לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ט
276שו פטים
שיחה לילדי מחנות קיץ שי',
יום ג' פ' שופטים, ב' אלול, אחר תפלת המנחה, ה'תשל"ז.
[אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרז"ל*.
א. ווען אידישע קינדער (אינגעלעך און מיידעלעך) קלייבן זיך צוזאַמען, און אין אַן אָרט וואו מ'דאַווענט צום אויבערשטן, און וואו מ'לערנט תורה,
און די קינדער דאַוונען, און פאַרן דאַוונען גיבן זיי צדקה, און נאָכן דאַוונען לערנען זיי תורה — די צוועלף פּסוקים ומאמרז"ל (און ענלעכס) —
זאָגט אונז תורהא, אַז דאָס ברענגט אַריין שטאַרקייט, און ברענגט אַריין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין דער גאַנצער וועלט:
אָנהויבנדיק פון די קינדער, און זייערע עלטערן און משפּחות, און זייערע מדריכים ומדריכות,
און דורך זיי — צום גאַנצן אידישן פאָלק, און דורך דעם אידישן פאָלק — צו דער גאַנצער וועלט,
אַז ס'זאָל זיין שלום אין וועלט, און מ'זאָל האָבן דעם כח וואָס עס האָט יעדערער פון אייך (סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך), און אַלע אידישע קינדער וואו זיי געפינען זיך —
אַז דער אויבערשטער וואָרט אַז זיי זאָלן געבן צדקה (וויילב דאָס איז זיינע אַ מצוהג), און זיי זאָלן דאַוונען צו אים, און זיי זאָלן לערנען תורה,
און דורך דערויף ברענגען זיי דעם אויבערשטנ'ס ברכות צו דער גאַנצער וועלט.
277ב. עס קומט נאָך צו אין דעם: בשעת מ'באַווייזט אַ ביישפּיל אַז כאָטש די בתי־ספר און די חדרים און די תלמוד־תורה'ס און די ישיבות זיינען ניט אָפן, פונדעסטוועגן קלייבן זיי זיך צוזאַמען און מ'לערנט תורה, און מ'לערנט ווי אַזוי צו מקיים זיין מצוות, און מ'איז מקיים מצות —
איז דאָך דאָס אַ הוספה (אַ צוגאָב) אין דעם זכות און אין דעם אויפטו וואָס די קינדער טוען אויף פאַר זיך, און פאַר זייערע משפּחות, און פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק, און פאַר דער גאַנצער וועלט.
און זיכער וועלן זיי אויך באַאיינפלוסען אַנדערע אידישע קינדער זיי זאָלן אויך אַזוי טאָן —
וואָס דער זכות וועט אויך זיין אויף זייער רעכענונגד, אַז זיי האָבן געבראַכט נאָך אידישע קינדער צו פירן זיך ווי אידישע קינדער דאַרפן זיך פירן — לויט ווי דער אויבערשטער וויל.
ג. ס'איז דאָך באַוואוסט דער וואָרט פון דעם בעש"טה און פון דעם אַלטן רבי'ןו, אַז פון יעדער זאַך זאָל מען זיך אָפּלערנען אַ וועג און אַן אָנווייזונג ווי אַזוי צו דינען דעם אויבערשטן, און ספּעציעל — פון דער סדרה אין תורה וועלכע מ'לערנט און מ'לייענט אין דער וואָך.
וואָס די סדרה פון היינטיקער וואָך איז: שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריךז.
די אָנווייזונג אין דעם:
יעדער איד, יעדער קינד, אפי' קליינע קינדער, איז אַן „עולם מלא"ח (אַ גאַנצע וועלט), וואָס אין דער וועלט איז אַ סאך שטעט, אַ סאך אָפּטיילונגען, אין וועלכע ער טוט און לעבט, וואָס דאָס איז: זיין טראַכטן און זיין רעדן און זיין טאָן,
און אין דעם אַלעם דאַרף זיין „שעריך" — טויערן און טירן, וואָס דער ענין פון אַ טיר איז אַז דורך איר גייט מען אַריין, מ'נעמט אַריין זאַכן צו זיך, און מ'קען אויך פאַרשליסן די טיר, אַז מ'זאָל ניט קענען אַריינגיין.
ד. ה. יעדער קינד, און יעדער ערוואַקסענער, האָט אויף זיך די מצוה — צוזאַמען מיט דער נתינת כח*8) אַז ער זאָל דאָס קענען דורכפירן — אַז סיי אין זיין טראַכטן און סיי אין זיין רעדן און סיי אין זיין טאָן, איז — ווען278ס'קומט צו אַ גוטע זאַך, צו טאָן אַ מצוה, אָדער לערנען תורה, אָדער דאַוונען, אָדער טאָן אַ טובה דעם צווייטן — האַלט ער דעמולט די „טיר" אָפן און ברייט אָפן, און ער „נעמט דאָס אַריין צו זיך", און פירט זיך אַזוי;
און ווען ס'קומט צו קיין ניט גוטע זאַך, נאָכגעבן דעם יצה"ר, ח"ו — פאַרשליסט ער גלייך די טיר, און לאָזט אים ניט אַריין,
וואָרום ער ווייס אַז ער איז דעם אויבערשטנ'ס אַ קינד, און ער דאַרף זיך אויפפירן לויט ווי דער אויבערשטער וויל פון אים.
וואָס כדי צו פירן זיך אַזוי ווי דער אויבערשטער וויל — קומט דאָס דורך די אויגן — וואָס מ'זעט און מ'לערנט דאָס וואָס ס'שטייט אין אונזערע ספרים, און דורך דעם ווייס מען ווי אַזוי צו פירן זיך;
און ס'קומט דורך די אויערן — וואָס מ'הערט וואָס דער מלמד (דער טיטשער) אָדער דער מדריך ומדריכה הייסט און לערנט ווי אַזוי מ'זאָל זיך פירן;
און ס'קומט דורך דעם וואָס זיין לעבן איז אַ כשר'ער לעבן —
וואָס דאָס קומט דורך אָטעמען מיטן נאָז — אָטעמט ער אַריין אין זיך ריינע און הייליקע לופט, די לופט פון תורה און מצות און אידישקייט;
און ס'קומט דורך זיין מויל — אַז ער עסט נאָר כשר'ע מאכלים, און טרינקט נאָר כשר'ע משקין.
און אויף דערויף האָט ער „שעריך" — טירן צו די אַלע זאַכן:
בשעת ס'איז דאָ ניט קיין כשר'ע זאַך, פאַרשליסט ער זיין מויל, און ער עסט ניט אָדער טרינקט ניט די זאַך;
בשעת ס'איז דאָ ניט קיין ריינע אויר (לופט), אָטעמט ער ניט די לופט, נאָר ער זוכט ריינע לופט — אין אַ חדר, אַ ישיבה, אַ תלמוד תורה, און אַ ביהכנ"ס;
ער האַלט אָפן די אויגן נאָר ווען ס'איז גוטע ספרים און גוטע זאַכן צו לייענען, און ער האַלט אָפן די אויערן צו הערן נאָר גוטע זאַכן — און ער פאַרשליסט זיי אויב דאָס איז ניט קיין פּאַסענדע זאַכןט.
ד. און דורך דעם האָט מען דעם זכות, אַז בשעת יעדער קינד און יעדער ערוואַקסענער וועט האָבן דעם „שופט ושוטר" (וואָס דאָס איז ער אַליין) אין די אַלע דערמאָנטע זאַכן —
279וועט דאָס ברענגען אַז אינגיכן זאָל קומען משיח צדקנו, וואָס ערי וועט אויפשטעלן די „שופטים ושוטרים" פון די סנהדרין אין ירושלים עיה"ק און אין ארץ הקודש.
און מ'וועט מקיים זיין די מצוה פון „שופטים ושוטרים תתן לך גו'" ווי זי איז געמיינט בפּשטות, ובקרוב ממש —
אין דעם זכות פון דער אויפפירונג פון די קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, און זייערע עלטערן, און דער אויפפירונג פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק,
ה. אַזוי ווי „המעשה הוא העיקר"יא — וויל דאָך יעדער קינד (און אַזוי אויך — ערוואַקסענע) עפּעס טאָן בפּועל,
איז אַ גוטע זאַך אַז צוזאַמען מיט די גוטע החלטות (באַשלוסן) וואָס מ'וועט איצטער מאַכן (אָדער וואָס מ'האָט שוין געמאַכט) אויף צו מוסיף זיין אין אידישקייט, אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות — זאָל מען אויך אָנהויבן פון אַ מעשה בפּועל (אַ קאָנקרעטע זאַך),
סיי בנוגע צו זיך אַליין, און אויך אויף צו איינווירקן אויף נאָך אַ קינד (אַ חבר אָדער אַ חבר'טע), און אויף מערערע קינדער,
ווי דערמאָנט פריער (באמירת הי"ב פסוקים ומאמרז"ל) אַז „ואהבת לרעך כמוך — זה כלל גדול בתורה"יב.
און דאָס איז: אַז יעדערער פון די קינדער (סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך) זאָל האָבן אַן אייגענעם סידור, און אויף דעם (בלעטל וואָס איז נאָך איידער עס הויבט זיך אָן דער) סידור זאָל ער אָנשרייבן „לה' הארץ ומלואה"יג, אַז צום אויבערשטן געהערט די גאַנצע וועלט מיט אַלץ וואָס ס'געפינט זיך אין וועלט, און יעדער טאָג ווען ער וועט דאַוונען, וועט ער אַ קוק טאָן אויף דעם און וועט זיך דערמאָנען אַז די גאַנצע וועלט געהערט צום אויבערשטן.
280און אונטער די ווערטער „לה' הארץ ומלואה", זאָל ער אָנשרייבן זיין אידישן נאָמען, וואָס דאָס וועט באַווייזן אַז ער גיט זיך איבער צום אויבערשטן.
און דאָס וועט אים אויך דערמאָנען זיין אידישן נאָמעןיד.
און ווי געזאָגט פריער, אַז דאָס זאָל זיין סיי ביי אינגעלעך און סיי ביי מיידעלעךטו.
און אויך איינווירקן אויף זייערע חברים אָדער חבר'טעס אַז זיי זאָלן אויך טאָן אַזוי — אַז יעדערער פון זיי זאָל האָבן אַ פּערזענליכן סידור, צוזאַמען מיט דעם אויפשריפט.
דערצו זאָל יעדער קינד האָבן אַן אייגענע צדקה פּושקע, און יעדן וואַכןטאָג זאָל ער אַריינלייגן אַהין (בלי נדר) אַ פּרוטה (אַ מטבע) אויף צדקה.
וואָס דורך דערויף וועט ער האָבן די אַלע דריי זאַכן: תורה, תפלה, וגמ"ח — דעם סידור, וואָס דאָס איז דער ענין פון תפלה; און וויבאַלד אַז אין סידור זיינען פאַראַן פאַרשידענע פּסוקים פון תורה, האָט ער אויך דעם ענין פון תורה; און די צדקה פּושקע איז דער ענין פון גמ"ח —
וואָס אויף די דריי זאַכן האַלט זיך זיין וועלטטז, און אויך די גאַנצע וועלטיז.
ו. און צוזאַמען דערמיט זאָל מען אויך באַשליסן אַז מ'זאָל זיך שטאַרקן אין מחשבה דיבור ומעשה —
אַז גלייך ווען ס'הויבט זיך אָן דער טאָג, איז ביים ערשטן געדאַנק ווען ער וועט זיך אויפכאַפּןיח, וועט ער זיך דערמאָנען אויפן אויבערשטן, אַז „לה' הארץ ומלואה", וואָס דאָס איז בנוגע צו מחשבה;
און דאָס וועט אים גלייךיט ברענגען צום דיבור — אַז זיין ערשטער דיבור וועט זיין „מודה אני לפניך", אַז ער דאַנקט דעם אויבערשטן פאַר אַלץ וואָס ער גיט אים, אָנהויבנדיק פון „שהחזרת בי נשמתי";
און גלייך נאָך דערויף וועט זיין דער ענין המעשה — אַז ביי אים הויבט זיך אָן אַ ריינער טאָג, דורך דעם וואָס ער וואַשט זיך נעג־וואַסער, וואָס דורך דעם איז דער גאַנצער טאָג אַ ריינער,
און דערנאָך זאָגט ער „ברכות השחר", און ער פירט זיך אַ גאַנצן טאָג ווי אַ אידישער קינד דאַרף זיך אויפפירן.
281ז. דערצו קומט צו אַ ספּעציעלע זאַך, מצד דעם ענין פון „ואהבת לרעך כמוך":
אינגעלעך זאָלן זיך אָפּגעבן צו פּועל זיין (אַמווייניקסטנס) אויף נאָך אַ אינגעלע וואָס דערוויילע טראָגט ער נאָך ניט קיין טלית־קטן — ער זאָל אָנהויבן טראָגן אַ טלית־קטן, און אויב מ'דאַרף זאָל ער אים געבן אַ טליתקטן במתנה.
וואָס אויף אַ טלית־קטן (ציצית) שטייט דאָךכ „וראיתם אותו וזכרתם את כל מצות ה'", אַז דורך דערויף וועט ער זיך דערמאָנען אויף אַלע מצוות.
און די מיידעלעך זאָלן זיך אָפּגעבן צו פּועל זיין (אַמווייניקסטנס) אויף נאָך אַ מיידעלע וואָס דערוויילע בענטשט זי נאָך ניט קיין ליכט — אַז זי זאָל אָנהויבן בענטשן ליכט יעדן ערב שבת און ערב יו"ט.
ח. וואָס דורך דערויף וועט צוקומען ליכטיקייט ביי דער מיידעלע אין שטוב, און ס'וועט אויך צוקומען ליכטיקייט ביי יעדן אידן און ביי אַלע אידן, וואָרום „כל ישראל חברים"כא — אַלע אידן זיינען „חברים", ווי איין משפּחה.
און דאָס וועט מאַכן ליכטיקער די גאַנצע וועלט, ביז אַז ס'וועט זיין דער „קץ שם לחושך"כב, אַז ס'וועט זיך ענדיקן די פינסטערניש פון גלות, און ס'וועט קומען די ליכטיקייט פון דער גאולה,
וואָס דאָס וועט זיין דורך משיח צדקנו, וואָס דעמולט וועט זיין „ויהי בשלם סוכו"כג, וואָס דאָס גייט אויף ירושלים וואָס זי ווערט אָנגערופן „שלם"כד (גאַנצקייטכה) — וועט דער אויבערשטער*25 אויפבויען דאָרט דעם ביהמ"ק.
און דאָס וועט זיין בקרוב ממש (גאָר אינגיכן) — דורך דערויף וואָס יעדערער פון אייך, און יעדערער פון אונז, און אַלע אידן בכל מקום שהם, וועלן מוסיף זיין אין אידישקייט,
און דער אויבערשטער העלפט יעדערן אין דעם, ווי מ'זאָגט גאַנץ חודש אלול דעם מזמורכו „לדוד ה' אורי וישעי" — אַז דער אויבערשטער מאַכט282ליכטיק דעם לעבן און די וועג פון אַ אידן, און ער העלפט אים ער זאָל אויספירן זיין (דעם אויבערשטנ'ס) שליחות.
ט. און דאָס וועט ברענגען אַז נאָך זייענדיק אין די לעצטע טעג פון גלות, וועט מען האָבן אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה — יעדערער פון אייך, און אייערע עלטערן, און פון אונז און — דער גאַנצער אידישער פאָלק.
וואָס דאָס איז אויך כולל אַז ס'זאָל זיין שלום אין דער גאַנצער וועלט, ובפרט אין ארץ הקדושה (אין אונזער הייליקער לאַנד),
וואָס דאָרטן געפינען זיך אידן וואָס דאַרפן האָבן אַ ספּעציעלע ברכה — וועט יעדערער פון אונז, און אַלע צוזאַמען, מוסיף זיין (דורך זיינע מעשים טובים) אין דער ברכה וואָס זיי דאַרפן האָבן, אָנהויבנדיק פון דער כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, אין אַלגעמיין,
וואָס דאָס איז אויך כולל אַז ס'זאָל זיין אַ שנת אורה, אַ ליכטיקער יאָר, און אַ שנת ברכה, אַ געבענטשטער יאָר, און אַ שנת גאולה, אַז מ'וועט אויסגעלייזט ווערן פון דעם גלות, און אַ שנת תורה, אַז מ'וועט זיך עוסק זיין אין תומ"צ, און אַ שנת שלום, אַן אמת'ער שלום אומעטום, ובקרוב ממש.
און מ'וועט דאָס באַקומען „מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבה" — אַז דער אויבערשטער וועט אַלץ געבן, און וועט דאָס געבן מיט זיין האַנט, וואָס זי איז „המלאה" — אַ פולע, „הפתוחה" — אַן אָפענע, „הקדושה" — אַ הייליקע, „והרחבה" — און אַ ברייטע,
און ווי ס'שטייט אין דעם בעש"ט'ס סידור — „והגדושה" (מיט אַ גימ"ל) — אַז זי איז אויך אַן איבערפילטע —
אין אַלע זאַכן אין וועלכע מ'נויטיקט זיך, ובשמחה ובטוב לבב, אמן כן יהי רצון.
י. אַזוי ווי דער אויבערשטער וויל דאָך אַז מ'זאָל אים דינען בשמחה ובטוב לבבכז, מיט פרייליכקייט, און מיט אַ גוטע אויסגערוטע פרייליכע האַרץ —
איז פּאַסענד און גוט אַז מ'זאָל פאַרענדיקן דעם צוזאַמענקומען זיך מיט אַ ניגון וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ גוטער בשורה —
דער ניגון (אויפן פסוקכח) „הושיעה את עמך".
283זאָל מען איצטער זאָגן נאָכאַמאָל אַ פסוק פון תורה, און מ'זאָל געבן יעדערן פון די קינדער אַ מטבע לצדקה — וואָס דורך דעם וועט זיין איבערגע'חזר'ט דער ענין פון „תורה", און דער ענין פון „צדקה",
וואָס דאָס וועט ברענגען דעם ענין פון „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"כט —
די גאולה ע"י משיח צדקנו, וואָס דאָס קומט דורך „במשפט" — דורך דערויף וואָס אידישע קינדער און זייערע עלטערן און ערוואַקסענע לערנען אַ סאך תורהל, און „בצדקה" — דורך דערויף וואָס זיי גיבן אַ סך צדקה.
און, ווי געזאָגט פריער, מ'זאָל זינגען דעם ניגון: „הושיעה את עמך" — וואָס דער אינהאַלט פון דעם איז, אַז דער אויבערשטער וועט העלפן און העלפט, און היט זיין גאַנצן פאָלק, און יעדערן פון זיי, וואו זיי געפינען זיך,
„וברך את נחלתך" — אַז דער אויבערשטער בענטשט זיין „נחלה" — די ארץ הקודש (אונזער הייליקע לאַנד), ארץ ישראל,
„ורעם ונשאם עד העולם" — אַז דער אויבערשטער פירט אָן מיט זיי, און הויבט זיי אַלץ העכער און שטאַרקער, אויף אַלעמאָל און אויף אייביק —
בקרוב ממש, בביאת משיח צדקנו.
[ניגנו את הניגון „הושיעה את עמך".
אמרו עוה"פ את הפסוק „תורה צוה גו'".
כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכים שי' מטבעות של עשר סנט לחלק להילדים שי', ב' מטבעות לכ"א, א' לתת לצדקה היום. והב' בשביל עצמם].
284שיחה לתלמידי מחנה קיץ „גן ישראל" שיחיו
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחה —
יום א' פ' שופטים, בדר"ח אלול, ה'תשל"ח.
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרז"לא].
ב. מ'האָט גערעדט פריערב וועגן דער וויכטיקייט פון חינוך — וואָס די נקודה און דער אינהאַלט דערפון איז, ווי דער בעש"ט זאָגטג אַז יעדע זאַך וואָס אַ איד (אָדער אַ מענטש בכללד) הערט אָדער זעט, דאַרף ער זיך דערפון אָפּלערנען, און לויט דעם ערציען זיך ווי אַזוי צו דינען דעם אויבערשטןה.
כאָטש אפילו אַז די זאַך גייט ניט אַריין אין זיין סדר הלימודים (אין די שעות וואָס ער גיט אָפּ צום לערנען) — זאָגט אָבער דער בעש"ט, אַז וויבאַלד ער האָט דאָס געזען אָדער געהערט, איז דאָס כדי ער זאָל זיך דערפון אָפּלערנען, און לויט דעם — ערציען זיך.
דאָס איז אויך דער הויפּט־אינהאַלט פון אייער זיין אין קעמפּ
די וועלטו מיינט אַז מ'גייט אין קעמפּ דערפאַר וואָס ס'האָט זיך געענדיקט די צייט פון יאָר וואָס מ'דאַרף לערנען, און דער קעמפּ איז כדי צו מפסיק זיין און אויפהערן לערנען ח"ו, נאָר צו שטאַרקן דעם גוףז —
איז די מטרה (דער ציל) פון „גן ישראל" (און אַזוי אויך פון אַלע אמתאידישע קעמפּ'ס) — באַווייזן אַז אויך די צייט וואָס מ'געפינט זיך אין קעמפּ איז אַ צייט פון חינוך, פון ערציען זיך.
און וויבאַלד אַז „ואהבת לרעך כמוך"ח איז אַ „כלל גדול בתורה"ט — רעדט ער מיט אַ צווייטן קינד וועגן דעם, און אין צוגאָב דערצו וואָס ער רעדט דאַרף ער אויך באַווייזן אַ ביישפּיל פאַרן צווייטן קינד, און דורך דעם אַלעם ערציען אים,
285אויך אין דער צייט וואָס ער געפינט זיך אין קעמפּ, זאָל ביי אים צוקומען אין לימוד התורה און אין קיום המצוות, און אין אַלע זאַכן פון אידישקייט.
וואָס דאָס איז דער הויפּט־ציל און דער אויפטו פון יעדן אידישן קעמפּ און ספּעציעל די מחנות וואָס ווערן אָנגערופן „גן ישראל"י — אַז אין דער צייט פון דעם קעמפּ זאָל יעדער קעמפּער ווערן ווי אַ „פּרי" פון אַ „גן"יא, ווי אַ פרוכט וואָס וואַקסט אין דעם גאָרטן פון דעם אויבערשטן — אַז יעדער טאָג וואַקסט עריב און ווערט אַלץ בעסער און שענער אין זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן אויבערשטן, וואָס דאָס זיינען די זאַכן פון תורה און מצוות און אידישקייט.
און דאָס איז איינע פון די הויפט־אויפגאַבעס פון „גן ישראל" און ענליכע מחנות — אַז יעדער קינד וואָס איז דאָרטן געווען, זאָל מיטנעמען די זאַכן וואָס ער האָט דאָרטן געלערנט און וואָס ער האָט ערצויגן זיך און אַנדערע, אַז דאָס זאָל ווירקן אויפן גאַנצן יאָר, אין זיין טאָ־טעגליכן לעבן — לויט דער תורה פון דעם בעש"ט (וואָס מ'האָט דערמאָנט פריער) אַז יעדער זאַך וואָס אַ איד זעט אָדער הערט, איז אַן אָנווייזונג פון דעם אויבערשטן צו אים, ווי אַזוי ער דאַרף לעבן, ווי אַזוי ער דאַרף דינען דעם אויבערשטן.
ג. דאָס אויבנגעזאָגטע איז אַן אַלגעמיינע אָפּלערנונג פון דעם אַלגעמיינעם אינהאַלט פון „גן ישראל" יעדן יאָר —
וויבאַלד אָבער אַז דער בעש"ט שטרייכט אונטער אַז מ'דאַרף זיך אָפּלערנען ניט נאָר פון דעם אַלגעמיינעם אינהאַלט פון אַ זאַך, נאָר אויך פון יעדער זאַך, פון די איינצלהייטן פון דער זאַך, וואָרום אויך די איינצלהייטן פון דער זאַך זיינען פאַרבונדן מיט דער השגחה פרטית (די אַכטונג געבנקייט) וואָס דער אויבערשטער גיט אויף יעדער פרטיג פון (אַ מענטשלעכן לעבן, ובפרט פון) אַ אידישן לעבןיד —
איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז אין יעדער פרט איז דאָ אַן אָפּלערנונג וואָס מ'דאַרף מיטנעמען אויף אַ גאַנצן יאָר, ווי אַזוי צו דינען דעם אויבערשטן אין דעם טאָג־טעגליכן לעבן.
איין פרט: היינטיקער טאָג, דער סיוםטו און דער סך־הכל פון דעם גאַנצן זיין אין קעמפּ — איז אַ טאָג פון „ראש חודש". און לויט דעם וואָס מ'האָט גערעדט פריער, איז פאַרשטאַנדיק, אַז נוסף צום אַלגעמיינעם אינהאַלט פון286„גן ישראל", קומט צו נאָך אַן אָנווייזונג דערפון וואָס דער סיום און דער סהכל פון דעם זיין אין קעמפּ, איז אין אַ טאָג פון „ראש חודש"
ד. דער ענין פון „ראש חודש" אין איינפאַכן זין, איז פאַרבונדן דערמיט וואָס די „לבנה" הויבט אָן שיינען פון דאָס־ניי, נאָך דערויף וואָס אַ רגע פאַר ר"ח (ערב ר"ח) האָט מען איר אינגאַנצן ניט געזען.
די אָפּלערנונג וואָס אַ קעמפּער פון „גן ישראל" דאַרף דערפון אָפּלערנען (און דערנאָך איבערגעבן צו זיינע חברים, און צו אַלע אידישע קינדער צו וועלכע ער קען צוקומען) — איז:
אַ קינד דאַרף געדיינקען יעדער טאָג וועגן דעם ענין פון „ראש חודש": בשעת ס'הויבט זיך אָן אַ נייער טאָג, דאַרף ער אָנהויבן שיינען פון דאָס־ניי, און שיינען מיט אַזאַ ליכטיקייט וואָס איז ביז איצטער, נעכטן און אייערנעכטן א.ז.וו. ביי אים ניט געווען — ווי דאָס איז ביי דער לבנהטז, אַז בר"ח הויבט זי אָן שיינען מיט אַ נייע ליכטיקייט.
און די אמת'ע ליכטיקייט (וואָס פון איר קומען אַרויס אַלע ליכטיקייטן) איז, ווי תורה זאָגט (וואָס תורה ווערט אָנגערופן „תורת אמת", זי זאָגט דעם אמת פון יעדער זאַך) אַז „אין אור אלא תורה שנאמר כי נר מצוה ותורה אור"יז — די אמת'ע ליכטיקייט איז „תורה (אור)", וואָס זי לערנטיח ווי אַזוי צו מקיים זיין די מצוות — „נר מצוה".
די אָפּלערנונג וואָס מ'האָט פון דעם פרט פון „ראש חודש":
יעדן טאָג ווען אַ אידיש קינד כאַפּט זיך אויף פון שלאָף, און ער דערמאָנט זיך אַז ס'הויבט זיך אָן אַ נייער טאָגיט,
— וואָס דער אָפּטייטש פון „יום" (טאָג) איז ווי עס שטייט אין חומשכ „ויקרא אלקים לאור יום", „אור" (ליכטיקייט) ווערט אָנגערופן „יום" —
דערמאָנט ער זיך אַז ער האָט אַ שליחות פון דעם אויבערשטן ער זאָל אָנהויבן שיינען פון דאָס־ניי מיט דער ליכטיקייט פון „נר מצוה ותורה אור", לערנען תורה און מקיים זיין מצוות מיט אַ נייער לעבעדיקייט, אַ נייער פריילעכקייט, און אַ נייער ערנסטקייט.
און פּונקט ווי דאָס איז ביי דער „לבנה" אַז זי שיינט אויף דער גאַנצער וועלט, ווי עס שטייט אין חומשכא „להאיר על הארץ" — אַזוי דאַרף ער זיך אויך משתדל זיין אַז די ליכטיקייט וואָס וועט ביי אים צוקומען אין „נר מצוה ותורה אור", זאָל באַלייכטן די גאַנצע הויז, די גאַס אין וועלכע ער לעבט, און באַלייכטן די כתה און דעם בית־ספר אין וועלכן ער לערנט,
287וואָס דורך דעם וועט ווערן ליכטיקער ביים גאַנצן אידישן פאָלק (וואָרום ער איז אַ טייל פון אים), און דורך דעם — אויך אין דער גאַנצער וועלט.
ה. אין דעם (ראש חודש) קומט נאָך צו אַז דאָס איז ר"ח אלול:
דער אַלטער רבי זאָגטכב אַז בחודש אלול געפינט זיך דער מלך (דער אויבערשטער) בשדה (אין פעלד), צוזאַמען מיט יעדער אידן (קליין און גרויס).
און דערנאָך איז ער ממשיך אַז דאָס איז וואָס עס שטייט אין פסוקכג א־ל ה' ויאר לנו", אַז געפינענדיק זיך אין פעלד, איז „ויאר לנו", ער מאַכט אונז ליכטיק און ליכטיקטער.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בחודש אלול האָט מען אַ באַזונדער סיוע (הילף) פון דעם אויבערשטן, וואָס ער גייט אַרויס און געפינט זיך צוזאַמען מיט יעדער אידן (קליינע און ערוואַקסענע) אין פעלד, און מאַכט זיי ליכטיק — כדי אַז זיי זאָלן קענען מקיים זיין בפועל דעם אָנהויבן לייכטן פון דאָסניי, און נאָכמער ווי עס טוט זיך אויף יעדן ר"ח, און אין אַן אופן אַז פון טאָג צו טאָג ווערט די ליכטיקייט פון „נר מצוה ותורה אור" אַלץ מערער און מערער.
ו. און דאָס ברענגט אַראָפּ דעם אויבערשטנ'ס ברכה, אַז ס'ווערט ליכטיק ביי די קינדער וואָס לייכטן, און דורך זיי — אויך ביי זייערע עלטערן, ביי זייערע לערער'ס און מדריכים, און ביים גאַנצן אידישן פאָלק,
ביז אַז ס'ווערט ליכטיק אין דער גאַנצער וועלט, און אין אַלע הינזיכטן — ס'ווערט שלוםכד אין וועלט, סיי דאָרטן וואו אידן געפינען זיך, און סיי וואו אַנדערע פעלקער געפינען זיך, ועאכו"כ אַז ס'ווערט שלום אין ארצנו הקדושה (אין אונזער הייליקער לאַנד),
און מ'גרייט זיך אַלע צוזאַמען צום אויפנעמען דעם צוזאָגכה „והי' לך ה' לאור עולם", אַז דער אויבערשטער ווערט די ליכטיקייט פון דער גאַנצער וועלט, בקרוב ממש, גאָר אינגיכן, בביאת משיח צדקנו,
אָט אָט קומט משיח צדקנו, און נעמט צוזאַמען אַלע אידישע קינדער, „בנערינו גו' בבנינו ובבנותנו"כו, און נעמט צוזאַמען אַלע אידן, אויך די ערוואַקסענע,
וואָס זיי אַלע האָבן ליכטיק געמאַכט די וועלט אין די טעג פון גלות,
און ער פירט זיי בעגלא דידן (גאָר אינגיכן) אין ארצנו הקדושה, גאַנצערהייט און פריילעכערהייט, אין דער גאולה האמיתית והשלימה — די288אמת'ע און פולקאָמנעכז גאולה.
ז. עס איז דאָ נאָך אַ פרט וואָס איז פאַרבונדן מיט היינטיקן טאָג — ר"ח אלול און סיום (די ענדע) פון דעם קעמפּ — אַז דאָס איז דער ערשטער טאָג פון פ' שופטים.
ס'איז באַוואוסט דער וואָרט פון דעם אַלטן רבי'ןכח, אַז ס'איז דאָ אַן אָפּלערנונג פון דעם חלק הסדרה וואָס איז פאַרבונדן ספּעציעל מיט דעם טאָג, בנוגע צו די פּאַסירונגען פון דעם טאָג:
בנוגע צו „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך"כט, האָט מען גערעדט פאָריקן יאָרל אַז אין דערויף איז דאָ אַן אָנווייזונג צו יעדער אידן, אויך קליינע קינדער (כאָטש אַז בפשטות גייט דאָס אויף אויפשטעלן די סנהדרין):
יעדערלא איד דאַרף אויפשטעלן ביי זיך „שופטים ושוטרים": אַ „שופט" — דער שכל זאָל זיין דער „שופט" וואָס זאָל משפט'ן וואָס ער דאַרף טאָן און וואָס ער טאָר ניט טאָן, און אויך אַ „שוטר" — ער זאָל האָבן ביי זיך די שטאַרקייט אויף צו דורכפירן דעם „משפט", דעם באַשלוס און די החלטה פון דעם „שופט", אין זיין טאָ־טעגליכן לעבן,
און דאָס דאַרף זיין „בכל שעריך": אין אַלע זיינע ענינים, סיי אין צוזאַמענהאַנג מיט זיינע מעשים, סיי אין צוזאַמענהאַנג מיט זיין רעדן, און סיי אין צוזאַמענהאַנג מיט זיין טראַכטן [וואָרום דער אויבערשטער זעט אויך וואָס מ'טראַכט, מ'קען זיך פון אים ניט אויסבאַהאַלטן] — אין דעם אַלעם דאַרף ער אַוועקשטעלן „שופטים ושוטרים":
בשעת אים ווילט זיך עסן עפּעס (אָדער אַן אַנדער סאָרט הנאה), דאַרף ער באַטראַכטן מיטן שכל (דער „שופט") צי ע"פ תורה מעג מען (און מ'דאַרף) דאָס עסן, און וואָס דאַרף מען רעדן און טראַכטן פאַר דעם — וועלכע ברכה (מיט איר אינהאַלט — מחשבה) מ'דאַרף אויף דעם מאַכן; אָדער אַז דער „שופט" (דער שכל, וואָס איז פאַרבונדן מיט שכל התורה) פּסק'נט אַז מ'דאַרף פאַרשליסן די „שערים", פאַרשליסן דעם מויל און ניט אַריינלאָזן אַז דער מאכל זאָל אַריינקומען אין זיין מויל (אָדער אַן אַנדער סאָרט הנאה), וויבאַלד אַז דער אויבערשטער זאָגט אַז דאָס איז אַ מאכל (אָדער אַ זאַך) וואָס איז אסור פאַר אַ אידן, פאַר אַ אידישן קינד.
און דאָס איז די אָנווייזונג פון „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך":
מ'פאַרלאָזט זיך אויף דער קלוגשאַפט פון יעדן אידישן קינד, אַז ער וועט משפט'ן און וועט באַשליסן מיט זיין שכל וואָס ער דאַרף טאָן און וואָס ער טאָר ניט טאָן, און אַזוי אויך בנוגע צום רעדן און טראַכטן; און ער וועט289אויך האָבן דעם „שוטר", די שטאַרקייט אויף צו דורכפירן דעם „משפט" אין זיין טאָג־טעגליכן לעבן.
ח. און דורכדעםלב וועט מען אויך זוכה זיין מקיים זיין די מצוה פון „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" ווי זי איז געמיינט בפשטות, אַז עס וועט אויפגעשטעלט ווערן די סנהדרי' גדולה, אין דעם ביהמ"קלג וואָס וועט געבויט ווערן בקרוב ממש, אין דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו —
דורך דערויף וואָס יעדערער פון אייך און פון אונז, און פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק, אומעטום וואו ער געפינט זיך, וועט אויפשטעלן די „שופטים ושוטרים" אין זיין אייגענעם לעבן, אין דעם לעבן פון זיין הויז, פון זיין שטאָט, און פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק,
און דורך דערויף — „שופטים ושוטרים" אין דער גאַנצער וועלט, אַז די גאַנצע וועלט זאָל זיך פירן ע"פ צדק ויושרלד, אין אַ גוטן און אַ ריכטיקן אופן,
און ער וועט אויך אַוועקשטעלן די „שוטרים", זען אַז מ'זאָל מקיים זיין די אַלע החלטות טובות (גוטע באַשלוסען) — אַז אפי' ווען דער יצר וויל אַראָפּפירן אַ אידיש קינד (אָדער אַ מענטשן אין וועלט) פון דעם ריכטיקן וועג, וועט ער זיך איינהאַלטן דורך דעם אייגענעם „שוטר" (וויבאַלד אַז דער „שופט", דער אמת'ער שכל, האָט אים אָנגעוויזן וואָס מ'דאַרף טאָן און וואָס מ'דאַרף ניט טאָן).
און דאָס וועט צוגרייטן די גאַנצע וועלט, ועאכו"כ דעם אידישן פאָלק און די אידישע קינדער וואָס לערנען תורה און זיינען מקיים מצוות — אַז גאָר אינגיכן וועט מען זען די סנהדרי' גדולה אין ביהמ"ק השלישי.
ט. און אויך זוכה זיין אין דעם „משפט" פון „אלקי המשפט"לה, וואָס הויבט זיך אָן אין חודש אלוללו און פאַרענדיקט זיך אין דעם טאָג פון ראש השנהלז — אַז דער אויבערשטער איז מצליח יעדער אידן און אַלע אידן, און דורך זיי אויך די גאַנצע וועלט, אַז ס'זאָל זיין אַ כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות,
אַז יעדערער וועט פאַרשריבן ווערן און גע'חתם'ט ווערן אַז זיין גאַנצער יאָר זאָל זיין אַ גוטער און אַ זיסער יאָר, סיי אין זאַכן פון גשמיות (פון דעם גוף), און סיי אין זאַכן פון רוחניות (פון דער נשמה), און זיכער אין זאַכן290פון אידישקייט,
אַז ס'זאָל זיין אַ אידישער יאָר, אַ גליקלעכער יאָר און אַ הצלחה'דיקער יאָר.
און פון יעדערן פון אייך, און פון אַלעמען צוזאַמען — זאָלן די פאָטער'ס און די מוטער'ס און אַלע קרובים און דער גאַנצער אידישער פאָלק, האָבן אמת'ן אידישן נחת, לאורך ימים ושנים טובות.
י. מ'האָט גערעדט פריער (ס"ב) אַז פון יעדער זאַך דאַרף אַ איד אָפּלערנען ווי אַזוי צו דינען דעם אויבערשטן — און תורה ווייזט דאָך אָן און איז מחנך אַז מ'זאָל דינען דעם אויבערשטן בשמחהלח —
איז דערפאַר צוגעפּאַסט אַז מ'זאָל פאַרענדיקן דעם צוזאַמענקלייבן זיך אין בית־הכנסת און בית־המדרש (אין אַן אָרט וואו מ'דאַוונט צום אויבערשטן, און מ'לערנט דעם אויבערשטנ'ס תורה) מיט אַ ניגון של שמחה (מיט אַ פריילעכן ניגון).
און דער ניגון זאָל זיין פאַרבונדן מיט אַ פסוק וואָס אונטערשטרייכט און גיט כח צו מקיים זיין דאָס וואָס די „שופטים ושוטרים" פון תורה און אידישקייט ווייזן אָן, אין אַן אופן אַז מ'זאָל ניט נתפעל ווערן פאַר די נסיונות און די שוועריקייטן פון דעם יצר און פון די וואָס ווילן שטערן צו אידישקייט.
וואָס דערפאַר איז צוגעפּאַסט אַז מ'זאָל זינגען איצט דעם ניגון אויפן פסוקלט „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א* ־
[ניגנו את הניגון „עוצו עצה ותופר"].
יא. אַזוי ווי מ'דאַרף האָבן דעם אויבערשטנ'ס ברכה אויף יעדער זאַך, און ספּעציעל איצטער וואָס דער גאַנצער אידישער פאָלק און די אידישע לאַנד דאַרפן האָבן אַ ברכה מיוחדת (אַ ספּעציעלע ברכה) אַז אַלע זאַכן זאָלן זיין בהצלחה; שלימות הארץ — אַז גאַנץ ארץ הקודש (די הייליקע לאַנד) זאָל זיין אינגאַנצן (בגשמיות וברוחניות) גאַנץ, צוזאַמען מיט שלימות העם — אַז דער גאַנצער אידישער פאָלק זאָל זיין אינגאַנצן גאַנץ, וואָס דאָס אַלעס איז פאַרבונדן מיט שלימות התורה — אַז מ'האַלט די תורה גאַנצערהייט, דורך מקיים זיין אַלע אירע מצוות בשלימותמ —
איז בשעת קינדערמא בענטשן קינדער און דעם גאַנצן אידישן פאָלק, די אידישע לאַנד, און די אידישע תורה (און אַלע דריי — צוזאַמען), און זיי בענטשן מיט אַ שמחה — ברענגט דאָס אַ ברכה מיוחדת, גאָר אַ גרויסע און291שטאַרקע ברכה פון דעם אויבערשטן, אַ ברכה וואָס בריינגט און האַלט אויף אַז ס'זאָל זיין שלימות הארץ, שלימות העם, און שלימות התורה, אַז די אַלע זאַכן זאָלן זיין גאַנץ, ניט אָנגערירט,
און אין אַן אופן פון שלום, און אין אַן אופן פון „ואולך אתכם קוממיות"מב, אַז דער גאַנצער אידישער פאָלק האַלט זיך שטאָלץמג מיטן אויבערשטן, מיט תורה און אידישקייט, און מיט דער אידישער לאַנד — ביז אַז עס ווערט איין זאַך.
וואָס די אַלע דריי ענינים, שלימות הארץ, שלימות העם, און שלימות התורה — זיינען געגעבן געוואָרן ביי מ"ת, און נאָך פאַר דערויף — צו אברהםמד אבינומה, דער ערשטער איד, און ס'איז געגעבן געוואָרן אין אַן אופן פון „כלמו ארץ כנען לאחוזת עולם", „עד העולם", אויף אייביק,
ומתוך שמחה ושלום, אין אַ פריילעכן אופן, אין אַ שלום'דיקן אופן, און אין אַ גאַנצן אופן.
וואָס דאָס איז די ברכה וואָס שטייט אויך אין פסוקמז „הושיעה את עמך וברך את נחלתך ורעם ונשאם עד העולם" —
אָנהויבנדיק פון דעם ר"ח אלול, און דערנאָך אין די טעג שלאח"ז, און „עד העולם", אויף אייביק,
כולל ווען משיח וועט קומען, וואָס דעמולט וועט מען זען (אין דער שלימות'דיקער מאָס) ווי אַזוי מ'איז אַרויסגעגאַנגען פון גלות גאַנצערהייט, און מ'האָט מיט זיך מיטגענומען די גאַנצקייט פון אידישקייט, און מ'האָט געטראָפן די אידישע לאַנד גאַנצערהייט, מיט שלום ובטחון
— כן תהי' לנו, בקרוב ממש.
[ניגנו את הניגון „הושיעה את עמך"].
יב. כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן ובקש — שהמדריכים שיחיו יתנו לכאו"א מהילדים שיחיו: השיחה לילדי מחנות קיץ יומיים שיחיו דיום ג', ב' אלול ה'תשל"ז (תרגום באנגלית), וכן שתי מטבעות של עשר סענט: א' לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהם.
אח"כ צוה לומר (עוה"פ) את הפסוקמח „תורה צוה גו'".
אח"כ בקש לומר ובקול רםמט „כתיבה וחתימה טובה".
292בהמשך לברכת השנה שבודאי קבל בעתו ובזמנו, אביעה בזה ביחוד תודתי הלבבית עבור מסירת המפתח על ידי ב"כ מהאורחים מ . . . שנמסר לי בשמו ובשם המועצה בעת ההתועדות דערב ראש השנה. גם מלאתי ידי השליח למסור לכ' אישית הכרת תודתי וגם איזה דברים שנאמרו באותו מעמד בקשר עם מסירת המפתח, על פי הפתגם הידוע של הבעל שם טוב, שכל ענין ומאורע בחיי האדם יש בו הוראה ולימוד בעבודת האדם לקונו.
וכאן בקיצור:
מפתח ענינו בשנים, לפתוח ולנעול, זאת אומרת, שיש דלת ושער שלפעמים צריכים להיות פתוחים ולפעמים סגורים. ובחיי האדם הם שני העמודים, הקו דסור מרע, שצריך לנעול דלת בפני השפעה בלתי רצוי', וקו דעשה טוב, שצריך לפתוח להשפעות טובות. וענין זה חל על כל אחד ואחת, הפרט והכלל. שכל אחד ואחד, אפילו אם מעמדו ומצבו נעלה ביותר, הרי מבקש אל תביאני לידי נסיון, להיות נזהר מהשפעה בלתי רצוי', ולאידך הרי הטוב הוא בלי גבולי, כי קשור עם עצם הטוב השי"ת שהוא אין סופי, וצריך להשתדל תמיד להוסיף בטוב, וכפסק חכמינו ז"ל מעלין בקדש.
כיון שאחריות כל אחד היא לפי האפשריות והכוחות שניתנו לו, יהי רצון שכ' בתור ראש המועצה וכל חברי המועצה ינצלו כוחותיהם ואפשריותם במילואה, בשני הקוים האמורים, להשתדל שהעיר תהי' סוגרת ומסוגרת בפני השפעות בלתי רצויות ופתוחה לקלוט עניני טוב במדה הכי גדולה. וכיון שהעיר היא בארץ אשר ארץ הקדש יקרא לה, ובלשון תורתנו תורת חיים ארץ אשר עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, הרי משנה חשיבות להאמור לעיל, וגם מובטח להם העזר מלמעלה לברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
. . . ומה שמדייק במכ' האחרון — ברמב"ם הל' ע"ז פ"ו ה"ט: מפני שהי' זה דרך עובדי כוכבים נוטעין אילנות כו', דבאשרה אין ענין ע"ז ממש — לא נלפענ"ד, כי בהלכה זו אין הנידון ע"ד אשרה, כ"א באילן סתם (אלא שלא רצה לדלג ולקצר הכתוב, בשביל תיבה אחת, ולכן העתיק גם תיבת אשרה. ועוד — שהרי נטיעתה אסורה בכ"מ). אבל עיין במשנה (ע"ז מח, א) מחלוקת ר"ש ות"ק. וראה ג"כ מו"נ ח"ג פכ"ט ופל"ז.
ב) ומה שר"ל דאשרה היא בדוגמת מצבה, שרק אח"כ שנא ה"א, משא"כ בימי האבות — צ"ע מנ"ל הא. וחידוש גדול הוא גם במצבה, סניגור יהפך לקטיגור מפני השוטים (יעויין ע"ז נד, ב). ואין למדין מן החידוש. ובפרט שלא מצינו בשום מקום שנטעו האבות וכו' אילנות לשם ה'. ועפ"ז — דאשרה תמיד שנואה היתה — יובן ויומתק מה שנתלבטו רז"ל (סוטה י, א) להוציא קרא דויטע אשל גו' ויקרא שם גו' — מפשוטו. וצע"ק בזח"א מט, א.
293ג) מה שיש לדייק ברמב"ם שם הוא מש"כ: אע"פ שעשאוי לנוי כו': (א) מהיכא תיתא לחלק (באור שמח מציין להמכילתא: אעשה לפניו מקדש נאה. ואולי כוונתו לתרץ קושיא זו. ודוחק). (ב) אם יש סברא לחלק — מנ"ל דאין נפ"מ ואע"פ שעשאו לנוי לוקה.
וי"ל דהחילוק הוא, דבאם עשאו לנוי — הוא בטל להמתנאה על ידו, וכמו נוי סוכה (סוכה י, א). ובכ"ז הדין דלוקה, דכל עיקר דרך העכו"ם בזה הי' באופן שהאילן טפל ובטל להמזבח שלהם כדי שיתקבצו שם העם.
ובהנ"ל מובן עוד דיוק ברמב"ם שם:
ד) התיבות „כדי כו' העם" לכאורה מיותרות הן. דלמאי נפ"מ. ועפהנ"ל מובן, דמזה למדין דאף לנוי וליופי אסור. ואכמ"ל.
ה) הענין דמצבה היתה אהובה ולאחר מ"ת שנואה ע"פ דא"ח — מבואר באור התורה להצ"צ ר"פ ויצא (קצח, א).
. . . כותב אשר משרת הוא בצבא, ומקפיד על שמירת התורה והמצוה ורו'
ובודאי עינו טובה גם בשל אחרים ומשפיע גם על חבריו בכיוון זה.
ועל הנמצא בצבא בפרט עליו לעשות ככל התלוי בו בחיזוק כל עניני הצבא, ואנשי הצבא בכלל זה כמובן, שהעושה אחרת הרי בוגד הוא, וככל הדברים האלה ממש ועוד במדה גדולה יותר בהנוגע לשמירת התורה והמצות בתוככי מסגרת הצבא, כיון שתורתנו תורת חיים ובמצותי' נאמר וחי בהם, שהוספה בכל זה מוסיפה תוספת חיים כח ועוז בצבא וכל גרעון ח"ו בתורה ומצותי' מביא לחלישות ורפיון ידים ופוגע בבטחון הפלוגה בה נמצא, ועל ידי זה בכללות הצבא. אלא שמפני החשך הכפול ומכופל של הגלות ישנם טועים בזה, כיון שאין התוצאות נראות תומ"י על אתר. והרי דברים ק"ו, שכיון שבכל עת ובכל מקום מצווה כל אחד ואחת מבני ישראל על התורה והמצוה, על אחת כמה וכמה אנשי הצבא שנצטוו במיוחד והי' מחניך קדוש.
יחד עם זה מובן גם כן שאף שנמצאים בצבא בתנאים מיוחדים, כמו שכותב, שאין מסייעים — ואולי עוד יותר מהעדר סיוע — בשמירת התורה והמצוה, הנה כיון שנותן התורה ומצוה המצוה ציוה על קדושה מיוחדת במחנה הצבא, בודאי נותן האפשריות לכל או"א למלא את זה שהרי אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.
294במענה על מכתבו מכ"ב אייר, נהנתי לקרות בו אשר משתדל הוא להשפיע על סביבתו בצבא בנוגע לענינים דיראת שמים, ובטח יתחזק ויוסיף אומץ בזה לימים יבואו, ומרובה מדה טובה ממדת פורעניות, שאם ארז"ל שבעקבתא דמשיחא הנה אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברו, הרי עאכו"כ שצריך להוסיף ביותר וביותר בהמשכת הברכה בכל יום ויום, לא לבד לבטל את הקללה ר"ל, אלא שעוד להוסיף אור וחיות ולקרב את קץ גלותינו, כאו"א כפי יכולתו.
ומה שכותב שמרגיש הוא בעצמו שאין הדברים יוצאים מן הלב כו' וכו', הנה א) ידוע פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר שאסור לדבר לשון הרע על אחד מבני ישראל ובמילא גם „לא" על עצמו הוא. ב) גם אם נכונה טענתו הנה אין הסביבה והמושפעים שלו מחוייבים לסבול ולהיות חסרים עי"ז. ודיו ההיזק שגורם לעצמו ע"י הנ"ל, מבלי שיוסיף עי"ז עוד הפסד של אחרים. ובמילא ח"ו מלהפסיק בתעמולה ודברים של התעוררות שאומר ואדרבה — להוסיף ביאור בזה, כנ"ל, אלא שביחד עם זה צריך הוא לייגע את עצמו באופנים המתאימים לנפה"א שלו, והנה"ב והגוף הגשמי אשר ידע אינש בנפשי' מצבו ומעמדו עכ"פ במקצת, ובמילא יוכל למצוא אמצעים פעילים להביאו למטרה הדרושה, ונשעין על פסק רז"ל יגעתי ומצאתי תאמין, הנה בטח יצליח בזה. ובפרט שזכות הרבים, שמעוררם לתורה ומצות, מסייעתו. ותהי' זאת נחמתו במצבו, נשען על הסברת הרמב"ם המובאה בכמה מקומות בדא"ח, אשר בעצם הנה כל איש הישראלי חפץ הוא למלאות רצון השי"ת אלא שיצרו הרע נלחם עמו ולפעמים אונס אותו שלא להתנהג כדבעי, ועיין ג"כ בתניא פרק מ"א (נ"ח ע"א) וז"ל: אבל יחוד נפשו והתכללותה באור ה' להיות לאחדים בזה חפץ כל אדם מישראל באמת לאמיתו לגמרי בכל לב ובכל נפש מאהבה הטבעית המסותרת בלב כל ישראל לדבקה בה', ע"כ בהנוגע לעניננו. ואחכה לבשו"ט, אשר ממשיך עבודתו לקרב לבן של ישראל לאביהם שבשמים, ומרגיש לאט לאט ג"כ הטבה במצבו הוא.
בהתאם לכל הנ"ל הנה מובנת ג"כ המענה לשאלתו אם להמשיך משרתו ברבנות, אשר בטח ימשיך בזה, וישתדל ביתר תוקף בפעולות טובות. ובהשתדלות המתאימה בודאי יצליח.
במענה על מכתבו מכ"ה סיון, בו כותב ראשי פרקים מדברי ימי חייו ומצבו עתה אשר נמצא בצבא וכו'.
ובודאי למותר לעוררו, אשר כמו בצבא בשר ודם בעיקר תלוי במשמעת דקבלת עול, ואם אפילו בזמן הראשון אינם מבינים כ"כ ההכרח בזה הרי במשך זמן קצר כל מי ששכל בריא לו יווכח לדעת ההכרח בזה אפילו כלפי295מפקד בו"ד בערכו, מכש"כ וק"ו ועאכו"כ שכן הוא בהנוגע לכל אחד מישראל שהם צבאות השם יתברך בהנוגע לפקודות של המצביא הראשי הוא ממה"מ הקב"ה, וכמו שבמשל הרי אין מדרך המצביא הראשי לבוא לכל אחד ואחד מהחילים ולמסור לו הפקודה בלי כל ממוצע אלא מוסרם הוא ע"י פקידים הקרובים במעמדם ומצבם להחיל, וכיון שהוא נתמנה מהמצביא הראשי הרי שלוחו של אדם כמותו, עד"ז הוא גם בנמשל אשר מקבלי התורה והתנאים והאמוראים מורי הוראה בישראל ע"פ חוקי תורתנו תורת ד' על ידם נמסרים הוראות ממה"מ הקב"ה, וכמו שבמשל המשמעת והקבלת עול היא לא לדכא להשפיל ולהזיק את החיל אלא אדרבה ככל שיהי' יותר חזק בהמשמעת וקב"ע תוקדם עלייתו מדרגא לדרגא וטוב יהי' לו בכל עניניו, עד"ז אלא שכ"פ ככה כן הוא בהנוגע לקבלת עול מלכות שמים המביא לקב"ע תורה וקב"ע מצות בחיי היום יומים והאריכות בזה אך למותר, וכיון שזכה לידיעת אור תורת החסידות עכ"פ במקצת ויודע הדרכותי' ומנהגי' עליו להתנהג בזה גם בצבא ומוטלת עליו האחריות והזכות להכיר את חבריו בקבוצה ובפלוגה את כל זה ולשמש סמל ודוגמא איך נצר ממשפחה שממנה בא ואיך זה זכה להיות איזה זמן בכותלי ישיבת תומכי תמימים מתנהג ופועל, ואין לך דבר העומד בפני הרצון, ואם ירצה באמת תצליח שליחותו זו בידו.
בודאי יש לו קביעות עתים בתורה בכל יום הן בתורת הנגלה והן בתורת החסידות והעיקר בהלכות הצריכות בחיי היום יומים.
יבקש בהמזכ' העתק הנוסח לאנשי צבא באה"ק ת"ו. הנקודות: פתגם הבעש"ט שכל ענין שרואים כו' — הוראה במילוי תפקיד האדם, עאכו"כ ענין תמידי (הנמשך כו"כ זמן).
נקודת הצבא ויסוד קיומו — קב"ע. אפילו בפקודה שכלית — אסור לחכות במילואה עד שיתבונן ויבינה בשכלו (ועי"ז יכול לסכן כל הצבא והמלחמה) — כ"א העיקר ה"נעשה", כך הוא גם בנוגע לחייל שהוא חכם גדול בתכסיסי מלחמה — מוכרח נעשה קודם לנשמע.
כ"ז הוא אפילו אם המפקד הוא בעל מום ר"ל ומלא חסרונות וכו' ובלבד שיש לו „סמיכה" (שהועמד כמפקד) ע"י הגענעראל ראשי.
וכנ"ל בקיום כ"ז תלוי גורל כל המדינה. ואם במפקד בו"ד (בשר ודם) כך עאכו"כ בממה"מ הקב"ה.
296. . . זה לא כבר נזדמן בשיחה כאן להדגיש, אשר למרות שאמרו רז"ל בהנוגע ליוצא בצבא, שכנגד יצה"ר דברה תורה, שלכאורה תוכן הענין שכשיוצא בצבא יש להקל באיזה פרטים, הנה האמת הוא להיפך, ז.א. שהנמצא בצבא עליו להוסיף בעניני זהירות וקדושה, וכמ"ש והי' מחנך קדוש. ועוררתי בהנוגע למקור הקדושה הוא תוה"ק, כוונתי לקב"ע בלימודה. ואם בהנוגע לכל החילים הדברים האמורים, עאכו"כ לחברי הרבנות שהם צריכים להיות טופח ע"מ להטפיח. ותקותי שאף שמסיים במכתבו שכשישתחרר ממשמרתו יוכל שוב ללמוד יותר, ההדגשה היא בהמלה „יותר", כיון שזמנו יהי' יותר ברשותו, אבל גם עתה יש לו קביעות עתים בכל יום בלימוד התורה, ובטח כיון שנודע לו ע"ד תורת החסידות, גם שיעור בתורת החסידות ומשפיע גם על חבריו בכגון דא . . .
מכתבו מיום ג' בכסלו, שנתאחר קצת דרך הילוכו, נתקבל. ומוסג"פ מאמר* שלמדו כאן ברבים בשבת מברכים חודש כסלו, היינו התחלת המאורעות של השבועות האחרונים, אשר בו ימצא מענה וגם השקפתי על כמה מהנקודות שנגע בהן במכתבו.
ורצוני להוסיף, אשר הגישה שבזמן מאורעות מיוחדים אין השעה מתאימה להשתדלות באותם הענינים אשר אודותם דובר במכתבינו הקודמים, מכתביו אלי והמענה שלי, מובן שאין היא נכונה לדעתי, ואדרבה. כי אם בימים כסדרם, כשהעולם כמנהגו נוהג, ענין התורה והמצוה חיוני הוא להפרט וכן להכלל דעמנו בני ישראל, על אחת כמה וכמה בשעת הפרעות בסדר החיים ופשיטא כשההפרעות הן עקריות ומשפיעות על עצם בעית הקיום.
ואופייניות הן הוראות תורתנו*, אשר בצבא בעת מלחמה: א) אין על אנשי הצבא להתענות אפילו לא בתור תפלה לנצחון המלחמה — כיון שזהו מחליש כח הגוף שעל ידו מתנהלת המלחמה, (אבל במקום זה: בעת מלחמה מקבלים ע"ע תענית להתענות לאחרי הנצחון והשלום). ב) צריך להוסיף קדושה במחנה הצבא, וגם שלא בעת מלחמה, נוסף על הנוהג בחיים הרגילים. במלים אחרות, אשר מצב של חירות דורש הוספה וזהירות יתרה בשמירת תורת חיים, שניתנה לנו על ידי ה' איש מלחמה ה' שמו, ובזה תלוי הנצחון297של המלחמה אפילו במלחמה כזו אשר גם ע"פ תורה נזקקים לחיל ולכח ולרכב.
פשיטא אשר צדק בכתבו שבימים כאלו אין משמיעים הזכרת עוונות, ח"ו, אבל אין כן הענין בהנוגע למה שכותב אודות תוכחת מוסר, שאדרבה בעת מלחמה ובמחנה צבא בכלל — ההכרח בזה גדול יותר.
והחילוק פשוט: הזכרת עוונות — ה"ז ענין שבעבר, תוכחת מוסר והוראת דרך חיים — ענינה ההוה והעתיד.
ובנוגע לצבא — הרי הנקודה היסודית של הנהגת מלחמה והנהגת צבא בכלל, היא נקודת הקבלת עול ומשמעת מוחלטת של הקטן כלפי הגדול ושל הנמצא למטה לגבי הנמצא למעלה ממנו, משמעת שאינה נובעת מדיון קודם עד שמבין הפקודה והענין בשכלו הוא, אלא דוקא משמעת שיסודה הקדמת נעשה לנשמע. ובודאי לדכוותי' אין צורך בביאור נוסף ע"ד הנמשל.
ומיוסד על ההבטחה אשר מים רבים ונהרות גו' לא יוכלו לכבות את האהבה של הקב"ה לישראל וכן לא את האהבה הפנימית והעצמית של כל אחד ואחת מבני ישראל להקב"ה, יהי רצון שתתגלה אהבה זו בפועל, ובהנוגע לפועל, אשר אז בודאי נצא בתוך כלל ישראל מן הדוחק והמיצר להמרחב האמתי. ובודאי אשר כל אחד שההשגחה העליונה חוננה אותו בכח השפעה, זכותו בזה וגם אחריותו וגם הכחות שניתנו לו על זה, גדולים ביותר.
בברכה לימי חנוכה מאירים את חשכת
הליל והגלות, עדי נזכה לקיום היעוד
משיח צדקנו ובהוקרה
בנועם קבלתי הד"ש שלהם בכתב, נוסף להדו"ח שקבלתי מאנשי חב"ד שי' על דבר ביקורם אצלם.
ויהי רצון שבתור חיילים המייצגים צבאות ה', עם ה' אלקי הצבאות, ילכו מחיל אל חיל בזה על ידי חיי יום־יום על פי תורת ה' ומצותי', אשר זה מוסיף בהליכה מחיל אל חיל גם בתור אנשי צבא במובן הפשוט. וכמו שנאמר: ה' אלקיך מתהלך בקרב מחנך, והי' מחנך קדוש; ואם בכל מקום וזמן הדברים אמורים, מכל שכן בארץ אשר תמיד עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה.
298וכיון שבכל עניני טוב וקדושה תמיד יש מקום להוספה, מאחר שאיןסופיים הם להיותם קשורים בהקדוש ברוך הוא שהוא אין־סוף, יהי רצון שיהי' כן אצלם לדוגמא חי' ולמופת לכל חיילי בני ישראל בכל מקום שהם.
בנועם נתקבל מכתבו בשם כל חיילי הבסיס והיחידה, שיחיו, בו כותב ע"ד ביקור שלוחי חב"ד בקשר עם מבצעי תפילין ומזוזה וכו', ומההתרשמות וההתעוררות והעידוד שקבלו מזה.
ויהי רצון מה' אלקי צבאות שזכות קיום מצוותיו וזכות הגנתם על ארצנו הקדושה ועם קדוש היושב בה תעמוד להם שעצם היותם על המשמר יפיל אימה ופחד ויראה על כל אויב ואורב — יראה המבטלת אפילו מחשבה של תגו ה.
והרי סגולה מיוחדה למצות מזוזה ששכרה, כלשון הכתוב, ה' ישמור צאתך ובאך מעתה ועד עולם, וכן מצות תפילין, עלי' נאמר וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך.
ולקראת חג האורים הבע"ל, שמצותו הדלקת נרות חנוכה „על פתח ביתו מבחוץ", ובאופן דמוסיף והולך, והוראתם — הוספה בנר מצוה ותורה אור בחיי היום־יום, בבית ובחוץ, יהי רצון שיהי' כן אצלם במעשה בפועל, שהמעשה הוא העיקר, ויאיר ה' מזלם ג"כ באופן דמוסיף והולך, בכל עניניהם בגשמיות וברוחנ'ות גם יחד.
6
הנני מאשר קבלת מכתבו, ושמחתי לכתבו על דבר הטבת בריאותו. ויהי רצון שתהי' רפואתו קרובה וגם שלמה, היינו כפשוטו, שיחזור לאיתנו ויהי' בריא ושלם לגמרי.
ומובן אשר לא יוגרע על ידי זה מהציון לשבח שניתן לו בעד הגנתו בחרף נפש על עם הקודש בארץ הקודש, הגנה בגופו ממש, כוונתי להענין, בסגנון חכמינו ז"ל, „מיעוט חלבי ודמי" שנגרם על ידי הפצע וכו'. שזהו מסירת נפש בפועל, ולא רק ברצון ובכוח. וזכות זו אשר הקריב מדמו להגנה, כנ"ל, על עם הקודש בארץ הקודש, קיימת גם לאחרי החלמתו ורפואתו, ותעמוד לו כל ימי חייו בזה ובבא.
ואם בציון לשבח הניתן על ידי בשר ודם, אפילו כשמונח בקופסה, אין זה גורע מזכותו של מקבל הציון שהצטיין וזכה לאות זה, על אחת כמה299וכמה בציון בבשרו ודמו של האדם, שבכגון זה נאמר „בדמיך חיי, בדמיך חיי", שזכות זו קיימת ועומדת לעד גם לאחרי הרפואה בשלמותה מבלי רושם בבשר הגשמי.
ויהי רצון שמתוך בריאות הנכונה, בריאות הגוף ובריאות הנפש גם יחד, יזכור ויספר נפלאות ה' ונסיו, ובמצב של שלום על פי המיועד „ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד גו' והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם".
קבלתי הפ"ש ממנו, וכבקשתו אזכירו בתפלה לרפואה קרובה ורפואה שלימה.
נהניתי לשמוע אשר אינו נופל ברוחו ח"ו ואדרבה מתחזק בבטחונו בה' אלקי הצבאות, המשגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית, והוא עצם הטוב, ומטבע הטוב להיטיב, אף שנסתרו דרכיו מבינת אדם ילוד אשה. ויהי רצון שיבשר טוב, בטוב הנראה והנגלה גם לעיני בשר.
ארשה לעצמי, ומוצא אני גם זכות לעצמי, לכתוב אליו הבא לקמן, אחרי שהגין בגופו, כפשוטו, על העם הקדוש היושב בארץ הקודש.
דהנה אחרי שיחלים ויתרפא, בעזרת השם הרופא כל בשר ומפליא לעשות, ויכנס למסלול החיים, אפשר אשר ירגיש קושי להסתגל לתגובת האנשים אשר בסביבתו, אשר הרואים אותו והשינוי בגופו אולי מקצתם יסתכלו בו באופן מיוחד וכו'.
אבל כל איש ישר הולך ומכיר את האמת ומודה על הטובה, בודאי שתגובתו המ?ַדית היא אשר לפניו איש אשר הגין עליו (על המסתכל) ועל בני ביתו במסירת נפש ממש, ועד אשר נחתם בגופו אות וסימן תמידי למסירת נפש זו, אות המעיד ומעורר על הקשר שבין אדם לחברו ועד להעמיד עצמו בסכנה בשביל טובת חברו וסביבתו, ולא רק בחרף נפש כי אם גם בחפץ לב. והעושה זה בפועל, הרי זה גופא הוכחה על מעלה יתרה אשר בו הניכרת גם בציון בגופו.
ויהי רצון, אשר בזכות המסירת נפש אשר הראה הוא וכמה וכמה מחבריו שליט"א, יזכה ויזכו ונזכה כולנו יחד לקיום היעוד ובקרוב: „ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד גו' והייתי לכם לאלקים ואתם תהיו לי לעם".
בברכה לרפואה קרובה
ולבשורות טובות בכל האמור
300. . . הנה כבר פסקו חז"ל (. מעבירין ממנו עול מלכות ועול מדה הן. והנכתב ונרשם בצבא בנ"י) בדרך ממילא הוא יוצא
וכבר נתבאר ענין צבא הו (אבות *) פ"ג מ"ה) כל המקבל עליו עול תורה ל דרך ארץ. וכל מדותיו של הקב"ה מדה כנגד אות הוי' בפועל (ולא רק בכח שזהו אצל כל ביד רמה.