לקוטי שיחות
בראשית ג
13בראשית ג
א. עס שטייט אין מדרשא: „בשעה שבא הקב"ה לבראת את האדם נמלך במלאכי השרת כו' א"ל אדם זה מה טיבו א"ל חכמתו מרובה משלכם. הביא לפניהם את הבהמה וכו' א"ל זה מה שמו ולא היו יודעין העבירן לפני אדם א"ל זה מה שמו אמר זה שור זה חמור וכו'".
אין וואָס באַשטייט די חכמה פון אָנרופן יעדע בהמה וכו' מיט אַ נאָמען — איז מבאר דער של"הב: אין דעם נאָמען פון אַ זאַך איז מרומז איר שורש; און אדם הראשון האָט משיג געווען דעם מקור ושורש פון יעדער באַשעפעניש, און לויט איר שורש האָט ער געגעבן אַ נאָמען. און דאָס איז געווען זיין חכמה, וואָס (בל' השל"ה) „בידיעת התחתונים ידע סוד המרכבות העליונות" (און ווי דער מגיד איז מאריך בענין השם אין אור תורהג אויפן פסוקד „וכל אשר יקרא לו האדם נפש חי' הוא שמו").
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) משיג זיין דעם מקור און שורש פון יעדער זאַך, איז לכאורה ניט פון ריבוי החכמה. די ידיעה אינעם „סוד המרכבות העליונות" איז ניט אָפּהענגיק פון גודל וריבוי החכמה, נאָר פון דער הזדככות פון כחות ההשגה*4 — וואָס מער זיי זיינען אויסגעאיידלט און נענטער צו רוחניות, אַלץ העכער דערגרייכט די השגה.
ב) ווי איז שייך צו זאָגן אַז די מלאכים האָבן ניט געוואוסט „מה שמו כו'" — וואָס לויטן ביאור הנ"ל איז די ידיעה אָפּהענגיק פון דער ידיעה פון „סוד המרכבות העליונות" (מקור ושורש הנבראים) — די מרכבות העליונות זיינען דאָך מלאכים. דער שורש ומקור פון די חיות ובהמות דלמטה — זיינען מלאכים (וואָס ווערן דערפאַר „נקראים כו' בשם חיות ובהמות כו'"ה) — היינט ווי קען זיין אַז זיי האָבן ניט געוואוסט „מה שמו כו'"?
און ס'איז אַ דוחק גדול צו זאָגן, אַז וויבאַלד זיי זיינען רוחניים און געפינען זיך אין עולמות רוחניים, האָבן זיי ניט געוואוסט וואָס עס טוט זיך אין עוה"ז הגשמי, און דעריבער האָבן זיי ניט געוואוסט ווי אָנצורופן די נבראים שלמטה מיט זייערע נעמעןו — ווייל לפי"ז נעמט זיך זייער ניט וויסן ניט מצד אַ פחיתות אין זייער מעלה („חכמתו מרובה משלכם"), נאָר אדרבה, מצד דעם עילוי פון זייער איידלקייט און רוחניות.
ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים:
קריאת השמות דורך אדם הראשון איז פאָרגעקומען פאַר דעם חטא עץ הדעת, ווען ער איז נאָך געווען אין גן עדן ובשלימותו — וואָס דער זיין דאָרטן (ויניחהו בג"ע) איז געווען „לעבדה14ולשמרה"ז, איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז יעדער פרט פון זיינע מעשים דעמאָלט, ובפרט די וואָס ווערן דערציילט אין תורה, איז געווען אַ חלק פון „לעבדה ולשמרה". נאָכמער: אַזוי ווי עבודת גן ושמירתו „טוט" אויף אין דעם גן — אַזוי האָט דער „לעבדה ולשמרה" פון אדה"ר אין ג"ע אויפגעטאָן אַן עילוי וקדושה אין ג"ע (העכער ווי דער עילוי פון ג"ע מצד עצמוח).
ולכאורה: אין וואָס באַשטייט די „עבודה" אין דעם אָנרופן די נבראים מיט זייערע נעמען ? — ואדרבה: לויטן ביאור הנ"ל דאַרף לכאורה אויסקומען, אַז אדה"ר האָט ניט מחדש געווען די שמות הנבראים — ווייל די נבראים האָבן דאָך מקבל געווען זייער חיות (פון זייער שורש ומקור) נאָך איידער אדה"ר האָט זיי אָנגערופן מיט זייערע נעמען; ער האָט נאָר מודיע געווען דעם ריכטיקן נאָמען פון יעדן נברא (בהתאם צו זיין שורש).
מוז מען זאָגן: א) אַז די השגה אין שורש ומקור הנבראים איז נאָך ניט גענוג אַז מ'זאָל דורכדעם זיי קענען אָנרופן מיט די צוגעפּאַסטע נעמען; ב) דאָס האָט געקענט אויפטאָן דוקא אדה"ר און דערפאַר ווייל „חכמתו מרובה משלכם".
ג. דער ביאור אין דעםט:
הגם אַז יעדער נברא למטה האָט אַ מקור ושורש למעלה, וכמאמר רז"לי „אין לך כל עשב וכו' שאין לו מזל וכו'" — ולדוגמא: דער שורש פון אַ שור למטה איז פון „פני שור" שבמרכבה — פונדעסטוועגן, האָט דער נברא קיין ערך ניט צו זיין שורש. וואָרום דורך השתלשלות ממדריגה למדריגה, וואָס פאַר אַ ריבוי השתלשלות ס'זאָל נאָר זיין, קען פון דעם רוחניות'דיקן שורש ניט נתהווה ווערן אַ דבר גשמי. וכידועיא אַז די התהוות הגשמיות פון רוחניות איז נאָר בכחו של הקב"ה וואָס ער איז אַ כל יכול, דערפאַר קען זיין דער „דילוג" — אַז פון רוחניות'דיקן שורש למעלה זאָלן נתהווה ווערן נבראים גשמיים.
און דעריבער איז די ידיעה אַז דער שורש השור איז פון פני שור שבמרכבה, נאָך ניט מספיק אַז מ'זאָל קענען אָנרופן *יא דעם שור למטה מיט'ן נאָמען שור, ווייל דער נברא האָט ניט קיין (ערך און) חיבור צו זיין שורשיב.
און דאָס איז געווען דער אויפטו פון אדה"ר — „ויקרא האדם שמות"יג: ער האָט „קורא" און ממשיך געווען דעם (שמו) שורש הנברא, אַז ער זאָל אַראָפּקומען אין (ובתוך פון) דעם נברא וואָס ווערט פון אים באַשאַפן.
ד. דאָס איז אויך די שייכות צווישן דעם ענין פון קריאת שמות און „וינחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה":
מצד דער בריאה אַליין, אפילו אין גן עדן וואָס איז דער חלק הכי מובחר אין15וועלט (ובפרט — ווי גן עדן איז געווען לפני החטא), איז ניטאָ קיין גלוי'דיקער פאַרבונד צווישן אַ נברא למטה מיט זיין שורש למעלה; מצד דעם גודל הקדושה וואָס איז דאָ אין גן עדן, קען עס טאַקע ניט סובל זיין קיין חטא, אָבער דאָס איז אַן אור וואָס איז נאָר לפי ערך עוה"ז.
און אין דעם איז באַשטאַנען די מעלה פון אדם הראשון — ער האָט אויפגעטאָן דעם פאַרבונדיד צווישן נבראים למטה מיט זייער שורש למעלהטו, נאָכמער: ער האָט זיי פאַראיינציקט, ביז אַז דער נאָמען פון יעדער נברא, מיט וועלכן דער נברא ווערט אָנגערופן דורך יעדן מענטשן (אפילו קטנים ועמי הארץ) דאָ למטה, איז לויט די אותיות פון זיין שורש למעלהטז.
דערמיט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואָס דוקא אדה"ר האָט געקענט געבן די שמות און ניט די מלאכים:
הגם אַז אויך די מלאכים האָבן געוואוסט אַז דער שורש פון דעם שור, לדוגמא, איז פון פני שור שבמרכבה, פונדעסטוועגן זיינען זיי ניט בכוח צו אויפטאָן דעם חיבור פון שורש הנברא מיטן נברא למטה. וכמובן אויך פון דעם עניןיז פון „הנפילים היו בארץ"יח, אַז ווען אַ מלאך קומט אַראָפּ אין עולם הזה ווערט ער אַ „נופל", ער קען ניט בייקומען די ישות וחומריות פון דער וועלט; ווייל צו זיין אין וועלט און צוזאַמען דערמיט זיין פאַרבונדן מיט אלקות וואָס איז העכער פון וועלט — די יכולת האָט ניט אַ מלאך.
דוקא אַן אדםיט, וואָס איז (אדם פון לשון) אדמה לעליוןכ — ער איז דומה, כביכול, צום אויבערשטן וואָס איז ניט מוגבל ח"ו, און איז כלול „מןכא העליונים ומן התחתונים"כב — קען ער מחבר זיין „עליון" ו"תחתון", אַז דער „תחתון" ונברא שלמטה זאָל זיין מיוחד מיטן „עליון" ושרשו למעלה.
און דאָס איז אויך וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט די מלאכים, אַז „חכמתו מרובה משלכם": ער איז דער „(איזהו) חכם הרואה את הנולד"כג, ווי דער אַלטער רביכד פאַרטייטשט עס — „שרואה כל דבר איך נולד ונתהוה כו' בדבר ה'", ער זעט די הולדה והתהוות פון דער זאַך, ווי אַזוי דאָס ווערט נולד ונתהווה פון זיין שורש און דבר הוי'; מלאכים זעען (בכח חכמתם) דעם כח אלקי וואָס איז מלובש אין נבראים, אָבער זען *כד אין דעם נולד זיין שורש למעלה — איז ניט בגדר פון אַ מלאך. דוקא אדה"ר, וואָס „חכמתו מרובה משלכם", האָט געקענט זען אין דעם נברא שלמטה (ווי ער איז מיוחד מיט) דעם שורש למעלה.
16[דערמיט איז אויך מובן פאַרוואָס פאַר די מלאכים איז ניט געווען גענוג וואָס דער אויבערשטער האָט זיי געזאָגט אַז „חכמתו מרובה משלכם", און מ'האָט זיי געדאַרפט באַווייזן (זיי האָבן געדאַרפט זען) אַ מעשה בפועל (קריאת שמות) — ווייל אַזאַ ענין (וואָס איז דאָ ביים אדם) ווי חיבור עליון ותחתון, איז אינגאַנצן ניט בגדר השגה פון אַ מלאך — כל זמן מ'האָט זיי ניט באַוויזן ווי דער אדם טוט דאָס אויף, האָט זיך דאָס באַ זיי ניט געקענט אָפּלייגן].
ו. מ'האָט שוין פיל מאָל גערעדטכה וועגן דעם וואָס שטייט אין מדרשכו, אַז פאַר מ"ת איז געווען די גזירה אַז „עליונים לא ירדו לתחתונים" און „תחתונים לא יעלו לעליונים", און בשעת מ"ת איז בטל געוואָרן די גזירה און ס'איז געוואָרן אַ חיבור פון עליונים און תחתונים.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז הגם אדה"ר האָט קורא און ממשיך געווען דעם שורש פון נבראים למטה און האָט זיי מחבר געווען אין אַן אופן אַז דער שם הנברא למטה איז מתאים צו זיין שורש למעלה (ובמילא — מעין זה — אויך דער נברא עצמו) — קומט עס אָבער ניט צום חיבור צווישן מעלה ומטה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך ביטול הגזירה בשעת מ"ת.
והביאור: אדם הראשון האָט אויפגעטאָן דעם חיבור פון נבראים מיט זייער שורש און מקורכז; ד. ה. די בחי' אין אלקות וואָס האָט שוין אַ שייכות מיט וועלט, און נאָכמער, ווי די בחי' איז שוין דער שורש פונעם פרטיות'דיקן נברא — דעם שור למטה האָט ער מחבר געווען מיטן פני שור שבמרכבה.
מ"ת האָט אָבער אויפגעטאָן „(אנכי) הוי' אלקיך": „הוי'", וואָס איז אינגאַנצן העכער פון גדרי העולם (הי' הוה ויהי' כאחדכח), איז געוואָרן „אלקיך" — כוחך וחיותך פון יעדן אידןכט. און דורכדעם האָט זיך אויפגעטאָן דער חיבור צווישן אלקות וואָס איז העכער פון (צו זיין אַ שורש פון) וועלט מיט וועלט.
און דערפאַר געפינט מען, אַז ביי מ"ת האָבן די מלאכים ווידער ניט געקענט באַנעמען אַזאַ ענין פון חיבור מעלה און מטה, ווי די גמרא *כט דערציילט אַז זיי האָבן געטענה'ט: „חמודה גנוזה וכו' אתה מבקש ליתנה לבשר ודם מה אנוש גו' תנה הודך על השמים": וויבאַלד תורה איז תכלית הרוחניות והעילוי, ווי קען זי אַראָפּקומען און געגעבן ווערן צו אַ בשר ודם? דוקא משה רבינו האָט געקענט „נעמען" דעם ענין פון מ"ת, דעם ביטול הגזירה צווישן עליונים ותחתונים, ביז זיי ווערן איין זאַך30).
ז. די צוויי ענינים אין חיבור עליון ותחתון הנ"ל — (א) חיבור הנברא מיט זיין שורש (דורך עבודת אדה"ר), (ב)17חיבור הנברא מיט אלקות וואָס איז העכער פון בריאה (ביי מ"ת) — זיינען אויך פאַראַן אין דער עבודה פרטית פון אַ אידן:
ס'איז מבואר אין חסידותלא, אַז דער ענין פון ברכות ק"ש, וואָס דאָרטן רעדט זיך וועגן דער עבודה פון די מלאכים וכו', איז עס די הכנה צו דער עבודה פון ק"ש: כדי עס זאָל קענען זיין „ואהבת את ה"א בכל לבבך", אַז אויך דער נפש הבהמית זאָל צוקומען צו אהבת ה'לב, מוז מען איר פריער מסביר זיין, אַז אין אמת'ן איז זי ניט קיין מנגד צו קדושה, ווייל איר שורש איז דאָך פון די מלאכים וכו' וואָס זייער עבודה איז „ברעש גדול" וכו' וכו', און דאָס פּועל'ט אין נפש הבהמית אַ ביטול צו קדושה.
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס קען העלפן די הסברה צום נפש הבהמית וועגן דער מעלה פון זיין שורש, בעת אַז לפועל איז ער אַראָפּגעקומען למטה אין אַ ציור וואָס איז מנגד צו קדושה?
נאָר דער ענין איז, כנ"ל, אַז דאָס איז בכחו של אדה"ר, וואָס ער האָט אויפגעטאָן דעם חיבור פון נבראים מיט זייער שורש, ביז אַז דאָס „דערמאָנען" דעם נפש הבהמית וועגן איר שורש, איז דאָס פועל אין איר אַ ביטול צו קדושה.
ח. אָבער אָט דער ביטול אין נפש הבהמית, דורך „דערמאָנען" איר דעם שורש כנ"ל, איז נאָר אַ ביטול פון אַ נברא, וואָרום אויך דער שורש אירער איז בלויז פון מלאכים וכו' וואָס הגם זיי זיינען בטל צו אלקות זיינען זיי אָבער נבראיםלג;
די כוונה פון ירידת הנשמה למטה איז, אַז עס זאָל זיין דער יחוד צווישן דעם נפש האלקית (וואָס איז אַ „חלק אלקה ממעל ממש"לד) מיטן נפש הבהמית; און די מעגלעכקייט אויף דעם איז געגעבן געוואָרן ביי מ"תלה: דורך דעם וואָס דעמאָלט איז בטל געוואָרן די גזירה *לה וואָס טיילט פאַנאַנדער צווישן עליונים ותחתונים בכללות כנ"ל, האָט זיך אויך אויפגעטאָן דער ביטול הגזירה צווישן די „עליונים" ו"תחתונים" אין „עולם קטן זה האדם"לו, אַז עס זאָל קענען זיין דער יחוד צווישן דעם נפש האלקית ונפש הבהמית.
און ע"ד ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר שרייבט אין אַ בריוולז, אַז דאָס וואָס דער גוף איז הונגעריק צו לחם גשמי, נעמט זיך עס דערפון וואָס די נשמה איז הונגעריק צום ניצוץ אלקי שבמאכל, ד. ה. אויך די ענינים גשמיים וטבעיים וואָס זיינען לכאורה שייך בלויז צום גוף (ונפש הבהמית), זיינען פאַרבונדן מיט דער נשמה, ביז אַז אין דעם רעבון טבעי פון גוף, דריקט זיך אויס, בפנימיות, דער רעבון פון דער נשמה.
ט. אָבער לאידך גיסא, הגם אַז דער תכלית הביטול אין נפש הבהמית ווערט אויפגעטאָן דורך (איר יחוד מיט) דעם18נפש האלקית כנ"ל, איז עס אָבער ניט דער אמת'ער בירור פון נפש הבהמית, וויבאַלד אַז דער ביטול נעמט זיך ניט מצד נפש הבהמית גופא, נאָר מצד דעם גילוי נפש האלקית אין איר.
עד"ז בנוגע וועלט בכלל: די כוונה העליונה פון „לעשות לו ית' דירה בתחתונים" איז דאָך, אַז די „תחתונים" זאָלן ווערן אַ דירה לו ית' (ניט מצד אַן ענין וואָס פועל'ט אויף זיי „מבחוץ", נאָר) מצד זייער ענין גופאלח. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ביטול וואָס טוט זיך אויף אין וועלט מצד דער המשכת האלקות דורך תומ"צ, הגם אַז דער ביטול ווערט אויפגעטאָן אין די „תחתונים" גופא (היות ס'איז בטל געוואָרן די גזירה צווישן עליונים און תחתונים), אָבער דער ביטול איז מצד די „עליונים", איז עס נאָך ניט דער ענין פון דירה לו ית' בתחתונים בשלימותו — וואָס מיינט (אויך) מצד די תחתונים עצמם.
דער תכלית הכוונה איז, אַז עס זאָלן זיין ביידע מעלות: דער ביטול זאָל זיין בתכלית, און צוזאַמען דערמיט, זאָל עס זיין מצד וועלט גופא.
וועט דאָס זיין מובן עפ"י הידועלט אַז דער שורש פון דצ"ח איז פון עולם התהו, העכער ווי דער שורש המדבר וואָס איז פון עולם התיקון; און אָט די העכערקייט פון שורש הדצ"ח למעלה דריקט זיך אויס אויך אין זייער מציאות דאָ למטה ווי ס'איז מבואר אין חסידותמ דער טעם וואָס בהמות האָבן דעם טבע ההכנעה והביטול (וואָס איז ניטאָ ביי אדם) — ע"ד ווי עס שטייטמא „ונער קטן נוהג בם" — איז צוליב דעם וואָס זייער שורש איז פון עולם התהו, וואָס דאָרט איז דער ביטול אַ סך אַ העכערער ווי דער ביטול פון עולם התיקון, ובלשון החסידות: אורות מרובים.
און דאָס איז דער ביטול אמיתי וואָס ווערט אויפגעטאָן אין וועלט — מצד וועלט גופא, אַז דורך „ותורה אור" באַלייכט מען די וועלט און מ'איז מגלה דעם אמת, אַז דאָס וואָס וועלט שטייט מיט אַ ביטול צום מין האדם, איז עס מצד דעם וואָס איר שורש איז בתכלית הביטול צו אלקות.
יו"ד. ע"ד ווי גערעדט פריער אין דעם ענין פון קריאת השמות דורך אדה"ר, אַז: (א) הגם דער חיות פון יעדן נברא איז מצוייר לויט זיין שורש, פונדעסטוועגן, כדי אַז דאָס זאָל זיך אָנהערן אין דעם נברא, האָט געמוזט זיין אַ באַזונדערע המשכה דורך עבודת אדה"ר; און (ב) דאָס האָט זיך אויפגעטאָן דורך דער קריאת שמות דורך אדה"ר, וואָס דאָס האָט מגלה געווען ווי דער שם וחיות הנברא איז פאַרבונדן מיט זיין שורש;
עד"ז (און מיט אַ כש"כ וק"ו) איז עס בנוגע דעם ביטול וואָס איז דאָ אין דצ"ח מצד זייער שורש אין עולם התהו: (א) עס דאַרף זיין אַ באַזונדערע נתינת כח (ועבודה) עס זאָל זיך אָנהערן אין זיי אַז זייער טבע הביטול קומט מצד דעם ביטול פון זייער שורש צו אלקות; (ב) דער חיבור צווישן דצ"ח מיט זייער שורש בעולם התהו איז פאַרבונדן מיטן19ענין השם, וואָס ער איז דער צנור וואָס פאַרבינט זיי מיט זייער שורש.
וי"ל, אַז דאָס איז דער ענין וואָס דער רבי מהר"ש איז מאריך אין די מאמרים פון לפני מאה שנהמב וועגן הפלאת הביטול וואָס איז דאָ אין עולם התהו, און ער איז דאָרט מסביר, אַז אפילו דער תוקף וואָס איז דאָרט פאַראַן (וואָס מצד דעם איז דאָרט געוואָרן שבירת הכלים: „וימלוך — און דורכדעם — וימת") איז ניט אַן ענין של ישות ח"ו, נאָר אדרבה: דאָס נעמט זיך מצד דעם עוצם הדביקות „בא"ס יש האמיתי"מג; און ער פאַרבינט עס מיט דעם וואָס עולם התהו ווערט אָנגערופן בשם בהמה — „נוטריקון בה מ"ה", און עולם התיקון — אדם, וואָס איז בלויז בגימטריא מ"ה, ווייל אין עולם התהו איז דער ביטול (מ"ה) צו יש האמיתי בגילוי (ניט נאָר אין אַן אופן פון „גימטריא"מד), ס'איז „בה מ"ה", „מ"ה בעצם".
וי"ל, אַז דער ענין אין דעם איז: ס'איז דאָך אין ענין יוצא מידי פשוטו, און בפשטות איז „בהמה" דער שם המין פון די בע"ח דאָ למטה. דערפון איז מובן, אַז דער ענין פון „בה מ"ה" איז פאַראַן ניט נאָר אין עולם התהו, נאָר אויך אין דער בהמה למטה (און ווי געבראַכט פריער, אַז דוקא אין בהמות איז דאָ די טבע ההכנעה והביטול, מצד זייער שורש אין עולם התהו).
וויבאַלד אָבער אַז „עולם" איז (פון לשון) העלם והסתרמה, איז אויך דער ענין — אַז דער ביטול פון בהמות נעמט זיך פונעם ביטול בשרשו אין עולם התהו — בהעלם והסתר; ביז עס קען זיין, אַז אָט די נבראים גופא וואָס נעמען זיך פון עולם התהו זאָלן גאָר אַרויסווייזן אַ תנועה פון תוקף והתנגדות קעגן דעם „אדם", וואָס „אתם קרויין אדם"מו, „אדמה לעליון"מז;
און דערפאַר איז דער רבי מהר"ש מפרט אין אַ מאמר חסידות (דער גילוי פון פנימיות התורה דאָ למטה), אַז דער עוצם הביטול פון עולם התהו איז פאַרבונדן מיטן שם בהמה, וואָס דורך דעם איז ער ממשיך און מגלה די פנימיות פון אָט דעם שם אין דער בהמה שלמטה, אַז איר טבע הביטול איז (בפנימיות) דער ביטול (פון איר שורש) צום יש האמיתימח — „ב"ה מ"ה";
און וויבאַלד אַז אויך דער תוקף פון זיין שורש נעמט זיך פון זיין עוצם הביטול צום יש האמיתי, איז ניט שייך אַז דאָס זאָל זיין ח"ו אַן אמת'ער מנגד צום „אדם", „אתם קרויין אדם", ואדרבה, וועלט שטייט בתכלית הביטול צו משמש זיין אידן, ביז זי ווערט אַ דירת קבע לו ית' — צו מהותו ועצמותו ית'.