עברית
Library

ט"ו אלול

ט"ו אלול*

ב"ה, כ' מרחשון, ה'תשל"א

ברוקלין, נ.י.

אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

היינט, אין דעם יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר הרש"ב נבג"מ זי"ע, דער מייסד פון תומכי­תמימים אין ליובאַוויטש, וועלכע איז נאָך פיל וואַנדערונגען איבער­געפלאַנצט געוואָרן אין אַמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נבג"מ זי"ע, קום איך מיט דער דאָזיגער ווענדונג.

הייאָר, שמחת­תורה, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דער שיחת­קודש פון דעם מייסד הישיבה, וועלכע איז געזאָגט געוואָרן אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם דריטן יאָרטאָג פון דער גרינדונג פון ישיבת תומכי­תמימים.

אין דער שיחה האָט דער רבי נ"ע פאָרויסגעזען אַ צייט פון חרפו עקבות משיחך — די וועלכע לעסטערן און שטופּן אָפּ די פוסטריט פון משיח צדקנו. ער האָט דאַן אויסגעדריקט די זיכערע האָפנונג, אַז די תלמידים "תמימים" וועלן דינען אַלס קעגן­מיטל, און וועלן זיין די מסירת­נפש'דיגע אנשי­חיל, די תורה­סאָלדאַטן, וועלכע וועלן פאַרטרייבן די פינצטערניש און מקרב זיין די גאולה.

אין אונזער דור זעען מיר באַשיינפערלעך, ווי די נצחיות'דיגע רייד פון דעם גרינדער פון ישיבת תומכי­תמימים ווערן פאַרווירקלעכט. פון איין זייט זעען מיר אַ דור יוגנט וואָס איז נעבעך זייער צעטומלט, אינערלעך צעריסן און אויסערלעך אומגעצוימט און צעשטערעריש. אָבער פון דער אַנדער זייט זעען מיר די ישיבה יוגנט, ספּעציעל די תלמידים פון תומכי­תמימים, אַלס מוסטערהאַפטע לעבעדיגע ביישפּילן ווי אידישע יוגנט דאַרף זיך פירן; די נרות להאיר — ליכט וועלכע לייכטן און באַלייכטן דעם אַרום, מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, און מיט דעם מאור שבתורה, תורת החסידות. זיי באַרעכטיגען די גרויסע האָפונגען וואָס די מייסדי תומכי­תמימים, נשיאינו רבותינו נבג"מ זי"ע האָבן אויף זיי געלעגט.

אין די קומענדיגע וואָכן ערב דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכי­תמימים ליובאַוויטש, האָף איך און בין זיכער, אַז אנ"ש שי' בפרט און חובבי ותומכי תורה שי' בכלל וועלן זיך וואַרעם אָפּרופן אויפן רוף פון דער הנהלה, צו

The Lubavitch Library · chabadlibrary.org

Imported from chabadlibrary · ספריית ליובאוויטש · free-to-read · at the source

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-718fxs11

Copies

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources