנען תורה, דאַרף זיין די איבערגעגעבנקייט און דבקות צום עצם פון תורה שלמעלה מהשכל, ווי דער לשון הגמרא: ברכו בתורה תחלה, און דערנאָך דער לימוד התורה בהבנה והשגהכח.

און דאָס איז אויך דער ביאור בפּשטות פאַרוואָס תורה הויבט זיך אָן מיט אַ בי"ת און ניט מיט אַן אל"ף: אל"ף באַצייכנט דעם וואָס קומט צום ערשטן, און בי"ת — צום צווייטןכט: דאָס וואָס אַ איד לייענט און לערנט אין תורה איז דאָס שוין דער בי"ת פון תורה, דער צווייטער ענין וואָס איז דאָ אין תורה; די ערשטע זאַך — דער אל"ף פון תורהל — איז די „פאַרבונדנקייט" אירע צום נותן התורה שלמעלה פון הבנה והשגהלא, העכער פון ציור אותיות, וואָס דאָס דאַרף זיין נאָך פאַר דעם „ב(ראשית)" פון תורה, ווי אַ הכנה צו לימוד התורה.

[און דערפאַר הויבן זיך אָן אַלע דרגות אין תורה — אפילו תורה שבאצילות און נאָך העכער — מיט אַ בי"ת, ווייל אין יעדער מדרי' פון תורה זיינען פאַראַן די צוויי בחינות: א) די תורה ווי זי איז נתגלה געוואָרן לויט די כלים ואותיות פון דעם עולם. ב) דער נותן התורה שלמעלה מאותיות].

ה. ווי גערעדט שוין פיל מאָללב, האָבן אַלע פּירושים אויפן זעלבן וואָרט (אָדער ענין) אַ שייכות זל"ז. אַזוי קען מען אויך זאָגן בנדו"ד, אַז די דריי אויבנגעבראַכטע

(דלעיל ס"א) זיינען אַלע נובע פון איין כללות'דיקער נקודה — פון דעם ביאור הפּשוט הנ"ל (ס"ד), אַז דער אל"ף פון4תורה איז די דבקות והתעצמות מיט דער דרגא וואָס איז העכער פון השגה, און דער לימוד התורה בהבנה והשגה איז דער בי"ת פון תורה; און אָט די נקודה והסברה כללית דריקט זיך אויס אין דריי פּרטיות'דיקע ענינים אין תורה ופּעולתה (וואָס זיי זיינען מרומז אין די דריי ביאורים הנ"ל):

(א) בנוגע צו תורה גופא — דער פּירוש פון קבלה אַז אל"ף פון תורה איז תורה שבאצילות, און בי"ת — תורה שבבריאה;

(ב) די פּעולה אין דעם אדם הלומד תורה — דורך דעם וואָס ער דערהערט אַז הבנה והשגה שבתורה איז בלויז דער בי"ת שבתורה, איז זיין לימוד אין אַן אופן פון (בי"ת — לשון) ברכה, און ניט, ח"ו, אין אַן אופן פון (אל"ף, וואָס דאַן איז עס לשון) ארירה.

(ג) די פּעולה פון תורה אין דער בריאה — בשעת דער לימוד התורה איז כדבעי, אַז ס'איז דאָ פריער דער אל"ף שבתורה, איז מען מתקן דעם רוח צפונית שאינה מסובבת (וואָס איז נרמז אין אות בי"ת).

ו. די הסברה אין דעם: דער פּירוש פון „ברכו בתורה תחלה" איז דאָך ניט אַז מ'זאָל יוצא זיין מיט דער כוונה פון דבקות הנשמה באלקות, נאָר דאָס איז אויך אַ הקדמה וואָס דאַרף ברענגען צו לימוד התורה, כדיוק לשון חז"ל „ברכו בתורה תחלה" [ד.ה. אַז נאָכן „ברכו בתורה" מוז זיין דערנאָך דער לימוד התורה בהבנה והשגה] — און דערפאַר איז מובן, אַז דאָס דריקט זיך אויס: (א) אין דער תורה עצמה וואָס ער לערנט, (ב) אין דעם אדם הלומד, און (ג) אין דער פעולה פון תורה אין וועלט:

(א) בשעת מען לערנט תורה אָן דער איבערגעגעבנקייט צום נותן התורה, דאַן, איז די תורה וואָס מ'לערנט בבחי' „נפרד"לג ח"ו פון אלקות, ביז אַז עס קען דערפון אַרויסקומען אַ יניקה לחיצונים כו'לד — און דאָס איז נרמז אין דעם וואָס די ר"ת פון בראשית איז מורה על תורה שבבריאה, וואָס אין עולם הבריאה איז די התחלה פון דעם ענין הפירוד, וכמ"שלה „ומשם יפרד גו'".

משא"כ ווען לימוד התורה איז מיט דער הקדמה פון „ברכו בתורה תחלה", דעמאָלט איז די (געלערנטע) תורה פאַראיינציקט בתכלית מיטן נותן התורה, ע"ד ווי אצילות איז עולם האחדות, „אלקות בפּשיטות ומציאות בהתחדשות"לו.

(ב) חז"ללז זאָגן „זכה נעשית לו סם חיים לא זכה נעשית לו סם מיתה" — און דאָס איז דער ענין פון בי"ת לשון ברכה (און אל"ף לשון ארירה): ווען דער לימוד התורה פונעם אדם איז אין אַן אופן פון „זכה" — אין אַ ריינעם אופן, אַז פריער דערהערט ער די קדושת התורהלח — דאָס איז ביי אים דער אל"ף פון תורה, איז דאַן דאָ דער בי"ת — ברכה, „נעשית לו סם חיים"; בשעת5אָבער „לא זכה" — אַז די הבנה והשגה פון תורה איז ביי אים דער „אל"ף" פון תורה און עס פעלט די בחי' „זכה" וקדושת התורה (דער אמת'ער אל"ף שבתורה) — דאַן ווערט ר"ל, אל"ף לשון ארירה, „נעשית לו סם מיתה".

(ג) כדי אַז תורה זאָל אויפטאָן אין וועלט, מ'זאָל דערהערן אַז יש בעה"ב לבירה זו, איז עס ווען מ'דערהערט און מ'פילט אין דער תורה וואָס מ'לערנט דעם נותן התורה — און דאָס איז דער ענין פון צורת אות בי"ת וואָס איז בדומה צו דער וועלט וואָס סתומה מג' רוחותי' און רוח צפונית אינה מסובבת: בשעת הבנה והשגה פון תורה איז ביי אים דער בי"ת פון תורה — ווייל ביי אים דערהערט זיך אַז דער אל"ף פון תורה איז דער נותן התורה — דאַן איז דאָס מתקן און משלים אין וועלט דעם ענין וואָס רוח צפונית איז אינה מסובבת (וואָס איז נרמז אין אות בי"ת).

ז. עפּ"י כהנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס די זקנים האָבן פאַר תלמי המלך איבערגעזעצט די תורה אין אַן אופן גלייך ווי די תורה הויבט זיך אָן מיט אַן אל"ף — ווייל כל הנ"ל, אַז לימוד בהבנה והשגה איז דער בי"ת פון תורה, איז שייך נאָר ביי אידן און ניט ביי אומות העולם:

דער דיןלט איז, אַז „עכו"ם שעוסק בתורה חייב מיתה", אַז אַן אינו יהודי טאָר ניט לערנען תורה לשם לימוד התורה עצמה; ער מעג נאָר לערנען תורה אויף וויפל ס'איז אים נוגע צו וויסן ווי אַזוי צו מקיים זיין די „שבע מצוות דידהו"לט.

וויבאַלד אַז דער לימוד התורה ביי אומות העולם איז בכדי לדעת את המעשה אשר יעשון, איז מובן, אַז זיי האָבן אַ שייכות נאָר צום ענין פון הבנה והשגה שבתורה, אָבער ניט צום עצם התורה שלמעלה מהשגה, וואָס קומט דורך ברכו בתורה תחלה וואָס איז שייך נאָר צו אידן [ווי ס'איז מוכח אינעם לשון פון ברכת התורה אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו].

און דעריבער, בשעת די זקנים האָבן מתרגם געווען די תורה לתלמי המלך — ווען זיי האָבן איבערגעטייטשט די תורה אין אַן אופן ווי זי האָט אַ שייכות צו בני נח — איז אויסגעקומען ווי עס

געשטאַנען

בראשית", אַז ס'הויבט זיך אָן מיט אַן אל"ף — ווייל ביי אומות העולם איז הבנה והשגה (ניט קיין צווייטע זאַך, נאָר) די ערשטע זאַך.

ח. פּ' בראשית הויבט מען אָן צו לייענען שמחת תורה — איז אויך דער ענין פאַרבונדן מיט דעם וואָס איז מבואר לעיל:

שמחת תורה טאַנצט מען מיט דער תורה, וואָס דוקא דורך די ריקודים ברגלים נעמט מען דעם „עצם" פון תורהמ; און ווי עס שטייט אין זהרמא אַז „ונוהגין למעבד ישראל עמה חדוה ואתקריאת שמחת תורה ומעטרן לס"ת בכתר דילי'" — ד.ה. די שמחה פון שמחת תורה איז פאַרבונדן דערמיט וואָס „מעטרן לס"ת בכתר דילי'", וואָס כתר איז למעלה מהראש, ס'איז דער6ענין פון המשכת א"ס בתורה, דער פאַרבונד פון תורה (און אידן) מיטן נותן התורה —

און דורכדעם, דורך דער הכנת השמחה וההמשכה, קען מען דערנאָך, אין טאָג פון שמחת תורה גופא, אָנהויבן מיט דער קריאה און לימוד פון בראשית — וואָס הויבט זיך אָן מיט אַ בי"ת, אַז מען דערהערט אַז דער גאַנצער לימוד אין תורה איז דער צווייטער ענין פון תורה; די התחלה פון תורה — איז די איבערגעגעבנקייט צום נותן התורה.

(משיחת ש"פ בראשית תשכ"ה)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-sqke435s

עותקים

פעילות אחרונה

#189 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · אושרה
#131 Likkutei Sichos vol 15: machine reading · נסגרה

מקורות