ער"ה
346
פון טור, אַז שוין בערב ראש השנה ווייסן אידן אַז זוכים בדין, און דעמולט הויבן זיך שוין אָן די הכנות צו ראש השנהלט — וכידוע אַז שבת און יו"ט דאַרפן האָבן אַ הכנה מיוחדתמ, ועאכו"כ די הכנה ערב ראש השנה צו ראש השנה, וועלכער איז משפיע אויף כל ימי השנה (אַזוי ווי אַ ראש איז משפיע אויף אַלע חלקי הגוף)מא.
ו. ויש לומר אַז די שייכות פון ערב ראש השנה מיט דער גאולה (זוכים בדין) איז אַרויס נאָכמער בגלוי בדורות האחרונים — דורך דעם יום הולדת פון דעם צמחצדק ביום זה (בשנת תקמ"ט):
דער נאָמען פון צמחצדק [ווי ער ווערט אָנגערופן על שם תורתו] איז שמו של משיח צדקנו, שנקרא "צמח" און נקרא "צדק"מב.
ולהוסיף אין דער שייכות פון צמחצדק מיט משיח צדקנו: דער צמחצדק — דער נשיא השלישי פון נשיאי חב"דמג — איז כולל אין זיך אַלע נשיאים, ווי מ'זעט עס אין זיין תורה וועלכע איז כולל די תורה פון אַלע נשיאים שלפנ"ז, און אויך פון די נשיאים שלאח"ז, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו. והיות אַז רבותינו נשיאינו, און כללות הענין פון גילוי פנימיות התורה והפצת המעינות חוצה דורך רבותינו נשיאינו, איז פאַרבונדן מיטן גילוי פון משיח צדקנו, ובמיוחד כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו כמרומז בשמו "יוסף יצחק" על שם "יוסף אד' שנית ידו"מד — איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס (די שייכות פון די רביים מיט משיח) שטייט בהדגשה באַם צמחצדק וועלכער איז כולל אַלע נשיאים.
דערפון איז מובן, אַז ביום הולדת של הצמחצדק (בערב ראש השנה), וואָס דעמולט איז "מזלו גובר"מה — איז גובר דער ענין פון שמו של משיח, אַז דער בעל יום ההולדת טוט כל התלוי בו — ובמילא איז זיכער אַז דאָס איז פועל פעולתו — אַז עס זאָל זיין דער גילוי פון שמו של משיח, און נאָכמער — דער גילוי פון משיח אַליין (ווי ער איז העכער פאַר שמו).
ע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו דער נשמה וואָס "חמשה שמות נקראו לה"מו (נפש
Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- כרך לט
- Id
- rh-k8z2g0bg
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.