English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - מכתבים כלליים לראש השנה ח

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

477ב"ה, וא"ו תשרי, ה'תשל"ח

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

נאָכן אַריינגיין אין דעם נייעם יאָר, און שטייענדיג אין מיטן פון די עשרת־יי־תשובה, אין די טעג צווישן ראש־השנה און יום־כיפור, איז דאָך דאָס די צייט פון פאַרטיפן זיך אין דעם ענין פון תשובה,

וואָס דער אינהאַלט פון תשובה — לויט דער באַדייטונג פון דעם וואָרט — איז „צוריקקערן זיך", דאָס צוריקקערן זיך פון אַ אידן צו זיין מקור און אמת'ן מהות, וואָס דער עצם (אינערלעכער וועזן) פון אַ אידן איז זיין ג־ט לעכע נשמה, חלק אלוקה ממעל ממש (אַ טייל) פון דעם אויבערשטן אַליין, כביכול). וואָס דאָס מיינט (אויך), אַז די טאָטגלעכע אויפפירונג ווערט איינגעשטעלט אין פולסטן איינקלאַנג מיט דעם רצון פון דעם אויבערשטן, ווי ער האָט עס פאַראָרדענט אין דער תורה־הוראה.

פאַרשטייט זיך, אַז אויב צוליב אירגענד וועלכע סיבה איז די אויפפירונג געווען ניט ווי עס באַדאַרף צו זיין, מוז מען, קודם כל, פאַריכטן דאָס דורך חרטה גמורה על העבר און אויך — קבלה טובה אויף להבא. אָבער אפילו ווען די הנהגה איז געווען אין פולן איינקלאַנג מיט תורה און מצוות, איז אויך פאַרשטאַנדיק, אַז מצד דעם וואָס די עצמיות פון אַ אידן איז די ג־טלעכע נשמה וואָס באַלעבט יעדן אידן, מאַן אָדער פרוי, דאַרף דאָך אַ איד שטענדיג באַמיען זיך צו דערנעענטערן זיך וואָס מער צו זיין באַשעפער, וואָס דער באַשעפער איז דאָך בתכלית השלימות; במילא ווערט פון אַ אידן פאַרלאַנגט, און עס זיינען אים געגעבן געוואָרן די כחות, צו שטייגן אַלץ העכער אין שלימות — ווי דאָס איז גערעדט געוואָרן אין דעם בריוו פון ח"י אלול, צום אָפּשלוס פון דעם פאַרגאַנגענעם יאָר.

478אַזוי ווי מען איז שוין נאָך ראש השנה, מען איז שוין אין אַ נייעם יאָר, און יעדער מענטש, ניט קוקענדיג ווי צופרידנשטעלנד ס'איז זיין צושטאַנד אין וויסן און אין הנהגה בפועל, דאַרף ער דאָך נוצען די צייט אויף לערנען נאָך מער און דורכדעם זאָל אויך צוקומען אין זיין הנהגה (מחשבה, דיבור, מעשה), ווי עס שטייט רוב שנים יודיעו חכמה („פיל יאָרן מאַכן וויסן מער חכמה"),

ברענגט מיט זיך יעדער נייער יאָר אַ דערמאָנונג, אַז עס דאַרף זיך אָנהייבן אַ נייע און העכערע מדריגה פון שלימות אין דעם טא־טעגלעכן לעבן.

בנוגע דעם יאָר ה'תשל"ח קומט צו נאָך אַ ספּעציעלע אָנווייזונג מצד דעם וואָס דער נייער יאָר איז אַן עיבור־יאָר, און אַ ספּעציעלער עיבור יאָר, ווי ערקלערט ווייטער.

דער ענין פון אַן עיבור־יאָר איז, כידוע, אויסצוגלייכן און דערגענצן דעם חשבון פון די חדשים און יאָרן וואָס מיר אידן זיינען אָנגעזאָגט געוואָרן צו ציילן — לויט דער לבנה, אַז עס זאָל ניט פעלן לגבי דעם חשבון פון די יאָרן וואָס ווערט באַשטימט לויט דעם גאַנג פון דער זון, וואָס דער זן־יאָר איז מיט אַ צאָל טעג לענגער ווי דער לבנה־יאָר. די דאזיגע דערגענצונג איז נויטיג וויבאַלד אַז די פיר תקופות פון יאָר — פרילינג, זומער, הערבסט און ווינטער — ווערן באַשטימט לויט דער זון, און די תורה פאָדערט אַז די ימים טובים זאָלן אויסקומען אין זייער פּאַסענדער צייט פונם יאָר — סוכות, חג האסיף, אין הערבסט, אין דער צייט פון איינזאַמלען די תבואות פון פעלד; פסח אין חודש האביב (פרילינג). דערפאַר איז אונזער לוח אַזוי איינגעשטעלט געוואָרן, אַז פון צייט צו צייט ווערט צוגעגעבן אַ חודש (אדר שני), כדי קלענער מאַכן דעם אונטערשיד צווישן די לבנה יאָרן מיט די זון יאָרן, אַזוי אַז די ימים טובים זאָלן זיין אין זייערע באַטרעפענדע תקופות.

פולקאָמענהייט אין דעם — אַן אויסגלייכונג פון די ביידע ציילונגען קומט פאַר באַם אָפּשלוס פון יעדן יאָריגען ציקל (מחזור קטן), ווען דער חשבון פון די לבנה יאָרן און די זון יאָרן גלייכן זיך אויס.

479און אין דעם האָט דער יאָר ה'תשל"ח די ספּעציעלע באַדייטונג, וואָס דאָס איז אַ יאָר וואָס שליסט אָפּ דעם איצטיגען מחזור (־יאָריגען צייטאָפּשניט), ווען די דערגענצונג און צופּאַסונג פון דעם לבנה־און־זון חשבון איז אין דעם פולסטען אופן.

*

אין דעם ענין פון עיבור־יאָר בכלל — איז פאַראַן אַ ספּעציעלע הוראה, ובהקדמה:

די זון און די לבנה זיינען ביידע באַשאַפן געוואָרן להאיר על הארץ — צו באַלייכטן די ערד. אין דעם איז אָבער פאַראַן אַן אונטערשיד, וואָס די זון שיינט און גיט איר אייגענע ליכטיקייט, אָבער די לבנה האָט ניט קיין אייגענע ליכטיקייט, נאָר זי באַקומט די ליכטיקייט פון דער זון, און שפּיגעלט עס אָפּ און באַלייכט די ערד.

אין אַנדערע ווערטער: די זון און די לבנה שטעלן מיט זיך פאַר און סימבאָליזירן דעם ענין פון משפיע (ווירקונגסקראַפט) און מקבל (אויפנאַמסקראַפט): די זון איז משפיע — ווירקט און באַאיינפלוסט; די לבנה איז מקבל — ווערט באַווירקט און באַאיינפלוסט, און דערנאָך ווערט זי אויך אַ משפיע.

די הוראה דערפון איז: אַ איד דאַרף זיין אַ משפיע און ער דאַרף זיין אַ מקבל. פון אים ווערט פאַרלאַנגט, אַז ער זאָל פאַרשפּרייטן ליכטיקייט (גטלעכקייט) באַ זיך און אַרום זיך. אָבער כדי צו זיין אַ משפיע, דאַרף ער פריער זיין אַ מקבל — אויפנעמען די ליכטיקייט פון תורה און מצוות, וואָס זאָלן באַלייכטן זיין שכל און מידות און אַלע זיינע טעטיקייטן.

עס זיינען דאָ צייטן ווען דער עיקר דאַרף ער זיין אַ מקבל, אָדער — נאָר אַ מקבל (ווי צום ביישפּיל — אַ תלמיד ווען ער הערט תורה מרבו); דאָס זעלבע בנוגע צו זיין תפקיד אַלס משפיע (ווי צום ביישפּיל — באַם געבן צדקה) — וויבאַלד אָבער אַז עס ווערט פון עם פאַרלאַנגט שלימות, אַלעס זאָל זיין אין דער ריכטיקער און פולקאָמער מאָס — דאַרפן זיך אין דעם סך הכל אויסגלייכען זיך זיין הנהגה אַלס מקבל און זיין הנהגה אַלס משפיע — זיי זאָלן זיין בשלימות (לויט די כחות און מעגליכקייטן וואָס מען האָט אים בפרט געגעבן) יעדערע פאַר זיך און ביידע צוזאַמען, וואָס דאַמאָלס איז עבודתו בשלימות,

וואָס דאָס פאָדערט אַ טיפע אַריינטראַכטונג און חשבון צדק, בכדי אויסצונוצן אַלע זיינע כחות, די אויבנאויפיגע און אינערלעכע, אין דער480פולסטער און פולקאָמענסטער מאָס, אין אַלע געביטן פון אַ מענטשנ'ס טעטיקייט, אין מחשבה, דיבור און מעשה.

די עשרת־מי־תשובה, ווען מען נעמט אָן (קבלה טובה על להבא) — אין דעם אַלעם אויבענדערמאָנטן — די החלטות טובות פאַר דעם נייעם ספּעציעלן עיבור יאָר — צוזאַמען מיטן מאַכן (נאָכאַמאָל) דעם חשבון צדק (פון דעם עבר) פון דעם פאָריגן יאָר, איז — אין לך דבר העומד בפני התשובה, ס'איז ניטאָ קיין זאַך וואָס קען אים שטערן ח"ו, און ער איז מצליח ובשלימות אין ביידע זאַכן

און עס ווערט מקויים: שובה ישראל עד הוי' אלקיך, ווי דער אָפּטייטש אין דעם, אַז אידן טוען תשובה ביז דער אויבערשטער, וואָס ער איז אלקים „בעל היכולת ובעל הכחות כולם", דער אַלמעכטיקער און אויבערהערשער פון אַלע כחות, ווערט אלקיך, אַלע כחות און דער גאַנצער לעבן פון אַ אידן ווערן אָנגעפירט, דורכגענומען און באַלעבט מיט ג־טלעכקייט,

און עס ווערט מקויים: נודע ביהודא אלקים בישראל גדול שמו — „באַוואוסט אין יהודא (דער גאַנצער אידישער פאָלק) איז אלקים, אין ישראל איז גרויס זיין נאָמען" דורך דער אויסלייזונג פון גלות — דער שובה ישראל בריינגט דעם „מיד הן נגאלין",

בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בכבוד ובברכת חתימה וגמר חתימה טובה

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-f08cfbk0

עותקים

פעילות אחרונה

#188 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · אושרה
#130 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · נסגרה

מקורות