English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים כ

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

415חג הסוכות

מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א — בחדרו — בעת מסירת האתרוגים

ע"י אנשי כפר חב"ד ונחלת חר חב"ד.

ערב חגה"ס תשל"ג:

דער אויבערשטער זאָל געבן אַ געבענטשט'ן יאָר, יעדערן, בתוככי כלל ישראל, עם כל בני ביתו,

און ממשיך זיין אַלע המשכות אין אַלע ד' סוגים באַ זיך, סיי פרי עץ הדר, כפות תמרים, ענף עץ עבות און ערבי נחל — וואָס איז דאָ באַ יעדער אידן בעצמו, און וואָס איז דאָ באַ כלל ישראל — וואָס דורך זיך איז מען דערנאָך אויך ממשיך אין כלל ישראל,

דערנאָך זאָל עס אויך אַראָפּקומען אין ברכת ה', בכל המצטרך, ביז אין ענינים גשמיים כפשוטם, בטוב הנראה והנגלה, למטה מעשרה טפחים,

עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומבורכת, שנת אורה, און אין אַלע אותיות פון דעם אל"ף בי"ת, ביז שנת תורה — וואָס איז כולל אַלע, ביז שנת גאולה, גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, ובקרוב ממש.

אף

יום ועש"ק, ערב חגה"ס תשל"ו;

דער אויבערשטער זאָל העלפן און מצליח זיין עס זאָל זיין אַ שנה טובה ומבורכת בגשמיות וברוחניות גם יחדא,

אָנהייבנדיק פון ממשיך זיין די אַלע המשכות פון אַלע ד' מינים מיט אַלע פירושים שבזה —

אָנהייבנדיק פון דעם פירוש אַז דאָס איז כולל יעדער אידן און אַלע אידן,

אַז אַלע פיר סוגים פון אידן (ווי דער מדרשב רעכנט זיי אויס) פאַראיינציקן זיך באופן — כולכם כאחדג, עס ווערט צוזאַמען איין מצוה, אגודה אחת לעשות רצונך בלבבד שלם,

416און טאָן די אַלע ענינים מתוך שמחה וטוב לבב, און אין אַן אופן פון כל מלאכתך עשוי' — וויבאַלד אַז דאָס איז אַ שנה שתחילתה איז ביום שבת קודש ה, און אויך „ולקחתם לכם ביום הראשון" — איז דער „ביום הראשון" בשבת קודש,

און בקרוב ממש זוכה זיין מ'זאָל קענען מקיים זיין ולקחתם לכם ביום הראשון אויך בשבת — בבנין בית המקדש השלישי בקרוב ממש ע"י משיח צדקנו.

אַ פריילעכער יו"ט און ס'זאָל זיין זמן שמחתינוי, און ממשיך זיין די שמחה על ובכלי השנה כולהז.417פתיחה פון זייער אַרויסגיין לחירות, בדרכי נועם ובדרכי שלום, ושמחת עולם על ראשם.

אַזוי ווי ס'רעדט זיך לעצטנס אַז מ'זאָל פאַרבינדן יעדער ענין גלייך מיט גשמיות, ובמיוחד אין אַן אופן פון צדקה — איז דאָ דאָ 30 שקלים (וליתר שאת — נאָך) זאָל יעדערער פון אייך נעמען צו אַ דאָלאַר, און אָפּגעבן דאָס (אָדער איבערבייטן און אָפּגעבן דעם שוויי) אויף צדקה, און דאָס וואָס וועט בלייבן זאָל מען מיט נעמען מיט זיך — לצדקה אין אה"קז.

נתן את הדולרים להרב דכפר חב"ד לחלק לכאו"א.

418א. שוין גערעדט פריער (בהתועדות דשבת תשובה), אַז אין אַ יאָר וואָס די קביעות איז כבשנה זו, איז פאַראַן אַ מעלה מיוחדת, אַז גלייך פון יו"ט גייט מען אַריין בשבת (מבלי שום הפסק), וואָס דאָס איז סיי בנוגע צו ר"ה, סיי בנוגע צו די ימים ראשונים של סוכות, סיי בנוגע צו שמע"צ ושמח"ת (די ימים אחרונים של חגה"ס), אַז אין די אַלע דריי יו"ט הנ"ל, איז גלייך פון יו"ט גייט מען אַריין אין שבת.

און ווי גערעדט (בהתועדות הנ"ל), אַז וויבאַלד אַז בליל שבת איז קיין הבדלה (שמורה על הפסק יו"ט) מאַכט מען ניט, און מען מאַכט נאָר קידוש, הייסט עס דאָך, אַז אויך בשבת זיינען דאָ די עיקרי ענין היו"ט (שלכן אין עושים הבדלה), און עס קומט נאָך צו אַ קדושה נוספת — די קדושה פון שבת.

וואָס קדושת שבת איז דאָך העכער פון קדושת יו"ט. וואָרום יו"ט איז דאָך נאָר „מקרא קודש", וואָס דער פירוש פון „מקרא קודש" איז אַז מען איז קורא און מזמין דעם קודש אין אַזאַ צייט וואָס מצד עצמו איז ער ניט קודש, משא"כ שבת איז אַליין קודש, שבת מיקדשא וקיימא.

איז בשעת אַז גלייך נאָך יו"ט איז שבת, איז אין דעם שבת שלאחרי היו"ט פאַראַן ביידע ענינים: סיי דער ענין היו"ט, און בודאי דער ענין השבת.

און אַזוי ווי דאָס איז בנוגע צו ר"ה, ווי מען האָט עס מבאר געווען פריער (בהתועדות הנ"ל), איז די זעלבע זאַך בנוגע צו סוכות, אַז אין דעם שבת שלאחרי יו"ט סוכות איז פאַראַן אויך מענין היו"ט.

ב. וואָס איז דער ענין פון יו"ט סוכות — און דער ביאור בזה דאַרף דאָך זיין אין אַזאַ אופן וואָס ער איז מובן צו יעדער איינעם וואָס ער איז מחוייב בהיו"ט, ביז צו אַ פשוט שבפשוטים — איז דאָס פאַרשטאַנדיק, פון דעם וואָס סוכות הייסט „זמן שמחתינו", וואָס דערמיט איז סוכות אויסגעטיילט פון די אַנדערע ימים טובים,

וואָס אעפ"י אַז אַלע ימים טובים זיינען „מועדים לשמחה", איז אָבער פון דעם וואָס דוקא סוכות הייסט מיטן נאָמען „זמן שמחתינו", איז פאַרשטאַנדיק אַז אין שמחה גופא זיינען דאָ כמה מדריגות

[וע"ד משנת"ל אַז אין קדושה זיינען דאָ כמה מדריגות: „מקרא קודש" און „קודש"]

און אין דעם באַשטייט די מעלה פון סוכות אויף אַנדערע ימים טובים, אַז נוסף אויף דעם ענין פון „מועדים לשמחה" קומט אין אים צו אַ שמחה נוספת.

און די שמחה נוספת שבסוכות איז אַן ענין וואָס איז בגילוי, וואָרום דער נאָמען „זמן שמחתינו" איז דאָך זה שמו אשר יקראו לו. און וויבאַלד אַז דאָס419איז אַ נאָמען וואָס די אנשי כנה"ג האָבן מתקן געווען בנוסח התפלות והברכות פאַר יעדער אידן, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז אַן ענין וואָס שטייט בגילוי ניט נאָר פאַר די וואָס זיינען שייך צו סוד, רמז, דרוש והלכה, נאָר אויך פאַר אַ פשוט שבפשוטים.

ג. נאָך מער: בזמן שביהמ"ק הי' קיים, וואָס דעמאָלט איז געווען מער מזוכך די גשמיות העולם, איז דער ענין השמחה שבסוכות געווען בגילוי אויך אין גשמיות, וואָרום סוכות איז „חג האסיף" — דעמאָלט איז דער „באספך מגרנך ומיקבך".

וע"ד הידוע בענין הקרבנות, אַז בזמן הבית איז געווען די עבודת הקרבנות בגשמיות, משא"כ איצטער איז כאָטש אַז אויך איצטער איז תפלות כנגד קרבנות תקנום איז דאָך תפלה נאָר ברוחניות,

און דער טעם אויף דעם איז, כמבואר בכ"מ, ווייל איצטער איז דער גשמי ניט אַזוי מזוכך, קען דעריבער ניט זיין די עבודת הקרבנות בגשמיות, משא"כ בזמן הבית וואָס דעמאָלט איז געווען דער זיכוך פון גשמיות העולם, האָט געקענט זיין דער ענין הקרבנות אויך בגשמיות,

עד"ז איז אויך אין דעם ענין פון „זמן שמחתינו" שבסוכות, אַז בזמן הבית, מצד דעם וואָס דעמאָלט איז געווען דער זיכוך הגשמיות, איז דער ענין השמחה דסוכות געווען בגילוי אויך בגשמיות, אין דעם באספך מגרנך ומיקבך, וואָרום אידן זיינען געווען איש תחת גפנו ותחת תאנתו,

וואָס דער ריבוי התבואות והפירות האָט דאָך געבראַכט אַ שמחה צום בעל השדה, און אויך צו די וואָס געפינען זיך אין עיר, וואָרום אויך זיי דאַרפן דאָך אָנקומען צו די תבואות ופירות וועלכע וואַקסן אין שדה, ביז אפילו מלך לשדה נעבד.

ד. אע"פ אַז דער ענין פון באספך מגרנך ומיקבך כפשוטו בגשמיות איז געווען נאָר בזמן הבית — וויבאַלד אָבער אַז תורה איז אַ נצחית, איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז ברוחניות איז פאַראַן אויך איצטער דער ענין וואָס סוכות איז חג האסיף.

והביאור בזה: דער ענין פון „חג האסיף" איז דאָך אַז ס'איז דאָ אַ ריבוי תבואות ופירות — איז דער ענין פון ריבוי התבואות והפירות ברוחניות פאַראַן אויך איצטער.

וואָרום לאחרי וואָס מען איז מתקן די ענינים פון שנה שעברה אין דער עבודה פון חודש אלול, ובפרט בימי הסליחות שבו, און דערנאָך בעשרת ימי תשובה — איז לאחרי עבודה זו וואָס איז אַלץ עליות מלמטה למעלה, איז דערנאָך בסוכות קומט די המשכה פון דעם אַלעם מלמעלה למטה, אַז באַ אים ווערט אַ ריבוי תבואות ופירות ברוחניות, ד. ה. אַ ריבוי זכיות,

420באַ אים איז פאַראַן סיי די זכיות פון זכיות — וואָרום וויבאַלד אַז באַ אים איז געווען די עבודה פון חרטה גמורה על העבר וקבלה טובה על להבא, און מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, איז דאָך פאַראַן ביי אים די זכיות פון זכיות; און אויך איז באַ אים פאַראַן די זכיות פון די זדונות שנעשו לזכיות, וואָס דאָס איז די מעלה פון בעלי תשובה אויף צדיקים כמרז"ל במקום שבעלי תשובה עומדים כו'.

ה. אעפ"י אַז דער ענין פון „זמן שמחתינו" איז דאָך בכל ימי הסוכות, ניט נאָר ביו"ט נאָר אויך בחוה"מ, ווי מ'זאָגט אין נוסח התפלה בחוהמ"ס — עכ"פ במוסף של חוה"מ „זמן שמחתינו" — איז דאָך אָבער מובן, אַז ביו"ט איז די שמחה אַ סך אַ גרעסערע (שלכן אומרים זמן שמחתינו בכל התפלות), און ווי דאָס איז מובן אויך בפשטות:

ביו"ט איז דאָך מותר מער ניט ווי מלאכת אוכל נפש. און אין אַן אופן אַז ער האָט גלייך די פירות ותענוג פון דער מלאכה, וואָרום דאָס וואָס ביו"ט איז מותר מלאכת אוכל נפש איז דאָס נאָר וואָס ער דאַרף האָבן אויף יו"ט גופא, הייסט עס דאָך, אַז דאָס איז ניט קיין אמת'ע מלאכה, וואָרום ער האָט דאָ גלייך דעם תענוג.

משא"כ בחוה"מ, וויבאַלד אַז דאַן איז דאָך מותר אויך מלאכה דדבר האבד וכו', קען דאָך ניט זיין באַ אים אַזאַ שמחה ווי ביו"ט, וואָרום ער איז פאַרנומען במלאכה ויגיעה, און אויך — ער איז דאָך ניט אַזוי פנוי לשמוח בשמחת החג.

ו. דערפון איז פאַרשטאַנדיק בנוגע לשבת חוה"מ, אַז וויבאַלך אויך שבת איז אסור במלאכה, ואדרבה, בשבת איז מען אסור אפילו במלאכת אוכל נפש — קומט דאָך אויס, אַז בשבת חוה"מ קען זיין נאָך מער שמחה ווי ביו"ט.

וואָרום דער תענוג וואָס ער האָט ביו"ט דורך טאָן מלאכת אוכל נפש — דאָס איז דאָך פאַראַן אויך בשבת, וואָרום שבת איז כל מלאכתך עשוי'; און נוסף לזה — איז דאָך בשבת פאַראַן באַ אים נאָר דער תענוג, ניט ווי ביו"ט וואָס ער דאַרף אָנקומען צו מלאכה והכשר להתענוג.

אָון דאָס איז אויך די מעלה ווען שבת חוה"מ קומט גלייך נאָך יו"ט (כקביעות שנה זו): בשעת אַז ס'איז דאָ אַ הפסק בין יו"ט לשבת, איז וויבאַלד אַז במוצאי יו"ט איז באַ אים נפסק געוואָרן (געמאַכט הבדלה פון) דעם שטורעם פון שמחת יו"ט און ער גייט אַריין אין שבת בלויז מיט דער שמחה פון חוה"מ (וואָס איז קלענער פון שמחת יו"ט). משא"כ ווען גלייך פון יו"ט גייט ער אַריין אין שבת אָן הבדלה, גייט ער אַריין מיטן שטורעם פון שמחת יו"ט, און עס קומט באַ אים נאָך צו אַ תוספות, מצד דעם וואָס שבת איז אסור אויך במלאכת אוכל נפש, קומט אים נאָך צו אַ תוספות שמחה (אף שבשבת „לא נאמר בה שמחה") ותוספות בזמן — כנ"ל.

421ז. דערביי איז פאַראַן נאָך אַ נקודה:

ענין הנ"ל אַז שבת איז אסור אפילו במלאכת אוכל נפש איז נוגע במיוחד צו נשים, וואָרום ווער איז בעיקר פאַרנומען מיט די מלאכת אוכל נפש — נשים, ווי די גמרא (יבמות סג, א) זאָגט „אדם מביא חיטין חיטין כוסס", נאָר מען דאַרף אָנקומען צו דעם „עזר כנגדו", וואָס זי גרייט צו די אַלע ענינים זיי זאָלן זיין ראוי למאכל אדם — אוכל נפש; איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז דער אויפטו פון שבת לגבי יו"ט — אַז ס'איז ניטאָ אפילו די מלאכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אוכל נפש, שמשו"ז איז פאַראַן אַ תוספות שמחה בשבת (אפילו לגבי יו"ט) — איז נוגע בפרט לנשים, ווייל באַ זיי איז פאַראַן דער עיקר פאַרנומענקייט מיט מלאכת אוכל נפש.

דאָס פאַרשטאַרקט דעם קישור פון דער קביעות של שנה זו מיט כללות ענינה של שנה זו — שנת הקהל, וואָרום די מצוה פון הקהל איז, כמ"ש — „הקהל את העם האנשים והנשים והטף גו'", אויך נשים, אע"פ אַז דאָס איז אַ מצות עשה שהזמן גרמא, דאָס איז דער חידוש פון הקהל אַז אויך נשים זיינען מחוייבות בזה.

הקהל איז אויך פאַרבונדן במיוחד מיט טף, ואדרבא: בנוגע צו אנשים ונשים, איז די מצוה פאַרבונדן (אויך) מיט אַנדערע ענינים; ביי אנשים איז דאָ דער ענין פון „ללמוד", ביי נשים — דער ענין פון „לשמוע", ד. ה. אַז ביי אנשים ונשים מישן זיך אַריין נאָך זאַכן, ואדרבה — הם דבר עיקרי וכמש"נ: למען ישמעו גו', משא"כ בנוגע צו טף — איז פאַראַן בלויז די עצם מצוה פון הקהל, אָן קיינע אַנדערע ענינים; דאָס וואָס מ'זאָגט „טף למה באים לתת שכר", איז דאָס „למביאיהם", אָבער בנוגע צו טף עצמםא, איז זייער השתתפות אין דער מצוה פון הקהל נאָר המצוה עצמהב, אָן קיין אַנדערע פניות, אפילו ניט פניות דקדושה.

וי"ל בדא"פ: דאָס איז אויך דער ביאור אויף דעם וואָס די מצוה פון הקהל איז אויך באַ טף, אע"פ אַז לאו בני דיעה נינהו — ווייל דער ענין פון הקהל שאצלם איז אַן ענין נעלה ביותר, שאין בו מדידות והגבלות.

ח. ויש להוסיף בד"א: אע"פ אַז בנוגע לכמה מצות זיינען די ענינים פאַראַן איצטער בלויז ברוחניות כנ"ל, זעט מען אָבער אַז דאָס האָט אויך אַ קישור מיט גשמיות — געמיינט ווי מ'האָט מקיים געווען די מצות בגשמיות כפשוטם.

422ע"ד ווי דער ענין פון תפלה שבמקום קרבנות תקנום, איז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס תפלה איז אַן עבודה רוחנית, איז דאָס פאַרבונדן דוקא מיט די זמנים ביום ווען עס איז געווען הקרבת הקרבנות כפשוטם;

דער ענין פון תורת הקרבנות איז אַן ענין בפני עצמו, תורה איז ניט אַן ענין וואָס קומט פאַרבייטן הקרבת הקרבנות, במילא איז דאָס לגמרי ניט פאַרבונדן מיט די הגבלות וועלכע זיינען דאָ אין ענין הקרבנות: העוסק בתורת עולה — אפילו בלילה — איז הקריב עולה; משא"כ תפילות תקנום במקוס (דאָס פאַרבייט) קרבנות, במילא איז דאָס געבונדן עכ"פ באיזה ענין, מיט די הגבלות דקרבנותג — מיט זמן הקרבת הקרבנות: תפלת מנחה מוז מען דאַוונען דוקא אין דעם זמן ביום ווען מ'האָט מקריב געווען דעם תמיד של בין הערביים,

לכאורה, וויבאַלד אַז תפלה איז אַן עבודה רוחנית, אַ עבודה שבנפש, איז וואָס אָרט עס אויב ער וועט דאַוונען מנחה מיט אַ שעה פריער אָדער מיט אַ שעה שפּעטער ? זאָגט מען, ניין, כאָטש אַז איצטער איז טאַקע ניטאָ הקרבת הקרבנות בגשמיות, בלויז דער ענין ברוחניות — תפילות, מוז דאָס אָבער האָבן אַ קישור אויך מיט די גשמיות, דעריבער מוז מען דאַוונען דוקא אין די זמנים ביום ווען עס איז געווען די הקרבת הקרבנות כפשוטם.

ועד"ז קען מען זאָגן בנוגע צו דעם ענין פון „זמן שמחתינו" של חג הסוכות, אַז אע"פ אַז איצטער איז ניטאָ דער ענין פון „באספך מגרנך ומיקבך" בגשמיות (כבזמן הבית), בלויז די ענינים ברוחניות כנ"ל, האָט אָבער „באספך מגרנך"ד אַ קישור אויך איצט מיט גשמיות, וואָס דאָס איז בענין פון די ד' מינים, וכפי שיתבאר לקמן (בהמאמר).

ט. צוה לנגן ואמר מאמר ד"ה חג הסוכות שבעת ימים להוי'.

י. די נקודה פון דעם דרוש וואָס מען האָט געוואָלט אַרויסבריינגען

— וואָס (הדרוש) איז מיוסד אויף די דרושים פון רבותינו נשיאינו, ובפרט אויף די מאמרים פון המשך מים רבים און המשך וככה (ובעיקר — אויף המשך וככה) פון רבי'ן מהר"ש, וואָס ער האָט געזאָגט (כנ"ל בההתועדות די"ג תשרי) אַז מען דאַרף מלכתחילה אַריבער —

איז: אַזוי אין עולם איז דאָך „אילו ניתנה רשות לעין לראות" (שער היוה"א פ"ג), מען דאַרף האָבן אַ ספּעציעלע נתינת רשות, ווייל די התהוות העולם איז אין אַן אופן פון „עולם", העלם והסתר, בכדי עס זאָל זיין בחירה חפשית, ניט קיין נהמא דכסופא, דעריבער איז די התהוות געווען באופן של העלם כו', אַז דער גילוי האין זאָל זיין בבחירה חפשית,

423אָבער אעפ"כ, איז אין געוויסע ענינים פאַראַן דער גילוי האין, וואָס דאָס איז אויך דער ענין האחדות שבהד' מינים אפילו איידער מען איז מקיים אין זיי אַ מצוה, וואָס די אחדות שבהם איז מצד דעם גילוי האין, כמשנ"ת בהמאמר בארוכה.

וואָס דאָס (דער ענין האחדות שבהם) איז דאָך אַן ענין שבגילוי, וואָס אַלע קענען דאָס זען, אפילו אַן אינו יהודי זעט די אחדות שבהד' מינים.

ואף על פי אַז מען דאַרף אָנקומען צו תורה אור ובפרט צו מאור שבתורה — פנימיות התורה שנתגלתה בתורת החסידות, וואָס זי איז מסביר אַז די אחדות שבהד' מינים איז מצד דעם גילוי האין (וואָס חסידות שטעלט זיך בפרטיות (משא"כ במדרש כו') אויף דער שאלה למה נבחרו ד' מינים אלו דוקא, און איז מבאר אַז דאָס איז מצד ענין האחדות שבהם וואָס קומט מצד גילוי האין),

איז דאָך אָבער די אחדות גופא שבהד' מינים, זעט דאָס יעדער איינער, אפילו אַן אינו יהודי. אַיי ער ווייס ניט וואָס איז די סיבה של אחדות זו — איז אויף דעם איז דאָך פאַראַן דער ענין וואָס שטייט אויף אידן ונתתיך לאור גוים, אַ איד קען דאָס (ענינים כהנ"לה) מסביר זיין אויך צו אַן אינו יהודי.

יא. ונוסף לזה: וויבאַלד אַז דער ביאור (שהאחדות שבהד' מינים קומט מצד דעם גילוי האין) רעדט זיך אין תורת החסידות, און חסידות איז דאָך אַרויסגעקומען אויך אין די שבעים לשונות, וואָס דער רבי דער נשיא האָט דאָך אַרויסגעגעבן חסידות אויך אין די אַנדערע לשונות,

חסידות בלשון אידיש איז נאָך מהבעש"ט, וכידוע וואָס עס שטייט אין אגה"ק (סכ"ה) אַז דער בעש"ט פלעגט זאָגן חסידות בל"א ולא בלה"ק, ס'איז נאָר וואָס מען האָט דאָס פאַרשריבן בלה"ק, אָבער דער בעש"ט אַליין פלעגט זאָגן אין אידיש,

איז געווען באידיש בכו"כ דורות, און דערנאָך האָט זיך אויפגעטאָן ע"י כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז חסידות איז געקומען אויך אין די אַנדערע לשונות, וואָס האָבן קיין שייכות ניט לכאורה צו תורת החסידות, און אעפ"כ איז אויך אין זיי נתגלה געוואָרן חסידות, וואָס דאָס איז אַ ווייטערער פאַל אין הפצת המעינות חוצה.

און וויבאַלד אַז עס רעדט זיך אין חסידות דער ביאור פון דעם ענין האחדות שבהד' מינים, אַז דאָס איז מצד דעם גילוי האין — און חסידות איז געקומען בכל לשון — קומט דאָך אויס, אַז דאָס איז נתגלה געוואָרן אויך אין וועלט, אין די לשונות פון די ע' אומות.

424יב. ס'איז דאָך מגיד דבריו ליעקב חקיו ומשפטיו לישראל, וכמרז"ל (שמו"ר פ"ל, ט) אַז דאָס וואָס דער אויבערשטער הייסט טאָן אידן טוט ער דאָס אַליין — און אין דעם זיינען פאַראַן צוויי פירושים ואו"א דא"ח: א) דער פירוש הפשוט — אַז פריער איז דער אויבערשטער מקיים די מצות (חוקיו ומשפטיו), און דאָס איז אַ נתינת כח אַז אידן זאָלן עס מקיים זיין. ב) אַז דורך דעם וואָס אידן זיינען מקיים די מצות, טוט דאָס אויף, כביכול, אַז דער אויבערשטער זאָל עס מקיים זיין,

וואָס דאָס (אופן הב') איז אַ העכערער ענין, וואָרום דאָס קומט לאחרי העבודה ואתעדל"ת.

וכידוע פירוש המגיד (וואָס השנה איז שנת המאתים להסתלקותו) עה"פ אשר יעשה אותם האדם וחי בהם (או"ת שם ונת' באוה"ת להצ"צ אחרי ע' ק), אַז דורך דעם וואָס אַ איד איז מקיים די מצות איז ער ממשיך חיות אין די מצות. והיינו אַז ער טוט אויף אַ הוספה אין די מצות של הקב"ה (אַז די מצות של הקב"ה, לאחרי הקדמת העבודה של קיום המצות דישראל, זיינען אין אַ העכערן אופן).

וואָס דאָס איז דאָך אויך וואָס עס שטייט אויף מצות ועשיתם אותם (אותם חסר וא"ו), אַז דורך דעם וואָס אידן זיינען מקיים את המצות איז מעלה כאילו עשאוני, אַז דורך דעם קיום רמ"ח פקודין טוט מען אויף דעם ענין פון רמ"ח אברים דז"א (וואָס אין ז"א זיינען פאַראַן ט' ספירות, און טפ"ט, ובכל אחת מהן יש רת"ס, צוזאַמען מיט די ה' חסדים המגדילים, איז עס מספר רמ"ח, כמבואר בתו"א — לז, סע"ד. ועוד).

שמזה מובן אַז אידן טוען אויף אַ תוספות, וואָרום דער ענין פון ז"א איז דאָך פאַראַן אויך מצד עצמו, און דער „כאילו עשאוני" וואָס ווערט ע"י קיום המצות, איז עס אין אַ העכערן אופן.

יג. וואָס דאָס איז אויך איינע פון די כוונות של התועדות זו — ובהמשך צו דעם וואָס מען האָט גערעדט (בההתועדות די"ג תשרי) בנוגע צום סיום פון מס' חלה (שנאמר בההתועדות דו' תשרי), וואָס אין דעם זיינען פאַראַן נאָך דיוקים, וואָס מען האָט דעמאָלט ניט מבאר געווען, ובהתועדות זו, וועט מען עס מבאר זיין.

ולכאורה, וואָס וועט זיך אויפטאָן אין וועלט דורך דעם וואָס מען וועט עס איצטער מבאר זיין — זאָגט ער אָבער אין אגה"ק (סכ"ו), ווי דורך בירור הלכה „מן הגמרא ופוסקים ראשונים ואחרונים" ווערט אויפגעטאָן „בשמים ממעל" אַן „ענין פלא גדול מזה מאד",

אַז „העליונים אין בהם כח לברר", און דערפאַר קומען זיי הערן מהתחתונים

425[און דאָס איז אַן ענין וואָס איז שייך ניט נאָר צו יחידי סגולה, נאָר ווי ער זאָגט אין אגה"ק, אַז דאָס איז נוגע צו „כל איש ישראל". און ווי ער זאָגט אין קו"א (שבתניא, קס, א), „חיוב כל נר"ן להשלים כל התרי"ג במחדו"מ שהן פרטי ההלכות", וואָס כל נר"ן מיינט מען דאָך יעדער אידן (כדמוכח גם בהל' ת"ת לאדה"ז (פ"א ס"ד) שמוכרח לבוא בגלגול כו').

און הגם ער דאַרף טאַקע אָנקומען צו ראשונים און אויך צו אחרונים, ביז צו אחרונים שבזמנינו, ווי ער זאָגט באגה"ק אַז ער איז מברר די הלכה פון פוסקים ראשונים ואחרונים, איז ער דאָך אָבער כננס העומד ע"ג ענק, אַז דאָס וואָס ער איז מברר די הלכה איז עס דורך דעם כח של ראשונים ואחרונים. און דעריבער, איז יעדער איד, אפילו אַ פשוט שבפשוטים, אויב ער גייט נאָר מיט דעם כח של הראשונים והאחרונים, קומען די עליונים הערן די הלכה ווי ער האָט אים מברר געווען, וכמרז"ל עה"פ חבירים מקשיבים לקולך השמיעני]

און וויבאַלד אַז דורך זיין בירור הלכה טוט ער אויף אַזוי בעליונים, אין צבא מרום במרום, במילא ווערט דאָך אויפגעטאָן דער ענין אויך למטה, וואָרום זייער תוקף המציאות איז דאָך דער מזל המכה בו ואומר לו כו'.

ובמילא, איז דער ענין הבירור הלכה וואָס מען רעדט, ובפרט אַז דאָס איז במעמד כו"כ עשיריות מישראל, איז דאָך דאָס נוגע אויף צו אויפטאָן אין וועלט.

ואעפ"י שאין דנין בשבת — איז דאָ רעדט מען דאָך ניט וועגן אַן ענין פון „דנין", נאָר וועגן בירור הלכה, און בירור הלכה קען דאָך זיין אויך בשבת, ואדרבה: בשעת מען קען מברר זיין אַ הלכה, טאָר מען דאָך דאָס ניט אָפּלייגן אויף שפּעטער (אויף לאחרי שבת).

וועט מען איצטער ריידן דעם בירור הלכה אין סיום מס' חלה.

יד. אין דעם סיום דסיום פון מס' חלה שטייט: „הקונה בסוריא כקונה בפרוור שבירושלים". איז דעם כללות הענין האָט מען שוין מבאר געווען בהתועדות הקודמת*. ס'איז נאָך אָבער געבליבן דער דיוק: פאַרוואָס זאָגט ער „כקונה בפרוור שבירושלים", דלכאורה הול"ל כקונה בארץ ישראל?

[וע"ד אין דער פריערדיקער משנה וואָס עס שטייט אנשי אלכסנדריא הביאו חלותיהן מאלכסנדריא, האָט מען דאָך גערעדט אין דעם (בי"ג תשרי) אַז נוסף על הדיוק וואָס עס שטייט „חלותיהן" (און ניט „חלות" סתם) איז דאָ פאַראַן אויך דער דיוק וואָס ער זאָגט „מאלכסנדריא" און ניט מחו"ל סתם — עד"ז אויך אין סיום המסכת, איז נוסף להביאור בכללות הענין (שנת' בי"ג תשרי) איז פאַראַן אויך דער דיוק וואָס ער זאָגט „בפרוור שבירושלים" און ניט בארץ ישראל סתם]

426איז דער ביאור אויף דעם פאַרבונדן מיט אַ ספרי און מדרש — וואָס ספרי איז בכלל אַ סדר פון הלכה, און מדרש איז אַ סדר פון אגדה, וואָס רוב סודות התורה גנוזין בה (אגה"ק סכ"ג) — און מיט אַן ענין אין כתבי האריז"ל, ומיוסד אויף אַ פסוק אין תושב"כ.

עס שטייט אין נבואת זכרי' (זכרי' ט, א) „חדרך ודמשק מנוחתו". שטייט אויף דעם אין ספרי (ר"פ דברים) און אין מדרש (שהש"ר ז, ה) אַז „חדרך" גייט עס אויף משיח'ן, וואָס ער איז „חד לאומות העולם ורך לישראל", און דער פירוש פון „ודמשק מנוחתו" איז — „שעתידה ירושלים להיות מגעת עד דמשק".

וואָס דערמיט איז פאַרשטאַנדיק וואָס עס שטייט אין משנה „הקונה בסוריא כקונה בפרוור שבירושלים" — און ניט „כקונה בארץ ישראל" — ווייל סוריא (דמשק, כדלקמן) האָט אַ שייכות מיוחדת דוקא מיט ירושלים, יעתידה ירושלים להיות מגעת עד דמשק.

און דאָס איז אויך דער ביאור פון דעם וואָס עס שטייט „כקונה בפרוור שבירושלים" — און ניט „כקונה בירושלים — סתם" — וואָרום ווי ער זאָגט בספרי שם, אַז וויבאַלד עס שטייט „ונבנתה העיר על תילה" איז אַ ראי' אַז ירושלים איז „אין עתידה לזוז ממקומה", ס'איז נאָר וואָס זי וועט קומען אויך אין דמשק, קומט דאָך אויס אַז דמשק וועט זיין די פאָרשטאָט פון ירושלים, וואָס דערפאַר זאָגט ער „בפרוור שבירושלים".

טו. מען דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין: אין ספרי ומדרש רעדט ער דאָך וועגן דמשק, און אין משנה שטייט דאָך „הקונה בסוריא" (ובדיוק — שה"ה בענין אפמיא)?

איז דאָס מובן ע"פ מ"ש בכהאריז"ל (בספר הלקוטים זכרי' שם. וראה ג"כ ספר הליקוטים תהלים לט. מאו"א מע' דמשק ומע' ירושלים), אַז ירושלים איז בחי' לאה (מקד"ש, דמש"ק. גם הקליפה שלה נק' דמשק), און „נגד סוריא בסוד דמשק", וואָס דאָס איז וואָס דמשק איז בגימט' מדת בסוד ד' אלפי"ן (ד"פ אל"ף (א' במילואו) בגימט' מד"ת) דלאה [והיינו, אַז ס'איז פאַראַן קליפה הנק' מת (כי נלקח החיות שלהם — א ונשאר מת), ובצירוף החיות ד' אלפין איז עס מדת, מדת ימי גו'], ועפ"ז הרי (כל) סוריא הוא בסוד דמשק.

און אַזוי איז עס אויך אין פשטות, וואָרום דמשק איז דאָך די עיר הבירה פון סוריא (בל' הכתוב: ראש ארם דמשק — ישעי' ז, ח), איז בשעת מען נעמט דמשק, עיר הבירה, האָט מען במילא גאַנץ סוריא. (וברוחניות ג"כ (סוריא בסוד דמשק) כי מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא).

טז. אין אגה"ק הנ"ל רעדט ער וועגן אַ בירור הלכה פון „ראשונים ואחרונים". דער ענין פון אחרונים בבירור הלכה הנ"ל,

427וגם: דער ענין וואָס גערעדט פריער אַז „עתידה ירושלים להיות מגעת עד דמשק" איז דאָך אַן ענין וואָס וועט זיין לעתיד ע"י חדרך — משיח, וואָס האָט עס פאַר אַ שייכות איצטער קודם הגאולה

[וואָרום ס'איז חס ושלום צו זאָגן אַז איצטער איז אפילו אַן אתחלתא דגאולה — ואדרבה מען געפינט זיך איצט אין אַ גלות וחשך כפול ומכופל שלא הי' כמוהו, וואָס ניט איצט איז דער זמן צו ריידן וועגן דערויף,

ניט אין די טעג פון שבת יו"ט וחוה"מ, און ניט אין דעם זמן ווען מען דאַרף אייננעמען די וועלט דורך קו השמחה, וואָס שמחה איז פורץ גדר, כל גדרי העולם.

אָבער עכ"פ: מען געפינט זיך אין גלות. טאָ וואָס איז דאָ נוגע דער ענין פון עתידה ירושלים להיות מגעת עד דמשק]

איז דאָ קומט דער בירור הלכה פון אחרונים. וואָס עס שטייט אין כהאריז"ל, און עס בריינגט זיך אַראָפּ אין מגן אברהם [אַז מען זאָגט אַן ענין פון כהאריז"ל, קען מען מיינען אַז דאָס איז נוגע נאָר צו בעלי קבלה, אָבער דאָס איז אַן ענין וואָס בריינגט זיך אין מג"א (או"ח רסר"נ. שו"ע אדה"ז שם) להלכה], אַז בערב שבת דאַרף מען טועם זיין פון יעדן פון מאכלי שבת (וכמ"ש טועמי' חיים זכו — פע"ח שי"ח רפ"ג).

וואָס בכלל איז דער זמן פון לעתיד, גאולה — שבת, שבת מן המזיקין, אויס גלות, לא ירעו ולא ישחיתו, און דער זמן פון קודם ביאת המשיח איז ערב שבת — איצט לאחרי חצות. איז אויף דעם זאָגט מען טועמי' חיים זכו, פאַר דער צייט פון דעם עסען, אַז נאָך פאַר ביאת המשיח, ווען מען געפינט זיך נאָך אין גלות, דאַרף מען טועם זיין פון די ענינים דלעתיד.

וואָס אַזוי איז דאָס בענין פון טעימה פון תורת המשיח, וואָס איז נתגלה געוואָרן, עכ"פ במקצת (טועמי'), דורך דעם בעש"ט ותלמידיו און דעם אַלטן רבי'ן והנשיאים שלאחריו,

און אַזוי ווי דאָס איז בנוגע לתורת המשיח, עד"ז איז אויך בנוגע להנהגת העולם, אַז אויך אין דערויף (די הנהגה דעוה"ז בגשמיות), איז נאָך בזמן הגלות דאַרף זיין „טועמי'" פון דער הנהגה וואָס עס וועט זיין בביאת המשיח.

וכידוע וואָס רבותינו נשיאינו האָבן מפרש געווען, אַז נאָר די גופים זיינען געגאַנגען אין גלות אָבער די נשמות זיינען ניט געגאַנגען אין גלות. ומובן, אַז וויבאַלד אַז בכח המפליא לעשות איז די נשמה פאַראיינציקט מיטן גוף, איז דאָס וואָס די נשמה איז ניט אין גלות פועל'ט עס אויך אויפן גוף הגשמי.

שגם בזה נראה, אַז דער ענין פון „טועמי' חיים זכו", דאָס וואָס בזמן הגלות איז מען טועם פון לע"ל, איז דאָס ניט נאָר בנוגע לתורת המשיח,

428[הגילוי דפנימיות התורה, וואָס זי איז אויך אַ הכנה לביאת המשיח, וכמובא באגה"ק (דער אגה"ק וואו עס רעדט זיך דער ענין המובא לעיל אַז די עליונים באים לשמוע מהתחתונים דעם בירור הלכה כו', איז די אגרת פאַנגט זיך אָן) אַז בהאי חיבורא כו' ספר הזהר יפקון בי' מן גלותא ברחמים]

נאָר אויך בנוגע להנהגת העולם בגשמיות.

ומפורש בפס"ד הנ"ל שטועמים „מכל תבשיל ותבשיל".

און דערפאַר, איז אויך דער ענין פון „עתידה ירושלים להיות מגעת עד דמשק", דאַרף עס זיין בדרך טעימה אויך איצטער. וואָס כאָטש אַז דאָס רעדט זיך טאַקע וועגן „חדרך" וואָס דאָס גייט אויף משיח'ן כנ"ל — פסק'נטן דאָך להלכה (וידוע עד כמה האָט דער אַלטער רבי געבויט אויפן מג"א), אַז די טעימה דערפון דאַרף זיין אויך איצטער,

וואָס דער פירוש פון „טועמי'" איז, אַז מען פאַרזוכט בפועל ממש פון די מאכלי שבת, און דערנאָך לייגט מען עס אַוועק אָן אַ זייט און מען וואָרט אויף שבת כו'.

יז. און ווי ער זאָגט אין פסוק: „כי תצא למלחמה על אויביך" איז אַ זיכערע זאַך אַז „ונתנו הוי' אלקיך בידך" און „ושבית שביו", אַז מען וועט אַרויסנעמען אַלע אידן וואָס געפינען זיך דאָרט בשבי, און אויך אַלע ניצוצות הקדושה הנמצאים שם.

ובפרט ווען אידן זיינען אין מצב ודרגא של הצדיקים: איצט האָט זיך אָנגעפאַנגען כל הענין אין דעם טאָג וואָס עיצומו של יום מכפרו, ובמילא זיינען דאָך אַלע אידן — ועאכו"כ די וואָס האָבן ניט געקוקט אויף זיך, און זיך מוסר נפש געווען בפועל אויף מגין זיין אַף מיליאָנען אידן — אין אַ דרגא פון צדיקים גמורים.

קען דאָך קומען דער צד שכנגד און טענה'ן, אַז אויף די ענינים פון יו"כ גופא איז יו"כ ניט מכפר

— איז דאָך אָבער דער דין (שו"ע או"ח סו"ס תקע"א — דינים שבזמן הגלות — בעיר שהקיפוה עכו"ם, שמזה מובן) אַז היוצא למלחמה דאַרף טאָן כל הענינים שיהי' בריא וחזק, און וויבאַלד אַז די מלחמה איז דאָך „עזרת ישראל מיד צר שבא עליהם" (ראה רמב"ם הל' מלכים רפ"ה), און אויך דער אַלטער רבי בריינגט בשו"ע שלו (סשכ"ט ס"ו) אַז „נכרים שצרו על עיירות429ישראל", אפילו ווען זיי קומען „על עסקי תבן וקש" (בעיר הסמוכה לספר) דאַרף מען מיט זיי לוחם זיין, ובפרט בנדו"ד וואָס ס'איז ניט געווען „על עסקי תבן וקש",

און פון דעם וואָס אויך דער אַלטער רבי בריינגט עס בשלחנו איז מוכח אַז דאָס איז נוגע אויך בזמן הגלות,

איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז די אַלע ענינים וואָס מען האָט געטאָן וועלכע בריינגען לבריאות וחיזוק הגוף דהמגינים, איז ניט נאָר וואָס זיי זיינען געווען מותר, נאָר ס'איז ע"ד ווי דער אַלטער רבי שרייבט דאָרט בנוגע שמירת שבת.

ובמילא איז אפילו אויב ס'איז געווען איינער אָדער צוויי וואָס כו', איז ניט נאָר וואָס איז אַן ענין וואָס „נעשה היתר גמור" (אגה"ק ד נ ד ו" ד — קמד, רע"א), נאָר נאָך מער: וויבאַלד אַז מען האָט דאָס גענוצט לחיזוק במלחמה, שהיא פקו"נ דרבבות מישראל, איז דאָס אַ חיוב כו' כנ"ל.

חי. כאמור לעיל, אַז דורך דעם וואָס למטה איז דאָ אַ בירור הלכה, זאָגט אדה"ז אַז עס ווערט אויפגעטאָן למעלה ובמילא ווערט עס נמשך דערנאָך ונתגלה למטה,

איז דאָ פאַראַן דער בירור ההלכה בנוגע להענין דעיצומו של יום מכפר וכו' זיינען אַלע אידן צדיקים, און אויך דער בירור הלכה פון טועמי' חיים זכו, וכמודגש לעיל, אַז אעפ"י אַז מען געפינט זיך נאָך אין גלות

[וח"ו צו זאָגן אַז ס'איז אפילו נאָר אתחלתא דאתחלתא דגאולה, ניט צוליב דעם האָבן אידן געליטן די אַלע יסורים כו'. און דאָס וואָס אַנדערע זאָגן אַז ס'איז אתחלתא דגאולה, איז דאָס אַ פרט נוסף אין דעם חשך כפול ומכופל פון גלות, און דער טעות (אַז ס'איז אתחלתא דגאולה) איז שוין בטל געוואָרן מעיקרו]

און מען דאַרף האָבן אַז עס זאָל זיך ענדיגן דער גלות און עס זאָל זיך אָנהויבן די אתחלתא דגאולה, און כפשוטו ממש. וכידוע דער סיפור פון דעם צ"צ מיטן רבי'ן מהר"ש, וואָס דער רבי מהר"ש (וואָס ער האָט געזאָגט אַז מען דאַרף מלכתחילה אַריבער) האָט געזאָגט צום צ"צ אַז מען דאַרף האָבן משיח'ן כפשוטו.

וואָס זיכער האָט דאָך דער צ"צ געוואוסט דערפון ובל' הרמב"ם (מלכים רפי"א) עס שטייט בתורה ובנביאים „כל הספרים מלאים בדבר זה" — ער האָט אָבער געוואָלט, אַז דאָס זאָל זאָגן און מאָנען אַזאַ וואָס דעמאָלט איז ער ניט געווען אין דעם ציור פון אַ נשיא נאָר ער איז געווען אַ מקבל.

איז אעפ"י אַז מען געפינט זיך נאָך אין גלות, איז אָבער פאַראַן דער פסק דין פון טועמי' חיים זכו, וכנ"ל בארוכה,

430און וויבאַלד אַז מען טוט עס עפ"י ציווי התורה, וואָס תורה איז תורת חסד און תורת שלום, זאָל דאָס זיין בחסד וברחמים ובדרכי שלום. ובפרט אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט שבת, וואָס שבת איז דאָך ענין התענוג, זאָל דאָס זיין מתוך תענוג וכו',

ויהי רצון, אַז מען זאָל זען נפלאות הוי', בעיני בשר, מען זאָל אַנערקענען אַז ניט כחי ועוצם ידי נאָר יד הוי' עשתה זאת, און זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, און ווי חסידות טייטשט בו בעצמותו,

וואָס דאָס קומט ע"י בירור בדבר הוי' זו הלכה, ובהסכם כל הנאספים, וואָס אכל בי עשרה שכינתא שריא ובפרט אַז דאָ זיינען פאַראַן כמה וכמה עשיריות מישראל,

און * בשעת מען זאָגט אויף דעם אמן, ווערט כפי' אמת ואמונה, אַז כל הנ"ל וועט זיין בדרכי נועם ובדרכי שלום, און מען וועט וויסן אַז יד הוי' עשתה זאת,

און דאָס אַלעס וועט זיין אַ הכנה צו דער גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו וואָס יבנה ביהמ"ק במקומו, ושם נעשה לפניך כמצות רצונך, וכמבואר הענין בכ"מ ובפרט בהמשך וככה,

און מען וועט מקיים זיין די מצוה פון הקהל כפשוטו, בקרוב ממש ובעגלא דידן.

(בסיום ההתועדות (וגם קודם תפלת מנחה) התחיל לנגן הניגון ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה).

(משיחת שבת חוהמ"ס, תשל"ד)

431אַ . . . . ווי גערעדט פריער (אין מאמר), אַז דורך די הקרבת שבעים פּרים בחג הסוכות — ועד"ז אויך דורך „ונשלמה פּרים שפתינו" בזמן הגלות — ברענגט מען אַרויס בגילוי אין די שבעים אומות דעם תכלית הכוונה צוליב וועלכער זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן, אַז זייער תכלית איז אַז זיי זאָלן זיין בדוגמת ווי עס וועט זיין לעתיד לבוא אַז „והיו מלכים אומניך ושרותיהם מניקותיך"א, און עס איז דאָך „אתה בחרתנו מכל העמים".

וואָס דאָס איז אויך וואָס מען זאָגט אין הלל [וואָס יעדער טאָג פון סוכות זאָגט מען — גאַנץ הלל מיט אַ ברכה], „הללו את הוי' כל גוים שבחוהו כל האומים, כי גבר עלינו חסדו" — אַז דאָס וואָס „גבר עלינו חסדו" איז אַ טעם („כי") אויף „הללו את הוי' כל גוים שבחוהו כל האומים" — וויילע די עבודה פון אידן בחג הסוכות פּועל'ט אין „כל גוים" און „כל האומים" אַז זיי זאָלן „פילן" ווי זיי זיינען מקבל זייער השפּעה פון אידן. און ווי דערקלערט באריכות אין מאמר.

ב. אַזוי ווי איצטער — מצד דערויף וואָס באַ אַנדערע איז דאָ אַ קס"ד צו אָנרירן ח"ו שלימות הארץ [וואָס ס'איז זיכער אַז „עוצוב עצה ותופר" ווייל „כי עמנו א־" — דאַרף מען אַרויסברענגען בגילוי די שליטה פון אידן אויף אַלע שבעים אומות,

איז דעריבער מן הנכון, אַז אין דעם מבצע פון „ושמחת בחגך", וואָס אויך בחוה"מ איז „ושמחת בחגך" אַ מ"ע מן התורהג,

אַז אין יעדער אָרט וואו מען וועט קומען משמח זיין אידן [אָדער מוסיף זיין אין זייער שמחה] בשמחת חג הסוכות — וואָס בחגה"ס ברענגט מען אַרויס בגילוי די שליטה פון אידן איבער די שבעים אומות — זאָלן זיך באַטייליקן אין דעם אויך אידן פון אַן אַנדער מדינה, וואָס דורך דעם וועט מען ווייזן בגילוי אַז ניט נאָר וואָס קיינער קען ניט אָנרירן ח"ו אין דעם שלטון פון אידן, נאָר אדרבה, אַז אויך אַ איד פון אַן אַנדער מדינה זאָגט אַ דיעה און איז אַ בעל־הבית אויך אין דער מדינה.

וואָרום בשעת אַ איד זאָגט אַז מען דאַרף זיין פריילעך מצד דערויף וואָס ס'איז יו"ט און דער אויבערשטער האָט געהייסן „ושמחת בחגך" — גייט ער מיט אַ שליחות פון אויבערשטן, און בשעת מען גייט מיט אַ שליחות פון דעם אויבערשטן — איז מען בעה"ב בכל העולם כולוד.

ג. בכדי צו אַרויסברענגען ענין הנ"ל נאָך מער בגילוי — איז מן הנכון, אַז אין יעדער אָרט וואו מען וועט קומען משמח זיין אידן בשמחת החג, זאָל זיך באַטייליקן אויך אַ איד פון ארץ הקודש —

432וואָס בשעת עס קומט אַ איד פון ארץ ישראל און רעדט וועגן אַן ענין פון תומ"צ, איז ער דער אמת'ער פאָרשטייער פון ארץ ישראל.

יעדער איד (אויך די אידן וועלכע געפינען זיך אין חו"ל) האָט אַ נחלה אין ארץ ישראלה. בשעת אָבער עס רעדט זיך וועגן אַ אידן וואָס אויך מקום מושבו בגשמיות איז אין אַרץ ישראל — איז בשעת ער קומט פון א"י אין חו"ל און רעדט וועגן אַן ענין פון תומ"צ, נעמט ער מיט זיך פון קדושת א"י און ברענגט איר בכל העולם כולו. און דאָס ווערט אַ הכנה צו עתידה א"י שתתפשט בכל הארצותו.

ד. אַזוי ווי די גאולה העתידה וועט דאָך קומען דורך תורה און צדקה — כמ"ש ציון במשפט (תורה) תפדה ושבי' בצדקהז (ווי גערעדט כו"כ פעמים בשנה האחרונה) — *)

איז מן הנכון, אַז בכל מקום וואו מען וועט זיך צוזאַמענקלייבן לשמוח בשמחת החג זאָל מען — נוסף צו אמירת לחיים, ניגונים וריקודים — זאָגן אַן ענין אין תורה, צי אין נגלה צי אין חסידות אָדער אין ביידע. ומה טוב — אַן ענין וואָס איז שייך צו סוכות (אָדער שמע"צ ושמח"ת), הלכות החג רחב

בזג.

און מען זאָל אויך מזכה זיין אידן מיט מצות נתינת צדקה [בעת די מסיבה, אָדער פּועל'ן דאַמאָלס אַז זיי זאָלן עס טאָן בהזדמנות קרובה אחרת].

ה. ויהי רצון, אַז כל הענינים הנ"ל זאָלן געטאָן ווערן אין אַן אופן פון דברים היוצאים מן הלב, וואָס דורך דעם וועלן זיי זיין נכנסים אל לב האדם העליון כביכול. ובלשון הפסוק — צו דעם „לבבי וחלקי אלקים לעולם"ח.

און דאָס וועט ברענגען אַז „ואלקים מלכי מקדם" — אַז דער אויבערשטער וואָס ער איז דער מלך פון אַלע מאָל און עד היום הזה און עד סוף כל הדורות — וועט זיין „פועל ישועות בקרב הארץ", אַז מען זאָל אָנזעהן די ישועות אויך למטה „בקרב הארץ", אין אַן אופן נראה ונגלה אויך לעיני בשר,

ביז צו דער ישועה האמיתית והכללית — גאולה האמיתית והשלימהט ע"י משיחי צדקנו בקרוב ממש.

(ראשי פרקים משיחות ליל ערב חג הסוכות, תשל"ו)433ב"ה, חוהמ"ס ה'תשל"ו.

במענה לשאלה איך להסביר ענין השמחה במצב של ירידת גשמים שמונעים לישיבה בסוכה —

„כיון שבו ביום קיימו מצות סוכה (כמה פעמים, ובמילא גם לדעת

ר"א — שצ"ל ב' סעודות — סוכה כז, א)

ניחא לי' בשימושו (סוכה כט, א. שו"ע אדה"ז סתרל"ט סכ"ד),

ובפרט שגם ברכו ע"ז בשם ומלכות ע"פ ציווי ה' בתורתו — אשר

ק דש נו . . ו צוו נו. — ועפ"ז מובן זה שבמשנה וש"ס וכו' מובא

המשל לעבד כו' בנוגע להנמצא בסוכה וצריך לצאת כו' —

ואכמ"ל.

ועפ"ז — זה שההתועדות הרי ע"פ תורה מותרת ולכן צ"ל דוקא

בבית — ה"ז סימן שרוצים מלמעלה שתהי' נוחה יותר ובישוב

הדעת יותר — כדין ת"ת בכל אופן, וכן בתפלה — התבוננות

בגדלות ה' (ומעשיו — כולל מצותיו) — כמבואר בשו"ע סי'

תרל"ט,

— ששניהם (תורה והתבוננות זו) ה"ה עיקרי תוכן התועדות.

וק"ל".

שיחה לתלמידי שיעורי לימוד הדת

יום ד', ג' דחוהמ"ס, ה'תשל"ז — בסוכה — בסעודת היום.

א. ניגנו הניגון אתה בחרתנו.

„אתה בחרתנו מכל העמים" איז געזאָגט געוואָרן אויף יעדן אידןא, פון גרויס ביז קליין, וואָס דער אָפּטייטש דערפון איז, אַז יעדערן פון זיי האָט דער אויבערשטער אויסגעקליבן פון אַלע פעלקער.

און מ'זאָגט אויך „אהבת אותנו", אַז דער אויבערשטער האָט ליב יעדן אידן, און „ורוממתנו מכל הלשונות", אַז דער אויבערשטער מאַכט יעדן אידן — און (אין דעם אַלעם) אַלע אידן צוזאַמען — העכער פון אַלע פעלקער,

וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי ווי מ'זעט ביי יעדען ענין וועלכן מ'קלייבט אויס פון אַלע איבעריקע — דאַרף אַזוי זיין אויך ביי יעדן אידן.

דער דרך איז, אַז בשעת מ'קלייבט אויס (צום ביישפּיל) — אַ מדריך (אַן אָנפירער) פון קינדער, אָדער פון צווישן קינדער גופא — איינעם וואָס זאָל434זיין אַן אָנפירער במשך פון דעם טאָג, אָדער די וואָך וכדומה — קלייבט מען אויס דעם וועלעכער קען באַווייזן אַ לעבעדיקן ביישפּיל ווי אַזוי צו פירן זיך.

וואָס זיין ביישפּיל, צוזאַמען דערמיט וואָס ער (הנבחר) איז זיך מוסר נפש אַז זיינע מודרכים — די כיתה אָדער די גרופּע אָדער דער באָנק — זאָלן זיך פירן ווי עס דאַרף צו זיין —

ווירקט דאָס אויף אַלע וואָס געפינען זיך אַרום אים, אַז זיי זאָלן אים וועלן נאָכטאָן.

ד.ה. אַז ווי גוט די קינדער אָדער די מיטגלידער פון דער גרופּע וכו' זאָלן זיין — דאַרף דער וועמען מ'האָט אויסגעקליבן ער זאָל אָנפירן מיט זיי, זיין נאָך העכער און בעסער און באַטראַכטער פון אַלעמען.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו אידן (וואָס כאמור — האָט דער אויבערשטער אויסגעקליבן יעדערן פון זיי — אויך קינדער — און זיי געמאַכט העכער פון אַלע איבעריקע פעלקער):

וויבאַלד אַז זיי זיינען די אויסגעקליבענע פון אַלע פעלקער, איז דערפון מובן (פאַרשטאַנדיג) אַז דאָס איז אַן אָנזאָג צוזאַמען מיט אַ נתינת (געבן) כח פון דעם אויבערשטן, אַז ווי גוט אַלע פעלקער זיינען, זאָל ער זיין נאָך בעסער, און שטייגען העכער פון זיי, און באַווייזן אַ לעבעדיקן ביישפּיל ווי אַזוי מ'דאַרף זיך פירן לויט דעם אויבערשטן'ס רצון. און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער פאַרלאַנגט פון אידן נאָר לויט די כחות וואָס ער האָט זיי געגעבןב, און דער אויבערשטער זאָגט אויף יעדן אידן אַז ער האָט אים בוחר געווען, איז דאָס אַ סימן אַז ער האָט געגעבן יעדערן פון זיי — כולל (אויך) די גאָר קליינע קינדער — כחות און מעגלעכקייטן אויף דורכפירן זייער תפקיד אַלס אויסגעקליבענע.

זיי דאַרפן נאָר האָבן דעם רצון אויף דעם — וועלן זיי זיין בעסער פון אַלע קינדער וואָס געפינען זיך אַרום זיי,

ביז וואַנעט אַז זיי וועלן באַווייזן אַ לעבעדיקן ביישפּיל פאַר אַלעמען, און דורך דעם — מיטציען נאָך מערער קינדער, זיי זאָלן זיך אויך אַזוי פירן.

און דורך דערויף באַרעכטיקן זיי דאָס וואָס „אתה בחרתנו" — דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט זיי אויסגעקליבן פון אַלעמען, און דעם „אהבת אותנו (און) ורצית בנו" — דאָס וואָס ער וויל אַז מ'זאָל האָבן צו טאָן מיט (ליב האָבן) אים און טאָן זיינע מצות, זיין תורה און אידישקייט —

וואָרום דער קינד ווירקט אַז זיינע עלטערן מיט דער גאַנצער משפּחה,435פירן זיך אַלע לויט זיין ביישפּיל; זיי זיינען נאָך בעסער פון די אַלע אַרום זיי — ווי גוט יענע זאָלן זיין.

און כדי צו באַקומען די כחות און די לעבעדיקייט אויף דעם — זאָגט מען „אתה בחרתנו וכו'" אין די טעג וואָס ווערן אָנגערופן „ימים טובים", גוטע טעג — וואָרום דעמולט איז לייכטער צו נעמען אויף זיך טאָן די אַלע זאַכן אין אַ גוטן אופן, און אין דער גרעסטער מאָס.

און דערמיט באַרעכטיקט מען (כאמור) דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן יעדערן פון אייך, און יעדערן פון אונז, און דעם גאַנצן אידישן פאָלק — ווייל דער אידישער פאָלק נעמט אויף זיך לערנען זיין תורה, און אויפפירן זיך לויט זיינע ציוויים (מצוות), און אין אַן אופן אַז דאָס וועט זיין אַ לעבעדיקער ביישפּיל פאַר אַ צווייטן אידן, און פאַר אַלע פעלקער וואָס אַרום אידן.

און דעמולט בריינגט דאָס אויך אַז די פּעלקער אַרום אידן, וועלן שטייען אַרום און אָפּגעבן כבוד צו אידן און אידישקייט, און זיי וועלן אָפּהיטן זיי פון אַלע שוועריקייטןג —

וואָס דעמולט וועלן קינדער און עלטערע קענען לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, רוהיקערהייט און פרייליכערהייט, ביז משיח צדקנו וועט קומען.

און טאָן דאָס מיטנעמענדיק די כחות אויף דעם (כאמור) פון די ימים טובים — אָנהויבנדיק פון פסח, און דערנאָך פון שבועות, און איצטער — בחג הסוכות,

און טאָן דאָס אין דער פולסטער מאָס,

און דעמולט וועט מען קומען צו דעם יום טוב פון דער גאולה, ע"י משיח צדקנו בקרוב ממשד.

ב. ניגנו הניגון ושמחת בחגיך.

ס'איז דאָ אַמאָל וואָס איינער קען טראַכטן, אַז אויפפירן זיך אַזוי ווי תורה פאַרלאַנגט איז דאָס אַ שווערע זאַך.

ובפרט נאָך אויב ער וויל ניט זיין אַ בן חכם (וועגן וועלכן מ'רעדט פסח), אָדער אויב ער וויל ניט זיין אַזוי ווי אַן אתרוג — אַ שיינע פרי — טראַכט ער ביי זיך אַז אויפפירן זיך אַזוי ווי תורה פאַרלאַנגט איז דאָס אַ שווערע זאַך,

436וואָרום די צייט וואָס ער קען זיך שפּילן „פוטבאָל"ה, אָדער אַן אַנדער „גיים" — דאַרף ער אָפּגעבן (די צייט) אויף זיצן און לערנען תורה (להבדיל);

און אַז ס'קומט שבת איז ער באַגרעניצט, וואָרום ער טאָר זיך ניט פאַרנעמען מיט „גיימס", דערפאַר וואָס שבת טאָר מען דאָס ניט טאָן;

און אַז ער דאַרף עסן דאַרף ער פריער וויסן צי דאָס איז אַ כשר'ער מאכל, ער קען ניט עסן אַלע זאַכן וואָס זיינען ניט כשר, אע"פ אַז ער הערט (פון אַ ניט קיין איד) אַז דאָס איז אַ געשמאַקע זאַך —

קען ער טראַכטן ביי זיך אַז דאָס איז אַ שווערע זאַך, און דאָס וואָס דער אויבערשטער האָט אים אויסגעקליבן — האָט ער אַרויפגעלייגט אויף אים אַ שווערע שליחות (אַ שווערע „מישיאן").

און אפי' בשעת ער טוט דאָס וואָס תורה פאַרלאַנגט — טוט ער דאָס נאָר דערפאַר וואָס ער וויל פאָלגן דעם אויבערשטן, ער האָט אָבער ניט קיין פריילעכקייט און קיין געשמאַק אין דערויףו, וואָרום ער קוקט אויף דעם אַזוי ווי דאָס איז אַ לאַסט, און אַ זאַך וואָס מאַכט שווערער דעם אויפפירן זיךז אין דעם טאָג טעגליכן לעבן —

דערפאַר איז אויף די זעלבע ימים טובים ווען מ'זאָגט „אתה בחרתנו" — זאָגט מען אויך „ושמחת בחגך"ח, אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגטט אַז אַ איד זאָל זיין פריילעך מיט דעם יו"ט (מיט אַלע זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט יו"ט).

און ס'איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס מ'דאַרף זיין פריילעך — וואָרום דאָס אַלעס איז ניט אַ זאַך וואָס מאַכט שווערער אַ אידן, אַ קליינעם אָדער אַ גרויסן, נאָר אדרבה (פאַרקערט),

ווייל דורך דערויף וואָס ער וועט זיך פירן אַזוי ווי תורה פאַרלאַנגט; שבת וועט ער ניט טאָן דאָס וואָס מ'טאָר ניט טאָן שבת, און ער וועט ניט עסן אַ ניט כשר'ן מאכל, און די צייט וואָס אַ ניט איד גייט זיך שפּילן, וועט ער אָפּגעבן אויף לערנען דעם אויבערשטן'ס תורה —

וועט דאָס אים דערנאָך בריינגען גוטס אַ סאַך מערער ווי די צייט און די ענערגיע און די כחות וואָס ער האָט אַריינגעלייגט אין דערויף.

437און ווי מ'זעט אַז בשעת מ'מאַכט אַ מסחר (אַ ביזנעס), איז כדי מ'זאָל מצליח זיין אין דעם מסחר, דאַרף מען אַוועקגעבן צייט, און אויסגעבן געלט, כדי צו האָבן אַ צימער וואו צו פירן דעם מסחר, אָדער כדי צו קויפן די סחורה —

אָבער דורך דערויף פאַרדינט מען דערנאָך אַ סאַך געלט, און מ'האָט געלט אויף צו באַצאָלן די הוצאות וואָס מ'האָט אַריינגעלייגט אין איינאָרדענען דעם מסחר; און מ'האָט נאָך מער געלט, ביז אַז מ'קען לעבן אַ רוהיקן לעבן און אַ פרייליכן לעבן און אַ גליקלעכן לעבן.

וואָס דאָס איז וואָס מ'זאָגט אויף תומ"צ — „הם חיינו ואורך ימינו", דאָס איז אַ זאַך וואָס גיט אַ אידן לעבן, און ניט סתם לעבן, נאָר „אורך ימינו" — אַ ליינגען און גוטן לעבן.

דער אויבערשטער זאָגט אויף תורהי „לקח טוב נתתי לכם", ער האָט געגעבן אידן די תורה, דערפאַר וואָס דאָס איז פאַר זיי גוט — אין דעם טאָג טעגליכן לעבן אויך אין עוה"ז.

און בשעת אַ איד אפי' אַ קינד, וועט זיך אַריינטראַכטן אין דערויף, אַז דער אויבערשטער האָט אים ליב, ווי מ'זאָגט גלייך נאָך „אתה בחרתנו" — אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „אהבת אותנו",

און ביים אויבערשטן איז דאָך יעדער זאַך אין אַ גאָר גרויסער מאָס, איז דאָך די ליבשאַפט וואָס ער האָט צו יעדן אידן — אויך אין גאָר אַ גרויסער מאָס,

איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז אַלס וואָס דער אויבערשטער טוט מיט אידן, און אַלס וואָס ער הייסט אידן טאָן — איז דאָס כדי אַז אידן זאָל זיין גוט, נאָך בעסער ווי ס'איז גוט ביי אַלע פעלקער אַרום זיי.

און אפי' אַז דאָס איז פאַרבונדן דערמיט וואָס לשעה קלה (אַ קורצע וויילע) דאַרף מען טאָן אַ זאַך וואָס עס ווייזט זיך אויס אַז דאָס איז ניט אַזוי גוט און ניט אַזוי געשמאַק — דאַרף מען אָבער וויסן אַז דאָס איז בכדי אַז גלייך נאָך דערויף זאָל מען האָבן אַ סאַך מערער גוטס (אויך) אין עוה"ז.

דערפאַר איז יעדער יו"ט פאַרבונדן מיטן אָנזאָג פונעם אויבערשטן אַז מ'זאָל זאָגןיא „אתה בחרתנו" און „אהבת אותנו", וואָס דאָס בריינגט נאָך מער שמחה אין דער שמחה פון יו"ט.

און וויבאַלד אַז דאָס שטייט אין תורת אמת, דאַרף די שמחה זיין אַ אמת'ע — וואָרום דאָס איז דער אמת'ער פאַרדינסט און די אמת'ע גוטסקייט אין עוה"ז (אין דער וועלט).

438און דורך דעם האָט מען הצלחה אין אַלע זאַכן, און אַז מ'גייט דערנאָך (צווישן די סדרים פון לערנען) שפּילן, האָט מען הצלחה אין דעם שפּילן אויך — דער עיקר איז אָבער אַז מ'האָט הצלחה אין לערנען תורה און אין מקיים זיין מצוות, און הצלחה אין דעם לערנען בכלל,

אין אַן אופן אַז מ'איז אַליין צופרידן, און די עלטערן זיינען צופרידן, און דער גאַנצער אידישער פאָלק איז צופרידן — דערפון וואָס ער האָט אַזוינע קינדער וואָס פרייען זיך בימים טובים, און פרייען זיך מיט תומ"צ און מיט אידישקייט, און לעבן אַזוי דעם טאָג טעגליכן לעבן.

ובפרט אַז מ'נעמט דאָך די שמחה און די לעבעדיקייט פון יו"ט — אויף אַ גאַנץ יאָריב.

ג. אמרו את הי"ב פסוקים ומרז"ל.

לאחרי וואָס מ'ווייסט כל האמור לעיל — אַז דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן יעדער אידן, פון קליין ביז גרויס, פון אַלע פעלקער; און אַז ס'דאַרף זיין „ושמחת", אַ אמת'ע פריילעכקייט,

דער אויבערשטער ווייסט דאָך וואָס איז באמת גוט, און האָט דאָס אַרויסגעגעבן אין תורת אמת, איז דאָך אַ זיכערע זאַך אַז אינגיכן וועט מען זען דעם גוטס נאָך אין עוה"ז, במילא דאַרף מען זיין באמת פרייליך —

טרעפט אָבער אַמאָל, אַז לאחרי כל זה מישט זיך אַריין דער יצר, און וויל פאַרטומלען און פאַרטונקלען דעם פאַרשטאַנד פון אַ אידן, אַ קליינעם אָדער אַ גרויסן, און זוכט עצות ווי אַזוי ער זאָל אים צושטערן זיין שמחה, ער זאָל ניט זיין אַזוי פרייליך מיט אידישקייט, מיט תומ"צ.

ביז אַז ער זוכט עצות אויף ניט צולאַָזן אים ער זאָל וועלן פירן זיך ווי עס דאַרף זיך פירן איינער וואָס דער אויבערשטער אַליין, וואָס ער איז מלך מלכי המלכים, וואָס ער האָט מלאכים און אַ גאַנצע וועלט וכו' — האָט ער זיי אַלעמען אָפּגעלאָזן, און האָט אויסגעקליבן דעם אידן (אַ קליינעם אָדער אַ גרויסן כנ"ל), ווי דער אַלטער רבי ערקלערט בארוכה אין תניאיג די פרטים אין דעם

און אַזוי ווי ער זוכט שטענדיק עצות אין דעם, קען דאָך אַמאָל טרעפן אַז ער זאָל אַריינבריינגען אַ צוטומלעניש, אַז מ'זאָל ניט זען קלאָר דעם אמת און די גוטסקייט.

זאָגט מען, אַז וויבאַלד דער אויבערשטער ווייסט דאָך אַז אַ איד האָט צו טאָן אַמאָל מיטן יצר — גיט ער אים כח און שטאַרקייט ער זאָל ניט אָננעמען די פאַלשע טענות וטעמים וואָס דער יצר גיט אים, אע"פ אַז ער (דער יצר) טענה'ט אַז דאָס איז אַ עצה טובה —

439עס איז אַ זיכערע זאַך אַז דאָס (די צוטומלעניש) וועט בטל ווערן, און דער קינד אָדער דער ערוואַקסענער וועט ניט אָננעמען די עצה, וויבאַלד ער ווייסט אַז ער איז צוזאַמען מיטן אויבערשטן, דורך לערנען זיין תורה און מקיים זיין זיינע מצוות.

און בשעת ער ווייסט דאָס (אַז ער איז פאַרבונדן מיטן אויבערשטן) — איז ניט נאָר וואָס ס'ווערן בטל די טענות ועצות היצר — נאָר ער זעצט פאַר דעם פירן זיך ווי אַ אידישער קינד אָדער ערוואַקסענער דאַרף זיך פירן, וויסנדיק אַז דער אויבערשטער אַליין האָט אים אויסגעקליבן פון אַלע פעלקער, און ער גייט מיט אים מיט, אויך אין (ותופר) איבערקומען די פאַלשע טענות ועצות היצר.

און בשעת דער אויבערשטער זעט אַז אַ איד ווערט ניט נתפעל פון די עצות פון יצר — כאָטש ער שטעלט פאַר די טענות אַז זיי האָבן אין זיך אַ אינהאַלט — גיט ער דעמולט דעם שכריד, אַז טאָמער איז דאָ איינער פון די פעלקער (ניט אידן) וואָס עצה'ט קעגן דעם אידישן פאָלק, אָדער קעגן עטלעכע אידן, אָדער אפילו קעגן איין און איינציקן אידן — ווערן אויך זייערע עצות אינגאַנצן בטל, און האָבן ניט קיין שטאַנדטו.

דער אויבערשטער העלפט אַז אין דעם זכות וואָס דער איד און דער קינד הערט זיך ניט צו לעצת היצר שלו — ווערן בטל די עצות פון די וואָס זיינען ניט קיין גוטע פריינד צו אידן אַלס פאָלק, אָדער צו עטלעכע אידן, אָדער אפילו צו איין און איינציקן אידישן קינד,

ער העלפט זיי און איז זיי מציל און היט זיי אָפּ נאָך בזמן הגלות — זיי זאָלן קענען זיין פרייליך, און פירן זיך אין אַ אידישן וועג,

און פירט זיי בקרוב (גאָר אין גיכן) אַרויס פון גלות — צו דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו בקרוב ממשטז.

ניגנו הניגון עוצו עצה. הושיעה את עמך ג"פ.

440. . . ענין מיוחד ישנו בקיום מצות סוכה, והיא הידיעה, דכיון דכתיב למען ידעו וגו' לא קיים המצוה כתיקונה אם לא ידע כוונת מצות הסוכה, שצוונו לישב בסוכה זכר ליציאת מצריםא.

וכבר נתבאר בכמה מקומותב אשר עיקר הדעת אינה הידיעה לבדה מפי סופרים ומפי ספרים אלא העיקר הוא להעמיק דעתו ולתקוע מחשבתו בחוזק ואומץ הלב והמוח עד שתהא מקושרת בזה בקשר אמיץ וחזק.

והידיעה היא אשר בסוכות הושבתי ואשר הי' זה בהוציאי אותם מארץ מצריםג.

והנה בכל יום ויום בבוקר ובערב חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא עת יציאת מצרים והיא יציאת נפש האלקית ממאסר הגוף כו' ע"י עסק התורה והמצות בכלל ובפרט בקבלת מלכות שמיםד.

ובלשון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מה:

„ראשית דבר הוא היציאה ממצרים וגבולים, שבכללות העבודה הם דרכי החיים הכללים וואָס דער אדם מאַכט זיך פּלענער באופן ארחות חייו, מיט די בעגרעניצונגען און גבולים וואָס ווערן באַ אים געשאַפן לויט זיין מעמד ומצב, דאָס הייסט לויט ווי ער וויל זיך אַוועקשטעלן אין לעבן. כו'.

איז ראשית דבר מוז זיין יציאת מצרים, אַרויס גיין פון די אַלע בעגרעניצונגען, דאָס הייסט אַז וואָס פאַר אַ פּלענער באַ אים זאָל ניט זיין, מוז באַ אים זיין קביעות עתים לתורה בכל יום, און דער דאַוונען מוז זיין געדאַוונט, ניט אָפּגעדאַוונט. וכו'.

נאָך יציאת מצרים איז קריעת ים סוף, וואָרום ווי דער מענטש הויבט אָן אין דרכי העבודה, איז גלייך שאַפן זיך באַ אים פערשידענע שטערונגען, וואָס יעדערער פון זיי איז שטאַרק און גוואַלדיק גרויס, אָט ווי באַ די אידן ביציאתם ממצרים, פון הינטן דער שונא פון פאָרנט דער ים, און אַליין איז מען אין מדבר.

קריעת ים סוף איז געווען מלמעלה, דער אויבערשטער ב"ה האָט געשפּאָלטן דעם ים און געמאַכט אים אַ דרך פאַר אידן, כמו דרכי היבשה, נאָר פריער האָט געמוזט זיין אַ שפּרינגער אין ים, און אַז עס איז געווען441דער שפּרינגער דער מסירת נפש מענטש, יעמאָלט האָט השי"ת געמאַכט את הים ליבשה".

ואז הושיבם הקב"ה בסוכה „וכמשל תינוק תיכף שנולד הנה רוחצין אותו מזוהמתו, וכורכין אותו בכריכת בד נקי', אשר בזה הנה לבד זאת שנשמר מן הזוהמא שמבחוץ, הנה עוד זאת שמתיישרים ומתחזקים אבריו, והגם שהוא רק לפי שעה, אבל זה פועל בחיזוק אבריו גם על כל זמן גידולו והיותו לאיש.

אשר כן הוא בעבודה דכאשר האדם פועל בעצמו היציאה מהמצרים והגבולים שלו, אַז ער זאָל אַרויס פון זיינע פּלענער, וואָס ער מאַכט זיך בארחות חייו, וואָס יעמאָלט איז דאָך דער רע פון נפש הטבעי מיט זיינע צרכי החיים הגשמים והבשרים איידעלער, איז תיכף דאַרף זיין דער ויסעו לסוכות.

סוכה איז אַ מקיף, אָבער דאָס איז אַ מקיף וואָס פועל'ט אין פנימי', וכמשל מכריכתו של התינוק הנ"ל שזה נוגע בחיזוק אבריו גם בהיותו לאיש.

וזהו כי בסוכות הושבתי את בנ"י בהוציאי אותם מארץ מצרים".

וסיוע וכח על זה בכל ימות השנה נמשך מחג הסוכות בכלל וקיום מצות ישיבת סוכה בפרט.

והזכרת נשיאינו ופעולותיהם ותורתם מסייע בזה, וכידוע פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ: עס איז דאָ די חסידישע אושפיזין: הבעש"ט, הה"מ, אדמו"ר הזקן, אדמו"ר האמצעי, אדמו"ר הצמח צדק, אדמו"ר מהר"ש נ"ע, אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע.

ואף אנן נאמר: כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ.

(ממכתב מחרת יום הכפורים ה'תשי"א)

למסור לכל אנ"ש בתוככי כל ישראל ברכות זמן שמחתנו, ובהתחלתו מבצע ארבע מינים באופן דופרצת לכל ארבע הסוגים דבני ישראל, לאחד אותם ולהלהיבם לתורה ומצות ופנימיותם, כהוראת רבן של כל ישראל הבעש"ט, שנכנסנו בשנת המאתים להילולא שלו, ויפוצו מעינותיו חוצה וייתי מר מלכא משיחא. חג שמח ולבשורות משמחות

(מברק לחגה"ס תש"כ)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-g4frbszr

עותקים

פעילות אחרונה

#188 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · אושרה
#130 Likkutei Sichos vol 14: machine reading · נסגרה

מקורות